בלאט 1 פון 2

רוסלאנד און אוקריינע אין מלחמה (צושטאנד)!!

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 10:13 pm
דורך לאליפאפ
מיר אלע האבן מיטגעהאלטן די שטורעמישע פראטעסטן אין קיעוו אוקריינע, ווי דעמאנסטראטן האבן פראטעסטירט און נישט געוואלט נאכגעבן נאך וואס זיי האבן פארלאנגט אז אוקריינע זאל ענדערש זיך אנקניפן אינעם אייראפעישן פארבאנד ווי אינעם רוסישן מאסקווע. דער (געוועזענער) פרעזידענט וויקטאר יאנוקאוויטש האט ענדערש געצויגן גוט צו זיין מיט וולאדמיר פוטין און האט מיט א דיקטאטורישקייט געפריווט צו אונטערדריקן די שטורעמישע פראטעסטן, אין וועלכע פילע פראטעסטירער זענען אומגעברענגט געווארן.

פון דארט און ווייטער איז שוין מער געלאפן, די דעמאנסטראטן זענען פארוואנדלט געווארן אין רעוואלטירער און האבן איבער גענומען קיעוו, א אקט וואס איז געשטיצט געווארן דורך די מערב וועלט פירער, און האבן ארויפגעשטעלט א נייע רעגירונג אין שפיץ פון אוקריינע.

וויקטאר יאנוקאוויטש האט אין א פרעסע קאנפערענץ פון רוסלאנד געקלעימט אז ער איז ווייטער פרעזידענט פון אוקריינע און אז ער וועט זיך אומקערן, נאר כרגע קען ער נישט וויבאלד ס׳איז דא שטארקע מעגליכקייטן אז ער וועט אומגעברענגט ווערן ממילא מוז ער זיין אויף די זיכערע זייט און זיך אויסבאהאלטן אויפן מאמענט.

וויבאלד די גאנצע שערורי׳ וואס האט זיך געשאפן איז געווען וועגן רוסלאנד איז פאר אירע אינטערעסן געווען צו דערקלערן אז זיי אנערקענען נישט די נייע פירערשאפט אין קיעוו, און אז וויקטאר יאנוקאוויטש פארבלייבט פרעזידענט. אין א דראסטישן אקט האט רוסלאנד אריינגעשיקט שווערע טויזענטער סאלדאטן אינעם קריימיע ראיאן וועלכע געהערט פאר אוקריינע מיטן אויסרייד אז דער אוקריינער פרעזידענט יאנוקאוויטש האט זיי געבעטן דערפאר אין א שריפטליכע בריוו צו פרעזידענט וולאדמיר פוטין.

קריימיע איז א געגנט ווי 58 פראצענט איינוואוינער זענען רוסישע און נאר ארום 26 פראצענט זענען אוקריינער, און כאטש וואס די אפיציעלע שפראך דארט איז אוקרייניש, רעדן דארט רוב איינוואוינער רוסיש, ממילא איז די רוסישע טרופן פרעזענץ זייער פאפולער געשטימט אין קריימיע און די רוסישע קרעפטן האבן נישט קיין שטער מצד די איינוואוינער אין קריימיע.

פארשטייט זיך אז די נייע אוקריינע רעגירונג שעלט און שימפט אז רוסלאנד זאל צוריקנעמען אהיים אירע עטליכע צענדליג טויזענט סאלדאטן, און פארלאזן זייער שטח, און אזוי טוען אויך די מערב וועלט פירער שארף פארדאמן רוסלאנד׳ס אריינמישונג אין די אוקריינער רעוואלט און סטראשען רוסלאנד מיט שווערע סאנקציעס טאמער ציט זי נישט ארויס אירע טרופן פון קריימיע.

די אוקריינער מיליטער שטייט לצד זייער רעגירונג קאמפס גרייט אין פאל רוסלאנד וויל מאכן א פרואוו און אנהייבן צו אקופירן חלקים פון קריימיע דורכן אוועקצווינגן די אוקריינער מיליטער - א שריט וואס זיי האבן נאך נישט גענומען, אבער בשעת׳ן שרייבן די שורות ווארענען אוקריינער אפיצירן אז זיי האבן יא שוין באקומען ווארענונגען זיך אפצורוקען פון זייערע פאזיציעס. די פרעזענס פון די רוסישע טרופן איז גאר א שווערער און עס לייגט זיך אויפן שכל אז זיי זאלן אנהייבן אקופירן בשם וויקטאר יאנוקאוויטש אין די נאנטע שעות שטיקער קריימיע.

האועווער שטייט רוסלאנד אויס שווערע פרעשור פון די אי יו, נאטא, אמעריקא, און ענגלאנד, אין וועלכע די פריערדיגע דראען גאר שארף אויף וועלכן מיליטערישן אקציע, און פארלאנגען אויך א באלדיגע ריקצוג פון רוסלאנד׳ס זייט.

נחי׳ ונראה!

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 11:28 pm
דורך טיטאניק
מורי ורבותי געדענקט וואס איך זאג אייך!
דא קימט א גרויסע מלחמה
די מלחמה האט די מעגליכקייט גאר ערנסט אריינצישלעפען אמעריקע און די מערב לענדער
השית זאל האלטען זיין רעכטע האנט

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 11:30 pm
דורך לאליפאפ
דיין נביאות איז שוין צו נאנט צו ריאליטעט איך זאל דיר ארויפקוקן דערפאר. סארי.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 12:37 am
דורך שמעקעדיג
איך וויל נאר קלאר מאכן,
ווער איז גוג און וועלכער איז מגוג?

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 8:07 am
דורך אויס מענטש
אז מען שפעקלורט שוין לאזט זיך טראכטן

אז אויב רוסלאנד גייט זיין פארנומען מיט אוקריינע קען זיין א גוטע צייט פאר מדינת ישראל צו נעמען די איראני פראבלעם אין די האנט
רוסלאנד איז פון די גרעסטע שטיצער פון איראן און מיט קאפוויי אינדערהיים קען מען האבן אביסל מנוחה אין דער פרעמד.

אדער גאר פארקערט אויב וועט ער קענען פארקירעווען די וועלט'ס אויפמערקזאמקייט קיין ישראל און איראן וועט ער קענען טון העולה על רוחו אין אוקריינע.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 8:42 am
דורך לאליפאפ
איבערנאכט איז געווארן געפייערט ווארענונגס שאסן פון די רוסישע צו די אוקריינער קרעפטן, פרעזידענט פוטין האט אין א רעדע קלאר געמאכט אז רוסלאנד זוכט נישט קיין מלחמה נאר וויל באשיצן אירע בירגער פון די אוקריינער אומרוען און אז זי האט די פילע רעכט צו באשיצן אירע בירגער אין קריימיע. ווי אויך האט פוטין געזאגט אז וועלכע סאנקציע קעגן רוסלאנד וועט בעקפייערן אויף די מערב וועלט.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:42 am
דורך לאליפאפ
סעקרעטערי אוו סטעיט דזשאן קערי יעצט אנגעקומען קיין קיעוו.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 11:00 am
דורך סמבטיון
דער וולאדאמיר פוטין איז ווייט פין א נער, אין שפילט גוט די געים, כלומפערשט וויל ער באשיצען די רוסישע בירגער אין קריימיע, די רוסן ווייסן אויך אז די אלע סטראשעס פין די מערב לענדער, זענען ליידיג, סא ער קימערט זיך גאנץ ווייניג מיט אמעריקע.
ימים ידברו

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 11:26 am
דורך שמעקעדיג
איך וויל הערן די אפשאצונג פונעם קעניג השטיבל, חזקיהו המלך. זיינע אנאליזן זענען זאפטיגער פון פיש זאפט, און זיסער ווי ספלעננדא, אקיצור, מתוקים מדבש ונופת טשיפס.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 2:13 pm
דורך איחוד פעלד
ער האלט אין מיטען אויסארבעטען א פלאן מיט חנניה, צו קידנעפען פוטין.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 3:19 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל נאר קלאר מאכן,
ווער איז גוג און וועלכער איז מגוג?

קענסט נאכקוקן אין תנ"ך. (יחזקאל, זכרי'). אבער איין זאך ווייס איך. די אוקראינער זענען בלוטדורשטיגע רוצחים, ההולכים בדרכי אבותיהם, ימ"ש. און די רוסן זענען שיכור'ע ,צולאזטע גנבים און רויבערס. דער אייבישטער זאל אפהיטן די אידן פון ביידע. קיין איינס איז נישט א ישועה פאר אידן. :? :roll: :twisted: :evil: :?: :idea: :cry: :( :geek: :ugeek: :o

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 3:50 pm
דורך פאטעטא טשיפס
און לאמיר נישט פארגעסן אז דאס אלעס איז די נאכווייען פון די פארשאלטענע קאמוניזם\מארקיזם [= וואס'ע די חילוק צווישן ביידע? :roll:] וואס האט אראפגעשלעפט דעם עקענאמיע דארט. זאלן זיי זיך רצח'ענען צווישן זיך און עס זאל קיין איין איד חלילה נישט שאַטן.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 8:18 pm
דורך לאליפאפ
פאטעיטע, נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס גוים האבן פיינט די אידן.. וואס גייט דיך אן אז אלע לעבן בשלום? גוים, יא גוים! רצחנען מערדערן ווילאנג סאיז נישט קיין איד.. אומערוואקסן

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 8:23 pm
דורך דער (פינטעל) איד
קיינער ווינדערט נישט. רש"י זאגט הלכה היא בידוע עשיו שונא ליעקב.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 8:24 pm
דורך לאליפאפ
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:קיינער ווינדערט נישט. רש"י זאגט הלכה היא בידוע עשיו שונא ליעקב.

איך בין מסביר די טבע, אפילו הסברה איז ביי דיר אפיקורסות

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 8:26 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך פארשטיי נישט. גראדע דע אוקריינער זענען שונאי ישראלים רוצחים ערגער ווי דייטשן זענען געווען. זאלן זיי זיך טאקע אויסהארגענען

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 10:55 am
דורך רפאל
ער געבט אביסל צו פארשטיין וואס אוקריינא איז, און אויף וואס מען שלאגט זיך יעצט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=A2nklduvThs[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 8:33 pm
דורך לאליפאפ
אפדעיט אינעם קאלטן קריג:

אבאמא האט היינט - לויט די CNN - גערעדט צו פוטין פאר איבער א שעה צייט איבער די מצב אין אוקריינע. (כ'ווייס נישט פונקט צו דאס איז משפיע לטב צו למוטב)

אוןןןן עס קערט זיך אביסל אין די מידיע וועגן די וואסערן פון קריימיע וואס די רוסישע שיפן דרייען זיך דארט פונקט ווי אין קריימיע אליין, און די מידיע טענה'ט אז עפעס א גרויסן געזינקענעם שיף אין געגנט האבן די רוסן דירעקט איינגעזינקען צו אפשפארן די חלק וואסער פון פארקער..

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:35 pm
דורך לאליפאפ
דער אוקריינער פרעזידענט ביים זיך טרעפן מיט אבאמא און מיט קערי

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 10:20 am
דורך מ גפני
לאליפאפ האט געשריבן:אפדעיט אינעם קאלטן קריג:

דער הונגעריגער בער פוטין שפרייט יעצט אויס זיינע לאפעס אויך אויף לאטוויע

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 11:44 am
דורך לאליפאפ
מ'שטייט ביי אן ערנסט מלחמה'רישן שטאפל...

פוטין האט דערקלערט אז קריימיע איז רוסישע טערעטאריע
די מערב וועלט פירער סטראשענען מיט ערנסטע קאנסעקווענצן, אבער רוסישע זעלנער נעמען איבער אוקריינישע מיליטערישע באזעס איינס נאך איינס מיט שווערע ארטילעריע אויסטויש. פילע פארוואונדעטע.

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 11:51 am
דורך זלמן זאפיר
קיין שים מחלמה שטאפל

פוטין טוט וואס ער האט ציטיען

אין די מערב קען ציקוקן מיט ווייטאג אין אויב זיי ווילן קענען זיי סטראשענען, אבער ביי דעם בלייבט דעס

פוטין האט נישט פין וואס מורא צי האבן קיינער איז זיך נישט גרייט איינצירייסן מיט אים

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 11:54 am
דורך לאליפאפ
זלמן זאפיר האט געשריבן:קיין שים מחלמה שטאפל

פוטין טוט וואס ער האט ציטיען

אין די מערב קען ציקוקן מיט ווייטאג אין אויב זיי ווילן קענען זיי סטראשענען, אבער ביי דעם בלייבט דעס

פוטין האט נישט פין וואס מורא צי האבן קיינער איז זיך נישט גרייט איינצירייסן מיט אים

לאז נישט אויס קיין אותיות! כ'האב געשריבן מלחמה'רישן כדי צו אוועקנעמען די ערנסקייט פון מלחמה. זיי נישט אזוי גלייך פאראויס..