גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך געדענק אז עס איז דא וואס זאגן אז זי האט געדארפט א סך הויט כדי צו באדעקן יעקב,
פאר די הענט און האלדז, דארף איין ציג זיין איבער גענוג.
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:ז״ל הרשב״ם: גדיי עזים, בשביל העורות ששערן קשה כשער אדם לקח עזים ולא כבשים.
טמיר האט געשריבן:אויבערלענדער חכם האט געשריבן:ז״ל הרשב״ם: גדיי עזים, בשביל העורות ששערן קשה כשער אדם לקח עזים ולא כבשים.
יא, אבער ער פארענטפערט נאכנישט פארוואס זי דארף צוויי. מסתם מיינסטו אזוי ווי די אנדערע תירוץ איינער האט דא געברענגט
John Gill האט געשריבן:[left]and, though two may seem to be too much to be dressed for Isaac only; it may be observed, that Rebekah intended only to take out some of the choicest and most tender and delicate parts of them, and which would best suit her purpose, and which she would make most like to venison; and the rest could be disposed of for the use of the family[/left]
נהורא נפישא האט געשריבן:די קשיא וואס איך פרעג איז מרפסין איגרא און קיינער האט דאס נאכנישט פארענטפערט, אנשטאטס האט מען פארקירעוועט דעם שמועס צו סימענטיקס, צו די ערשטע פשט אין רשב"ם גייט אריין אין די דעפעניציע פון וואס חז"ל וואלטן געריפן פשט, און אז די כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו איז גילטיג, אז איר ווילט זייער אז יא, האט איר נאכאלטץ נישט געענטפערט וואספארא תועלת האט א פשט וואס איר איינציגע ציל איז סותר זיין הלכה, און וואס קומט מיר די כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו זאגן דא.
נהורא נפישא האט געשריבן:יעצט לאמיר מסכם זיין אלעס וואס מ'האט געענטפערט ביז יעצט.
די קשיא איז געווען "לויטן רשב"ם" וואס האט לכאורה -אלס א תלמודי- געגלייבט ביחס צו די שאלה אויב א כהן מעג זיך מטמא זיין לאשתו, אז ער מעג זיך יא מטמא זיין ושלא כפשטות הכתוב, און פונדעסטוועגן האלט ער אז לפי הפשט, וואס ער האלט לכאורה לעגעטים, שטייט גאר אין די תורה אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין, וואספארא תועלת האט די רשב"ם געקענט האלטן אז די תורה האט פון זאגן א פסוק, עפעס וואס נישט אז ס'זאגט נישט קיין שום הוראה, וואס דעמאלטס וואלט די קשיא נישט געווען אזוי גרויס, אבער מ'רעדט דאך דא פון א פשט וואס זאגט גאר אן הוראה נגד הלכה.
יידל- ווייל ס'איז אויך אמת אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין פאר זיין פרוי, כאטש להלכה איז עס טאקע נישט אמת אבער ל...... איז עס יא אמת
גראדעמעכעלע- כדי צו געבן א געלעגנהייט אז מ'זאל קענען מקיים זיין די מצווה פון לימוד התורה (און אה"נ די תורה וואלט געקענט שרייבן אז מ'מעג גנב'נן, און נישט אז ע"פ הלכה מעג מען נאר כדי מקיים צו זיין די מצווה פון לימוד התורה)
עזריאל- כדאי צו געבן פארן מענטש אן אקאדעמישע געפיל.
מפוזרי האט געשריבן:
אבל כל זה בהנחה שהפשט והדרש בהחלט מתנגדים זה לזה ואי אפשר לפשר ביניהם, ועל כך אמשיך בפעם אחרת אי״ה.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט די דיון דא, חז"ל האבן דען געהאט א פראבלעם מבטל צו זיין אדער צוצולייגן מצוות ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט? דער רשב"ם ודעימיה קומען זאגן וואס משה רבינו האט אינזין געהאט, דאס אז חז"ל האבן געטוישט די הלכה טוישט נאכנישט די כוונה פון משה רבינו למפרע.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בפשטות האט ער געהאלטן אז משה רבינו האט געמיינט וואס ער (דער רשב"ם) זאגט, נאר וויבאלד די מנהג איז געווען אז מ'האט אריינגעלייגט דעם פרשה אין די תפילין האבן חז"ל עס אריינגעטייטשט אין פסוק בדרך דרש.