קלוגשאפט!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

קלוגשאפט!

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 09, 2013 9:39 pm

איך וואונדער מיך אפט מאל וואס איך וואלט אויסגעוועלט ווען גאט גיט מיר ווען די ברירה אויסצווועהלן צווישן עושר, חכמה, און אריכות ימים. ווען איך בין א קינד געווען און געלייענט די געשיכטע פון שלמה המלך ווי דער אויבערשטער האט אים אין חלום געגיבן דעם אויסוואהל זיך אויסצוקלייבן צווישן די פריער דערמאנטע זאכן האב איך תיכף געטראכט פון אריכות ימים. מיך איז אפנים זייער שווער געווען, ציוואס ער האט געבעטן חכמה. וואס הייסט? דאס לעבן איז דאך אזוי גוט. פארוואס האט ער נישט ליבערשט געקליבן אריכות ימים. מ'קען לעבן לאנג. האבן א באנטש אייניקלעך און זיין די עלטסטע זיידע אין טאון. אבער היינט צוטאגס טראכט איך מיר א שאד איך בין נישט געלעגן אין שלמה'ס בעט. נאכמער, עס וואונדערט מיר גאר, וואס די שאלה איז בכלל געווען דא. ממילא אריכות ימים איז אפשר נאך דא א דערהער. אבער עשירות געגן חכמה??

נאך א שאלה וואס איז מיר אצינד נאכאלץ שווער. וואס איז די אויפטוה אז וויבאלד וואס שלמה האט געבעטן חכמה, דערפאר האט אים גאט געגיבן אלעס.. אז מ'טראכט אריין. אמת'דיג גערעדט. א מענטש וואס האט באמת חכמה האט שוין אויטאמאטיש אלעס. קודם האט ער שכל וויאזוי צו היטן אויף זיין געזונט און פארבעסערן זיין לעבנס ערווארטונג, וואס בדרך הטבע איז דאס די מיטל וויאזוי זיך צו פארזיכערן מיט אריכות ימים. און נאכדעם אז גאט זאגט אים צו חכמה, איז דאך עס אוודאי חכמה אין אלע גבולים. נו אויב אזוי, אזא חכם, קען זיך לייכט א עצה געבן וויאזוי צו לייזן א גרינגן דאלאר, און זיך פארזיכערן מיט א אנגעשטאפטן מאטראץ. נו מילא, וועסטו דאך אוודאי זאגן. 'העי, טראצדעם וואס ביי עשירות קען מען נאך טאקע זאגן אז לפי אונזערע אויגן, קוקט עס אויס טבע.. איז דאך אבער אריכות ימים יא מער געוואנדן אין הימלישע פירונג. און דא גיט דאך אים גאט א מעגליכקייט אויסצוקלייבן זיכערע אריכות ימים?! איז אבער נאכאלעם נאך אלץ א קלוגערע שריט מצד שלמה אויסציוועהלן חכמה, וויבאלד דורך חכמה האט ער "נאטורליכערהייט" די אנדערע צוויי אויך. משא"כ אויב נעמט ער אריכות ימים, האט ער טאקע זיכערע אריכות ימים גאט-גאראנטירט. אבער נישט חכמה און נישט עשירות. און סתם אזוי, אפשר זאגסטו מיר וויאזוי ס'פיהלט זיך א לעבן אהן חכמה. נ

אבער באמת ווי מער איך לעב, אלץ מער קום איך צו צום מסקנא אז ס'איז בעצם פונקט פארקערט. ווי מער חכמה מ'האט אלץ ווייניגער איז דער שאנס אויף אריכות ימים און עשירות. עשירות דארף איך ענק נישט מסביר זיין. כאפט א בליק ארום אייך, און אפשר אויך אויף אייך אליין. און אריכות ימים אויך. מען פארלאנגט מער פון די וועלט. די ערווארטונגען זענען הויך. צופרידנהייט איז נידריג. מען זוכט נאכאנאנד פרישע זאכן מיט וואס זיך צו באשעפטיגן. מען זעהט אסאך די חסרונות אין זאכן. חברותא איז א קלענערע צירקל. גייסטישע קראנקהייטן זאגן זיי איז אפטמאל ליקנ'ד צו הויך איי קיו. א"נ. אבער נאך אלע זאכן, ביי די ענד אף די דעי. וויל מען נאך אלץ זיין קלוג. איך ווייס נישט איבער אייך, אבער לאמיך רעדן פון מיר. איך האב א אויסטערלישע דראנג און אבסעשן צו זיין קלוג, צו ווערן קלוגער, וויסן, פארשטיין, און געדענקען אלעס. אלץ געהאט! און ווי עלטער איך ווער אלץ שטערקער ווערט די אבסעשן. און ווען א יך זעה איין געוויסע פעלדער אין וואס איך צייכן זיך נישט אויס, ווער איך גאר אראפגעקלאפט. איך וועל אלעס טוהן אויף די וועלט צו ווערן קלוגער... איך דארף נישט קיין געלט. (אריכות ימים יא! איך וויל פשוט צייט איינצונעמען די גאנצע אינטערנעט) איך דארף נישט כבוד, באלד דארף איך שוין אפ' נישט קיין פאמיליע. אויב אין דעם וואלט זיך געוואנדן מיין עבילעטי צו ווערן קלוגער. נאך מער שטעכט מיר איינצוזען אז מ'קען נישט ווערן קלוגער. ד.ה. מ'קען נישט ארויפרוקן איי קיו. מ'קען נאר אויסשארפן בעסער די חושים, און פארבעסערן עקספיריענס. פארשטייט זיך חזר'ן אויך. (ווי מיין מלמד פלעג גריזשען) עכ"פ. איך בין ממש אבסעסד מיט חכמה. ווען איך טרעף מיך מיט מענטשן וועל איך די ערשטע זאך אים באטראכטן און זיך פרעגן. "וואס מיינסטו? וויפיל איי קיו פארמאגט דער מענטש?" וואס קען ער אלץ, אין תחום פון אינטעליגענץ ?.. און וועל איך וועל באגעגענען א דזשיניעס. א קלוגע מענטש, וועל איך מיך פאסמאקעווען יעדע מינוט מיט אים. (פארשטייט זיך אויב איז ער גענוג פריינדליך)

און הער אויס, איך האלט נישט אז ס'איז א חסרון אין מיר. ווייל אז דו וועסט מיר פרעגן, יא! חכמה איז די יסוד פון א מענטש. ווי מער חכמה, אלץ מער נוצן האט די וועלט פון אים. און אלץ מער נוצן האט ער פון די וועלט, אויב ווייסט ער נאר וויאזוי אויסצונוצן זיין חכמה, (און זיך נישט לאזן פירן פון אנדערע, וואס צווינגען אים צו לעבן לויט וויאזוי זייער (קלענערע) חכמה דיקטירט. אמת, פאר קלוגע מענטשן איז גאר שווער צו לעבן א לעבן וואס א צווייטער האט אויספלאנירט פאר זיי. אדער סיי וועלכע לעבן וואס עמיצער אנדערש האט אויסגעטראטן פאר אים. ער מוז אליין אנערקענען אז די לעבן אין וועלכן ער לעבט מאכט אים צופרידן. און ווען עס גייט דורך א קורצע צייט און ער טרעפט זיך ווידער אומצופרידן, וועט ער צומאל קענען ווידער מאכן דראסטישע טוישונגען כדי ער זאל נאכאמאל זיך טרעפן גענוג ביזי, און שפירן גענוג סיפוק אין חיות אז ס'זאל אים באפרידיגן זיין איצטיגן לעבנסשטייגער. פארשטענדליך אז אין רעזולטאט פון אט אזא הנהגה, ליידן נאר זיינע ארומיגע, ווייל זיי למשל קענען יא לעבן א לענגערע צייט מיט איין און די זעלבע פארעם, "וואס נישט דוקא זיי האבן זיך אויסגעשטעלט" און קען אפ' זיין אין אזא פאל קוקט מען דעם קלוגער אן ווי א "איבערגעקלוגטער" און אויסגעשפיגענער פון זיין געווענליכע ארום צוליב זיין מאדנע פירונג, אבער דאס איז בי די ענד אף די דעי. דער רעצעפט אין לעבן וואס געט סיפוק פאר דעם קלוגן. דער שטיקל איז סתם אריינגעקומען בדך אגב צוליב דעם אפטן פענאמען אז גאר קלוגע פאלן ארויס פון סאסייעטי. דאס איז נישט די סיבה דערפאר, נאר א פסיכילאגישע הרגשה פון דעם באטראפענעם.)

ווי אויך האלט איך אז טראץ אלע מעגליכע דעפרעשנס און דיסארדערס וואס חכמה קען אנווערטשאפן איז עס נאכאלץ דאס בעסטע מתנה וואס א מענטש קען זיך וואונטשן אויף די וועלט. חכמה איז דאס וואס ברענגט ווילן און דערנאך מעגליכקייט און עווענטועל קענטעניס צו וויסענשאפט. וויסענשאפט איז דער יסוד אויף וואס די עקזיסטענץ פון די וועלט איז געבויעט. אין יעדן תחום פון ציוויליזאציע. נישט נאר איז חכמה די גרעסטע טובה וואס דער אינדיווידועל ברענגט פארן כלל, נאר אויך איז חכמה די גרעסטע בענעפיט פארן אינדיווידועל פערזענליך. אויב באקומט ער א גוטע עדיוקעישן אין די יוגנט. וועט ער דעם חכמה אליין אויסנוצן צו פארבעסערן זיין עטיק צו אנדערע מענטשן. ער וועט אליין איינזען און פארשטיין געזעלשאפט-כללים וויאזוי א מענטש דארף זיך פירן צום צווייטן. דאס קלוגשאפט וועט אים העלפן נעמען א לעהרע פון יעדע פאסירונג און איבערגאנג וואס וועט פארביי גיין אויף אים אין זיין לעבן. און דאס וועט אים בלויז בויען. ווידעראום ביי נארישע מענטשן וועט יעדע קלאפ און טראגעדיע נאר צעקלאפן און דערדרוקן.

א קלוגער וועט פון יעדע זאך ארויסנעמען די קלוגע מוסר השכל און דערמיט זיך באוואפענען ווי א וואקסין צו קענען בייקומען ווייטערדיגע שווערערע שטערונגען אין לעבן. אזוי אויך וועט א קלוגער זיך האלטן כסדר ביזי און פרייליך ווען ער גייט אדורך א שוועריגקייט. א קלוגער קען זיך אין אלגעמיין בעסער טרעפן חבירים און פארעהרער ווי א דורכשניטליכער מאן. און אזוי אויך קען ער זיך לייכטער אן עצה געבן ווען ער קומט אן אין א נייער פלאץ. א קלוגער וואס וויל דאס לעבן זאל זיין גוט צו אים, וועט זען צו באהאנדלען גוט זיינע נאנטע פריינט און פאמיליע. א קלוגער וועט אייביג זיין גרייט צו לערנען פון אנדערע. (אזוי לאנג ווי יענער קריכט אים נישט אריין אין בוזעם טאש צו קאנטראלירן דאס לעבן) בעסער געזאגט "הערן פון אנדערע" ווי זאגט נאר יענער: עצות זאלסטו נעמען פון יעדעם. טוהן זאלסטו וואס דו האלטסט איז די בעסטע". א קלוגער וועט זיך נישט פארלירן דארט ווי מען דארף מאכן א געשיקטע אבער ראציאנאלע באשלוס. אין קורצע ווערטער. א קלוגער וועט מיטן שכל פון מח, באהערשן זיינע געפיהלן פון הארץ וואס טוען אפטמאל פארראטן דעם מענטש אין צייט פון נויט. א קלוגער וועט זוכן צו מאכן די ריכטיגע בחירה אין ארדער צו פארבעסערן זיין לעבן אויף די וועלט. און צום לעצט, א קלוגער איז א וועגווייזער פאר אנדערע אים נאכצופאלגן אין גיין אין זיינע פיסטריט.


און קלוגשאפט איז אן עבירה צו לאזן ראסטעוון. אויב שפירט עמיצער אז ער שטייט אביסל העכער ווי די חבירים וואס ער טרעפט יעדן טאג אין ביהמ"ד. מיין נישט אז ס'איז א דמיון. ס'קען זיין אמת. פאטשקע נישט דיין צייט, און גיי טוה עפעס אויף מיט דיין חכמה. זע אין וואספארא פעלד דו קענסט מצליח זיין און זיך ארויף בויען. און דארט זאלסטו קובע מקום זיין און עפעס אויפטוהן. ווייל אזויפיהל איז זיכער. חכמה וואס מ'נוצט נישט. ראסטעוועט און דזשאווערט. ווי מער דו וועסט שארפן אלץ מער עפעקטיוו איז ער. און דאס נוצן די חכמה, דאס געט די מערסטע סאטיספאקציע פאר א מענטש. איך האב לעצטנס געזאגט עמיצן אז איך וואלט אויסגעגאנגען צו ווערן געבוירן מיט א מח פון א פיזיקער אדער מעטאמעטישן. פרעגט ער מיר "פארוואס? ווייל דו וויסט זיין א סייענטיסט? אדער דו ווילסט האבן דעם כבוד און פרעסטיזש פון א סייענטיסט. איך האב מיך אפגעשטעלט פאר א רגע און קודם נישט פארשטאנען וואס ער מיינט... אבער ער האט געפרעגט זייער א שכל'דיגע שאלה. און כ'האב מיך אויף אן אמת געשטעלט אויף א פארהער. אבער ניין. ווען איך לייען אדער וואטש א קליפ פון סייענס. בייאלאגיע, פיזיק, אדער לינגוויסטיק און איך פארשטיי עס נישט באדערט עס מיר באמת. אפטמאל טראכט איך, הלוואי וואלט איך געגאנגען אין קאלידזש און געהעריג שטודירט א געוויסע פעלד. איך קוק מיך ארום און איך קען באמת נישט טרעפן איין זאך וואס געט מיר ריכטיגע סיפוק.. סיידן זיצן אויף די אינטערנעט און לייענען שעות נאכאנאד. אבער ס'שטעכט מיר. פארוואס נאר דאס.. פארוואס נישט נאך. איך האב געמאכט א אייקיו טעסט (איך וויל נישט זאגן די רעזולטאט ברבים) און ס'האט מיר געשטאכן. פארוואס נישט מער?.. איך האב אנגעהויבן סוירטשן אויף די אינטערנעט אויב איז דא געוויסע דיסארדערס אדער דיזיזעס וואס קענען מאכן קלוגער. אבער אהן הצלחה. איין זאך האב איך געטראפן LLI ווי עמיצער האט אראפגעלייגט א געוויסע פארם דערפון אין גאר העלע קאלירן. כ'האב געטראכט מיט צער פאר א וויילע "פארוואס האב איך עס נישט?". אבער ווייטער דאס איז אויך נישט א דיסארדער וואס מ'באקומט שפעטער אין לעבן. לויט ווי איך פארשטיי איז דאס א זאך וואס מ'ווערט געבוירן דערמיט און מ'ווערט שפעטער דיאגנאזט דערויף נאך געוויסע סימפאטמען אין די יוגנט.
http://samantics.net/2010/05/03/low-latent-inhibition/ ס'איז גארנישט אזוי פשוט. דאס אויפכאפן די אלע זייטיגע קלייניגקייטן זענען שרעקליך נערווירנד און שטערן אמאל די עיקר צענטער פון קאנצערטראציע. אבער ס'קוקט פונדעסטוועגן אויס ווערטפול.
נו איין זאך וואס איך קען כאטש יא טוהן! דאס איז לייענען, לייענען און ווידער לייענען.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2813 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 10, 2013 12:36 am

יוסף דעת יוסף מכאוב -דע קנה מה חסר.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3809
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1888 מאל

הודעהדורך תחכמוני » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:09 am

איך ווייס נישט פונקט וואס מיינט ביי דיר קלוג. א שנעלע תפיסה? א גוטן זכרון? א מבין דבר מתוך דבר? א געבילדעטער?
ביי מיר איז א ריכטיגער חכם איינער וואס האט אסאך קענטעניסן. איינער וואס האט די יכולת צו זיין קלוג אבער ברענגט דאס נישט מכח אל הפועל לא לחכם יחשב. אויב דו ביזט א נייגעריגער און דו ווילסט וויסן זאכן וואס מען האט דיר נישט אויסגעלערנט אין חדר, און די באגנוגענסט דיך נישט מיטן תירוץ 'מיין רבי האט נישט געזאגט', און אויב האסטו נאך די אמביציע צו נאכגיין דיין אומשטילבארע באגערן און זיך אויסלערנען פילצאליגע חכמות דאן דארף דיך נישט באנג טוהן אויב דו האסט נישט די העכסטע איי. קיו. קוק דיך ארום וויפיל גוטע קעפ דרייען זיך צווישן אונז און עסן אלעס וואס מען פיטערט זיי!

אויב האסטו א דורכשניטלוכער פארשטאנד (אדער העכער) דאן קענסטו דיך אלעס אויסלערנען. די חילוק צווישן א גוטע קאפ און א נישט-אזא גוטע קאפ, איז נאר ווילאנג עס נעמט זיך אויסצולערנען די חכמות. אזוי ווי יעדער קען זיך לערנען צו שפילן אויף אן אינסטרומענט אבער דער וואס האט א נאטורליכער טאלאנט לערנט זיך פיל פיל שנעלער. די סיבה פארוואס די פארשטייסט נישט ווען די ליינסט אמאל איז ווייל עס פעהלט דיר אזויפיל הקדמות אין די פעלדער. די עיקר איז צו ווילן וויסן און צו האבן די אמביציע עס דורכצופירן. א גרויסע טאפ איז נישט בעסער ווי א קליינע טאפ אויב די גרויסע איז ליידיג. אזוי ווי עס קוקט מיר אויס אז דו האסט שוין געמאכט די ערשטע טריט אין די גוטע ריכטונג שטייסטו אסאך בעסער פון די גוטע קעפ וואס פוסטעווען.

דאס וואס דו שרייבסט אז קלוגע מענטשען זענען מער צופרידן, ווייטער מישסטו אויס אביסל. בילדונג העלפט זיכער א מענטש וויאזוי זיך אן עצה געבן אין פילע סיטואציעס, נישט צו פאלן פאר יעדן סקעם, און וויסן וואס צו גלייבן און וואס נישט. אבער קלוגע מענטשען (גוטע קעפ) פאלן אויך פאר סקעמס און גלייבן אין יעדע אמונה טפילה. וואס ראטעוועט א מענטש פון די זאכן איז נאר בילדונג. מען דארף זיך לערנען וויאזוי זיך צו באהיטן און וויאזוי צו נוצן די שכל. בכלל זענען קלוגע מענטשען נישט מער ערפילט ווי נישט קלוגע מענטשען. קלוגע מענטשען נוצן נישט זייער שכל דוקא צו צוקומען צו זאכן וואס וועלן זיי מאכן דעם לעבן גרינגער. זיי לערנען חכמות לשם חכמות. זיי האבן א נייגעריגע אבסעציע. דער טיפש וואס פרייט זיך מיט א גוטן סענדווידזש און אביסל מוזיק קען זיין מער צופרידן פון זיך ווי דער חכם. דער חכם ליידט פון א מחלה. אים מאכט מוזיק נישט צופרידן. ער מוז טוהן עפעס מער פון דעם און נוצן זיין שכל, אנדערש קען ער ווערן נידערגעשלאגן. חוץ פון דעם וואס אסאך חכמים קומען צום מסקנה פון "הכל הבל". קוק אויף דיין משל פון שלמה המלך אליין. האסט אמאל געלערנט קהלת? עס זעהט דיר אויס ווי א צופרידענער מענטש האט דאס געשריבן?
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"

Thomas Paine -
תחכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 283 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:51 am

קלוג ביי מיר איז דאס וואס איז ביי רוב אנגענומען קלוג. שנעלע תפיסה, גוטע זכרון, און מבין דבר מתוך דבר. און דאס זענען זאכן וואס דער מענטש שפירט נאטורליך. היינט איז אנגענומען אז געווענליך אויב איז איינער גוט אויף עפעס איז ער גוט אויף אלעס, טאקע נישט אויפ'ן זעלבן שטאפל אבער אין כמעט אלע חלקים אין מח וועט ער סקארן הויך. (לויט ווי ער שטייט אויפ'ן סקעיל)

2) דערפאר האב איך טאקע געזאגט אז איך רעד ווען דער חכם האט געהאט א גוטע עדיוקעישן און ער איז אויסגעלערנט געווארן וויאזוי צונוצן זיין חכמה אויף א ריכטיגן אופן. פון די אנדערע סארט חכמים רעדן מיר אפ' נישט. מ'רעדט ווען ער איז נייגעריג און ער וויל זיך אויסלערנען דעם גלייכן וועג. און דאן זאגסטו דאך אליין. די חילוק צווישן דער חכם און דער נאר, ווי ווייט זיי וועלן דערגרייכן מיטן התמדה איז "צייט".
נו וואס איז דען וויכטיגער אין לעבן ווי צייט.. אלץ דרייט זיך ארום צייט.. אבער אין ענדע איז עס דער חכם וואס קומט מער אן.

די נקודה וואס דו זאגסט אז יעדער קען זיך אלעס אויסלערנען. און אלץ האט צוטאן מיט אמביציע בין איך נישט אזוי זיכער דערין.. ווייל למעשה ווענד זיך עס צום סוף אין קאפ. ווי שטארק דיין התמדה זאל נישט זיין, אויב האסטו אבער נישט די כלים דערצו עס אויפצוכאפן, וועסטו קיין פיזיקער נישט ווערן. באהוק און באקרוק.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2813 מאל

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג אפריל 12, 2013 12:39 pm

אז דו האסט א גוטן קאפ, זעץ זיך לערנען אונזערע גייסטישע אוצרות וואס מיר פארמאגן. ווען דו וועסט זיין פארטיג וועסטו צוריקגיין צו די אנדערע חכמות. א סעקולערער חכם איז געווענליך גוט דעפרעסט, לעומת זה א חכם תורני וואס ווייסט אז חוץ קונה זיין נאולידזש גרייט ער זיך אויך אן א שטול אין גן עדן איז געווענליך זייער בשמחה. דאס איז חוץ די געטליכע הבטחה אז פיקודי ה' ישרים משמחי לב.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1753 מאל

הודעהדורך שרגא » פרייטאג אפריל 12, 2013 12:50 pm

ציען צו חכמה איז א געוואלדיגע זאך. עס איז נאך אלעם די "איינציגע" זאך מיט וואס מיר מענטשן זענען מער ווי אלע אנדערע בעלי חיים.

אבער מען טאר נישט פארגעסן אז חכמה אליין איז נישט אלעס, און ווי העשל האט געזאגט: ווען איך בין געווען יונג האב איך ארויפגעקוקט קלוגע מענטשן; ווי איך בין עלטער געווארן האב אנגעהויבן שעצן פיינע מענטשן.

נאך אלעם איז דאס אויך גאר וויכטיג, און זיכער מער טיף איינגעווארצלט אין נאטור פון מענטש. נאר מיט אחדות, נאר מיט'ן זיך העלפן איינער דעם צווייטן, קען קומען פארשריט און א בעסער לעבן.

און באמת זענען ביידע א וויכטיגער טייל פון סורווייוועל און קיום העולם. מיט חכמה אליין וואלטן דאך אלע געזיצן ביי זיך אין בעיסמענט און געליינט און געליינט און גארנישט אויפגעטון פאר די וועלט, און אפילו אויב מען וואלט געמאכט עקספערימענטן וואלט מען בכלל נישט מיטגעטיילט מיט אנדערע, קיינער וואלט נישט געארבעט געהעריג אויסער די מינימום וואס וואלט ווייטער אפגעהאלטן פארשריט, און עס וואלט נישט געווען ווער עס זאל לויפן צו הצלה קאלס. דעריבער איז פונקט אזוי וויכטיג חסד און אלטרואיזם ווייל נאר מיט'ן טראכטן און זארגן פאר אנדערע איז דא א קיום. (און מען זעט ווי די גאנצע נאטור ארבעט אזוי, עס איז א צוזאמענארבעט פון אלע טיילן אין דער בריאה צוזאמען, יעדע טייל איז א חלק פון העלפן א געוויסע אנדערע טייל).

ווייטער חכמה איז דאך דער מיטל דורך וועלכן מ'קען טאקע פיל בעסער העלפן דעם קיום העולם. די אלע פאטענטן צו גרינגער מאכן דאס לעבן פאר זיך און אויך פאר אנדערע, וואס בלייבט אויף דעם עתיד פאר אלע דורות, איז נאר געקומען דורך חכמה.

אבער חכמה אליין פאר זיך, אויב עס איז אן קיין צושפייז און אנדערע צילן, איז אפשר נישט קיין ציל לשם ציל, נאר עס דארף קומען צוזאמען מיט נאך עפעס ווי מען ניצט אויס די חכמה צום גוטן באנוץ. אויב עס ווערט געבוירן איינער אין א מדבר מיט די העכסטע איי-קיו וואס א מענטש האט נאר געהאט, און לאמיר זאגן ער האט אפילו אלע אינפארמאציע וואס נאר שייך צו האבן, אבער ער זיצט אפ אליין זיין גאנץ לעבן און קען גארנישט טון מיט זיין הענט און קען נישט קאמיוניקירן קיין איין ווארט מיט אנדערע. וואס איז דען די מעלה און ציל פון יענעם? איז ער עפעס ווערד? (אזא קלוגער מענטש וואלט נאר מסתמא געטראפן א וועג ארויס...), אדער נאך ערגער, אויב ער ניצט אויס די חכמה נאר צו טון שלעכטס, איז עס א מעלה?

עסן איז אויך זייער א גוטע זאך וואס דער מענטש גלוסט נאך און נאך, אבער עס איז בעיקר געצילט פאר'ן קיום העולם. יעצט אויב איינער נעמט זיך דאס עסן אליין פאר זיין ציל, קען ער אפשר שפירן גוט דעמאלט, אבער למעשה בלייבט ער ביים עסן. איבערהויפט אויב איינער עסט אויפ'ן חשבון פון טון וויכטיגערס אדער מאכט זיך קראנק דערמיט, איז שוין דאס עסן אליין פאר אים א גיפט.

ביי חיות איז טאקע אפשר דאס עסן אליין כמעט זייער ציל, אבער מיר מענטשן וואס האבן אויך שכל, וואס מ'קען פיל מער אויסניצן איר פאטענציעל, דארפן זיך טאקע אפגעבן פיל מער מיט'ן מוח ווי דאס מויל. מיר דארפן מער ניצן דאס מויל צו רעדן ווי צו עסן (און טראכטן פריער), און בשעת די חיות (אויסער די מאלפע, דאכט זיך) ניצן די הענט בלויז אלס די פאדערשטע פיס צום גיין, זענען מיר שכל-באזיצער אנגעקומען צו מאכן אלע מינים געצייג און אויפבויען א גאנצע וועלט דערמיט, און היינט ניצן מיר שוין גאר די "הענט" צו "רעדן" (טייפן) פון דברים העומדים ברומו של עולם.

דארפן מיר אבער געדענקען אז חכמה דארף אויך ברענגען עפעס, און עס איז לכ' אויך א מיטל, נישט קיין ציל (אפילו באמת לויט'ן רמב"ם קען אויסקוקן אז יא).

שוין אפגערעדט אויב חכמה שטערט דעם אנדערן ציל, ווי למשל אויב מען וויל נאר טון איין זאך אין לעבן: ליינען, ליינען און ליינען (און איך ווייס גוט וואס דאס מיינט), אבער אויב עס גייט אויפ'ן חשבון פון אנדערע וויכטיגע זאכן, אדער אפילו סתם ווען די ווייב רופט, אדער אין דער צייט וואס מען וואלט אנשטאט געדארפט קוקן און שמייכלען צו די קינדער, איז עס שוין כמעט א פארברעך (און אפשר אויך א סתירה מיט חכמה, ווייל שכל דיקטירט אויך וויאזוי מען זאל קאנטראלירן די חכמה).

קומט אויס לכאורה אז די בעסטע איז ווען איינער קען אויסניצן זיין חכמה צו העלפן א צווייטן. זאל זיין א דאקטאר, לויער (פאר די קרבנות און בא'עול'טע), פארשער, משפיע, וכו'. ניצן די חכמה זיך אנצופילן, אבער אויך עס צו קענען אויסניצן צו טון גוטס דערמיט פאר די וועלט.

ביידע זענען לכ' אין די קאטעגאריע פון זיין א "הולך בדרכיו" און הדבק במדותיו, ווייל א גאט מוז זיכער זיין קלוג (אדער אן ענליכע טערמין, לפי השגותיו), נישט מעגליך אנדערש. און ער מוז אויך וועלן זיך אפגעבן מיט אנדערע, ווען נישט וואלט ער נישט באשאפן קיין וועלט (אפילו ס'קען אוודאי זיין לויט'ן גאט-מוח אנדערע סיבות וואס זאלן דאס אויסשליסן, אבער לויט וויליאמ'ען פון אקאם וועלן מיר אננעמען די פשוט'סטע.)
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 784 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך יולי 24, 2013 1:51 pm

אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2813 מאל

הודעהדורך קול דודי » מיטוואך יולי 24, 2013 4:12 pm

שרגא האט געשריבן:דארפן מיר אבער געדענקען אז חכמה דארף אויך ברענגען עפעס, און עס איז לכ' אויך א מיטל, נישט קיין ציל (אפילו באמת לויט'ן רמב"ם קען אויסקוקן אז יא).

ווער האט געפסקנ'ט א עס "דארף" ברענגן עפעס? פון וואנעט נעמסטו די הלכה? ווי די דערמאנסט, ס'רוב מיטל-אלטער פילאזאפן (אריינגערעכנט דער רמב"ם אין דער בעל חובת הלבבות) האבן דייקא געהאלטן אז חכמה לשם חכמה איז דער אמת'ער תכלית פון א בן-אדם. אחוץ פונ'ם פאקט אז חכמה און אמת'ע ידיעה איז אזא געוואלדיגע און דקות'דיגע הנאה אז דער רמב"ם האלט טאקע אז דאס איז דער אפצאל לשומרי מצוותיו לאחר מאה ועשרים. (זע פירוש המשניות פרק חלק.) אויך די תורה הקדושה אנערקענט אז ידיעה איז פון די גרעסטע הנאות וואס איז נאר פאהאן און ניצט אס אלס משל לשבר את האוזן, שנאמר והאדם ידע את חוה אשתו.
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 317
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 401 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך יולי 24, 2013 5:00 pm

שרגא האט דערמאנט אלטראיזם, איז דאס טערעסאנט פון טיימס

Is Pure Altruism Possible
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4204 מאל

קלוגשאפט!

הודעהדורך מי אני » זונטאג אקטאבער 06, 2019 10:05 pm

שרגא האט געשריבן:
דארפן מיר אבער געדענקען אז חכמה דארף אויך ברענגען עפעס, און עס איז לכ' אויך א מיטל, נישט קיין ציל (אפילו באמת לויט'ן רמב"ם קען אויסקוקן אז יא).

דאס דערמאנט פון די (ערשטע חלק פון די) מימרא פון קאנפושעס:
The essence of knowledge is: having it, to apply it; not having it, to confess your ignorance.

ווי אויך טוהט מען פערעפרעיסן פון ניטשע'ס The Gay Science:
Man shouldn’t be the servant of knowledge. Knowledge should be the servant of man.

ענליך געפונען מיר אויך אין ברכות יז. תכלית חכמה תשובה ומעשים טובים.

(ווי אויך קען נוגע זיין צו די שמועס די לשון החינוך פאר מצות לימוד [חכמת] התורה (מצוה תיט) "ובזולתו לא ידע ולא יבין ונחשב כבהמה".)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

Re: קלוגשאפט!

הודעהדורך מי אני » מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 12:07 pm

מאידך גיסא, איינע פון די טעמים פארוואס דער רלב״ג (במלחמות ה׳ מאמר א ריש פ״ד) האלט נישט פון בן רשד׳ס [אוועראס׳נס] פארמולאציע פונ׳ם שכל/אינטעלעקט, איז וויבאלד אז לפי אים וועט אויסקומען אז לימוד בדברים העיוניים [טעארעטיש] שאין תכליתם למעשה (און/אדער פאר׳ן פערפעקשאן/בעסערונג פונ׳ם נפש/מענטש [מוסרי]) איז לבטלה, און דאס איז מהנמנע וויבאלד די סארט חכמה איז בעצם חשוב׳ער און תשוקת האדם צו די סארט חכמה ביותר איז נקבע בטבעו און צו דעם זענען מיר נוצר געווארן (ווייל די טבע טוהט נישט עפעס לבטלה), וואס דאס ווייזט אז די מטרה פון קונה זיין חכמה העיוניית איז נישט וועגן אויף אנצוקומען למעשה ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

Re: קלוגשאפט!

הודעהדורך מי אני » זונטאג יאנואר 12, 2020 3:24 pm

וז״ל של המו״נ (ח״ג פל״ו), וכן כל מה שבא מן הזרוז והאזהרה ללמוד וללמד מבואר התועלת כי אם לא תהיה שם חכמה לא יהיה שם מעשה טוב ולא דעת אמיתי, ע״כ ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

הודעהדורך real fake news » מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:51 pm

א נער וואס ווייסט ניטאמאל ווי נעריש ער איז און איז צופרידן מיט זיין וויסנשאפט און האט נישט די דראנג צו ווערן קליגער, האט זייער א גוטער לעבן און ספעלט עם גארנישט.

יעצט אז גאט האט מיר ב"ה חונן דעת געווען און מיך נישט באשאפען א טיפוש וויל איך שטייצעך נישט זיין קיין טיפוש ווייל כווייס דאך ווי א גרויסע טיפוש דער טיפוש איז...

אבער לכאורה איז בעסער צו האבן געבוירן געווארן א נער...

כן נראה לפי טיפשות דעתי ודוק
I know, I know. We are Your chosen people. But, once in a while, can't You choose someone else? - Reb Tevye
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

הודעהדורך real fake news » מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:53 pm

נולד מאוחר האט געשריבן:יוסף דעת יוסף מכאוב -דע קנה מה חסר.

*דא קני מה חסר
I know, I know. We are Your chosen people. But, once in a while, can't You choose someone else? - Reb Tevye
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

קלוגשאפט!

הודעהדורך מי אני » פרייטאג יאנואר 24, 2020 2:57 pm

IMG_6467.jpg

אמונה ובטחון להחזו״א (פ״ה אות ב) אינ׳ם קאנטעקסט פון זיין טעזע איבער גדלותן של חכמי הראשונים/הקודמים קעגן חכמי האחרונים, ע״ש. עכ״פ זעה׳מיר דערפון אז לשיטתיה איז די חשיבות פון (לימוד ה)חכמה נישט דוקא דוקא אויף די תכלית המעשיות פון די חכמה (עכ״פ אינדרויסן פון ענין המדות; חכמה אלס אן אבסטראקט).

IMG_6469.jpg

The Star of Redemption (ח״א פ״ב).
אינ׳ם קאנטעקסט פון נעגאטיווע טעאלאגיע ווס. נעגאטיווע קאסמאלאגיע. דהיינו, די חילוק פון מענטש׳נס רילעישענשיפ צו ג-ט און זיין רילעישענשיפ צום וועלט. (די ערשטע רופט ער אן מעטאפיזיש און די צווייטע טאקע מעטאלאגיש.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

קלוגשאפט!

הודעהדורך מי אני » מיטוואך יאנואר 29, 2020 11:22 am

עס איז אויך כדי צוצוצייכענען די רמב״ם אין שמונה פרקים (פ״ה):
וכן כל מה שילמדהו מן החכמות ומן הדעות שישיג מה שהוא מהן דרך לתכלית ההיא אין בו דין ודברים [פשיטא שצריך שילמוד החכמות ההם באופן שיגיעהו להתכלית ההוא (הין צדק)] ומה שאין בו תועלת בתכלית ההיא כשאלת החשבון וספר החרוטים והתחבולות ולהרבות משאלות אל הנדסה ומשיכת המשקלים והרבה כיוצא באלו תהיה הכונה בהם לחדד השכל ולהרגיל כוח השכלי בדרכי המופת עד שיגיע לו לאדם קנין ידיעת ההקש המופתי מזולתו ויהיה לו זה הדרך שיגיע בו לידיעת אמיתת מציאות השם יתברך ע״כ ע״ש.

קומט אויס דערפון אז קניית חכמה, אפילו נאר לכשלעצמה, האט אלעמאל אן ענדגילטיגע תועלת/תכלית.

(דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג, אין זיין The Star of Redemption (בהקדמתו לח״ב), זאגט פון כ פילאזאפישן שטאנדפונקט אז פאר (היסטארישע) טעאלאגיע איז וויסנשאפט און חכמה נאר געווען א מיטל ווי איידער א ציל (אויך כדי אז עס זאל זיך נישט סותר זיין מיט אמונה).)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

Re: קלוגשאפט!

הודעהדורך מי אני » דינסטאג פעברואר 11, 2020 1:30 pm

וז״ל של הרלב״ג במלחמות ה׳ (מאמר ב פ״ז), כי ההצלחה האנושית אמנם תגיע בתכלית מה שאפשר בשנדע דבר דבר כפי מה שבטבעו שיודע לנו, ע״כ ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

קלוגשאפט!

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש אפריל 11, 2020 11:38 pm

אגב איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דר. בּרוּס טשאַרלטאָן טענה׳ט אז די מיט העכערע איי קיוּס/גרעסערע חכמים זענען שוואכער איי קאַמאַן סענס (בפרט אין סאציאלע קאנטעקסטן) מכח דעם ווייל זייער וועג פון טראכטן און די חכמות בסתם זענען מער אבסטראקט, און ער טוהט דאס overuse׳ן וואס דאס טוהט שאטן פאר זייער כח אין פראקטישקייט [קאַמאַן סענס]. (ער ציטירט אויך פון דר. ריטשערד לין אז זיין אזא סארט חכם שאדט פאר זייער עוועלושינערי פיטנעס בכלל, מכח דעם אז זיי האבן אין אלגעמיין ווייניגער קינדער.
די פאפיר איז נישט פּיִר רעוויוּד
(בשיטה).)

ואגב, דאס איז ביזדערווייל די עיקר פראבלעם מיט AI. דהיינו, הגם זיי זענען דאך קאמפיוטערס און ״גאר קלוג״, פעהלט זיי אבער בעיקר (דערווייל) קאַמאַן סענס וואס אפילו א קליין קינד האט.

***

IMG_6800.jpg

שיטתו של הרמב״ם לפי דר. מנחם קעלנער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

Re: קלוגשאפט!

הודעהדורך מי אני » דינסטאג מאי 12, 2020 5:21 pm

אין פילאזאפיע איז דא א חילוק צווישן עפּיסטעמע, וואס איז מער אבסטראקטע חכמה, און טעכנע, וואס איז חכמה וואס ״ברענגט מער בפועל לידי מעשה״. דער פראנצויזישער פילאזאף בערנארד סטיעגלער האט געזאגט אז די איינציגסטע וועג א מענטש קען באגרייפן דאס מושג פון ״זמן״ איז דורך טעכנע און וואס קומט אפיר דאדורך.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט