רגליים להם ולא ירוצו

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

רגליים להם ולא ירוצו

הודעהדורך גבור חיל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 5:07 pm

איך זעה מיך שטיין ערגעץ ווי אויפן ערד קוגל מיט א טראמפ פעינד'ל, פון אונטער א גרויס בנין שפאנט פלוצלינג ארויס יאסל ביידען אליינס, מיט א שווערע בעיסבאל שטעקן, ווי נאר ער באמערקט מיין פעינדל הייבט ער מיר אן נאך יאגן מיט א שנעלקייט, האלא! שרייט ער, לייג שוין ארויף, כמיין אראפ, אההם גיי, לויף, מיליאנען ביליאנען, בקיצור ער הייבט מיר אן נאך יאגן מיט א געפערליכע אימפעט, שטייצעך כהייב פיס, כברויך נישט אין קאפ אריין מיטן קאנטשיק, אבער צו מיין באדויערן האבן די פיס מיינע מחליט געוועזן מיך נישט צו דינען, איך לויף מיט אלע מיינע כוחות, אבער עס לויפט זיך עפעס נישט... דער שרעקעוודיגער זיידע גייט מיך אט אט כאפן און מיך גוט באמאקעלען, און סווארפט זיך מיר די הענט פאר פחד.

אקעי, כהאב נישט ממש געהאט אזא חלום, ווייל אפילו דארט קען ביידען נישט לויפן...
(כמיין למעשה לויפט ער דאך יא... אקעי כווייס אליינס נישט...) כרעד אבער די געדאנק דערפון, שוין יארן וואס עס עגבערט מיר די פראגע, פארוואס קען מען נישט לויפן שנעל אין א חלום.

געמיינט האב איך אז איך בין מאדנע און שוין, כהעל נישט זאגן פאר קיינעם, מהעט מיר נאך אויסלאכן פאר אזאנע קיריאזע חלומות...

איין שיינעם טאג האב איך אבער גענומען די קורזאש, שטייצעך נישט פארן גיין שווארץ אינכאגניטאו, די קינדער מיינע דארפן דאך נישט ליידן ווען מען גייט איבערקוקן מיין סערטש היסטארי... און כהאב געפרעגט דעם ברענעדיגן פראגע...

נאכן דורך קוקן עטליכע פון די ים מיט וועבזייטלעך וואס גוגל האט מיר צו געשטעלט, שטייצעך נישט פארן אננעמן די ווארימע קיכעלעך וואס יעדע זייטל עקסטער האט מיר אזוי ברייטהארציג אנגעבאטן, בין איך מיט קיין סאך נישט קליגער געווארן חוץ זעהן אז נישט נאר מיינע חלומות זענען אזעכע רשעים...

די צוויי הסברים וואס א מערהייט זייטלעך האבן גענטפערט, איז איינס, ווייל מען חלומט זיך אין סלאו מאשען, וואס איך פארשטיי בכלל נישט, הלמאי נאר איך בין אין סלאו מאשען, און מיין אפאנענט אינעם זעלבן חלום איז נישט, פארוואס איז עס נאר חל אויף מיר?

און די צווייטע הסבר, איז עפעס וואס כהאב נישט אינגאנצן פארשטאנען, עפעס אז דאס געשעהט ווען מען חלומט ווען מען איז אין די רע"ם פאראלאזירונג סטעידזש פונעם שלאף, וואס דעמאלטס קען מען נישט באוועגן די אברים, מיין קשיא איז נאר, איך לויף דאך נישט עכט, סאו וואס פאר א שווארץ יאר האבן מיינע אברים מיט מיין לויפן אין חלום...?

אשר על כן, ווער עס קען ארויס העלפן און מסביר זיין די מיסטריעזע וואלט איך שטארק דאנקבאר געוועזן.
זאל ג-ט רחמנות האבן אויף מיינע שונאים, ווייל איך גיי נישט.
גענעראל גארדזש ס. פעטטאן.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

Re: רגליים להם ולא ירוצו

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 6:08 pm

קיין תירוץ דערויף האב איך נישט (מ׳קען טאקע נישט לויפן שנעל אין א חלום? קען זיין.) אבער עס האט מיר געמאכט טראכטן אז די גמרא זאגט דאך (ברכות נז:) אז שינה אחד מששים ממיתה ע״ש, און אין סוכה נג. אז די רגלים פון א מענטש זענען ערבים אויף אים אים צוצוטראגן צום פלאץ וואו ער דארף גיין פון די וועלט איינמאל עס קומט זיין צייט ע״ש. נו, אז בשעת מען שלאפט איז עס נאר א 1/60 פונעם טויט, זענען די פיס וואס זענען ערבים דערויף אפגעשטייטערט אויך... :D

אגב, עיין בדרשות חת״ס לז׳ אב (תקעב) אז די פיס זענען (עפ״י קבלה) א בחינה פון אחד מששים בהגוף ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1663
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1227 מאל

הודעהדורך גבור חיל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 6:30 pm

מי אני האט געשריבן:(מ׳קען טאקע נישט לויפן שנעל אין א חלום? קען זיין.)


עיין כאן כאן וכאן

איך קען ברענגען נאך אויב ספעלט זיך אויס...

מי אני האט געשריבן:קיין תירוץ דערויף האב איך נישט.


אויב איר האט נישט קיין תירוץ איז גרויסע צרות... כמיין כגעב אויף...
זאל ג-ט רחמנות האבן אויף מיינע שונאים, ווייל איך גיי נישט.
גענעראל גארדזש ס. פעטטאן.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 7:53 pm

:) ייש"כ.

די גמרא זאגט טאקע (ברכות ד.) למד לשונך לומר איני יודע אויף דאס זאגן זאכן בנוגע פאסירונגען באמצע הלילה [חצות]... ;)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1663
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1227 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:36 pm

איך האב א אנדערע פראבלעם ווען איך חלום קען איך נישט ברעיקען
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1726
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך גבור חיל » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:12 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:איך האב א אנדערע פראבלעם ווען איך חלום קען איך נישט ברעיקען


זעה איך אז סאיז אויך א קאמען זאך...
דא האט איר.
זאל ג-ט רחמנות האבן אויף מיינע שונאים, ווייל איך גיי נישט.
גענעראל גארדזש ס. פעטטאן.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:14 pm

געווענליך חלומ'ט מען פון זאכן וואס מ'האט מורא צו טראכטן ווען מ'איז אויף, די subconscious האלט עס אין איין צוריקשטופן דורכאויס'ן טאג און ביינאכט קומט עס ארויס.
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3724
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

הודעהדורך כרם זית » זונטאג אוגוסט 23, 2020 7:07 pm

:D לויט ווי איך געדענק פון אלס קינד קען מען דורכן B קנעפעל אויפן געימבאו שפרינגען אפילו ווען מקען נישט וואקן.
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 299
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 23, 2020 10:48 pm

שרייען הויך קענסטו יא?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 23, 2020 10:53 pm

כרם זית האט געשריבן::D לויט ווי איך געדענק פון אלס קינד קען מען דורכן B קנעפעל אויפן געימבאו שפרינגען אפילו ווען מקען נישט וואקן.

דו דערמאנסט מיך אז ווען מען האט געטרייט צו שפרינגען האט מען געבויגן די געימבוי צו איין זייט כאילו די געבויגאכטס האט געהאלפן...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1726
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 23, 2020 11:06 pm

גבור חיל האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:(מ׳קען טאקע נישט לויפן שנעל אין א חלום? קען זיין.)


עיין כאן כאן וכאן
איך קען ברענגען נאך אויב ספעלט זיך אויס...

הייסע ליפט געפעקעדשט אין פענסי שפראך
זאגט גארנישט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1171 מאל

הודעהדורך גבור חיל » זונטאג אוגוסט 23, 2020 11:45 pm

הקטן האט געשריבן:הייסע ליפט געפעקעדשט אין פענסי שפראך
זאגט גארנישט


זאגט טאקע גארנישט, איך האב סך הכל געוואלט צו ווייזן אז נישט נאר איך בין דער בעל החלומות וואס ווייסט נישט וויאזוי צו לויפן, סטוצעך א גערעדאכטס איבער דעם.
זאל ג-ט רחמנות האבן אויף מיינע שונאים, ווייל איך גיי נישט.
גענעראל גארדזש ס. פעטטאן.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל


גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט