בלאט 1 פון 5

Diangello [Deutsch] comitted suicide

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 9:14 am
דורך ידען
BDE: Joey Diangello [Deutsch] comitted suicide during YomTov. Burial today Oct. 19, 2 pm at Monsey cemetary in back of Wiznitz.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 9:16 am
דורך איחוד פעלד
נעבעך, וואס איז געשעהן?

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 9:34 am
דורך outspoken
איחוד פעלד האט געשריבן:נעבעך, וואס איז געשעהן?

Simple, he was molested RL

Tsu-aku hanaru v-ein moshi-u loh

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:07 am
דורך ידען
יואל דייטש ע״ה


מאלעסטען איז נישט די פראבלעם אזוי שטארק ווי וואס מע טוהט נאך דעם מיט די קינד.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:18 am
דורך יוחנן הסנדלר
וואס עפעס מאלעסטעד? זיין משפחה און טעראפיסטן וואס האט איהם באהאנדלט זאגן ער'ז נישט מאלעסטעד געווארן. עס איז ליידער נישט דאס ערשטע און נישט צווייטע זעלבסטמארד צווישן פוטסטעפס מעמבערס, שוין באלד א מנין. דאס ארגענעזאציע איז א שרעקליך דורכפאל זיי דארפן ווערן אויסגעפארשט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:33 am
דורך הוגה
עס איז ליידער נישט דאס ערשטע און נישט צווייטע זעלבסטמארד צווישן כלל ישראל מעמבערס, שוין באלד א מנין. דאס ארגענעזאציע איז א שרעקליך דורכפאל זיי דארפן ווערן אויסגעפארשט.

דאס איז סתם עניית... כאוולתו. אבער עס איז באמת א טרויער פאר די משפחה און גאנץ כלל ישראל. ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.


.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:37 am
דורך כוכב
אין דער צייט וואס גאט ב'ה קלאגט קלני מראשי קלני מזרועי איז די גאנצע עולם געלאדנט צו סנדלר פאר קידוש צו פייערן זיין זיג איבער פודסטעפס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:40 am
דורך יין שרף
ער׳ט אסאך לוחם געווען פאר קדושת ישראל, און אסאך חיצים ובליסטראות אריינגעכאפט דערפאר.
זאל אים די זכות ביישטיין ביים יום הדין.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:51 am
דורך איינגעמיירעט
איך האב עם גוט געקענט,זייט ער איז א קליין יונגעל,ער האט נעבעך געליטען פון פארשידענע נפשיות׳דיגע מיחושים,אזעלכע קראנקע געפינט זיך צווישען איעדע סארט געזעלשאפט און ראסע.
איך מיין אז דאס וואלט געווען זיין סוף ווי אימער ער וואלט געבוירען,
ויבאו האזשנדערס ויאזשענדי אזשענדאס שלהם.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:52 am
דורך ברעט מענינג
שעפעלע נעבעך

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:53 am
דורך יוחנן הסנדלר
פארוואס פארקירעווען מיין אויפריכטיגע נקודה? פוטסטעפס זאגט זיי שטעלן צו עמאציאנאלע און פיזישע סופארט פארן או טי די געמיינדע. דאס נישט מצליח זיין פון אפהאלטן זייערע מיטגלידער פון באגיין דאס ערגסטע פאדערט אן אויספארשונג. אזש נעכטן האבן זיי אין א פראפאגאנדע ארטיקל אין טיימס געשריבן זיי פאנדרעיזן איבער 850,000 א יאר. וויפיל פון די געלטער ווערן באנוצט אויף קריזיס קאונסלינג פאר פארברויכנדע מעמבערס אנשטאט פארשווענדנע באנקעטן פאר פי אר צוועקן?

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:11 am
דורך בשםואין
מישט די יוצרות.

פוטסטעפס שטעלט צו עמאציאנאלע און פינאנציעלע הילף פאר אזעלכע וואס ווערן אפגעשניטן פון זייער פאמיליע און פריינט נאכן גיין או טי די ווייל זיי ווילן שטודירען און זיך איינגלידערן אינעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:14 am
דורך כוכב
מאונט סיני זאגט זיי שטעלן צו הילף פאר קראנקע. א באנדע ליגנער, טאג טעגליך פירט מען ארויס פון דארט טויטע.

יא, ליידער איז פודסטעפס די איינציגסטע וואס קומערט זיך פאר נפשות וואס שטייען ביים שוועל פון זעלבסטמארד.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:15 am
דורך קאווע טרינקער
יוחנן הסנדלר האט געשריבן:פארוואס פארקירעווען מיין אויפריכטיגע נקודה? פוטסטעפס זאגט זיי שטעלן צו עמאציאנאלע און פיזישע סופארט פארן או טי די געמיינדע. דאס נישט מצליח זיין פון אפהאלטן זייערע מיטגלידער פון באגיין דאס ערגסטע פאדערט אן אויספארשונג. אזש נעכטן האבן זיי אין א פראפאגאנדע ארטיקל אין טיימס געשריבן זיי פאנדרעיזן איבער 850,000 א יאר. וויפיל פון די געלטער ווערן באנוצט אויף קריזיס קאונסלינג פאר פארברויכנדע מעמבערס אנשטאט פארשווענדנע באנקעטן פאר פי אר צוועקן?

אז דו ווילסט דוקא באשולדיגען די ארג. וואס ער האט שייכות געהאט מיט, קען מען טראכטען פארקערט אויך:
לויט אונזער פי.ר. דארף דאך יעדע אפגעפארענע זיך נעמען דעם טויט, ווייל ס'דאך נישט דא קיין גליקליכע לעבן ווי א חסידיש-וויליאמסבורג-לעבן. קומט דאך אויס אז יעדע פוטסטעפ מעמבער וואס לעבט-און-שטויסט, איז א זיג און הצלחה פאר דעם ארג. - לפי"ז זענען זיי ראוי להלל ולשבח אז זיי קענען האלטן אזויפיל מעמבערס ביים לעבן!

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:17 am
דורך קאווע טרינקער
כוכב האט געשריבן:מאונט סיני זאגט זיי שטעלן צו הילף פאר קראנקע. א באנדע ליגנער, טאג טעגליך פירט מען ארויס פון דארט טויטע.

יעדע טויט אין מאונט סיני איז דא א סיבה פארוואס ס'געשעהן. אבער א טויטע אין מיימאנודיס וועט מען אייביג באשולדיגען דעם שפיטאל...

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:20 am
דורך נולד מאוחר
פייע מקוה דארף אויך אן אויספארשינג, אדער סנישט דא וואס צי פארשן יעדער ווייסט?

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:24 am
דורך יוחנן הסנדלר
כוכב האט געשריבן:מאונט סיני זאגט זיי שטעלן צו הילף פאר קראנקע. א באנדע ליגנער, טאג טעגליך פירט מען ארויס פון דארט טויטע.

יא, ליידער איז פודסטעפס די איינציגסטע וואס קומערט זיך פאר נפשות וואס שטייען ביים שוועל פון זעלבסטמארד.


סתם הנקרא בי עס. עס איז מסתמא דא א האלבע דאזן ארגענעזאציעס וואס טוען פאר נפשיות'דיג מסוכנים ביים ציבור שטילערהייט. פ"ס טוט אנמאכן גרויס פראפאגאנדע איבער זייערע אויפטוען ווען דאס שוידערליכן מציאות שמייסט אין פנים און דאס דארף אן אויספארשונג. דאס אנדערע אפציע איז באגראבן קאפ אין זאמד ווי בת היענה מיט אזוינע קאווע טרינקער ליצנות'לעך און לאזן אונזערע ברודער און שוועסטער אויסגיין אינטער די פארשלאסענע פוטסטעפס טויערן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:29 am
דורך shem-tov
דאס איז א צרה שאין כמוהו. מיר האט אלעמאל אויסגעקוקט ווי דער בחור איז צובראכן אויף שברי שברים אן קיין פרענדס און אן קיין שום דירעקשאן אין לעבן, אנשטאט מען זאל אים פירן צו טעראפי און מסדר זיין האבן די רשעים אים בלויז גענוצט פאר זייערע אגענדעס נאכאמאל און נאכאמאל און ווען ער איז עלטער געווארן און זיי האבן אים שוין נישט געדארפט האט ער מסתם געפילט ווי ער פגרט פאר צער.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:38 am
דורך בשםואין
א יוצא מן הכלל איז געווענליך א מיטגעמאכטע מענטש, מאלעסטירט, אביוזד, אדער פון נאטורליכע גייסטישע קראנקהייטן.

איינער וואס פארט באקוועמערהייט מיט די אולטרא ארטאדאקס חאסידישען באן וועט נישט טאנצן פונעם באן.

דעריבער איז גאר פארשטענדליך אז ביי די או טי די קאמיוניטי זאל די זעלסטמארד ראטעס זיין העכער.

ועוד, א גרויסע צוריקהאלט פון זעלבסטמארד ביים חרדישען בעפעלקערונג איז ווייל זיי גלויבן אין א לעבן נאכן טויט, וואו זיי וועלן פארווארפן ווערן לנצח נצחים.

ווידעראום ביי א נישט גלויביגען איז דאס די ענדע פון אלע זיינע מיטמאכענישן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:44 am
דורך נולד מאוחר
נאך א סיבה בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו.
די ארטעדאקסישע וואס ווילן שפרינגן העלפט זיי דער אייבשטיר בשעת בויען די סוכה פאלן זיי אראפ צוויי שטאק.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:51 am
דורך Kool man
די גרעסטע ווייטאג איז פאר די צובראכענע עלטערען, ביי זיי האט זיך געענדיגט א לאנגער ביטערער קאפיטעל פון אביוז און פיין, איך וויל נישט רעדען ווייל ער איז שוין נישט בעלמא הדין, אבער ער האט געצאפט דאס בלוט פון זיינע עלטערען אן קיין סיבה, מיט דעם וואס זיי האבען אים קיינמאל נישט דערווייטערט, די טאטע האט אים געגעבען געלט און ארבעט און א אפענע טיר נישט קיין חילוק וויאזוי ער'ט אויסגעזען, אפילו ווען ער'ז שוין ארום געגאנגען מיט די גרויליגע קייטעל,
די מעשה מיט זיין אביוז אין די מקוה האבען אלע זיינע נאנטע געזאגט אז ס'איז שקר, די מעשה האט זיך געטוישט יעדע פאר טעג, ער'ז ענדערש געוועזען אן אביוזער, נישט פארקערט, וד"ל, כ'אב אים ליידער גוט געקענט, ער'ז געוועזען א זעלטענע קעיס, געוועזען אן אויסגעשפראכענער, איך האלט מיך איין מיט אייזערנע קייטען נישט צו שרייבען זיין היסטאריע, איך וויל נישט מאריך זיין, זאל זיין נשמה האבען א תיקון, און זאל זיין קורצע שטוערמישע לעבען און טראגישע ענדע זיין א סעמפעל פאר אנדערע, און זאל דאס זיין א זכות צו זיין פארוואגעלטע נשמה. און זאלען די עלטערען ענדליך קענען אנהייבען א ניי רואיג לעבען,

נ.ב. די רשעים פון פוטסטעפס האבען אים געהאלפען גיין בארג אראפ, ווען ער האט זיך פארבענקט אהיים און צוליב זיין דיסעפוינטמענט אין די אפענע פרייע וועלט האט אים אנגעשמעקט צו ווערען א שטיקעל בעל תשובה, האבען די רשעים ארורים געטוהן מיט אים וואס זיי טוען מיט אנדערע, נישט געהלפען מאטעריאליסטיש, נאר מחזק געוועזען צו בלייבען א גוי, זייער גאנצער ציהל איז נאר צו העלפען דערווייטערען יודישע קינדער פון אבינו שבשמים, שם רשעים ירקב.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:03 pm
דורך פידלער
איך ווייס נישט אויב די לעצטע פאראגראף איז אמת (און ס'איז אביסל שווער צו גלייבן), אבער די אנדערע זאכן וואס דו זאגסט איז ליידער אמת.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:15 pm
דורך איך אויך
זייער זייער שווער אריינצורעדן און אזא פארווייטוגטע פרשה ספעציעל ווען מען קען נישט די פאקטן פון די נאנט.

אבער עפעס פארפעל איך צו זעהן די סתירה צווישן די צוויי חלקים דא ,אז ער איז געווען א צומישטע נשמה קען נישט זיין אז יענער מלמד האט עם מאלעסטעד? פון די בילדער קוקט אויס ווי ער איז געווען א שיינע זיסע אינגל און כ'מיין אז איינער זאל קומען אינמיטן גאס שרייען אויף א מלמד דו מאלעסטער (פארוואס פונקט אויף דעם מלמד?) קען מען נישט סתם אזוי פטר'ן מיט די תירוץ פון צומישטע נשמה.

אבער דאס איז זיכער אז זיין סועסייד האט נישט קיין סאך צוטוהן מיט יא אדער נישט מאלעסטעד צוואנציג יאר צוריק און צוצובינדן די צוויי זאכן איז סתם הבל הבלים אמר קהלת.