"אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

"אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

הודעהדורך חתם סופר » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 2:21 pm

עס פאנגט אהן צו ערשיינען א נייע חודש'ליכע אויסגאבע וואס טראגט די אינטערסאנטע נאמען "אינטערסאנט". מסתמא גייט עס זיין זייער אינטערסאנט, ווייל אזוי שטייט דאך קלאר אויף די נאמען.

די סטייל קוקט אויס נאך געמאכט די שטערן אבער ס'קוקט אויס אז ער וויל זיך מארקעט'ן פרומער.
בייגעלייגטע פיילס
gsdagrt34.jpeg
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1167
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך אנדרייער » מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:29 pm

ווער געט עס ארויס? די שטערן? בליץ? מאמענט?
אנדרייער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:58 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך בן ישי » מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:47 pm

"אינטערסאנט" וואס זיין פלאן איז
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1603
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 255 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 696 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 12:47 am

די געשיכטעס אויפ'ן דעקל קוקט אויס גאנץ אינטערסאנט דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל מצליח זיין ווי די שטערן דורכ'ן שפאקטיוו און ווי א בליץ אינמיטן א גרינער מאמענט
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 632 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1812 מאל

א פארפאטשקעטע געלעגענהייט

הודעהדורך ארי נוהם » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:53 am

כ'האב נאכנישט געלעזט דעם מאגאזין פון אינעווייניג, אבער אויב אויס'פסק'ענען לויט דעם דעקל, בין איך היבש אנטוישט.


לאמיך עקספלעינען:
כהיום זענען דא דריי סארטן מאגאזינען.
שטערן/שפאקטיוו, מאמענט, און קינדליין (בליץ איז "אפפאל" פון שטערן/שפאקטיוו, און קינדערליך איז "אפפאל" פון קינדליין).
שטערן/שפאקטיוו איז בפשטות אויף די העכסטע ניווא פון שרייב ווערק, אבער דער אינהאלט האט גארנישט מיט אידישקייט צוטון, נישט אונזער היסטאריע און נישט אונזער הווה.
מאמענט באשטייט פון קארענט איווענטס, מיט א שטיקל תת-רמה, אבער עפעס אידישע נייעס און פיצקעלעך היסטאריע.
קינדליין שטייט אויף א הויכע ניווא און באשרייבט אינטערעסאנטע אידישע זאכן, אבער זיי האבן א דאפלטע פראבלעם - די שטרענגע צענזור, און ס'איז געמאכט פאר קינדער.

ס'איז דא פלאץ פאר א מאגאזין וואס זאל באשרייבן אידישע היסטאריע און אפילו אונזער הווה אויף א הויכע ניווא, ווייל אזא זאך איז נאכנישט דא. אינטערעסאנט האט זיך אוועקגעשטעלט אז זיי וועלן ערפילן דעם חלל, און זיי צילן מעגליך טאקע אהין. אבער כאפנדיג א בליק אויפן דעקל זעט עס אויס ווי זיי האבן גענומען א שארט-קאט און אויסגעקרויזט די ריכטיגע וועג וויאזוי דאס צוצושטעלן.


צו באשרייבן די קאאירע גניזה, אדער די אויסגעדראשענע מעשה מיט ר' יהודה אסאד'ס בילד נאך זיין פטירה, נעמען דעם מערסט-באשריבענעם גדול דער חפץ חיים, און זאגאר ביים באשרייבן שטעטלעך אנהייבן מיטן בארימסטן שטעטל מעזיבוזש, הייסט אין מיינע אויגן חוזק געמאכט פון די (פאטענציעלע) ליינער.

אמער, ווייל ס'איז נישטא קיין צווייטער וואס טוט די דאזיגע דזשאב וואס זיי ווילן טון, מאכסטו דאס גענאר פונעם ליינער? צי האב איך נישט מיליאן מאל געליינט אט די אויסגעקוועטשטע נושאים שאין בהם טופח על מנת להטפיח (הגם ביי אלע פון זיי קען מען זיכער מחדש זיין ריזיגע זאכן וואס זענען אומבאוואוסט. אבער אויב זיי האבן אויפגעפיקט דווקא די נושאים פארשטייט מען שוין אליינס אז דאס איז נישט צוליב די חידושים נאר פארקערט).

ווילסט באשרייבן א גניזה? באשרייב דעם אפגאניסטאנעם גניזה. ווילסט באשרייבן שטעטלעך פון דערהיים? נעם אפיר א שטעטל ווי סלאנים וואו 99 פראצענט ליינער האבן קיינמאל נישט באזוכט און ווייסן גארנישט איבער איר. ווילסט באשרייבן א גדול? גראב אויף ר' דוד אפנהיים צי ר' חיים פלאג'י, אבער דער חפץ חיים?! ביסט פון קאפ געפאלן?!!

די איינציגסטע זאך וואס זעט אויס אינטערעסאנט איז די אינטערוויו מיטן בעל מחזור המפורש - מיטן חשבון אז ער איז נאך טאקע נישט אינטערוויוט געווארן ביז היינט. אבער אפילו אזוי, פאסט עס טאקע צו זיין דער פינפטער ארטיקל, נאך פיר באמבע ארטיקלען. אבער ווען די ערשטע פיר זענען אויסגעדראשן עד מות, און דאס איז גאר דער ערשטער אויסגאבע וואו יעדער פרובירט אנצושטעלן א פנים ווי ווער ווייסט וואס קומט אלץ, דאן בין איך ביטער אנטוישט.

זיי האבן געהאט די אפערטוניטי, און עס געווארפן אין מיסט, און אונטערגעשאצט דעם ליינער.


נאכמער פון דעם ציטער איך, אויב ליינער וועלן יא פאלן פאר דעם, און דאס וועט זיין דער סתימת הגולל פון א צווייטער מעגליכער קאנדידאט צו ערפילן דעם אויבנדערמאנטער חלל.

א שאד!
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 436
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1706 מאל

Re: "אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

הודעהדורך נעגעל וואסער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 10:44 am

ריכטיגע נקודות @ארי, אבער ווייל די האסט שוין געליינט וועגן דיזע נושאים מיליאנען מאל, מיינט נאך נישט אז 99% פון די לייענער האבן אויך.
יא, די נושאים זענען היפש באקאנט, אבער כ'בין זיכער אז פאר מיר וועט זיין דארטן מערערע חידושים, וואס פאר דיר איז שוין גלוי וידוע.
מיט דער צייט וועלן זיי האפענטליך אויסלויפן פון די גאר באוויסטע סחורה און משקיע זיין אין די מער אומבאקאנטע.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1772 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 10:52 am

וויינגארטן פון מפורש איז שוין געווען אונטערוויאנירט אין מאמענט
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 653
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 350 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 12:25 pm

לבי ובשרי האט געשריבן:וויינגארטן פון מפורש איז שוין געווען אונטערוויאנירט אין מאמענט

איך האב א געפיל אז דער אינטערוויו מיט וויינגארטן איז איבערגעדרוקט פון ערגעצוואו. מסתמא נישט פון מאמענט. אפשר אן איבערזעצונג פון עברית אדער ענגליש.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 707
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3115 מאל

הודעהדורך מיימון » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 1:21 pm

ווער עס ווייסט ווייסט אז די אלע אידישע מאגאזינען פארמאגן כמעט נישט קיין אייגן צוזאמגעשטעלטע ארטיקלען נאר טוען בלויז טרענסלעיטן פון ענגלישע ארטיקלען אנליין. אין דער בליץ איז עס שטארק מערקבאר מיט זייער שלעכטע טראנסלאציע. דער נייער מאגאזין (אויך איידערן ליינען) זעט אויס צו זיין דער זעלבער געדאנק, צוזאמגעשטעלט אין איילעניש, געכאפט אפאר ארטיקלען איבערגעטייטשט צוגעלייגט גרעפיקס, און היידא. די גוטע נייעס איז אז עס קען אזוי אנגיין אסאך שטערקער ווי א עכט גוטע קוואליטעט אויסגאבע וויבאלד עס פאדערט נישט צופיל ארבעט.

לאמיתו של דבר איז נישט רעאליסטיש צו ערווארטן קיין אקאדעמישע מחקרים אויף אידיש ווילאנג עס איז נישט דא קיין אידישע אקאדעמיע וק"ל (אפילו קוואדראט איז מסתמא פסודו-מחקר וואס וואלט נישט געפעסט אין א אקאדעמישן זשורנאל)
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 373
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:08 pm

מיימון האט געשריבן:...איז עס שטארק מערקבאר מיט זייער שלעכטע טראנסלאציע. דער נייער מאגאזין (אויך איידערן ליינען) זעט אויס צו זיין דער זעלבער געדאנק, צוזאמגעשטעלט אין איילעניש, געכאפט אפאר ארטיקלען איבערגעטייטשט צוגעלייגט גרעפיקס, און היידא.

מאן יימר? און פון וואו נעמסטו דאס? ווי אזוי קען מען זעהן פון דעקל, אז זיי האבן געגעבן "א כאפ צוזאם" אפאר ארטיקלען? און ווער זאגט בכלל אז עס טרעינסלעיטעט?
איך האב נישט קיין אנונג, איך וויל נאר וויסן ווי אזוי מען קען פאר'משפט'ן דעם אויסגאבע דורך איר דעקל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לבי ובשרי אום זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 11:41 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 653
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 350 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:26 pm

אין אנדערע נייעס...

"עס ווערט געזוכט א געלונגענע שרייבער איבערצוזעצן יוטיובס אויף אידיש פאר גוט באצאלט, פאר מער אינפארמאציע רופט: 212-345-6789."
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4257
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3566 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 4:41 pm

מיימון האט געשריבן:ווער עס ווייסט ווייסט אז די אלע אידישע מאגאזינען פארמאגן כמעט נישט קיין אייגן צוזאמגעשטעלטע ארטיקלען נאר טוען בלויז טרענסלעיטן פון ענגלישע ארטיקלען אנליין. אין דער בליץ איז עס שטארק מערקבאר מיט זייער שלעכטע טראנסלאציע. דער נייער מאגאזין (אויך איידערן ליינען) זעט אויס צו זיין דער זעלבער געדאנק, צוזאמגעשטעלט אין איילעניש, געכאפט אפאר ארטיקלען איבערגעטייטשט צוגעלייגט גרעפיקס, און היידא. די גוטע נייעס איז אז עס קען אזוי אנגיין אסאך שטערקער ווי א עכט גוטע קוואליטעט אויסגאבע וויבאלד עס פאדערט נישט צופיל ארבעט.

לאמיתו של דבר איז נישט רעאליסטיש צו ערווארטן קיין אקאדעמישע מחקרים אויף אידיש ווילאנג עס איז נישט דא קיין אידישע אקאדעמיע וק"ל (אפילו קוואדראט איז מסתמא פסודו-מחקר וואס וואלט נישט געפעסט אין א אקאדעמישן זשורנאל)

מיימון. און ארי נוהם: מ'דארף געדענקען אז אין די אידישע גאס איז פארהאן אזא זאך ווי קריטיקער און קריטיקירער. די ערשטע זענען מענטשן וואס זענען לכאורה פראפעסיאנאלן אין די ליין פון זשורנאליזם און שרייבן. און זיי זאגן ארויס זייער אומאפהענגיקע, פראפעסיאנאלע מיינונג איבער א פובליקאציע אדער מעגעזין. ווען איינער אדער א גרופ קומען ארויס מיט א נייעם זשורנאל אדער מעגעזין דארפן זיי אדורכגיין די פראפעסיאנאלע קריטיק פון די וועלכע זענען ממונה דערויף (אדער האבן זיך אליינס ממנה געווען). דאס קען נאך א יעדער פארטראגן ווייל סוכ"ס איינער וואס געט ארויס א זשורנאל וויל דאך אז דער עולם זאל הנאה האבן דערפון, און ס'זאל זיין פראפעסיאנאל אהערגעשטעלט...!

אבער די צווייטע גרופ, די זעלבסט געקרוינטע קריטיקירער, וועלכע זענען עפ"י רוב בעלי תשובה למחצה לשליש ולרביע שלא שנו כל צורכם (אנטשולדיגט), און זיי וועלן אייביג אנקוקן א יעדע ערשיינונג מיט א בליק פון חושש זיין אז ס'איז נישט גענוג פרום, אדער ח"ו פארדארבן -- זיי אליינס ווייסן אויך נישט פונקטליך פארוואס, אבער דאס איז ביי זיי א נאטורליכער אינסטינקט -- ווארפן זיי אייביג אריין א קלאץ און ברענגען אויף חששות אז דאס געשריבענע ארטיקל אדער דער ניי געדרוקטער זשורנאל איז נישט אויסגעהאלטן לויט זייער השקפה, און זיי טוען באאיינפלוסן דעם דעת הקהל. דערפאר האבן די מחברים און פאבלישערס מורא ארויסצוקומען מיט די אמת'ע רעזולטאטן פון זייערע מחקרים און ריסוירטש. זיי ווילן ענדערש ברענגען פארווע נייעס און ארטיקלען, כדי צופרידנצושטעלן די קריטיקירער...!

דאס איז געווען דער פאל מיט די מאמענט/שפאקטיוו מעגעזין בראשית דרכם. זיי האבן געהאט זייער א גוטן קוואליטעט פראדוקט. אבער ווען די געוויסע ...! קריטיקירערס האבן זיך צולאזט האט עס אנגעמאכט א גרויסן טומל. און די רבנים זענען נאכגעטאנצן און באלד ארויסגעקומען מיט איסורים וחרמות.

אפילו דער מאמענט, וועלכער איז לכאורה גאנץ א גוטער מאגאזין (אויסער די זיסע סאטמאר'ע פראפאגאנדע וואס ער פארקויפט א יעדע וואך) איז אויכעט נשפע געווארן פון די פאררוקטע ערשיינונג פון די בעלי תשובה פון ראקלענד קאונטי. ווען ער ברענגט היסטארישע בילדער פון די וועלט, פארווישט ער רוב פון די הייזער און מענטשן, אויס מורא אז די זעלבע חברה וועלכע האבן געוואלט אונטערברענגען דעם מאמענט וועלן זיך נעמען צו זיינע ביינער אויך. נאר ביי דעם פאל פון מאמענט, זענען דא גענוג משוגעים אין די אייגענע סאטמאר'ע רייען אין וויליאמסבורג, וועלכע ווילן אונטערברענגען דעם מאמענט... ממילא מוז ער זיך שטארק באגרעניצן. דאס זעלבע איז אויך מיט א יעדן איינעם, אריינגערעכנט דער "אינטערעסאנט" מעגעזין...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14400
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9422 מאל

הודעהדורך רימון » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 6:12 pm

מחזור המפורש איז שוין געווען אויף קול מבשר, מאמענט און נאך.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

Re: "אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

הודעהדורך היטשער » זונטאג אקטאבער 14, 2018 3:11 pm

חשון תשע"ט נומער 2בילד
היטשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 15, 2018 8:00 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » זונטאג אפריל 21, 2019 11:55 pm

כ'האב דעם יו"ט געלייענט דעם "אינטערעסאנט" צום ערשטן מאל, און כ'האב הנאה געהאט פון דעם אינטערוויו מיט הג"ר משה גרין. כ'האב שוין אמאל געלייענט אן אינטערוויו מיט דעם ראש ישיבה (דוכט זיך אין מאמענט), אבער ס'איז נישט צוגעקומען צו דעם יעצטיגן.

כ'בין נישט קיין חסיד פון דער אויסגאבע, אבער ווען אן ארטיקל איז גוט דארף מען עס לויבן. (כ'האף נאר אז דער ארטיקל איז נישט ק/פ פון אן אלטן אינטערוויו.)
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10521 מאל

"אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

הודעהדורך אמת וצדק » דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 11:28 pm

אינטערעסאנט גייט אן מיט א ברען!

זיי שטעלן זיך אהער אלץ א ״איידעלע״ אויסגאבע, דהיינו זיי האלטען זיך צו זייער סטייעל צו באשרייבען בעיקר קאפיטלען אין אידישע היסטאריע אבער אויך וועלטליכע ידיעות, און תורה׳דיגע ארטיקלען, די ארטיקלען זענען נישט צו לאנג, עס ליינט זיך גרינג אין געשמאק, און איז על פי רוב אינטערסאנט.

דאס איז זייער אנדערש פונעם מאמענט, שטערן, אדער סיי וואספארא אויסגאבע, דאס איז געאייגענט פאר בחורים יונגעלייט און עלטערע אידן וואס גלייכען זיך אנצוזאפן מיט אינטערעסאנטע אינפארמאציע.

איך וויל וואונטשען די ארויסגעבער אסאך הצלחה אויף ווייטער.

דא קענט מען זען די נייעסטע אויסגאבע פון חודש טבת, און אפאר עלטערע:
בילד
בילד
בילד
בילד
בילד
בילד
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 6:50 pm

גייט אן מיט אשטארקייט אבער זענען זיי אביעקטיוו? זיי צענזורירן פאקטן ווי אלע אנדערע אויסגאבעס?
למשל די מאנאט באשרייבן זיי די נסיעה פון שינאווער רב קיין אר"י, וועלן זיי שרייבן די אמת'ע סיבה פון זיין פארן?
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 638 מאל

Re: "אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

הודעהדורך אמת וצדק » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 7:12 pm

מנחם ציון האט געשריבן:גייט אן מיט אשטארקייט אבער זענען זיי אביעקטיוו? זיי צענזורירן פאקטן ווי אלע אנדערע אויסגאבעס?
למשל די מאנאט באשרייבן זיי די נסיעה פון שינאווער רב קיין אר"י, וועלן זיי שרייבן די אמת'ע סיבה פון זיין פארן?
ערגער ווי אנדערע זענען זיי נישט, בעסער? איך וועל מעיין זיין אינעם ארטיקל בנוגע שינאווע רב׳ס נסיעה.
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 7:21 pm

אמת וצדק האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:גייט אן מיט אשטארקייט אבער זענען זיי אביעקטיוו? זיי צענזורירן פאקטן ווי אלע אנדערע אויסגאבעס?
למשל די מאנאט באשרייבן זיי די נסיעה פון שינאווער רב קיין אר"י, וועלן זיי שרייבן די אמת'ע סיבה פון זיין פארן?
ערגער ווי אנדערע זענען זיי נישט, בעסער? איך וועל מעיין זיין אינעם ארטיקל בנוגע שינאווע רב׳ס נסיעה.

אויף דעם האט דער רבי געוויינט... ס'וועט קומען א צייט וואס די שוואכע וועט מען האלטן אלץ שטארקע, אז אז מען וועט שוין נישט וויסן וואס שוואך מיינט.
ער איז שוואך, אין זיי זענען אויך שוואך. און ס'איז שוין בעסער אז זיי זאלן נישט ערשיינען מתחלה
דאס צענזורירן היסטאריע איז אן עוולה נוראה
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 638 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 9:15 pm

מנחם ציון האט געשריבן:גייט אן מיט אשטארקייט אבער זענען זיי אביעקטיוו? זיי צענזורירן פאקטן ווי אלע אנדערע אויסגאבעס?
למשל די מאנאט באשרייבן זיי די נסיעה פון שינאווער רב קיין אר"י, וועלן זיי שרייבן די אמת'ע סיבה פון זיין פארן?

נו דערצייל
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1167
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » זונטאג יאנואר 03, 2021 3:01 pm

חתם סופר האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:גייט אן מיט אשטארקייט אבער זענען זיי אביעקטיוו? זיי צענזורירן פאקטן ווי אלע אנדערע אויסגאבעס?
למשל די מאנאט באשרייבן זיי די נסיעה פון שינאווער רב קיין אר"י, וועלן זיי שרייבן די אמת'ע סיבה פון זיין פארן?

נו דערצייל

וואס?
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 638 מאל

הודעהדורך קלונימוס » זונטאג יאנואר 03, 2021 3:20 pm

מנחם ציון האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:גייט אן מיט אשטארקייט אבער זענען זיי אביעקטיוו? זיי צענזורירן פאקטן ווי אלע אנדערע אויסגאבעס?
למשל די מאנאט באשרייבן זיי די נסיעה פון שינאווער רב קיין אר"י, וועלן זיי שרייבן די אמת'ע סיבה פון זיין פארן?

נו דערצייל

וואס?

וואס איז די אמת'ע סיבה פארוואס שיניעווער רב איז געפארן קיין ארץ?
קלונימוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

Re: "אינטערעסאנט" - נייע חודש'ליכע אויסגאבע

הודעהדורך אמת וצדק » זונטאג יאנואר 03, 2021 3:22 pm

קלונימוס האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:גייט אן מיט אשטארקייט אבער זענען זיי אביעקטיוו? זיי צענזורירן פאקטן ווי אלע אנדערע אויסגאבעס?
למשל די מאנאט באשרייבן זיי די נסיעה פון שינאווער רב קיין אר"י, וועלן זיי שרייבן די אמת'ע סיבה פון זיין פארן?

נו דערצייל

וואס?

וואס איז די אמת'ע סיבה פארוואס שיניעווער רב איז געפארן קיין ארץ?
איך קום באלד אריין קלאר.
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 4:28 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » זונטאג יאנואר 03, 2021 3:32 pm

פאר די וואס קענען נישט אויסווארטן קענען זיך פארקוקן דא
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 638 מאל

הודעהדורך מרדכי מרדכי » זונטאג יאנואר 03, 2021 10:57 pm

מנחם ציון האט געשריבן:פאר די וואס קענען נישט אויסווארטן קענען זיך פארקוקן דא

איז עס דא אין א שענערע כתב?
איז דא נאך אזעלכע אינטערעסאנטע ביכער?
מרדכי מרדכי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

נעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט