בלאט 1 פון 1
אינגערמאן פארלוירן אין די קעטסקילס
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 4:32 pm
דורך דער שכן
יעצט באקומען אין טעקסט: יוסף בן משה מנהל איז פארלוירן געווארן שוין אפאר שעה אין א וואלד נעבן מיידל קעמפ.
Its in Kerhonksen, Minnewaska State Park, He said he's going to the bathroom and they can't find him.
@מנהל אויב נישט אמת ביטע מעק.
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 4:40 pm
דורך שמואל הלוי
ס'איז ליידער אמת
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 4:43 pm
דורך שמעקעדיג
שרעקעדיג!
(כ'האף כאמאס איז נישט אינוואלווד...)
ליצנות אין א זייט, איז מיר שווער, האט ער נישט געהאט קיין סעלפאן אויף זיך?
דארף מען הילף צו גיין זוכן? איך בין גרייט צו גיין......
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 4:46 pm
דורך משבק
סזעט אויס אז מגייט דארפן וואלונטירן !! הצלה שיקט יעצט אהין אלע אוועליבל יוניטס! און מהאט אויפגשטעלט א קאמענד סענטער אויפן 209 נעבן די מיידל קעמפ ..
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 4:47 pm
דורך דער שכן
שמעקעדיג האט געשריבן:שרעקעדיג!
(כ'האף כאמאס איז נישט אינוואלווד...)
ליצנות אין א זייט, איז מיר שווער, האט ער נישט געהאט קיין סעלפאן אויף זיך?
דארף מען הילף צו גיין זוכן? איך בין גרייט צו גיין......
אקעי, א סמארטפון איז אסור כמעט מן התורה!.. אבער פ׳וואס נישט א סעלפאון? טיפיקעל!
ר׳ יוסף מלמד תשב״ר (טרופ עוו. סאטמאר) בן מרת? ר׳ משה פריעדמאן זאל צוריק קומען בשלו׳.
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 4:50 pm
דורך משבק
יוסף בן רבקה ! שמעקי . איך פאר ארויס ביז א שעה ווילסט מיטקומען?
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 5:06 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין שוין כמעט דארט!
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 5:30 pm
דורך Bpjew
משבק האט געשריבן:יוסף בן רבקה ! שמעקי . איך פאר ארויס ביז א שעה ווילסט מיטקומען?
פין ווי ?
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 5:33 pm
דורך ישמעאל הכהן
שוין געטראפן ב''ה
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 5:34 pm
דורך שמעקעדיג
ב"ה!! חסדי ה'.
וואס האט פאסירט?
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 5:38 pm
דורך משבק
יא באשטעטיגט ב"ה !!!
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 5:39 pm
דורך צדיק נסתר
ער איז אריין אין וואלד דארפענדיג ארויסגיין קטנים.
זעהט אויס אז ער האט אויך געברויכט גיין גרויס און ער האט נישט געהאט קיין אשר יצר פאפיר, ביז ס'איז אים בייגעפאלן אז מ'קען נוצן בלעטער פון די ביימער.

נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 5:40 pm
דורך פליקער
האט געמאכט א התגלות הפנמיות