זר זהב האט געשריבן:חריף און חמס קומט פון די מידעל איסט, עז פאר איי נאו האט עס גארנישט מיט אידישע עסן. די אראבער עסן דאס אויך
און פיצא שטאמט פון איטאליע איז וואס? מיר האבן די הייליגע מנהג צו שטיין אין א לאנגע ליין מוצאי שבת ווארטענדיג אויף א הייס שטיקל חמין זיכער שטעקט דערין סודות נוראים.
לאדיך אפ האט געשריבן:ביי דע וועי, פארוואס איז קוגל און פערפל א מנהג פאר אונז, אבער חריף און חומוס איז נישט א מנהג פאר אונזערע קינדער? מאי שנא
כ'האב שוין געשריבן ערגעץ אנדערש אז די מנהגי מאכלי שב"ק ביי חסידים איז מקובל פון פריערדיגע צדיקים און האט אין זיך סודות.
ווילסט עסן חריף? געזונטערהייט (טייל פרומע רבנים לאזן טאקע נישט ווייל מען האט דאס נישט געזעהן ביי די טאטעס, אבער ובני ישראל לא שמעו להם), אבער די אנגענומענע מאכלים האבן א הייליגן מקור און עס פאסט נישט סתם צו מאכן חוזק דערפון.
דאכט זיך אז אין די גמרא ווערט גברענגט אז מפלעגט עסן ברויט מיט דיפ ,סא קום מיר נישט זאגען אז טייל ״ פרומע רבנים״ לאזען נישט ...
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
און פארוואס האסטו געטוישט די מיינד נאך קאווע שטיבל?
כ'מיין אז דער מנהג איז אז מען עסט נישט קיין זאכן וואס האט להדיא אריין געמישט קטניות. פארשטייט זיך אז עס אסר'ט נישט במשהו.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
לפי מיטב ידיעתי איז די טעכנעלאגיע פון געפילטע פיש געווען א געניאלע איינפאל צו לייזן די שוועריקייט פון בורר ביים עסן פיש שבת דערפאר האט מען פאר שבת צונומען די פיש אראפגעשינדן די הויט און אוועקגעווארפן די ביינער והיה ליגעפילטע פיש, ממש חזק.
יעצט די יודן וואס לייגן לעת עתה אריין אינעם טעללער א שיינעם סלייס "ביינער פיש" מיט א סלייס "געפילטע פיש" דערנעבן, איז דאך דאס א קלארע תרתי דסתריה, פונדעסטוועגן דאך קומט דער אנטווארט הע מנהג ישראל תורה מ'האט זיך אלץ אזוי געפירט וכו' וכו'.
די עכטע מסורה פון מאכלי שבת איז צו עסן גוטע און רייכע מאכלים העולה על שולחן מלכים, איעדער איינער לפי זיין טאש און אפעטיט, יא מיר טרעפן טאקע אין די תלמוד אז מ'האט געגעסן פיש און פלייש, אבער דאס איז ווייל בדרך כלל זענען די צווויי אלץ געווען חשובע מאכלים, נישט ווייל אזוי הדור קבלוה מסיני.
טאקע צו די שרביטא פון רבא איז געווען הייסע פיש סערווירט אין טאמעטאו סאוס אדער געגרילט מיט חצילים על האש צו מיט אנדערע נישט היימישע אונגארישע מסורהדיגע רעצעפטן זעהט מען נישט קלאר, איז אולי טאקע יא דא א פלאץ צו זאגן אז טאמעטע דיפ איז מקורן פון גאר פריערדיגע, על כל פנים כאטש המוציא מחבירו עליו הראיה אז טאקע נישט.
די אלע רמזים און גימטריות זענען געקומען שפעטער נאכדעם ווס די מאכל איז שוין געווארן היימיש און באליבט ביים ברייטן ציבור, ס'איז זיכער אז די טאג איז נישט ווייט וואס א געשמאקע גימטריא וועט פארבינדען טאמעטא דיפ, חמס אדער סאשי מיט שבת קודש.
איז פערפעל געווען אין די צייטן פונעם ערשטן בית המקדש אדער פונעם צווייטן?
אויך א וועג פון רעכענען אבער מער ערענסטער גערעדט ווערט געברענגט אין איינע פון די ספרים אז אלע מאכלי שבת זענען בגימטריה זיבן יין - בגמטריה 70 - אם נחבר את הספרות של המספר 70 נקבל 7, שזהו בעצם היום השביעי שמרומז ביין. חלה - בגמטריה 43 - חיבור הספרות נותן 7. בשר - בגמטריה 502 - חיבור הספרות נותן 7. דג - בגמטריה 7, כבר ללא חיבור כלשהו. אפילו הנרות של שבת לא ברחו מהעניין ובאור הנרות של ערב שבת יש משהו שאין בנר שמדליקים ביום חול. נר - בגמטריה 250 - חיבור הספרות נותן 7.
קלוג און יונג האט געשריבן:פשוט פשט 'שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך' מיינט נישט דעס און נישט דעס. ס'מיינט נישט נאכגיין א טאטענס מסורה, און נישט א מנהג פונעם ציבור און נישט חז"ל
פשוט מיינט עס, הער זיך צו צו די שטראף רייד פון דיין טאטען, אז ער זאגט דיר פאר נישט העכער די ספיד לימיט, פארוואס האסטו אינוועסטירט אינעם סטאק מארקעט ווען די הייבסט נישט אהן צו וויסען ווי אזוי טרעדינג גייט צו. 'נויג נישט אפ פונעם לערנען פון דיין מאמע, ווייל זי לערנט דיך זאכן וואס זענען געווענליך (religion not withstanding) יסודות'דיג און זייער נוצבאר. רעדן איידל, מענארס ביים טיש, זיין צאמגענומען, sharing, אויסקומען מיט פריינד.
א שיינער באלעבאטישער פשט און פארמאגט מסתמא אן אמת אויך, אבער צו זאגן אז עס "מיינט נישט א מנהג פונעם ציבור און נישט חז"ל" אין דער צייט וואס רש"י און די גמרא זאגן קלאר יא אזוי, איז אביסל, אממ... איך ווייס נישט וואס...
דאס איז דאך וואס די סוגיא אין שבת סג. קומט באווארענען. דהיינו, אז אפילו חז״ל האבן גע׳דרש׳נט אויף א פסוק [חגור חרבך וגו׳ גייט ארויף אויף תורה וכו׳], איז נאך אלס אין מקרא יוצא מידי פשוטו (אונז זעה מיר אז דאס איז געווען א חידוש פאר רב כהנא) ע״ש.
Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
אז מ'רעדט פון מאכלי שבת איז כדאי צו דערמאנען אז גלידה איז אויך בגימטריא 7 במספר קטן.
און אז מ'רעדט פון מסורה איז זייער וויכטיג צו דערמאנען די פייערדיגע ווערטער פונעם הייליגן רמ"א זי"ע אין או"ח סימן רע"א, וז"ל: "לכתחלה יש ליטול ידיו קודם הקידוש ולקדש על היין וכן המנהג פשוט במדינות אלו ואין לשנות". און דער וואס איז יא משנה ח"ו, און ער מאכט קידוש פאר'ן זיך וואשן ח"ו, זאל וואוסן אז ער שפילט זיך מיט פייער! ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)