בעבעלעך האט געשריבן:אלה אלהיך ישראל"
קומזיץ האט געשריבן:פירט די חסידים ווי א געטרייע פאסטוך
שטעלט זיך נישט אפ אפילו מ'צוקלאפט זיך
א יעדע חסיד ביי עם א אפענע אויער
א יעדע דבר שבקדושה א אפענע טויער
פון אמת רירט מען זיך נישט רעכט אדער לינק
אפילו עס קומט נישט אן גרינג
נישט קיין נפק"מ מען איז אלט אדער יונג
האט נישט קיין מורא צו געבען א שפרינג
די עתיד פון יעדער יחיד אין קינד
די לעכטיגע קינדער אן קיין זינד
איז זיין זארג וואס ער טראגט אצינד
די תורה די עתיד זאל נישט גיין צוגרינד
אז מען קוקט אויף די סך הכל
ליידער איז מען געווארן געשלאגן איבעראל
נישט קיין חילוק צו מען איז געוועהן פארמאכט אדער אפען
די מגפה האט ליידער יעדעם געטראפן
קומזיץ האט געשריבן:קאווע שטיבל די פאן טרעגער פון טאלעראנץ
האט פארלוירן איר שיין און גלאנץ
ביסט גיט ווילאנג מיט אונזערע מיינונגען די טאנצט
אויב נישט ביסטו א שוואנץ
א מענטש מעג אן אנדערע מיינונג האבן
עס מיינט נישט אז ער גייט יעצט מענטשן באגראבן
אין דיעותיהם שוין
אוך בון נישט די איינציגע חכם ונבון
קומזיץ האט געשריבן:היינט פארן אריינקומען אין שטיבל
האב איך פונקט געטראכט ווער האט שוין ווייטער א פאראיבל
דא שפירט ער זיך באקוועם און מקובל
ווילאנג ער נעמט די היימישע יודן אויפן צימבל
שוין צייט א צווייטע יוד צו פארטראגן
וועט די עולם זיך מער נישט אפטראגן
אויפהערען צו וויינען און קלאגן
וועט א נייע מארגן דא אנפאנגען צו טאגן
בעבעלעך האט געשריבן: ער האט א צייטונג, א חבר כנסת, א מקובל פאר א ספאקסמאן, א שטייעדיגע תורה, טעלעפאן נייעס ליינס און לייוו סטרימינג. אונדז האבן איין קליינע ארעמע שטיבל איז דאס אויכעט ניט?
ווילאנג ער בלייבט אנאנים איז ער פארזיכערט.סמבטיון האט געשריבן:איך בין מוחה אויף די עקעלהאפטיגע שורות .
בעבעלעך, דו שפילסט זיך מיט פייער, טראכט 2 מאל פאר די לאזט דיינע שאנד ווערטער נעכטיגן.
קל וחומר האט געשריבן:ווילאנג ער בלייבט אנאנים איז ער פארזיכערט.
ברגע וואס די חסידים ואנשי מעשה וועלן געוואויר ווערן ווער דאס איז קען עס בעקפייערן.
ווענדט זיך וועלכע חסידים ער האטגבור חיל האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:ווילאנג ער בלייבט אנאנים איז ער פארזיכערט.
ברגע וואס די חסידים ואנשי מעשה וועלן געוואויר ווערן ווער דאס איז קען עס בעקפייערן.
מזאגט נאך דאכצעך פון בריסקער רב (נישט קראנט, אבער ס'ווארט איז זיכער אמת...) א איד האט אים אמאל געפרעגט צו ער דארף חושש זיין נאך וואס א חסידישער רבי האט אים געשאלטן אז ער וועט נישט מוצא שנתו זיין, האט ער אים גענטפערט, ווענד זיך וויפיל חסידים יענער האט...
גבור חיל האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:ווילאנג ער בלייבט אנאנים איז ער פארזיכערט.

בעבעלעך האט געשריבן:@קומזיץ זייער שיינע גראמען, א שאד נאר אז דיין רבי זז"ג האט נישט אויסגענוצט א געלעגנהייט ביי זיין שטייעדיגע תורה זיך מסביר צו זיין. פנחס פרידמאן האט געוויזן אויף זיין עניוות אז ער ענטפערט קיינעם נישט אפ און ווען ער זאל שווייגן איבער דער נושא וואלטן ענק אוודאי געזאגט אז ער'ז זיך נישט מחוייב צו פארענטפערן. מהיכן דנתני גייט נישט אן ווען צענדליגער שטארבן פאר דער צייט? ער האט למעשה נישט געשוויגן און אויך זיך נישט מסביר געווען. ער האט געשפעט פון אנדערע. ער האט געזאגט אז די וואס געבן אכטונג מיינען אז די תורה ליגט זיי אין דער קעשענע און זיי ווילן געפעלן פאר דער רעגירונג. און מער נישט. דו שרייבסט "פון אמת רירט מען זיך נישט רעכט אדער לינק", הייסט אז זיין אמת איז ליצנות. אויב אזוי איז דאס אויך מיין אמת. מיר זענען נאר מחולק וואו די לצנות איז געצילט. ביי אים איז ליצנות אחת דוחה מאה מיתות און ביי מיר מאה רביס.
יעצט צו די אנדערע קריטיקער: ווען דער מדובר זאל זיין א גאון אדער א ת"ח איבערהויפט אז ער האט מסביר געווען זיין שיטה ע"פ תורה, ש"ס ופוסקים, קען מען זאגן אז ער האט זיך טועה געווען אבער עס קומט אים נאך אלץ דרך ארץ פאר זיין כבוד התורה און פאר זיך ממית זיין באוהלה של תורה. מהיכי תיתי אבער אזא כבוד פאר א רבי, וואס איז נישט א ספעציעלער ת"ח, נישט באוואוסט אלץ א מתמיד, לעבט א לוקסוסדיגער לעבן, און לכו"ע האט ער זיין פאזיציע וועגן זיין פעטער? ער איז א מנהיג בישראל? כלל ישראל האט אסאך מנהיגים איז טאר מען אויף קיין איינער פון זיי נישט זאגן קיין בייז ווארט? ער האט טאקע אויפגעשטעלט מוסדות אבער עס זענען דא אנדערע ווי אים און זיי מאכן נישט ליצנות פון זיך היטן פון א מגיפה און טראגן נישט אויף דער פלייצע אלמנות און יתומים אזוי ווי ער האט גורם געווען. ער האט א צייטונג, א חבר כנסת, א מקובל פאר א ספאקסמאן, א שטייעדיגע תורה, טעלעפאן נייעס ליינס און לייוו סטרימינג. אונדז האבן איין קליינע ארעמע שטיבל איז דאס אויכעט ניט?
שטייט שוין אין רש"י וקור"ח שפיקח היה מה ראה לשטות זה.תפארת האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:שוטה רשע וגס רוח!
גס רוח במילא,רשע במילא נישט... אבער א שוטה אזאנס האט נאך קיינער געזאגט אויף איהם
גבור חיל האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:ווילאנג ער בלייבט אנאנים איז ער פארזיכערט.
ברגע וואס די חסידים ואנשי מעשה וועלן געוואויר ווערן ווער דאס איז קען עס בעקפייערן.
מזאגט נאך דאכצעך פון בריסקער רב (נישט קראנט, אבער ס'ווארט איז זיכער אמת...) א איד האט אים אמאל געפרעגט צו ער דארף חושש זיין נאך וואס א חסידישער רבי האט אים געשאלטן אז ער וועט נישט מוצא שנתו זיין, האט ער אים גענטפערט, ווענד זיך וויפיל חסידים יענער האט...
שמעקעדיג האט געשריבן:גבור חיל האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:ווילאנג ער בלייבט אנאנים איז ער פארזיכערט.
ברגע וואס די חסידים ואנשי מעשה וועלן געוואויר ווערן ווער דאס איז קען עס בעקפייערן.
מזאגט נאך דאכצעך פון בריסקער רב (נישט קראנט, אבער ס'ווארט איז זיכער אמת...) א איד האט אים אמאל געפרעגט צו ער דארף חושש זיין נאך וואס א חסידישער רבי האט אים געשאלטן אז ער וועט נישט מוצא שנתו זיין, האט ער אים גענטפערט, ווענד זיך וויפיל חסידים יענער האט...
איך האב געהערט, ווענדט זיך וויפיל אמונה דו האסט אין זיינע ווערטער...
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט