בלאט 1 פון 1

ווי געשמאק איז צו צאפן א צווייטנס בלוט???

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:52 am
דורך געדיכטע
אויפגעשטאנען בינעך גאר פרי פארטאגס, געוואשן די ידים און זיך אנגעטון כהלכה, נאכער אנגעשווענקט ס'פנים און די פיאות מסדר געוועזן.
גיי איך אזוי אראפ די שטיגן און נאך מיר וואקט מיין שכן בערל אויך נאך אזוי האלב אויסגעדראשן...
אנקומענדיג אונטן אויפמאכנדיג די טיר איז מיר אן אייז קאלטער ווינט אריינגעדרינגען אין די ביינער אזש ביז די מארך...
די דינע שניי וואס איז געפאלן האט אנגעמאכט א גליטש אז דער אויבערשטער זאל אפהיטן.
אויפן אנדערע זייט גאס זע איך ווי שמערל שפאצירט אזוי מיט פאמעליכע טריט אז ער זאל נישט כאפן א גליטש אבער וואופס.... סיז געלונגען אבער אזוי כמו שכתוב, ס'קאפעלוטש איז געפלויגן אויף רעכטס און די גלעזער אויף אונטן זיין קאוט האצעך צו אלע צרות אויפגעריסן די קנעפ און ס'רעקל איז אים געווארן שמוציג...
שטיי איך מיר אזוי און איך דערזע מיר שמייכלען פון זיינע צרות, וואס גייט פאר מיט מיר? אבער צו מיין ווינדער זע איך ווי מיין חבר בערל אויך ער שמייכלט דערפון.

***

אין מקוה אין די הייסע בור דערהערט זיך שווערע הויכע קרעכצערייען, און מען איז זיך מטהר אויפן בעפארשטייענדן טאג.
ביים אנטון אנטוויקלט זיך א שטיקל שמועס מיטן חבר דערנעבן און די סאבדשעקט איז-יענקל'ס שלום בית, משה'ס שיינע קאר אין די מין טיים ווען ער האט נישט אויפן טאג טעגליכן, חיימ'ס בעל בית אין דשאס וואס צאלט אים נישט וכו' וכו' מען בארעדט די גאנצע וועלט.
און דערנאך קען מען זיך שטעלן דאווענען....

***

איך שפאנציר מיר אזוי אריין אינדערהיים מיט א פרייליכן גוטמארגן, אבער צו מיין אטריסטונג האט די ב"ב א ליסט וואס דארף ווערן איינגעקויפט, א ברירה האבעך דען, געגאנגען אין גראסעריי.
איך ריכט מיינע טריט צום פרידשידער און איך זע דארט שטיין זרח דער פארמער מיט זיינע אייער וואס ער זאמלט אן פון זיינע טשיקנס און ברענגט עס צום םארקויף אין אונזער לאקאלן געשעפט.
ווען פלוצלינג אן קיין פריערדיגע ווארנונג האט זיך א גרויסע דאזען אייער איבערגעדרייט און געלע און אראנדשע קאלירן האבן באצירט דעם ארום.
און ווייטער שטיי איך און איך שמייכל...

***

וואס איז די מוראדיגע הנאה צו טרינקען יענעמס בלוט מיט אזא זאפטיגקייט???

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:25 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך וואלט געזאגט אז נישט אלעמאל האט עס דוקא מיט רשעות. אסאך מאל לויפט יענער נאך זיין היט אדער א אנדערע מאדנע מצב, און מענטשן לאכן פאר זיי טראכטן וואס יענער גייט אדורך. ס'איז א אינסטינקט. נארמאלע מענטשן הערן זייער שנעל אויף צו לאכן נאך אפאר סקונדעס, ווען מ'כאפט זיך אז ס'פאסט נישט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:29 pm
דורך זיגמונד פרויד
Freud writes extensively about this. He calls it Sadism (and masochism).

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:44 pm
דורך מאטי
זיגמונד פרויד האט געשריבן:Freud writes extensively about this. He calls it Sadism (and masochism).

דאכט זיך אז masochism איז self inflicting pain

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 7:45 pm
דורך קאווע טרינקער
געהערט אמאל אז די שמייכל אין אזא פאל איז צו ווייזען אז יענער איז דיין פריינט, ווארום ביי א פיינט שטייט דאך מקרא מלא: בנפול אויבך אל תשמח

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:02 pm
דורך לאליפאפ
אמאל געווען א לאאאאנגן אשכול דערויף.. אפשר פאר צוויי יאר צוריק, אויב איינער קען לינקן וועט מען דאנקבאר זיין.