בלאט 1 פון 14
אפעראציע צוק איתן: ערד אינוואזיע אנגעהויבן
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 7:28 pm
דורך חרבונה
די יעצטיגער ברענעדיגע צושטאנד ווי כאמאס שיסט אהן אויפהער ראקעטן, האט געברענגט צו א פרישע אינוואזיע אין עזה מיט'ן נאמען צוק איתן.
די עדה האט פארדאמט די אידישע רציחות אויף אן אראבער.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 7:30 pm
דורך חרבונה

- file-7.jpeg (37.66 KiB) געזען געווארן 3938 מאל
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 7:31 pm
דורך נושא ונותן
עוד יזכור לנו אהבת איתן זאל זיין זכות מגין זיין אויף זיינע קינדער
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 1:09 pm
דורך ראש המדברים
די מלחמה איז שוין אנגעקומען צום צענטער פון א"י
איין מיסעל איז שוין אנגעקומען צום צענטער ממש נאנט צום שטאט בני ברק ביים מסובים געגנט
מסובים איז אויפן וועג פון ירושלים צו בני ברק ווי אלע פארן אריבער
די מיסעל איז אבער אראפ געשאסן געווארן אן קיין שאדנס אדער גשעדיגטע
דא איז צוויי לינקס צו מיטהאלטן אלע באריכטן
http://www.ch10.co.il/news/47995/#.U7wlH5RdUrUhttp://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771דאס ווערט א גאנצען צייט אפדעטיט מיט פרישע נייעס
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 3:24 pm
דורך דריידל
//
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 3:25 pm
דורך קינד_אן_קייט
די BBC דעקט אויף וויאזוי די אראבישע פי. אר. מאשין וואשט מוחות:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=XnO4gy8dQIc[/youtube]
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 4:27 pm
דורך נושא ונותן
דריידל האט געשריבן://
דערווייל רעגענט אין ארץ ישראל
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 6:43 pm
דורך פארוואס?
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 6:45 pm
דורך פארוואס?
עס איז אינגאנצן 2 שעה אריין אין jun 9 ישראל טיים, און עס איז שוין אופדעיטעד אין וויקיפעדיע.
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 6:50 pm
דורך רויטע וואנצעס
איז די אקציע א גאס ביי גאס געשלעג אין עזה? איז עס מער טארגעטיט? וואס זענען די goals פאר די אקציע?
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 6:56 pm
דורך שעפטל
היינטיגע נייעס אין קורצן פון מדינת ישראל:
נאכדעם וואס בערך 300 ראקעטס זענען אין די לעצטע צייט געשאסן געווארן קיין מדינת ישראל פון די עזה געגענט, 100 שטיק בלויז נעכטן מאנטאג, האט מד"י די פארגאנגענע נאכט דורכגעפירט עטליכע לופט באמבעדירונגען פון וועלעכע 11 חאמאס מיליטאנטן זענען אומגעקומען.
היינט דינסטאג האט די מיליטער אנגעפאנגען צוגרייטן זייערע טאנקן ביים גרעניץ מיט עזה. הנודערטער טאנקן און שווער געפאנצערטע טראקס זענען אנגעקומען צום גרעניץ אין וועלעכע די רעגירונג מעלדט וועט ווארשיינליך זיין א "לאנג-פארצויגענעם קריג". ווי אויך האט די רעגירונג אויטאריזירט צו מאבאלעזירן נאך 40,000 טרופן אין ליכט פונעם מלחמה.
די עלטערן פון אבו קאדיר, די אראבישער אינגל וואס איז ערמארדעט געווארן אין ירושלים האבן היינט צוריקגעוויזן די פארלאנג פונעם פרעזידענט שמעון פערעס צוקומען מנחם אבל זיין. אויך א פאון קאול פון נתניהו האבן זיי נישט גענומען. "מיר ווילן נישט ווערן געטרייסט פון איינער וואס שטיצט הרגנען אונזערע קינדער אין ירושלים" האבן די עלטערן אנגעבליך געזאגט.
אין א שיט פעס'דיגער ארבייט היינט אינדערפרי האבן די IAF און שב"כ באמבאדירט אן אויטא אין עזה אין וועלעכער עס איז אומגעקומען מאחמוד סא-אבאם, די קאמאנדיר פון די "חאמאס נעווי קאמאנדאו יוניט". (וואס איז דאס??) די יוניט האט אפערעטירט אין די עזה געגענט און לויט באריכטן זענען א טאטאל פון 4 חברה אומגעקומען אין דעם א.ד. אויטא.
די עירפארט אויטארעטי אין בן גריון האט געמאלדן אז עס וועלן ווארשיינליך זיין דילעי'ס ביים אנקומען און אוועקפליען פון עירפארט וויבאלד זיי דארפן ניצן אנדערע ראנוועי'ס ווי געווענליך צוליב די אנגייענדע אקטיוויטעטן פון די עיר-פארס.
א דראמאטישע ווידיאו איז פארשפרייט געווארן פון א איצטידענט וואס האט פאסירט ביי די "זיקים" געגענט ווען 4 טעראריסטן מיט געווער האבן זיך אריינגעשווערצט דורכן וואסער און אנגעהויבן שיסן אויף די סאלדאדטן. די 4 זענען שנעל אומגעברענגט געווארן דורך גאן פייער פון סאלדאטן פון די ארמי און די נעווי. חאמאס האט גענומען קרעדיט פאר די שווערצעריי. ס'איז נאכנישט קלאר אויב זיי זענעןם אריבערגעשווימען אדער געקומען מיט שיפלעך.
איבערן טאג זענען ארויסגעשאסן געווארן אומצאליגע ראקעט'ס פון עזה קיין מדינת ישראל. ראקעטס האבן געלאנדעט אין אשכלון, אשדוד. אינמיטן טאג איז עס אויך געפלויגן אין ריכטונג פון תל אביב (אבער איז אפגעשטעלט געווארן דורכן מיסיל דיפענס פראגראם) אויך אין בני ברק זענען עטליכע מאל אויפגעגאנען סיירינעס.
שפעטער אונעם טאג זענען עטליכע ראקעטן אויך געפלויגן קיין ירושלים און קיין חיפה, (וועלעכער איז דערווייל דאס לענגסטע שטרעקע פאר אזא ראקעט צו פליען.) כאמאס האבן געפייערט זיג מיטן שיסן אזוי ווייט די מיסילס. אבער די טשיף מיליטערישער ווארטזאגער האט געזאגט אז עס זענען נישט באריכטעט געווארן קיין פארוואונדעטע אין קיינע פון די גרויסע שטעט.
חאמאס האט דערקלערט אז זיי וועלן ווייטער אנהאלטן מיט די ראקעטס אויף ציווילע בירגער. אין א סטעיטמענט פון חאמאס אפערעטיוו אבא זאהארי נאך די מד"י באמבעדירונגען פון די נאכט, האט ער געזאגט: "די היינטיגע שחיטה קעגן פרויען און קינדער איז א גרויליגע מלחמה פאברעך און יעצט זענען אלע איזרעילי איינוואוינער געווארן לעגעטימע צילן". ה"י.
די ווייסע הויז האט היינט שטארק פארדאמט די ראקעט אטאקע'ס קעגן די ציווילע בירגער אין מד"י און אויסגעדריקט איר שטיצע פאר מד"י אז זיי האבן די רעכט זיך צו פארטיידיגן קעגן טעראריסטן.
השם ירחם על אחבנ"י תושבי ארצינו הק'
ק/פ
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 6:59 pm
דורך שמעקעדיג
איך הער אז אפילו אין געוויסע געגנטער אין ירושלים און בית שמש זענען געפלויגן ראקעטן! השם ישמר.
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 7:03 pm
דורך יואליש
פארוואס? האט געשריבן:עס איז אינגאנצן 2 שעה אריין אין jun 9 ישראל טיים, און עס איז שוין אופדעיטעד אין וויקיפעדיע.
איפארמאציע און פראפאגאנדע איז זייער א וויכטיגע באשטאנדטייל פון מלחמה. כאמאס און צה"ל האבן שרייבערס אויף וויקיפידיע און אנדערע סאציאלע מידיא נעצן.
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 7:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
דא איז א קליפ פון די IDF וואס איז קלאר מסביר די וואפן פון כאמאס, און ווי ווייט יעדע פון זיי קען דעגרייכן:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ScPLpsaFaWU[/youtube]
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 7:10 pm
דורך שעפטל
יואליש האט געשריבן:פארוואס? האט געשריבן:עס איז אינגאנצן 2 שעה אריין אין jun 9 ישראל טיים, און עס איז שוין אופדעיטעד אין וויקיפעדיע.
איפארמאציע און פראפאגאנדע איז זייער א וויכטיגע באשטאנדטייל פון מלחמה. כאמאס און צה"ל האבן שרייבערס אויף וויקיפידיע און אנדערע סאציאלע מידיא נעצן.
אין פראפעגאנדע קענען זיך די ישראלים פארשטעקן פון די צוריקגעשטאנענע פאלעסטינער, די חאמאס טעראריסטן זענען עפעס אייזן מיט זייערע געוויינערייען. איין אינגל שטארבט און אין די גאנצע וועלט פון דן ביז בלומענבורג ווערט ער באריכטעט
live updates
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 7:30 pm
דורך רויטע וואנצעס
אגודת ישראל פון אמעריקע: א דרינגענדן רוף צו תפלה
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 7:52 pm
דורך שעפטל
א דרינגענדן רוף צו תפלה!
די געשעענישן וואס אנטוויקלען זיך איצט אין ארץ ישראל פארלאנגען אונזערע תפלות ובקשות לטובת אחינו כל ישראל וואס וואוינען אין ארץ הקודש.
אונזערע רבנים ומנהיגים האבען אונז געבעטן אז מיר זאלן פארשפרייטן א קריאה דחופה צו אלע אונזערע חברים ותומכים און צו גאנץ כלל ישראל הע"י.
לויט א פריערדיגע הוראה פון די מועצת גדולי התורה איז שוין עטליכע יאר איינגעפירט אין מערערע שול'ען צו זאגען נאך שחרית דריי קאפיטלעך תהילים –פג – קל – קמב – און צי מוסיף זיין די תפלה פון 'אחינו כל בית ישראל'. עס איז איצט כדאי דאס נאכאמאל מחזק צו זיין.
באמת, דארפען מיר אויך אין זין האבען אין בעטען רחמים ותחנונים אין אלע אונזערע תפילות, אז הקב"ה זאל היטען אלע אונזערע ברידער בפרט די יושבי ארץ ישראל.
זאל דער באשעפער מקבל זיין ברחמים וברצון אונזערע תפילות און שיקן אונז די ישועה בקרוב בב"א
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 7:52 pm
דורך ישמעאל הכהן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HL9s9paqinU[/youtube]
צונעמט די ישראלי-ישמעאלי קאנפליקט פאר פשוטי עם
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 8:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Cbdnu_R9G40[/youtube]
ראקעט אטאקע היינט פארנאכטס אינמיטן א חופה.
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 9:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 9:57 pm
דורך יואליש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Cbdnu_R9G40[/youtube]
אדער אזוי.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4pKMV6e5kEo[/youtube]
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 10:11 pm
דורך יין שרף
יואליש האט געשריבן:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4pKMV6e5kEo[/youtube]
אכטונג! זייער גרעפיק!
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 10:25 pm
דורך קינד_אן_קייט
Israeli Military Steps Up Gaza Offense
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UST8xKI3kkI[/youtube]