בלאט 1 פון 2
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 5:06 pm
דורך משולם שטיינפעלד
וואס איז געשעהן מיט ר' אנשילס ביז איצטיגע ישיבה?
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 1:58 am
דורך נולד מאוחר
וואלטן זיי געלערענט א האלבע טאג לימידי חול וואלט עס געווען טויזנט מאל מער סוקסוספאל.
ס'איז א פאקט אסאך בחורים האבן נישט קיין טרופ געדולד פאר תורה נא מעטער וויפיל גן עדן די זאגסט זיי צי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 9:13 am
דורך חד גדיא
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:וואס איז געשעהן מיט ר' אנשילס ביז איצטיגע ישיבה?
איך מיין אז רבי אנשיל׳ס ישיבה איז פארמאכט. רבי אנשיל איז א געוואלדיגע מענטש. איך מיין אבער אז ער האט שוועריגקייטען אנצופירען אויך די גשמיות׳דיגע חלקים פון א ישיבה. יעצט מיט הרב דאפעלט וועט האפענטליך זיין א דבר השלם.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 9:52 am
דורך בן תמליון
נולד מאוחר האט געשריבן:וואלטן זיי געלערענט א האלבע טאג לימידי חול וואלט עס געווען טויזנט מאל מער סוקסוספאל.
ס'איז א פאקט אסאך בחורים האבן נישט קיין טרופ געדולד פאר תורה נא מעטער וויפיל גן עדן די זאגסט זיי צי.
איך מיין אז 90 פראצענט אפשר מער בחורים האבן בכלל נישט קיין געפיל און געדולד צו גמרא תוספות מיט קרבן נתנאל. נישט נאר למודי חול דארף מען לערנען אפשר לערן שפילן א פידל אדער גיטאר פאר די וואס האבן א געפיל? דוד המלך מיטן נאדבורנער האבן געשפילט פידלען ניין? אפשר לערן די בחורים פירסט עיד אדער גאר אביסל מער, וואס איז? ער וועט אמאל אין זיין לעבן ראטעווען א נפש אפשר גאר דיין אייגן קינד? און פאר די וואס לערנען איז כלל נישט זייער חפצא אפשר שיק זיי ארויס שפילן א באל געים? זיכער א געזונטערען שטעקע זיך אויסצוגעבן די ברויזענדע צענערלינג ענערגיע און רתיחות הדם ווי דאס וואס ער טוט יעצט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 9:59 am
דורך הדד בן בדד
בן תמליון האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:וואלטן זיי געלערענט א האלבע טאג לימידי חול וואלט עס געווען טויזנט מאל מער סוקסוספאל.
ס'איז א פאקט אסאך בחורים האבן נישט קיין טרופ געדולד פאר תורה נא מעטער וויפיל גן עדן די זאגסט זיי צי.
איך מיין אז 90 פראצענט אפשר מער בחורים האבן בכלל נישט קיין געפיל און געדולד צו גמרא תוספות מיט קרבן נתנאל. נישט נאר למודי חול דארף מען לערנען אפשר לערןשפילן א פידל אדער גיטאר פאר די וואס האבן א געפיל? דוד המלך מיטן נאדבורנער האבן געשפילט פידלען ניין? אפשר לערן די בחורים פירסט איד אדער גאר אביסל מער, וואס איז? ער וועט אמאל און זיין לעבן ראטעווען א נפש אפשר גאר דיין אייגן קינד? און פאר די וואס לערנען איז כלל נישט זייער חפצא אפשר שיק זעע ארויס שפילן א באל געים? זיכער א געזונטערען שטעקעזיך אויסצוגעבן די ברויזענדע צענערלינג ענערגיע און רתיחות הדם ווי דאס וואס ער טוט יעצט.
עס איז כמעט נישט דא א בחור וואס האט נישט געדולדט צום לערנען גארנישט. אפשר נישט גמרא, האט ער ליב עפעס אנדערש, די תורה איז עמוקה מני ארץ ורחבה מני ים. עס איז זייער גרויס. וואס טיצעך מיט חומש רש"י מיט מפרשים, אדער נ"ך מיט מפרשים, משניות, טור שולחן ערוך מיט די נושאי כלים, טרוקענע הלכה, חסידות, טיעפע חסידות, השקפה, מוסר וגו' וכו'. און פאר די יחידים וואס זענען באמת נישט מסוגל צו קיין איינס פון די, יא, פאר זיי זאלן מען אפשר אויסלערנען שטויסן א באל ממצרים ועד הנה.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 1:22 pm
דורך הדד בן בדד
לאמיך אייך פארעכטן, כמעט קיין איין בחור האט נישט קיין געדולט צו לערנען צען שעה א טאג גמרא, אבער ווען מען זאל טיילן, און אריינלייגן אנדערע מקצועות התורה אין דעם ישיבה טאג, וועלן פלוצלינג אסאך מער בחורים מיטהאלטן.
און יא, עס איז אויך וויכטיג צוצולייגן צום טאג אביסל פאן. פאן איז נישט קיין מיאוס'ע ווארט, און יעדער מענטש דארף האבן אביסל פאן אין זיין לעבן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 1:50 pm
דורך בן תמליון
הדד בן בדד האט געשריבן:לאמיך אייך פארעכטן, כמעט קיין איין בחור האט נישט קיין געדולט צו לערנען צען שעה א טאג גמרא, אבער ווען מען זאל טיילן, און אריינלייגן אנדערע מקצועות התורה אין דעם ישיבה טאג, וועלן פלוצלינג אסאך מער בחורים מיטהאלטן.
און יא, עס איז אויך וויכטיג צוצולייגן צום טאג אביסל פאן. פאן איז נישט קיין מיאוס'ע ווארט, און יעדער מענטש דארף האבן אביסל פאן אין זיין לעבן.
קלאר אזוי. אז מ'גיט נישט די בחורים געזונטע אונטערהאלטונג מאכט מען שריפות מ'שטאפט שלעסער אדער אנדערע מעשים טובים ומכוערים.
איך מיין זאל אויפשטיין איינער מיט א רעפארמירטע ישיבה סיסטעם מיט א רייכן קוריקיולעם וועט האבן שיין הצלחה. קודם וועט מען לאכן נאכדעם שרייען צום סוף וועלן אלע נאכמאכן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 3:48 pm
דורך שמיטה
בשעתו איז מרן האדמו"ר מבעלזא געווען דער ערשטער וואס האט איינגעפירט אין ישיבות, אז די איינגעשטעלט זאלן זיך לערנען צו פארשטיין דעם נפש פון א בחור, און אזוי זיך קענען אפגעבן מיט יעדע בחור לפום דרגתו. מ'האט געשריגן, אז ער פארדרייט חלילה די חינוך סיסטעם על טהרת הקודש.
היינט צו טאג איז שוין יעדער מכיר, אז יעדע מוסד דארף האבן פראפעסיאנאלען כדי צו ראטעווען דעם יוגנט פון אונטערגאנג
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:00 pm
דורך הדד בן בדד
שמיטה האט געשריבן:בשעתו איז מרן האדמו"ר מבעלזא געווען דער ערשטער וואס האט איינגעפירט אין ישיבות, אז די איינגעשטעלט זאלן זיך לערנען צו פארשטיין דעם נפש פון א בחור, און אזוי זיך קענען אפגעבן מיט יעדע בחור לפום דרגתו. מ'האט געשריגן, אז ער פארדרייט חלילה די חינוך סיסטעם על טהרת הקודש.
היינט צו טאג איז שוין יעדער מכיר, אז יעדע מוסד דארף האבן פראפעסיאנאלען כדי צו ראטעווען דעם יוגנט פון אונטערגאנג
מיט דעם ביסטו ערליך גערעכט, דער בעלזא'ער רבי איז טאקע געווען דער ערשטער (פון דעם היימישן ציבור) וואס האט פארשטאנען צום מצב פון די היינטיגע בחורים (אפשר פון אייגענע עקספיריענס) און מען האט אים טאקע באשייגעצט אז ער איז א משכיל.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:10 pm
דורך [NAMELESS]
מבשר ואומר האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:וואלטן זיי געלערענט א האלבע טאג לימידי חול וואלט עס געווען טויזנט מאל מער סוקסוספאל.
ס'איז א פאקט אסאך בחורים האבן נישט קיין טרופ געדולד פאר תורה נא מעטער וויפיל גן עדן די זאגסט זיי צי.
איז דען נישט דא שוואכערע ישיבות וואו מ'לערנט לימודי חול? די ישיבה איז געמאכט פאר בחורים וואס איז נפשם חשקה בתורה.
לימודי חול דארף נישט זיין א בדיעבד. אפילו פליסיגע בחורים דארפען נישט משוגע ווערן פון אגאנצען טאג די זעלבע סארט לימודים. פארקערט פלייסיגע בחורים קענען אפרישיעיטען אינטערסאנטע ידיעות פון מעטה, היסטארי וכדומה.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז לימודי חול זענען זייער וויכטיג פאר פרנסה נאך די חתונה, און העלפט אז מ'זאל קענען זיין א נאמאלע מענטש מיט שכל אין קאפ.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:12 pm
דורך שמיטה
דאס אז ס'איז איינגעפירט כמעט אין אלע ישיבות היינט, אז מנעמט אינגעלייט זאלן לערנען בחברותא מיט בחורים איו ישיבה, איז אויך געווען א רעיון שהגה האדמו"ר מבעלזא. אט דערפאר איז טקע דא אזעלכע קנאים וואס זענען אקעגן די אירגון "חיים של תורה"
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 7:18 pm
דורך חד גדיא
לימודי חול אין א ישיבה?! וויאזוי קען מען בכלל זאגן אז עס איז א לכתחילה? האט נישט ר' חיים וואלאזשינער ענדערש אפגעשפארט זיין ישיבה וועגן דעם?
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 8:06 pm
דורך משה געציל
חד גדיא האט געשריבן:לימודי חול אין א ישיבה?! וויאזוי קען מען בכלל זאגן אז עס איז א לכתחילה? האט נישט ר' חיים וואלאזשינער ענדערש אפגעשפארט זיין ישיבה וועגן דעם?
מיינטסט די למודי חול צוליב וואס ר' חיים האט געוואלט צושפארען די ישיבה איז געווען בוכהאלטעריי (באק קיפינג בלע"ז) וכדומה?
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 8:33 pm
דורך יידל
אגב, נישט ר' חיים וואלאזשינער נאר די נצי"ב.
און אגב, מען האט שוין געלערנט לימודי חול (רוסיש מיט מאטעמאטיק) נאך פאר מ'האט אפגעשפארט די ישיבה. די סיבה פארוואס מ'האט פארשפארט די ישיבה איז געווען צוליב א געפעכט איבער ווער ס'זאל לערנען די לימודי חול און אזוי אויך וויפיל שעות מ'זאל לערנען, און צו ס'זאל זיין א חובה אדער רשות.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 8:41 pm
דורך איך אויך
איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס אבער עס לוינט זיך צו ליינען די נישט היימישע מקורות צו פארשטיין די ריכטיגע סיבות פארוואס מען האט פארשפארט ישיבת וואלאזין.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 8:48 pm
דורך יידל
איך אויך האט געשריבן:איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס אבער עס לוינט זיך צו ליינען די נישט היימישע מקורות צו פארשטיין די ריכטיגע סיבות פארוואס מען האט פארשפארט ישיבת וואלאזין.
א גוטע בוך איבער ישיבת וואלאזין בכלל און די פארשפארן בפרט, באגלייט מיט דעטאלירטע דאקומענטן איז שאול שטעמפעפער'ס "
הישיבה הליטאית בהתהוותה".
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:20 pm
דורך נולד מאוחר
מבשר ואומר האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:וואלטן זיי געלערענט א האלבע טאג לימידי חול וואלט עס געווען טויזנט מאל מער סוקסוספאל.
ס'איז א פאקט אסאך בחורים האבן נישט קיין טרופ געדולד פאר תורה נא מעטער וויפיל גן עדן די זאגסט זיי צי.
איז דען נישט דא שוואכערע ישיבות וואו מ'לערנט לימודי חול? די ישיבה איז געמאכט פאר בחורים וואס איז נפשם חשקה בתורה.
אדרבה אפשר זאגסטו מיר דריי ישובת ווי מלערנט לימדו חול, איך ווייס נישט קייו איינס?
ווי קומט אריין דאס ווארט 'שוואכרע ישבות' איך דעדט בדווקא פין שטארקע בחורים.
די שוואכע ווייס איך נישט פינקטלך וואס זיי זאלן טאן, פאר זיי איז לימידי חול אויך נישט אינטערסאנט.
תורה שאין טמה דרך ארץ.....
איך ווייס איך מיש יוצרות ווייל יעצט רעד איך שוין פין ארבטען אויך. אפשר די שוואכע זאלן טאקע איירבטן.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2012 12:55 am
דורך דבילה
'ך זע אסאך דא זענען פרא לימודי חול אין די ישיבות א"כ פארוואס איז טאקע נישטא ישיבות מיט לימודי חול?
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2012 2:26 am
דורך הדד בן בדד
דבילה האט געשריבן:'ך זע אסאך דא זענען פרא לימודי חול אין די ישיבות א"כ פארוואס איז טאקע נישטא ישיבות מיט לימודי חול?
קאמפעטישאן
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 4:22 am
דורך נולד מאוחר
חד גדיא האט געשריבן:לימודי חול אין א ישיבה?! וויאזוי קען מען בכלל זאגן אז עס איז א לכתחילה? האט נישט ר' חיים וואלאזשינער ענדערש אפגעשפארט זיין ישיבה וועגן דעם?
דארט איז עס געווען א גזירה פין די רעגורונג ציזאמען מיט דו משכלים. זיי האבן געוואלט אז רוב טאג זאל מען לערנען לימידי חול.
האט ר' חיים געטנהט ער וויל האבן א ישיבה נישט קיין קאלידזש במילא האט ער עס אפגעשפארט.
אייגנטלך נישט ער נאר די רעגורונג.
ליין די לינק וואס יאנקל האט ציגעצייכנט.
יאנקל שכוח פאר די לינק אסאך אינטרסאנטא זאכן
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 9:30 am
דורך יידל
נולד מאוחר האט געשריבן:חד גדיא האט געשריבן:לימודי חול אין א ישיבה?! וויאזוי קען מען בכלל זאגן אז עס איז א לכתחילה? האט נישט ר' חיים וואלאזשינער ענדערש אפגעשפארט זיין ישיבה וועגן דעם?
דארט איז עס געווען א גזירה פין די רעגורונג ציזאמען מיט דו משכלים. זיי האבן געוואלט אז רוב טאג זאל מען לערנען לימידי חול.
האט ר' חיים געטנהט ער וויל האבן א ישיבה נישט קיין קאלידזש במילא האט ער עס אפגעשפארט.
אייגנטלך נישט ער נאר די רעגורונג.
ליין די לינק וואס יאנקל האט ציגעצייכנט.
יאנקל שכוח פאר די לינק אסאך אינטרסאנטא זאכן
שוין געשריבן איינמאל: נישט ר' חיים נאר זיין אייניקל דער נצי"ב.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 11:38 am
דורך נולד מאוחר
ריכטיג. מיי מיסטעק, מ'רעדט פין די נציב.
ס'איז כדי צי באמערקן אזוי ווי שוין דערמאנט האט די רוגירונג ג'האט א גרויסע יד אין די אפשפארן די וואלאזנער ישיבה, וועלענדיג אריין ברענגן השכלה.
אויב האט מען מורא אז לערנען לומדי חול וועט ברענגען השכלה, איז נישטא וואס מורא האבן די היינטיגע ריגירונג וואלט זיך קיינמאל נישט אריינגעמישט אויף אזא אויפ'ן ווי אין רוסלאנד אין יענע תקופה.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 4:37 am
דורך משה רוקח
איז נישט ישיבת תלפיות געמאכט פאר דעם? דארט לערנט מען מיט די בחורים זאכן וואס וועט זיי צוניצקומען שפעטער אין לעבן.