ווי אזוי ווייסטו דאס? בעסער נאך, וואס מיינסטו דערמיט? וואס איז די גבול פין אהבה וואס דו האסט צו דיין קינד? וואס איז די גבול פין תענוג וואס דו קענסט האבען? איז דא א גבול? וואס איז די גבול פין ציפערן?נולד מאוחר האט געשריבן:מיר מענטשען זענען מוגבל פינטעל.
גבול איז פירוד, פירוד איז מלחמה. אויף וואסערען באזיס פאורטיילסטו אונז צו אייביגע מלחמה? פארוואס טראכסטו בכלל אז די וועג פין מרגיש זיין די מציאות באופן מושגי השכל, איז די איינציגסטע וועג? ווער פסקנ'ט דאס, די שכל? א שיינע מעשה. ווען א ווארעם עסט זיך אריין אין חריין, מיינט ער אז עס איז נישט דא קיין בעסערס.
די נאז ווייסט נישט עפעס אנדערש ווי שמעק, און דער שכל ווייסט נישט עפעס אנדערש ווי שכל. אבער באמת לאו דוקא, די חוש השכל איז אנדערש ווי די חוש הריח. די שכל איז דאך דאס וואס איך ניץ דא דיר אויפצווייזען אז דער שכל איז נישט קעניג. הייסט דאס אז אין שכל זעלבסט, איז שוין אריינגוועבט יא עומד צו זיין פין א מציאות אינדרויסען פין איר. און פארשטיין אז עס איז נאר א כלי מכשיר מרגיש צו זיין מציאות. עס איז נישט די מציאות אליין. עס איז נישט די אמיתות המציאות אליין.
חוץ מיין טענה פין "מהיכי תיתי", איז אויך דא די טענה אז ווען מען איז זיך מתבונן און מעמיק אין אלע אונזערע הגדרות/הגבלות זעהט מען אז עס שטימט פשוט נישט. ווען מען איז זיך גוט מתבונן אין זמן זעהט מען אז מצד די הגדרות וואס מיר האבען אויף זמן, איז נישטא אזא זאך ווי הוה. דהיינו פונקט ווי ווען מען צטיילט א חפץ, איז נישטא קיין דריי חלקים, די זעלבע ווען מען צוטיילט זמן זעהט מען נאר פריער און שפעטער. די קשיא ווען איז חצות איז א גיטע משל דערצו, וואו איך האב דאס שוין געשריבען אין אן אנדערען אשכול. מיר זענען נישט מקפיד דערויף ווייל די קשיא מאכט נישט קיין סתירות אינעם טעגליכען לעבן. מיר לעבן אסאך מיט בערכ'דיגע הגדרות, און מען קען אנגיין. ועוד יש להאריך בזה.
ויש לטעון אז לכאורה די גאנצע נושא איז מים שאין להם סוף. מיר קענען אייביג חושש זיין אז מארגען וועט מען געוואויר ווערען פארקערט. אבער לענ"ד איז די תירוץ אז די עומק פין די ענין פין בלי גבול איז טאקע דאס ממש. מיר ווילען זיך אפלאזען פין זיין משיעבוד צו א כלי מכשיר וואס האט אינז בכלל נישט משכנע געווען אז דאס איז מציאות כשלעצמו. מיר ווילען פשוט לעבען די מציאות כמו שהוא. איידער די שכל האט זיך אזוי שטארק ארויפגעזעצט אויף אונז. שטיפ מיך נישט אריין אין קיין שאכטעלע, ביטע.
די גדרי השכל ארבעטן זייער פיין אויף צו פירען אונזער טאג טעגליכע געברויכען. דאס איז ווייל די אלע געברויכען האבען מיר זיך אויסגעשטעלט לויט די הגדרות השכל. דהיינו די געברויכען זענען מצד דעם שכל וגדריה. אבער עס איז דא געברויכען וואס זענען מצד די מציאות וואס איז ברייטער פין שכל. די געברויכען קענען נישט מסודר ווערן מיטן שכלדיגע לעבן. א שטייגער ווי מאטעמאטיקע זאל ערפילען די געברויכען פין אהבה.
נאר ווען מיר וועלן לעבן אינדרויסען פין די באצוימונגען פין שכל, דהיינו לעבן מיטן בלי גבולדיגער מציאות, וואס דאס מיינט לעבן מיט גאט, מיטן אין סוף, מיטן בלי גבול, דעמאלטס איז עוז וחדוה במקומו. דאס איז אלעס וואס מען רעדט ווען מען זאגט דבוק זיין בה'. דער אייבערשטער איז נישט עפעס א געוויסער מושג. דער אייבערשטער איז די ענין פין זיין אינדערויסען פין מושג און גבול. עס איז נישט קיין אמונה אין "עפעס", עס איז א וועג פין לעבן אינדערויסען פין הגבלה. אמונה איז דביקות זאגט דער בעשה"ק. עס איז נישט קיין מחשבה פין עפעס א מין קאנצעפט. עס איז א וועג פין זיין. הוי"ה ב"ה. עס איז פשוט זיין אינזער אייגענעם שורש. דאס וואס מיר זענען באמת. אין שפראך פין חסידות, רופט מען דאס אראפשיילען אלע קליפות [הגבלות וצימצומים] און דאן איז שכינה מער נישט אין גלות עס ווערט נתגלה אונזער בלי גבול.