בלאט 1 פון 8

קאווע שטיבל - וועטער ביורא

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 4:01 pm
דורך דעמאקראטיע
איך עפן די אשכול פאר אלע נייעס ארום די וועטער
היינט רעגנט מארגן וועט זיין שיין אין די זיבעציגער
סוף וואך וועט ווערן אביסל ווארעמער וועט זיין אין די אכציגער
די שיינע וועטערס וועלן אנהאלטן ביז נעקסטע מיטוואך מאי 23 ווען עס ווערט ערווארטעט פרישע רעגנס

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 4:04 pm
דורך שמואל הלוי
וועטער פאר ווי?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 5:25 pm
דורך לעמיל
יעדער קען שרייבען פין די פלאץ וואס ער וויסט

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 5:27 pm
דורך זר זהב
אין סטעמפארדס הילל האט זיך יעצט אראפגעלאזט אזא גאס רעגן! מיין שיך איז דערעכגעווייקט

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 5:38 pm
דורך לעמיל
ווען רעגנט נישט דארט???

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 5:42 pm
דורך זר זהב
אבער אזאנס ווי יעצט שוין לאנג נישט געווען

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 5:48 pm
דורך שמואל הלוי
ווי לאנג?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 5:49 pm
דורך זר זהב
זינט תשנ"ח זיכער..

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 5:52 pm
דורך שמואל הלוי
אזוי יונג ביסטו?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 5:53 pm
דורך זר זהב
יא, געבוירן נאכן מלחמה הערשט. (וויעטנאם)

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 5:55 pm
דורך שמואל הלוי
דעמאקראטיע האט געשריבן:איך עפן די אשכול פאר אלע נייעס ארום די וועטער
היינט רעגנט מארגן וועט זיין שיין אין די זיבעציגער
סוף וואך וועט ווערן אביסל ווארעמער וועט זיין אין די אכציגער
די שיינע וועטערס וועלן אנהאלטן ביז נעקסטע מיטוואך מאי 23 ווען עס ווערט ערווארטעט פרישע רעגנס

אין די ניו יארקע אומגעגענט איז דא א מעגליכקייט פאר טאנדער-שטורעמס מארגן נאכמיטאג.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 6:09 pm
דורך לעמיל
אין די ניו יארקע אומגעגענט איז דא א מעגליכקייט פאר טאנדער-שטורעמס מארגן נאכמיטאג.[/quote]
אין אפ סטעיט אדער אין שטאט?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 6:54 pm
דורך שמואל הלוי
ביידע

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 7:02 pm
דורך שמיטה
וואס איז די וועטער אויסקוק אויף קומענדיגע זונטאג אין ניו יארק.
האפענטליך נישט רעגן. אויב יא, איז די כינוס כלל ישראל, מיט אן אפענע דאך, אין א דילעמא

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 7:06 pm
דורך זר זהב
אויף זונטאג איז דא א 10 פראצענט טשאנס אויף רעגן. ס'וועט זיין 73 דעגריעס און פארטלי קלאודי.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 7:07 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:אויף זונטאג איז דא א 10 פראצענט טשאנס אויף רעגן. ס'וועט זיין 73 דעגריעס און פארטלי קלאודי.

אין סטעמפארד הילס?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 7:07 pm
דורך זר זהב
...... ניין, אין ניו יארק !!

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 7:08 pm
דורך זר זהב

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 7:09 pm
דורך שמואל הלוי
דו ביסט אין סטעמפארד הילס אדער אין ניו יארק?
דא איז נישט שמייכל פארום, דא שרייבט מען ערענסט!

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 7:11 pm
דורך זר זהב
כ'פארשטיי נישט ? מיינסט אז מ'קען אין סטעמפארדס היללס נישט קוקן אנליין די וועטער אין נ.י. ?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 7:20 pm
דורך שמואל הלוי
דו האסט דא געשריבן א תגובה פרייטאג שפעט נאכמיטאג ניו יארקע זייגער, ווען אין ענגלאנד איז שוין לאנג געווען שבת.

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 1:46 pm
דורך לעמיל
וויסט איינער וואס גייט זיין די וועטער שבת?

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 2:04 pm
דורך שמואל הלוי
געגנט?