יידל האט געשריבן:ישר כוח פאר די לייקס.
גיי מיר אביסל ווייטער מיט דעם מבוא.
פאר מיר גייען ווייטער, מוז מען קודם רעדן וועגן גרעגאר מענדעל'ס אויפטו און תחום פון תורשה (heredity - די תכונות וואס א קינד ירש'נט פון די עלטערן, ווי בלויע אויגן א.ד.ג.). שוין לאנגע יארן האט מען געוויסט אז כאראקטערן און תכונות גייען אריבער פון טאטען צום זון. טויזענטע יאר צוריק האט מען שוין אין אראבישע לענדער געמישט צווישן אנדערע מינים פערד, כדי די קינדער זאלן האבן די מעלות פון טאטען און פון מאמען. און גמרא זעהן מיר אויך זייער אסאך אז דער קינד באקומט זיינע תכונות פון זיינע עלטערן. אבער עס איז געווען פארהוילן וויאזוי די תכונות פון די עלטערן קומען אן צו די קינדער, און לויט וועלכע כללים. די אנגענומענע הבנה איז געווען אז די עלטערנס תכונה ווערן געמישט און דאס קינד איז א געמישאכטס פון ביידע עלטערן. למשל, אז דער טאטע האט שווארצע האר און די מאמע האט בלאנדע האר, האט זייער קינד האר וועלכע זענען ערגעץ אינצווישן בלאנד און שווארץ. מענדעל איז אבער אויפגעקומען מיט דעם געדאנק אז ניין, עס ווערט נישט אויסגעמישט. וואס דען? מענדעל האט געטענה'ט אז סיי די מאמע און סיי די טאטע האט א געוויסע באשטאנדטייל וועלכע זאגט וויאזוי דער מענטש דארף אויסקוקן. דעם באשטאנדטייל האט מענדעל א נאמען געגעבן "פאקטאר" (factor). אין אונזער משל, האט דער שווארצ-האריגער טאטע, א שווארצע האר פאקטאר, און די בלאנד-האריגע מאמע האט א בלאנדע האר פאקטאר. איצטער, טענה'ט מענדעל, איינע פון די צוויי פאקטארן איז א שטארקע פאקטאר, און די צווייטע איז א שוואכע פאקטאר. דאס הייסט, אז דער קינד וועט זיין דוקא שווארץ און נישט בלאנד, ווייל שווארץ איז א שטארקער פאקטאר (ער איז גובר אויף שוואכע פאקטארן) און בלאנד איז א שוואכע פאקטאר (ער קען נישט גובר זיין אויף שטארקע פאקטארן). אבער מענדעל'ס חידוש איז געגאנגען טיפער ווי דעם. ער האט גע'טענה'ט אז בעצם האט יעדע מענטש *צוויי* פאקטארן. איינס פון די מאמע און איינס פון די טאטע. איי - פארוואס איז ער שווארץ און נישט בלאנד? די תירוץ איז, ווייל די שווארצע פאקטאר, וועלכע איז דער שטערקערער פאקטאר "פארדעקט" און באהאלט די בלאנדע פאקטאר וועלכע איז די שוואכערע פאקטאר. אבער - און דא קומט די חידוש צו וועלכע מען דארף צולייגן קאפ - ווען א מענטש האט א קינד, גייט נאר איינס פון זיינע צוויי פאקטארן אריבער צום קינד! און עס קען זיין אפילו די שוואכערע פאקטאר זאל אריבער גיין צום קינד! איז לאמיר דא אויס'משל'ן וואס פאסירט לויט מענדעל. ראובן'ס טאטע און מאמע זענען ביידע שווארץ. ראובן האט צוויי שווארצע פאקטארן. די שווארצע פאקטאר וועלן מיר באצייכענען מיט אן A. לאה'ס טאטע און מאמע זענען ביידע בלאנד, און לאה פארמאגט צוויי שווארצע פאקטארן. ראובן און לאה'ס קינדער וועלן אלע האבן איין שווארצע פאקטאר און איין בלאנדער פאקטאר (איינס פון טאטע'ן און איינס פון מאמע'ן). אבער זיי וועלן אלע זיין שווארץ, ווייל די שווארצע פאקטאר איז די שטארקע פאקטאר. יעצט, ראובן'ס עלצטע זון, שמעון, האט חתונה מיט רחל. רחל האט אויך איין בלאנדע פאקטאר און איין שווארצע. זי איז טאקע שווארץ. וועלכע פאקטארן גייען שמעון און רחל'ס קינדער האבן? עס זענען דא דריי מעגליכקייטן. אדער גייען די קינדער האבן נאר שווארצע פאקטארן (איינס פון טאטען', איינס פון מאמע'ן), און דאן גייען די קינדער זיין שווארץ-האריג, אדער גייען די קינדער האבן איין שווארצע פאקטאר און איין בלאנדע פאקטאר (איינס פון טאטע'ן און איינס פון מאמע'ן) און זיי גייען ווידער זיין שווארץ-האריג (ווייל ווי דערמאנט איז שווארץ א שטארקע פאקטאר און איז אלץ גובר בלאנד), אדער גייען די קינדער האבן נאר בלאנדע פאקטארן (איינס פון טאטען, איינס פון מאמען) און דאן גייען די קינדער זיין בלאנד האריג. לויט דעם חשבון קומט אויס, אז כאטשיג ביים ערשטען דור נאך א ריין-בלאנדער (ריין בלאנד הייסט ווען ביידע פאקטארן זענען בלאנד) און א ריין-שווארצער וועלן זיין שווארץ, וועט די צווייטע דור דערנאך זיין צוויי דריטלעך שווארץ און איין דריטל בלאנד (דאס שרייבט מען אזוי 3:1).
המשך יבוא
וויאזוי פאסירט אז די קאליר פון די האר טוישט זיך? איך רעד נישט נאר פון ווען די האר טוישט זיך אויף ווייס ווען מען ווערט עלטער. איך האב שוין געזען אסאך קינדער וואס ווערן געבוירן בלאנד און שפעטער טוישט זיך די קאליר פון די האר צו שווארץ אדער ברוין. ביי די אויגן האב איך שוין אויך געזען עס זאל זיך טוישן די קאליר, לאמיר זאגן פון בלוי אויף ברוין אדער פארקערט, אבער דאס איז נאר מיין איך אינעם ערשטן יאר, אבער די האר האב איך שוין געזען זיך טוישן אסאך מאל ביי די דריי יאר אדער העכער.