בלאט 1 פון 1

שרעקעדיגע נייעסלעך

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 8:53 am
דורך שמעקעדיג
א מאן איז געגאנגען אויף א שיפל כאפן פיש אין א קליין וואסערל צווישן די ווילדע וועלדער אין אינדיע, אינאיינעם מיט זיינע צוויי קינדער, א יונגל און מיידל.

פלוצלינג איז א טיגער ארויסגעשפרינגען, אריינגעשטעקט זיינע שארפע ציין אינעם האלז פונעם פישער, און אפגעצויגן מיט אים צו א אומבאקאנט פלאץ אין די טיפעניש פונעם וואלד, בשעת זיינע 2 קינדער קוקן צו מיט שוידער און שרעק. דער מאן ווערט באטראכט אלס טויט.

ער איז שוין דער פערטער טויטער דאס יאר פארציקט געווארן דורך א טיגער. איי וממיתה משונה..

http://news.yahoo.com/tiger-leaps-onto- ... 31380.html

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 12:42 pm
דורך George
שרעקעדיג!

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 4:39 pm
דורך avil
געפערלאך

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 5:00 pm
דורך גאלד
עק וועלט, ס'צייט צו מהרהר זיין בתשובה

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 9:53 pm
דורך berlbalaguleh
ס'האט איינער דערציילט אז אמאל איז ער געשטאנען צופוסנס פון א בארג און געשמועסט מיט זיין חבר געמיטליך. ארויפקוקנדיג אויפ'ן בארג האט ער באמערקט ווי ס'פארט א וואגן געשפאנט צו צוויי פערד. אין וואגן זענען געוועהן אפגעשניטענע , ריזיגע קלעצער פון ביימער וואס מ'האט נאר פריער אפגעזעיגט. צוגעבינדן מיט א דיקע קייט. פלוצלינג באמערקט ער אז די קייט האט זיך איבערגעריסן, און די קלעצער הייבן זיך אן אראפצוקוילערן מיט א גרויסן אימפעט אין מיין ריכטונג. דערציילט דער איד ווייטער. "א מזל האב איך געהאט...אז די מעשה איז נישט אמת... ווייל ווען נישט, וואלט איך (ח"ו) נישט ארויס א לעבעדיגער..." 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :P :oops: ;) :( :o

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 10:05 pm
דורך ישמעאל הכהן
די מעשה איז דאך אבער יא אמת. לעצטענס האב איך געזען א דאקימענטערי אויף יו טוב זיי האבן דארט אינטערוויו'ד איינעם אין אינדיע וואס האט פארלוירן א האנט צו א בענגעל טיגער, אויך אזא פישינג פרנסה מעשה

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 10:17 pm
דורך berlbalaguleh
ישמעאל הכהן האט געשריבן:די מעשה איז דאך אבער יא אמת. לעצטענס האב איך געזען א דאקימענטערי אויף יו טוב זיי האבן דארט אינטערוויו'ד איינעם אין אינדיע וואס האט פארלוירן א האנט צו א בענגעל טיגער, אויך אזא פישינג פרנסה מעשה

נו, אז די מעשה איז אמת, דארף ער זאגן מחיה המתים... :? 8-) :lol: :roll: :P :oops: ;) :o

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 10:39 pm
דורך איחוד פעלד
א פחד א שרעק, נאך א מזל אונז וואוינען מיר נישט דארט, ווען יא וואלט מען גוזר תענית געוועהן, און גאסר'ט אינטערנעט, און ווער ווייסט וואס נאך.

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 10:41 pm
דורך דענקער
ר' נתן סליפקין האט אויך אקארשט יעצט געהאט א שרעק ווי א לעמפערט איז אים באפאלן.

אבער ב"ה נכנס בשלום, ויצא בשלום.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Tm_sYtMgh84[/youtube]

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 10:42 pm
דורך ישמעאל הכהן
4G איז אסור אין יענע געגענט