בלאט 1 פון 2

פאעזיע פארמעסט - חנוכה תשע''ה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 7:21 pm
דורך כוכב
מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן איבער דעם בעפארשטייענדן פאעזיע פארמעסט לכבוד דעם יו''ט חנוכה.
עס איז נישט קיין סוד אז עס דרייען זיך בשטיבלנו גדולי פייטני הדור, דעריבער איז נישט מער ווי רעכטפארטיג צו פאררופן א פארמעסט און מרבה זיין דעם קנאת סופרי''ם צו יעדנס צופרידנהייט.

היות (כידוע מרבינו הק' להתחיל מכתב במילת היות שיש בזה שם הק' כידוע ליודעי חן) איך בין נאכנישט געווען א טייל פון קאווע שטיבל ביים פאריגן פארמעסט (פראמעס, איך בין נישט דער נישט יענער און אויך נישט יענער) ווייס איך נישט פונקטליך וויאזוי עס האט דעמאלט געארבעט דעריבער וועלן די טעכנישע דעטאלן מוזן נאכקומען.

דער פארמעסט וועט אי''ה געשלאסן ווערן דעם קומענדיגן זאת חנוכה. די פאעזיעס קענען זיין איבער סיי וואס פאר א נושא און אין סיי וועלכער שפראך, ווי פארשטענדליך וועלן זיך רוב ליינער אידענטיפיצירן מיט אזעלכע פאעזיעס וואס זיי זענען אויסגעקאכט אין יענער ספעציפישער שפראך למשל אידיש, יידיש און יודיש. (פרידיש פאר פרישער).

די פאעזיעס מוזן נישט לויפן מיט גראמען, סיי וואס פאר א סטיל איז וועלקאמד.

איך נאמיניר:
דעם בארימטן פאעט [tag]לעיקוואד[/tag], פארפאסער פון דאס ליידיג בלאט. דעם בארימטן פאעט [tag]יואב[/tag], פארפאסער פון אומצאליגע פאעזיעס. דעם בארימטן פאעט [tag]רויטע וואנצעס[/tag], פארפאסער פון אומצאליגע פאעזיעס. דעם בארימטן פאעט [tag]יאיר[/tag], גאון הפאעזיע. דעם בארימטן פאעט [tag]מאראנצןזאפט[/tag], פארפאסער פון דער סבלן. דעם בארימטן פאעט [tag]איש עברי[/tag] פארפאסער פון אין אוישוויץ מיט ר' לעמיל וואס איז פאעזיע בתפארתו. דעם בארימטן פאעט [tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag], סדא דא נאך אשכולות אויסער א מינוט חסידות ווארט., דעם בארימטן פאעט [tag]משה געציל[/tag], מוחל דיינע לייקס פליז קום צוריק. [tag]ונבנתה העיר[/tag], [tag]ישראל קאפקע[/tag], [tag]שלום בערגער[/tag], בתוך שאר פייטני ישראל, יעדער איז נאמינירט.
דער עולם ווייסט שוין אז ווען כוכב זיצט אויפ'ן קאפ איז נישטא קיין צוויי ברירות דעריבער זאל מען זיך שוין נעמען אין דער האנט אריין ויפה שעה אחת קודם.
אויב זענט איר אין ביטע שיקט אן אישי.

אויב איינער האט קאנטאקט מיט [tag]לעמאן דזשוס[/tag] אויף סיי וואס פאר אן אופן ביטע אים איינלאדענען.
אויב כהאב איינעם אויסגעלאזט ביטע מוחל זיין איך שרייב פון א טעלעפאן און איך מוז זיך פארלאזן אויפ'ן זיכרון.
שיער פארגעסן, [tag]קאווע טרינקער[/tag] און [tag]בן תמליון[/tag] זענען אויך נאמינירט און פארשטענדליך איך נאמיניר מיך אליין.
עס ווערט געזוכט א נאמען פאר דעם קאמפיין פארשלאגן זענען וועלקאמד.
עס איז בשום אופן קיין ערזאץ פאר דעם למעשה קאמפיין פון [tag]אבטולמוס[/tag] וועלכער איז אגב אויך נאמינירט און פליז, נישט קיין פאעזיעס פון דער איד. מזה ומזה אל תנח ידך דער עולם זאל שרייבן סיי פאעזיע און סיי למעשה, (סארי ראובן ;) ).

חנוכה און בין הזמנים, איז נישטא קיין נאכט סדר ביי אונז אין ישיבה האבן איך אביסל צייט, דער עולם כאפט דעם רמז, שידוכים אין אישי.
[tag]פידלער[/tag] ביזט אויך נאמינירט.
פלאגיאריזם איז נישט ערלויבט, ווער סוועט פלאגיאירן פון ערגעץ אנדערש וועט אויסגעשפארט ווערן פון שטיבל פאר א חודש (אויב איך וועל דעמאלט נאכאמאל זיין גבאי...).

נעמטס א פעדער אין דער האנט
גיסטס טאלאנט
מאכט אייך א נאמען באקאנט
נישט ווארטן אויף מארגן שוין היינט
קרעש קורס געספאנסערט דורך אלעזר לאנדא פון סנעפ אהעד.

שמאעזיעס זענען אויך וועלקאמד אבער טרייטס ס'זאל פיטן די קונסט קרייטעריע.
טענק יום פאר ליסטענינג, עני ריידס טו טאהש נייטרא קאשוי בלומינגבורג נאו לאגעזש.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 8:28 pm
דורך שמעקעדיג
מיט גרויס וואס?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 8:34 pm
דורך כוכב
שמעקעדיג האט געשריבן:מיט גרויס וואס?

פארראכטן . ביזט אויך נאמינירט. דיין יו'ט פאעזיע פון אחות קטנה איז הערליך georguous

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 10:16 pm
דורך פישלע העררינג
:oops:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 11:28 pm
דורך חסיד
חדש חידש ר' כוכב להאיר בימי חנוכה האלו להודות ולהלל
נסחנים פייטנים יכתבו בכת''ב מלא בק''ש שבחם מי ימלל
ושיצאו דברים ומתוקים מדבש ונופת צופים לד' נפלל
כשאור חדש בציון יאיר בקרוב ובמהרה כולנו נתפלל
האי שתא נזכה לראות אור המנורה כמו שעשאו בצלאל

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 11:41 pm
דורך לעיקוואד
.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 7:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
כוכב איך זוך דיך דא... א דאנק פאר'ן פראיעקט. איך בין אין. ראובן איך גיי זיין וואויל, די נעקסטע פאר טעג ב"ה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 7:32 pm
דורך פארוואס?
לעיקוואד האט געשריבן:[color=#FFFFFF].[color]

עס געפעלט מיר די טריק מער ווי אלעס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:52 pm
דורך יאיר
אנטשולדיגט, א פאעם קען מען נישט באשטעלן. הדבר אשר ישים אלהים בפי אותו אדבר.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:03 pm
דורך [NAMELESS]
איך האף אויך צו מאכן עפעס.
ווער , ראשעקאל??!!
יא ראשעקאל!!
ווער ס'ווייסט נישט מעג וויסן אז צוויי יאהר צוריק ביי לעמאן דזשוס'עס פארמעסט האב איך שיין אנגעצויגן מיט מיין "פאסט קעסטעל"!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:04 pm
דורך בשבילי!
איך גרייט צו א פאעם וועט האבן א שייכות מיט חנוכה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:19 pm
דורך קינות גירושין
שלום עליכם!
קודם א ישר כח פאר אלע ניקס וואס פרעגן מיך באישי וואס איך מאך, כהאב שוין לאנג חתונה געהאט, בה כהאב נישט צופיל צייט צו שרייבען,
כוועל נאר אזויפיל זאגען, די צער פון נישט קענען זעהן די קינדער, דורך די רשעות פון מיין עקס איז אין לשער, פון די אנדערע זייט פיל איך זיך
אסאך בעסער מיט דעם וואס כהאב א נייע שטוב,
צום ענין כוועל טרייען צו מאכען עפעס אויף חנוכה, ארויסברענגען מיינע געפילען, נאר אויב מגייט טיילען מעדאלען!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:22 pm
דורך שמעקעדיג
שלום קינות, דיין חתימה האט שוין לאנג עקספייערט....

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:33 pm
דורך קינות גירושין
דער מין אנישי ווי בדחן קומט דא אייביג צוריק נאר מיט א אנדער נאמען, סא סאיז גוט אז מהאט עס פאר די אויגען

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:34 pm
דורך לעיקוואד
פארוואס? האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:[color=#FFFFFF].[color]

עס געפעלט מיר די טריק מער ווי אלעס.

(שפעטער האב איך געכאפט אז למעשה האב איך עס נישט ריכטיג געמאכט וויבאלד קאווע שטיבל האט א בלויע בעקגראונד וואלט עס געדארפט ענדערש זיין בלוי נישט ווייס)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:39 pm
דורך לעיקוואד
יאיר האט געשריבן:אנטשולדיגט, א פאעם קען מען נישט באשטעלן. הדבר אשר ישים אלהים בפי אותו אדבר.

משם ראיה להיפך, מ'האט דאך באשטעלט ביי בלעם נבואה.. ער האט נאר געזאגט מקען נישט באשטעלן די תוכן, אבער ער האט נישט געזאגט, 'אם ישים דבר בפי אדבר'.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:59 pm
דורך כוכב
אויב האט איר א פאעזיע גרייט, ביטע אריינשיקן צו shternks@gmail.Com
די מהלך פונעם פארמעסט וועט לויפן בערך ווי דעמאלט כאטש איך פרוביר נאך צו לערנען וויאזוי סהאט זיך אפגעשפילט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 10:59 pm
דורך פארוואס?
לעיקוואד האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:[color=#FFFFFF].[color]

עס געפעלט מיר די טריק מער ווי אלעס.

(שפעטער האב איך געכאפט אז למעשה האב איך עס נישט ריכטיג געמאכט וויבאלד קאווע שטיבל האט א בלויע בעקגראונד וואלט עס געדארפט ענדערש זיין בלוי נישט ווייס)


דאס קענסטו נישט אויסרעכענען, ווייל יעדער קען אנשטעלן די קאלער ווי אזוי ער וויל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:11 am
דורך יאיר
לעיקוואד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אנטשולדיגט, א פאעם קען מען נישט באשטעלן. הדבר אשר ישים אלהים בפי אותו אדבר.

משם ראיה להיפך, מ'האט דאך באשטעלט ביי בלעם נבואה.. ער האט נאר געזאגט מקען נישט באשטעלן די תוכן, אבער ער האט נישט געזאגט, 'אם ישים דבר בפי אדבר'.

און טאמער גאט הייסט מיר שרייבן א ווייסע פינטל? :lol:
אגב, אויב געדענק איך גוט פון חדר, האט בלעם אויך געזאגט אז ער דארף פרעגן גאט אויב ער מעג בכלל גיין זאגן א נבואה אויף אידן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:25 am
דורך בשבילי!
פארסאםריזען איבעלט מיר יעדעס מאל איך ליין דעם ווארט 'גאט', ווען ס'נאר אמאל דא און אמאל דארט אקעי, אבער עמטליך שרייבן גאט אנשטאט באשעפער אדער אייבישטער, שמעקט נישט גוט. כ'וועל ענק קיין איין טראפ ווייניגער ארויפקוקן אז איר שרייבט מער נאטירליך היימיש

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 1:34 am
דורך מאטי
אויס ס'איבלט דיר אזוי שטארק דאן פילייכט זאלסטו אויפהערן זאגן "גאט פון אברהם" מוצאי שבת.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 4:41 am
דורך ידען
בשבילי! האט געשריבן:פארסאםריזען איבעלט מיר יעדעס מאל איך ליין דעם ווארט 'גאט', ווען ס'נאר אמאל דא און אמאל דארט אקעי, אבער עמטליך שרייבן גאט אנשטאט באשעפער אדער אייבישטער, שמעקט נישט גוט. כ'וועל ענק קיין איין טראפ ווייניגער ארויפקוקן אז איר שרייבט מער נאטירליך היימיש

פארוואס?
וואס איז נישט גוט מיט גאט?

(סיז דא עפעס אין א ספר אז מע זאל נישט זאגען גאט סתם אזוי אבער סע זעהט נישט אויס אז וועגען דעם באדערט דיך)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 9:06 am
דורך בשבילי!
מאטי האט געשריבן:אויס ס'איבלט דיר אזוי שטארק דאן פילייכט זאלסטו אויפהערן זאגן "גאט פון אברהם" מוצאי שבת.

איין מאל איז אקעי. אבער שרייבן בלויז גאט איינמאל און נאכאמאל קוקט אויס מער ווי עפעס אן אגענדע. ווארף כאטש אריין א 'באשעפער' דא און דארט, זאל עס נישט אויסזען ווי דאס שרייבן 'גאט' קומט באגלייט אזוי באוויסטזיניג מיט א לשם יחוד...
אגב איך זאג נישט גאט פון אברהם