לעיקוואד האט געשריבן:ברזלי הגלעדי האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:לא הבנתי, מאיפה לך שיש כזה מושג "אמונה שלמה" שמחוייבת יותר מאמונה סתם. וויל סשטייט אין סידור? לאו מר בר רב אשי חתום על זה.
ווי שטייט אין רמב"ם לגודל רשעתם? עס קען זיין איינער וואס גלייבט נישט וועגן רשעות, אבער דו רעסט דאך פון איינער ואוס האט באמת ספקות, איז נישט פון עם רעדט דער רמב"ם.
איך וייס נישט וואסארא חיוב אדער ענין איז דא צו טראכטן כסדר אפשר נישט. אה"נ א קלוגער מענטש איז אלעמאל מסופק אביסעל. נאר כל זמן ער פירט זיין לעבן לויטן אמונה איז דאס אמונה שלמה. אויב פירט ער זיין גאנצע לעבו אליבא דאמונה הזו. אמונה שאינה שלמה וואלט געווען איינער וואס פירט נישט זיין גאנצע לעבן לפי אמונה נאר האלב.
שאלתי ובקשתי פארוואס איז איוד וואס איז מסופק אבער פירט זיך עפ תורה נישט פארעכנט אלס א יהודי כשר( עפ הלכה)
די רמבם איז אין הלכות תשובה, און וואס מיינט דאס אז איינער גלייבט נישט וועגן רשעות אטי בשופטני עסקינן בעצם גלייבט ער נאר פאר רשעות גלייבט ער נישט
איך קען נישט אזא הלכה. עס איז אפשר דא א הלכה אז אן אפיקורס אפילו ער טוט מצוות ווערט נישט פארכענט פאר יהודי כשר (וגם בזה יש מקום רב להסתפק, ווייל אויב איז ער אן אפיקורס פארוואס טוט ער מצוות? ואכמ"ל), אבער א מסופק? מאן דכר שמיה.
איך קען דיר זאגען, בלי ספק, אז דער רמב"ם, דער בעל שם טוב, אדער סיי וועלכע גדול דו ווילסט, וואס איז געעוון א קלוגער מענטש, האט געהאט ספקות אין דער אמונה. ספקות מאכט נאכנישט קיין מענטש פאר א כופר ח"ו, אדרבה, עס וייזט נאר אז ער איז א קלוגער מענטש וואס טראכט און נעמטש נישט אן אלץ וואס מזאגט עם באמונה טפשית (אני שם לב עכשיו ש"פשוטה אותיות "טיפשה", וי"ו ויו"ד מתחלפין).
אלא מאי, ווערט די שאלה אויב א מסופק איז נישט קיין כופר, וואס איז דען יא דער גדר פון אמונה, אויף דעם ענטפער איך אז דער גדר איז כל זמן ער גלייבט אויף גענוג אז בפועל בעיסט ער זיין לעבן אויף דעם, כלומר ער איז שומר תורה ומצוות, דאס הייסט ער איז א מאמין.
אני מבין שאתה מתכוון ללשון הזה "אלא נכרתים ואובדין ונידונין על גודל רשעם וחטאתם לעולם"
נו, איז דאך קלאר פונ'ם רמב"ם אז דער דין פון אין לו חלק וכו' איז דווקא ווען עס איז לגודל רשעתם, אויב ער איז אן אונס איז דאך נישט מעגליך עס צו רופען רשעות, (ודלא כגר"ח מבריסק), פרעגסטו ווי איז שייך א כופר ברשעות, עס איז נישט אזוי שווער זיך פארשטעלן, למשל איינער וואס איז כופר נאר וועגן תאוות, אדער יודע את רבונו ומתכוון למרוד בו, וכו' וכו'. אויב פארשטייסטו נישט, אשרי חלקך, בפועל זענען דא מענטשען ואוס פארשטייען יא. און אויף זיי זענען געזאגט געווארען די שטרענגע רמב"ם'ס.
הרב לעיקוואד
אני בעניי פארשטיי נישט וואס די זאגסט, די האלסט אז אן אפיקורוס איז נאר איינער וואס האלט 100% אז עס איז נישט דא קיין גאט אדער אז ער איז זעכער אז די תורה איז נישט מסיני.
און אז איינער גלייבט 80% וויבאלד דאס איז געניג אז ער זאל היטען תורה ומצוות איז ער א יהודי כשר אבער אויב ער גלייבט נאר 78% איז ער א אפיקורוס. אגב עס וואלט געווען א נייעס פאר מיר אז די רמבם האט געהאט א צד אז השם איז גוף וגוויעה
יודע את בוראו איז צריך ביאור ווער איז זיך מתחצף פאר א קעניג ווען ער גייט געהארגט ווערן