שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
איך און מיך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 11, 2024 8:24 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך איך און מיך »

איך האב א ערענסטע וויזיע- נאך מער פון א יאהר וואס איך האב נישט אריינגעקוקט אין עס- אויפצוהייבן אנזער אזוי באליבטער קאווע שטיבל
מיט אסאך לייקס און עווענטועל פיינע תגובות צום פארגעניגן פון אלע ניקס אם ירצה השם
למעלה למעלה למעלה
דאס בין איך און מיך
סתמאזוי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 11, 2024 1:09 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך סתמאזוי »

איך בין זייער א שטילער און זייער א נייגעריער מען וועט נישט הערען קיין סאך פון מיר. איך האב ליב אסאך צו ליינען איך קען גיט היסטאריע אידישע און וועלטליכע. זאכן וואס איך גלייך לערנן פארברענגן
אבדק חימזוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:29 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אבדק חימזוב »

איך בין געזיצן א לאנגע צייט אויף אייוועלט און יעדע מאל סאיז מהאט עפעס גערעדט פון ק. ש. איז ארויפגעקומען אלע שלעכטע לאזונגען איבער דעם סייט האב איך אפגעמאכט אז איך מיז עס אויסטשעקן אבער ביים ווילן אנהייבן ליינען איז מיר ארויסגעקומען אז איך מיז מיר איינשרייבן צו קענען לייענען האב איך מיר רעגיסטרירט
גור אריה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 11, 2024 8:51 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך גור אריה »

איך זיך דעם אמת, אין איך ווייס ע״ס איז דא מער ווי איין אמת … איך בין אן היימיש אינגעל פיו ווימ׳ס וואס באקומט אסאך ארטיקלען פין קאוול שטיבל, פארוואס זאל איך נישט ג׳יין צים סארס דיירקט
בקרוב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2024 1:08 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך בקרוב »

איך בין אקאנטענט פאר קליינע און מיטעלגאטיע ביזנעסער.

איך האב מחליט געווען צי זשוינען די קאווע שטיבל ציליב איר רייכע נאליזש און טשיקאווע נושאים וואס מען זעט נישט אויף אנדרע פאורעמס.
גארטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2024 10:21 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך גארטל »

געבוירן בין איך אין די פריע תש"נ יארן, אזאך וואס מיין קליינע שווארצע בערדל באשטעטיגט אז איך בין אין די אינגערמאנטשיק סטאטוס. אבער דאך, אפילו איך בין יונג, זיך צו פארשטעלן פאר פרעמעדע קען מען שרייבן אסאך, מיטן עס אריינלייגן אין עטליכע געשריבענע ווערטער מיינט אז יעדעס ווארט און שורה שטעלט-פאר חדשים און יארן פון מיין לעבנס געשיכטע ביז אהער.

אויפגעוואקסן בין איך אין די מאדערענע שטאט בארא פארק, ביז אלץ בחור ווען מיינע עלטערן האבן זיך געצוגן צום עטוואס מער פרימער-אויסזעהנדע שטאט - וויליאמסבורג.

זייענדיג פון די חסידישע אידן סעקטע פון כלל ישראל, בין איך אנגעשלאסן אין א (חסידות) [קהילה] וואס פארמאגט א נעץ פון מוסדות אין ביידע שטעט, אזוי איז אויסגעקומען אז מיין יסוד'סדיגע השקפת זענען נישט ציפיל געטוישט געווארן.

היינט, האלטענדיג עטליכע יאר נאך שנה ראשונה, האט זיך ארויסגעשטעלט אז פאר א בעסערע לעבן איז כדי געווען צו איבערפלאנצען אינזער הויז אין לעיקוואד. און טאקע שוין פאר א שיין ביסל צייט וואס מיר אטעמען די עיר התורה'דיגע לופט.

קאווע שטיבל איז א שטיבל ווי איך פלעג פארבענגען דורך פארשידענע צייטן. יעצט מיטן קענען לערנען עטליכע שטאטן -מיט אירע מענטשען- פון דער נאהנט פיל איך ווי איך קען עפעס זאכלעך צולייגן צו די שמוסען דא אין שטיבל.

עס איז צום האפן אז מיר וועלן זיך באקענען שטערקער, און הנאה האבן צוזאמען איינער פון די צווייטע.
חכם צבי השני
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2024 8:11 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך חכם צבי השני »

איך בין א פשוטער איד, איך בין נישט געווינט צו שרייבן וועגן מיר איבערהויפט ניש אין אידיש, איך האב הנאה צו הערן מיינוגען פין אנדערע מענטשען אין צוליב דעם קוק איך פאראויס צו ליינען אין שרייבן אויף די פארעם, איך בין אין די יארן וואס מען טראכט פיל וועגן לעבן אין איך האב אסאך איבריג צייט פאר דעם ב"ה, איך האף אז דאס איז א פארעם פאר ערענסטע מענטשען מיט גלייכע קעפ
קא מיבעיא לן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2024 6:51 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך קא מיבעיא לן »

איז אזוי, איך דריי מיך און עטליכע חצרות הקודש לבית נדבורנא קרעטשניף ויזניץ און ספינקא למינהם, און האב זייער ליב מיט צוהאלטן אלעס וואס גייט פאר, בעיקר פון אונטערן טיש... אבער אויך ארום און ארום פון רעבעס און חסידים, פון רעבעס צווישן זיך.

על פי רוב האב איך ליב צו הערן [דא איז עס ליינען], אבער ווען ס'קומט א גוטע נושא לייג איך צו אסאך פעפער און זאלץ האניג און צוקער, אלעס לפי הענין...
אלישבע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:35 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אלישבע »

איך וויל פלעין ליינען ארטיקלען ווי אויך וועל איך מעגליך אנהייבן צו שרייבן אין די צוקונפט איך האף אז עטס וועט מיר באשטעטיגן אלס א נייע ליינער דא די סיבה פארוואס איך רעגעסטריר דא איז ווייל איך וויל מיטהאלטן אלעס וואס גייט פאר אין די אידישע וועלט
אתרוג פישקע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 5:12 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אתרוג פישקע »

א וואילער חסידישער יונגערמאן דאווענט דריי תפילות א טאג אין פרובירט צו ברענגען פרנסה אין שטוב. ענדזשויט היסטאריע אין אלטע חסידישע פאליטיק , אין לעבידיגע דעבאטעס אין אלע ענינים אין נושאים. ויה"ר שלא תצא מכשול מתחת ידי. לקדש שם שמים!!!
מיין ברודער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 11:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מיין ברודער »

שלום עליכם קאווע שטיבל

איך האף אז דו פלאץ וועט הנאה האבן פון מיך, און פון מיין ברודער

(איך האב א ברודער וואס וויל שרייבן דא, אבער מחמת איזה סיבה, קען ער זיך נישט איינשרייבן, מילא וועל איך אים אויך לאזן ניצן די ניק)
קל לזכור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2024 12:46 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך קל לזכור »

א פשוטע אינגערמאן וואס גלייכט אויסצופיגערן זאכן וואס ווערן נישט געטראכט דורך דעם אלגעמיינער ציבור וואס באלאנגט צום סיסטעמאטישען קאנווענשענאל וויסדאם. די זעלבע אין ביזנעס פרובירן מיר אויסצופיגערן ענינים נישט אינדרויסן פון די באקס, נאר אנדערש ווי די באקס. איך גלייך די וועג וויאזוי זאכן ווערן אויסגעליפטערט שא אין שטיבל.
וויטשי וואסער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2024 6:21 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך וויטשי וואסער »

איך בין געווען א שטענדיגע ליינער ביז מען האט פארלאנגט זיך איינשרייבן. איך האב געהאפט און געהאפט געווארט און געווארט מען זאל צוריק עפענען לכל הקהל אבער שוין געקומען ענדליך צום החלטה זיך איינשרייבן. נא לאמיר זעהן צו איך וואס צו צוגיבן.
קליינע באשעפעניש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 17, 2024 9:14 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך קליינע באשעפעניש »

א באחנט'ער באזעסענער יונגעלע, מיט טיפע דורכדרינגליכע אויגן, די עולם ארום מיך טענה'ט איך בין זייער מיטשויר''ט ווי מ'רופט עס, אבער דער וואס קען מיך גוט אינעווייניג ווייסט, אז כ'בין נאך עכט תמימותדי'ג, יונג און איידל, מיין ציל איז בלויז צו זיין וואויל אויסגעהאלטן און נאנט צו גא-ט, קיינמאל זיך נישט אפהאקן חלילה, און פאר קיין רגע פארגעסן אז דער באשעפער פון די וועלט איז מיט מיך, און באהיט מיך, און ערווארט פון מיר כ'זאל מיך שטארקן, און שטארקן אנדערע, שטענדיג מיט א שמייכעלע, דעיס בינעך.
וואסוועטזיין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 17, 2024 10:47 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך וואסוועטזיין »

איך וויל האבן ווי זיך אויסצושמועסן אלע ערליי נושאים וואס מאכט זיך טעגליך, אפען און זאכליך ברייטערהייט
נאכן זיך אומקוקן אויף אנדערע פלעצער בין איך געקומען צום אויספיר אז קאווע שטיבל איז די בעסטע גאייגענט פאר דעם
מחשב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 17, 2024 3:05 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מחשב »

אלס א טראכטער האב איך אלץ ליב צו משווה זיין מיינע מחשבות און הנחות צו אנדערע, אין א פארום איז דא א געלעגנהייט צו אפלערנען די סביבה און אריינקוקן אין זיך...
מחשב מחשבות
יא מיין ארבעט -עבודה- איז זיי זאלן זיין לטובה..
מיין ברודער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 11:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מיין ברודער »

מיין ברודער האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 7:40 pm שלום עליכם קאווע שטיבל

איך האף אז דו פלאץ וועט הנאה האבן פון מיך, און פון מיין ברודער

(איך האב א ברודער וואס וויל שרייבן דא, אבער מחמת איזה סיבה, קען ער זיך נישט איינשרייבן, מילא וועל איך אים אויך לאזן ניצן די ניק)
ש'כח @מנהל פאר'ן אריינלאזן
חירות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 17, 2024 9:07 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך חירות »

לערן דיר טראכטן, נישט טוהן
האלט וואס שטומט, נישט וואס א צווייטער קען באשטיין פאר דו האסט נישט פארשטאנען האסטו נישט געוויסט
א נער איז איינער וואס ווייסט נישט איינער וואס פארשטייט נישט איז סתם פויל
געלעכטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2024 1:06 am
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך געלעכטער »

טראכט גוט וועט זיין גוט. נאר אמונה עד דלא ידע.

איך וויל ליינען די דעת הקהל און מיטטיילן מיינע ידיעות און מיינונג מיטן ברייטן ציבור

די מייסטער שליסל אנצוקומען צו השי"ת, צו זיך און צו חברים איז דורך ליבשאפט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געלעכטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אחיה השילוני
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2024 9:36 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אחיה השילוני »

א אידל וואס פרובירט צו דינען דעם אויבערשטן, און פרובירט צו גיין אויפ'ן דרך פון רבותינו הקדושים, אונזערע זיידעס, און דרך הבעל שם טוב, און זיין רבי אחיה השילוני, און פרובירט אייביג זיין בשמחה, ווייל מיט שמחה קומט מען אן גאר ווייט.
חֶנְוָנִי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:53 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך חֶנְוָנִי »

אינגערמאן אין די דרייסיגער, מיטל איינקונפט, פראבלעם סאלווער און דענקער
איך גלייך טעכנאלאגיע, היסטארי, און טאף לאוו צו פאליטיק
תורת אמת איז מיין פריאריטעט
ווי אויך איז דאס די סיבה צו מיין איינשרייבונג דא, זינט די אנדערע פארומ'ס זענען אין מיינע אויגן א חלק פון די פארדרייטע תורה, דעריבער נעם איך די שאנס דא
עס איז צום האפן אז מיין אנוועזנהייט וועט צוגעבן צום פארום און נישט אראפנעמען.
מאכער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2024 1:49 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מאכער »

א גוטן טאג איך האף אז ענק האבן געהאט א פיינע טאג היינט מזאל נאר זעהן די גוטס איך האב באמערקט דעם קאאווע שטיבל און איך האב מחליט געווען צו אריין קוקען דערין און האפנטליך קענען קונה זיין אונטערסאנטע ידיעות און נהנה זיין מאוצרכם הטוב א גרויסן דאנק
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מנהל »

ניק @קול ביער איז נישט אנגענומען ווייל עס איז ענליך צו @קול_ביער
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
רעאגיר