געזעצן פון טערמאדינאמיקס

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 1:20 pm

אז מ׳האט דערמאנט דעם געדאנק פון ״טערמאָעקאנאמיקס״ האט דער פיזיקער און עקאנאמיסט דר. דניאל ספּרענג געמאכט די טרייענגעל:
3C159A00-5FAF-411B-AB91-FD67C7EC7B10.jpeg
צו ווייזן אויף די שייכות צווישן די דריי זאכן:

1). ענערגיע [אין גרין]

2). אינפארמאציע [אין רויט]

3). צייט [אין בלוי]

ווי אזוי עס ארבעט איז אז ווי מער רעכטס אויפ׳ן טרייענגעל אלס מער אינפארמאציע ומדע האט מען און אלס ווייניגער ענערגיע דארף מען אויסנוצן אויף צו עררייכן עפעס; מ׳איז מער עפישענט. אבער טאמער וויל מען דאס עררייכן אין ווייניגער צייט, מ׳רוקט זיך ארויף אויפ׳ן טרייענגעל, דאן אפילו מיט דעם פעהלט אויס מער ענערגיע.

דר. סאַבּיִן האָסענפעלדער האט קושיות דערויף.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3977
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 11586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3696 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 5:33 pm

לגבי טערמאָעקאנאמיקס איז אינטרעסאנט ווי אין די לעקציע איז דר. איִען שפירא מסביר שיטתו של דר. ראבּערט נאָזיק אז נישט קיין חילוק וואס דיינע initial conditions זענען אויף צו האלטן אלע גלייך אין אַן עקאנאמישן זין, וועט עס בהכרח זיך אלעמאל עווענטועל "אויסשפרייטן" צו inequality. א סארט ענטראָפּי דערין.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3977
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 11586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3696 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 4:06 pm

דא האב איך געשריבן:
מי אני האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, אויפעסן אן עראפלאן איז א פיזישע אומעגליכקייט, משא״כ די דייס איז א סטאטיסטישע אומעגליכקייט. (ענליך צו די צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס וואס זאגט אז עס איז סטאטיסטיש, נישט פיזיש, אומעגליך אז די ענטראפי/אי סדר פון א פארמאכטע סיסטעם זאל ווערן ווייניגער.)

דער כעמיסט דר. עלען האַרוויִ שרייבט טאקע:
while violations of the 2nd law are highly improbable (this improbability is the essence of the 2nd law in the statistical-mechanical formulation), not every improbable event is a violation of the 2nd law. For example, if I flipped a coin 1000 times and came up "heads" each time, it would be highly improbable but would not violate any laws of thermodynamics

מיינענדיג אז די צווייטע געזעץ זאגט:
~צווייטע געזעץ ← ~פּראַבּעבּל
דאס באדייט אבער נישט אז איר אינווערס איז אמת:
~פּראַבּעבּל ← ~צווייטע געזעץ

***

ליינט דער מוזיקאנט שׁאַן לענאן א פייט פונעם נאבעל-געווינער כעמיסט דר. ראָעל האפמאן איבער ענטראָפּי.

***

viewtopic.php?p=512663#p512663
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3977
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 11586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3696 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט