סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך פארוואס? » פרייטאג מאי 29, 2015 12:03 am

אריינפיהר



מיר שטויסן זיך אן זייער אסאך מאל אין אונזער לעבן אין געוויסע סארט פאסירונגען וואס מיר וואלטן קיינמאל נישט געחלומ׳ט אז עס זאל ״פונקט״ געשעהן, צומאל קען געשעהן זייער מאדנע זאכן, וואס מ׳דארף זיין בלינד צו וועלן לייקענען די השגחה פרטית.

מיר קענען אסאך מאל טרעפן גימטראיות וואס שטימען ״פונקט״ אויפן האר. אז עס איז שווער צו גלייבן אז פונקט האט זיך געמאכט אז די צוויי ווערטער שטימען אין גימטריא איז עס נישט א סימן פון הימל. אזוי אויך פארשידענע אומ-פאראויס געזעהנע רמזים, וואס שטימען ממש כפתור ופרח.

צדיקים אין די פריערדיגע דורות, און אזוי אויך אין די היינטיגע דורות, זאגן צו הבטחות, און עס ווערן מקויים, (יא איך ווייס אז עקספערימענטער וועלן טענה׳ן אז א גרויסע חלק פון זיי איז פאבריצירט, אבער וואס טוהן מיר מיט די קליינע חלק וואס זענען אמת?), איהר האט שוין זיכער בייגעוואוינט ווי אן אדם נאמן דערציילט אייך א מעשה, וואס ער האט ״אליינס״ בייגעוואוינט, און אויב איז עס אמת, דאן לכאורה בלייבט נישט מער ווי צו גלייבן אין די אגענדע וואס דער דערציילער פראבירט צו שטיפן. (אין אנדערע ווערטער, אויב ווילט איהר נישט גלייבן אין דעם דערציילערס אגענדע, איז די איינציגסטע וועג נאר צו אפ לייקענען להד"ם, אז די מעשה איז קיינמאל נישט געשעהן).

איך וויל נישט דא נישט צולייגן נאך א טעאלאגישע אשכול, (אבל חזקה על קאווע-שטיבל, אז עס וועט געשעהן צו איך וויל יא אדער נישט), אבער כידוע אז השגחה פרטית איז נישט אנגענומען ביי אלע ראשונים, און אפילו אויב מיר נעמען עס אן, דארף מען עס קענען מסביר זיין על פי דרך הטבע. טא, לאמיר פראבירן פארשטיין ווי אזוי קענען אזעלכע אומ-פאראויסגעזהנע פאסירונגען געשעהן.

איך וועל נישט צונעמען אלע סארטן סצענעס, אבער לאמיר און קורצן פארשטיין, ווי אזוי קען מען לאגיש אנאליזירן די טשאנסן פון א געוויסע געשעהניש עס זאל געשעהן.

אלזא, איך מיין אז ווען עס קומט צו דעם נושא, איז זייער אפט צו אויסגעפונען פארקערטע רעזולטאטן ווי ערווארטעט. כלומר, צומאל דוכט זיך פאר א מענטש במושכל ראשון, אז א געוויסע געשעהניש איז אומ-מעגליך צו ערקלערן בדרך הטבע, אין די צייט וואס עס איז אומ-מעגליך אז עס זאל נישט געשעהן. און צומאל פארקערט, א מענטש מיינט אז א געוויסע פאסירונג איז זייער מעגליך צו ערווארטן, און די צייט וואס די טשאנסן זענען זייער זייער שוואך צו ערווארטן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך פארוואס? » פרייטאג מאי 29, 2015 12:05 am

פרק א



צום אלעם ערשטן, לאמיר זעהן ווי אזוי מ׳רעכנט אויס די פראבאביליטי פון פאסירונגען. פארשטייט זיך אליינס, אז רוב פאסירונגען וואס געשעהן אין די אמת׳ע וועלט זענען זייער קאמפליצירט צו פראבירן אויסרעכענען אין אונזער קורצן אשכול דא, אבער לאמיר נעמען א פשוט׳ע דוגמא, כדי צו פארשטיין דעם געדאנק, און פון דעם וועלן מיר זעהן ווי אזוי איז דער ריכטיגע בליק צו קוקן אין אלגעמיין.
לאמיר פראבירן רעדן ווען איינער ווארפט א מטבע, (וואס האט צוויי זייטן, און זעלבסט-פארשטענדליך אז ביידע זייטן האבן די זעלבע וואג, און די טשאנסן עס זאל פליען אויף ביידע זייטן זענען אייניג גלייך), וואס איז די טשאנס אז עס זאל פליען מיטן קאפ אויף ארויף אדער אראפ?

איך מיין אז דער ענטפער קען יעדער בר בי קאווע-שטיבל דחד יומא, אז עס איז פופציג פראצענט טשאנס פאר ביידע זייטן.

יעצט, לאמיר פרעגן אביסל אנדערש די שאלה: וואס איז די טשאנס אז עס זאל בכלל פאלן אויף איינע פון די צוויי זייטן?

עממםםםם... פשוט. הונדערט פראצענט טשאנס אז עס זאל פליען אויף איינע פון די צוויי זייטן.

נאך צוויי שאלות, אויב איך האב גענומען א קוואוין (מטבע), און איך האב עס געווארפן צעהן מאל און עס איז מיר אויסגעקומען אלע צעהן אל מיטן קאפ אויף אראפ, וואס איז די טשאנס אז עס זאל פאלן די עלעפטע מאל ווידער מיטן קאפ אויף אראפ?

בעפאר איהר פראבירט צו ענטפערן, לאמיר פרעגן אביסל אן אנדער שאלה, וואס איז די טשאנס אז א מטבע זאל פאלן 11 מאל נאכאנאנד מיטן קאפ אויף אראפ?

איהר דערקענט דער חילוק צווישן די צוויי שאלות? (אויב נישט לייענט נאכאמאל איבער, ווייל עס איז קריטיש וויכטיג צו פארשטיין).

דער ענטפער אויף די ערשטע שאלה איז: 50 פראצענט, ווערסעס דער ענטפער אויף די צווייטע שאלה איז: 0.048 פראצענט (דאס איז אביסל ווייניגער ווי פינעף צענטלאך פון א פראצענט).

דא האט איהר א דוגמא פון א שאלה, וואס ווען מ'פרעגט עס אביסל אנדערש, איז דא א ריזיגע דיפערענץ אין די ענטפערס.
פארוואס איז עס אזוי? ווייל די ערשטע שאלה איז געווען נאך ווען מיר האבן שוין געהאלטן ביים ווארפן 10 מאל און מיר האבן שוין באקומען די רעזולטאטן. סא, דאס אז עס איז געפאלן 10 מאל מיטן קאפ אויף אראפ איז 100 פראצענט, די איינציגסטע ספק איז נאר וואס גייט זיין די עלעווטע מאל, וואס ווי אייביג איז דא א פופציג פראצענט טשאנס אז עס זאל פליען מיטן קאפ אויף אראפ, און די זעלבע פופציג פראצענט אז עס זאל פאלן מיטן קאפ אויף ארויף.

מה שאין כן, די צווייטע שאלה איז געווען, בשעת מיר שטייען נאך פאר די עלעוו מאהל, און מיר גייען יעצט רעכענען וואס זענען די טשאנסן, איז די טשאנסן אז עס וועט פאלן די ערשטע מאל אויף אראפ 50 פראצענט, די נעקסטע מאל איז אויך דא א פופציג פראצענט טשאנס פאר זיך אליינס, אבער ווען מען נעמט אין באטראכט צוזאמען מיט די פופציג פראצענט פון די ערשטע מאל, קומט אויס אז עס איז נאר פופציג פראצענט פון פופציג פראצענט, וואס איז 25 פראצענט.
און אזוי איז מען ממשיך, יעדן מאל ווערן די טשאנסן נאך ווייניגער און ווייניגער.

(דער חשבון פאר די וועלכע ווילן וויסן, איז איינס צוטיילן און 2048 (וואס איז די עלעפטע פאוער פון 2)).

על כל פנים וואס לערנען מיר ארויס דערפון? אז ווען מ׳רעדט פון פראבאביליטי, וואס איז די טשאנסן אז עפעס זאל געשעהן, אדער אז עפעס זאל האבן געקענט געשעהן, קען מען צומאל גרינג צומישט ווערן. ווייל עס איז אייביג געוואנדן וויפיל פאקטן מען נעמט אריין אין די שאלה, און וויפיל נישט.

נאך א פשוטע משל, לאמיר זאגן אז עס דא א לאטערי, וואס יעדער וואס טרעפט צו א זיבן דידזשיט נומער, (וואס וועט ווערן ראנדאמלי אויסגעקליבן דורך די לאטערי באאמטע). געווינט א מיליאן דאלער.

ראובן האט אויסגעקליבן 1234567, שמעון האט געטשוזט 9845280. וואס זענען די טשאנסן פון ראובן צו געווינען און וואס זענען די טשאנסן פון שמעון צו געווינען?

דער ענטפער איז: די זעלבע טשאנסן! ביידע האבן א 0.00001 פראצענט צו געווינען.

אויב גייען אריין צעהן מיליאן מענטשן אין די לאטערי, וואס זענען די טשאנסן אז איינער פון די אלע וועט געווינען? 100 פראצענט (לצורך הפשטת הענין, וועלן מיר רעדן אז צוויי מענטשן קענען נישט איבער נוצן די זעלבע נומער).

שוין, גענוג. איך קען געבן דוגמאות נאך און נאך, אבער די געדאנק וואס איך וויל דא ארויסברענגען איז, אז די ריכטיגע ענטפער אויף א שאלה אזוי ווי : ״איז עס סטאטיסטיש מעגליך?״ אדער ״וואס זענען די טשאנסן?״, קען דראסטיש געטוישט ווערן, מיט מינימאלע טוישונגען אין די שאלות.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג מאי 29, 2015 12:40 am

און יעצט דארף מען נאר צוענדיגן מיט די סוגיא פון תשע חניות און בשר חזיר, און אריינווארפן ר' שמעון שקאפ'ס כאפ, והמבין יבין...

========
ייש"כ הרב @פארוואס? פארן באשרייבן אזוי שיין.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15341 מאל

פרק ב

הודעהדורך פארוואס? » פרייטאג מאי 29, 2015 1:19 am

פרק ב



על כל פנים, ווען מיר שטויסן זיך צומאל אן אין וואונדערבארע צירופי-מקרים, וואס מענטשן ווערן זייער ווילד, און שרייען גלייך אויס: אצבע אלוקים היא! נסתרות דרכי אלקים! אויב אנאליזירן מיר עס מיט די ריכטיגע טולס, קען די גאנצע התלהבות ווערן צורינען אין איין מינוט, איך וועל נעמען עטליכע דוגמאות, אבער בעפאר לאמיר קלאר מאכן איין געוויסע נקודה.

איך רעד נישט יעצט פון נארישע אזוי גערופענע מופתים, וואס ווארפן זיך אונטער די טישן פון יעדן רבי'לע \ גאלאח \ שעיך. ווייל אזעלכע מופתים זענען רוב מאל זייער פשוט. געווענליך רעדט מען פון הבטחות אויף געוויסע זאכן וואס די טשאנסן אז עס זאל טאקע געשעהן זענען גאנץ הויך.

לאמיר זאגן, אז איינער האט א געוויסע מחלה, וואס 20 פראצענט קראנקע דרייען זיך ארויס דערפון, דאן מיינט עס אז פאר יעדער פינף קראנקע וואס קומען צום רבי'ן פאר א ברכה, קומט ארויס איין מופת. נו שוין, ווענדט זיך וויפיל הבטחות דער רבי געבט, לויט דעם שטייגן די מופתים, (ווייל די כשלונות ווערן דאך נישט גערעכנט, און ווי מאטי איז מצטט פון יואב "אמאל מעגן די מצוקים געווינען די אראלים אויך", ודפח"ח).

אבער ווי געזאגט, מיר רעדן יעצט איבער אמת'ע מופתים, כ'מיין געשעהנישן וואס די טשאנסן אז עס זאל געשעהן זענען זייער זייער נידריג, און כדי דאס צו פארשטיין וועלן מיר מקדים זיין מיט די באקאנטע אינפיניט מאנקי טעאריע.

די טעאריע זאגט אזוי, לאמיר נעמען א מאנקי און איהם אוועק זעצן איבער א קאמפיוטער קיבארד, און ער זאל רענדאמלי ווארפן זיינע פינגערס העכערן קיבארד, שרייבן און שרייבן.

וואס וועט ארויס קומען דערפון? פארשטייטס זיך אז אומ-פארשטענדליכע זאצן, אזוי ווי ערווארטעט פון רענדאמלי געווארפענע אותיות.

זאגט אבער די טעאריע, אז אויב וועלן מיר לאזן די מאנקי זיצן שעות ארוכות עד אין סוף (כפשוטו), וועלן מיר קענען באקומען פון איהם פאר "כמעט זיכער" אלע געשרייבעכצער פון שייקספיר (טאמער איז די קיבארד אנגעשטעלט אויף ענגליש), אדער אלע כתבי אר"י (טאמער שרייבט ער אין עברית).

דער ערקלערונג דערויף איז, אז כאטש עס איז טאקע זייער א שוואכע טשאנס צו באקומען פון א רענדאמלי געשרייבעכץ עפעס א נארמאלע זאץ, אויב אבער וועלן מיר איבער'חזר'ן איינמאל און ווידער אמאל די זעלבע זאך, וועט די טשאנסעס ווערן העכער און העכער.

דאס זעלבע איז מיט מופתים און נסים, אפילו טאקע עס זייער אומ-ערווארטעט אז עס זאל געשעהן אט די פאסירונג, אבער עס איז ערווארטעט אז עס זאל געשעהן אומ-ערווארטעטע זאכן אויך.

איך האף צו מער מרחיב זיין איבער דעם אינעם קומענדיגן פרק.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » פרייטאג מאי 29, 2015 5:17 pm

הערליך
איך קוק ארויס אויף די נעקסטע פרק
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 762
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 925 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1275 מאל

פרק ג

הודעהדורך פארוואס? » פרייטאג מאי 29, 2015 6:52 pm

פרק ג


האבן מיר געזעהן אז אויב מ׳טוהט א זאך אינסוף מאל, וועלן מיר באקומען אומ-ערווארטענע רעזולטאטן.

אבער דאס איז נישט אזוי רעאליסטיש, ווייל אין פאקט, אין אונזער עולם העשיה, איז נישט פארהאן קיין אינסוף צייט, סא, עס איז נישט קיין למעשה׳דיגע דוגמא. דאן לאמיר פראבירן נעמען אט דעם זעלבן געדאנק און אפעלירן צו מער רעאליסטישע געשעהנישן, מיט אסאך קלענרע (אדער אינסוף קלענערע) נומערן פון אינסוף.

לאמיר נעמען אן אינטרעסאנטע דוגמא, א וואסער מיטער, וואס דערציילט וויפיל קיוביק-פיס וואסער איז אדורך די פייפ, האט געווענליך 6 דידזשיטס. יעצט לאמיר געבן א קלער וואס איז די טשאנס אז א מענטש זאל גיין לייענען זיין וואסער מיטער, און טרעפן די ערשטע אדער לעצטע זעקס דידזשיטס פון זיין היים טעלעפאן נומער?

אויב וואלט איהר זיך אנגעשטויסן אין אזא געשעהניש, וואלט איהר עס אנגעקוקט אלס א נס? וואלט איהר געהאלטן אז עפעס א סימן מן השמים איז דא דערין? אדער וואלט איהר אנגעפאנגען צו שפאקולירן מעגליכע קאנספיראציעס אז די וואסער קאמפאני מיטן טעלעפאן קאמפאני האבן געמאכט א יד אחת מיט די מאפיא.

דער ענטפער איז, וויבאלד יעדע טעלעפאן נומער באשטייט פון זיבן דידזשיטס, (אהן די עריע קאוד), דאן קען זיין נאר צוויי סארטן צופרידנשטעלנדע אויסשטעלן פון זעקס דידזשיטס, (דאס איז די ערשטע זעקס דידזשיטס פונעם טעלעפאן נומער, אדער די לעצטע זעקס דידזשיטס).

וויפיל סארטן אפציעס זענען דא פון א מעטער? כדי צו מאכן זאכן מער פשוט, וועלן מיר אננעמען אז עס איז דא אן אייניגע טשאנס פאר יעדע סארט נומער וואס באשטייט פון 6 דידזשיטס צו שטיין אויפן מיטער. נו, אויב אזוי זענען פארהאן 1,000,000 סארטן אפציעס, א מיליאן.

יעצט וויבאלד מיר האבן צוויי סארטן נומער, דעמאלס איז דער חשבון, צוויי צוטיילן אין א מיליאן, וואס איז איינס פון פינעוו הונדערט טויזנט, אדער 0.0002 פראצענט.

אין אנדערע ווערטער, עס איז פארהאן זייער א שוואכע טשאנס, אז איהר זאלט טרעפן אייער טעלעפאן נומער אין אייער וואסער מיטער.

אבער יעצט לאמיר טראכטן וויפיל מענטשן איבער די וועלט קוקן א יעדע וואך אין זייער וואסער מיטער?

אהה... קיינער ווייסט נישט, אבער למען הפשטות לאמיר אננעמען אז נאר 50 מיליאן מענטשן. (דאס איז היבש ווייניגער פון א הונדערטסל פון די וועלסט פאפולאציע).

מיט אביסל מאטעמאטיק קומען מיר אן צו די מסקנא, (בהנחה אז די אויבנדערמאנטע אינפארמאציע איז נישט איבערגעשאצט), אז יעדע וואך טרעפן הונדערט מענטשן אריבער די וועלט זייער טעלעפאן נומער אין זייער מיטער.

מאכט נישט קיין טעות! דאס מאכט עס נאך נישט פאר א זאך וואס האט גוטע טשאנסן צו געשעהן. ניין! עס איז נאך אלס זייער א שוואכע טשענס עס זאל געשעהן צו אייך פערזענליך, אבער זייער א הויכע טשענס עס זאל געשעהן אין אלגעמיין פאר הונדערט מענטשן אריבער די וועלט.

די מסקנא איז, יעדע זאך וואס האט שוואכע טשענסן עס זאל געשעהן, אבער עס איז מעגליך און נישט אפגעהאלטן פון די געזעצן פון די נאטור, וועט כמעט זיכער געשעהן, איינמאל מ׳וועט איהם געבן גענוג געלעגנהייטן צו פראבירן.

יעדע מינוט געשעהט ״נסים״ איבער די וועלט, נעמענדיג אין באטראכט וויפיל סארטן אומ-פאראויס געזעהנע באדייטנדע געשעהנישן זענען מעגליך צו געשעהן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » פרייטאג מאי 29, 2015 7:03 pm

פארוואס, דיין ארטיקל איז ממש משהו מיוחד, עס עפנט דעם קטפ.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

הודעהדורך הויזן טראגער » מוצ"ש מאי 30, 2015 11:18 pm

וויפיל טשענסעס איז דא אז די גרעניץ באאמטע זאלן סטעמפלען א זמירות אנשטאטס א פאספארט ?
באניצער אוואטאר
הויזן טראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מוצ"ש מאי 30, 2015 11:31 pm

הויזן טראגער האט געשריבן:וויפיל טשענסעס איז דא אז די גרעניץ באאמטע זאלן סטעמפלען א זמירות אנשטאטס א פאספארט ?


איך וועל מער מאריך זיין אין די קומענדיגע פרקים, פונקטליך ווי אזוי מ'אנאליזירט מיט א קלארע באוויכטזיניגקייט אזעלכע סארט לעגאנדעס.

אבער פאר דיין ספעציפישע דוגמא, איז טאקע זייער ריכטיג צו כאפן א בליק, אין א באזונדערע אשכול, ווי אזוי עס האט זיך אנגעפאנגען און ווי אזוי עס האט זיך געענדיגט.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 30, 2015 11:48 pm

שש משזר האט געשריבן:און יעצט דארף מען נאר צוענדיגן מיט די סוגיא פון תשע חניות און בשר חזיר, און אריינווארפן ר' שמעון שקאפ'ס כאפ, והמבין יבין...

========
ייש"כ הרב @פארוואס? פארן באשרייבן אזוי שיין.

שש משזר: דו האסט מיר אויסגעכאפט 50% (אויב מיר רעדן פון סטאטיסטיקס) פון מיין תגובה. ווייל איך האב געוואלט אריינווארפן דעם מושג (דעפינישן) פון תשע חנויות...א קליינע, זייטיגע באמערקונג, פאר אזעלכע אינטעלעקטואלן וואס אונז האלטן מיר זיך. דער ווארט חנות, געשעפט. פון וועלכן דער פלוראל איז אין עברית "חנויות". ווייל "חניות" מיינט דער פלוראל פון "פארקינג, חנייה...!
יעצט צוריק צום נושא.: וואס איז דער כאפ פון ר' שמעון שקאפ. (וועמענ'ס אייניקל איז געווען איינע פון די גרויסע אנטי-רעליגיעזע פראוואקאטירער אין די ישראל'ישע פאליטיק.(...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12041
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13402 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7702 מאל

הודעהדורך שש משזר » מוצ"ש מאי 30, 2015 11:55 pm

אדרבה, רבי @פארוואס? תודיענו אם תסביר לנו הענין הנ"ל בטוטו"ד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שש משזר אום מוצ"ש מאי 30, 2015 11:58 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15341 מאל

הודעהדורך שש משזר » מוצ"ש מאי 30, 2015 11:57 pm

כ'בין כמעט בטוח אז הרב החכם הכולל רבי @פארוואס? גייט רעדן איבער דעם, סיי איבער תשע חנויות, און סיי איבער רשש"ק כאפ. דאס קומט אזויווי 'אויטאמאטיש' אריין אין אזא סארט שמועס. בקיצור, מיר וועלן הערן זיינע הגדרות איבער דעם ענין.

@berlbalaguleh, חן חן לך על הערתך האמיתית אויפן ווארט 'חנויות'. שכחתי ותקנת אותי.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15341 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 31, 2015 12:14 am

פארוואס:אין דעם עניין פון פארבינדונג פון סטאטיסטישע ציפערן (פראבאביליטי) אנטקעגן די ערשיינונג פון השגחה פרטית. ד.ה. אז ווען עס איז סטאטיסטיש כמעט אדער אינגאנצן אוממעגליך אז צוויי ערשיינונגען זאלן זיך צוזאמקומען אויף איין פלאץ אין די זעלבע צייט, מוזן מיר אננעמען אז דאס איז השגחה פרטית. איז אבער דא אן אנדער טייל וואס מ'קען עס אנרופן השגחה פרטית. און ס'האט גארנישט צו טון מיט סטאטיסטישע ציפערן (פראבאביליטי). למשל, איך האב מיט עטליכע יאר צוריק געדארפט מאכן אן אינשורענס פעימענט פון $1,000. וואס אויב די פאליסי ווערט געקענסלט וואלט איך שאדן געהאט א סאך מער ווי טויזנט דאללער. איין טאג פאר די דעדליין האט מיך אנגערופן א מענטש וועלכער איז מיר שולדיג געווען א סכום פון $2,000 דאללער אז ער וויל מיר באצאלן דאס געלט. דער חוב איז שוין געווען אלט א פאר יאר. און איך האב מיך שוין כמעט מייאש געווען פון דעם געלט...דאס האט נישט קיין אנדערן הסבר. נאר אז ס'איז בהשגחה פרטית...!
איך קען ברענגען נאך צענדליגער ביישפילן וואו א מצב האט זיך געטוישט לטובה, ממש אין די לעצטע מינוט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12041
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13402 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7702 מאל

הודעהדורך פארוואס? » זונטאג מאי 31, 2015 12:16 am

שש משזר האט געשריבן:כ'בין כמעט בטוח אז הרב החכם הכולל רבי @פארוואס? גייט רעדן איבער דעם, סיי איבער תשע חנויות, און סיי איבער רשש"ק כאפ. דאס קומט אזויווי 'אויטאמאטיש' אריין אין אזא סארט שמועס. בקיצור, מיר וועלן הערן זיינע הגדרות איבער דעם ענין.

@berlbalaguleh, חן חן לך על הערתך האמיתית אויפן ווארט 'חנויות'. שכחתי ותקנת אותי.

כמעט בטוח מיינט וויפיל פראצענט?
צו זיין האנעסט, איך האב נישט געפלאנט צו רעדן איבער דעם, און איך קען נישט דעם רשש״ק, איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן א מראה מקום, און אויב וועט עס זיין נוגע לענייננו, וועל איך עס מערצאשעם באהאנדלען.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך פארוואס? » זונטאג מאי 31, 2015 12:19 am

berlbalaguleh האט געשריבן:פארוואס:אין דעם עניין פון פארבינדונג פון סטאטיסטישע ציפערן (פראבאביליטי) אנטקעגן די ערשיינונג פון השגחה פרטית. ד.ה. אז ווען עס איז סטאטיסטיש כמעט אדער אינגאנצן אוממעגליך אז צוויי ערשיינונגען זאלן זיך צוזאמקומען אויף איין פלאץ אין די זעלבע צייט, מוזן מיר אננעמען אז דאס איז השגחה פרטית. איז אבער דא אן אנדער טייל וואס מ'קען עס אנרופן השגחה פרטית. און ס'האט גארנישט צו טון מיט סטאטיסטישע ציפערן (פראבאביליטי). למשל, איך האב מיט עטליכע יאר צוריק געדארפט מאכן אן אינשורענס פעימענט פון $1,000. וואס אויב די פאליסי ווערט געקענסלט וואלט איך שאדן געהאט א סאך מער ווי טויזנט דאללער. איין טאג פאר די דעדליין האט מיך אנגערופן א מענטש וועלכער איז מיר שולדיג געווען א סכום פון $2,000 דאללער אז ער וויל מיר באצאלן דאס געלט. דער חוב איז שוין געווען אלט א פאר יאר. און איך האב מיך שוין כמעט מייאש געווען פון דעם געלט...דאס האט נישט קיין אנדערן הסבר. נאר אז ס'איז בהשגחה פרטית...!
איך קען ברענגען נאך צענדליגער ביישפילן וואו א מצב האט זיך געטוישט לטובה, ממש אין די לעצטע מינוט.


נישטא קיין איין זאך אין די וועלט וואס האט נישט צו טוהן מיט סטאטיסטישע ציפערן. כאטש עס איז פארהאן זאכן וואס עס איז זייער שווער צו אויסרעכענען אדער צו באקומען די ריכטיגע אינפארמאציע, אבער אין טעאריע, פאלן זיי אלע אונטער די טרוקענע געזעצן פון מאטעמאטיק.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 31, 2015 12:31 am

moshav zekeinim האט געשריבן:פארוואס, דיין ארטיקל איז ממש משהו מיוחד, עס עפנט דעם קטפ.

ר' מושב זקנים: סטאטיסטיש גערעדט איז כמעט זיכער אז דו ביסט אן אלטער איד...(העכער די שבעים שנה, עמו"ש). נאר ס'איז אויך דא א מעגליכקייט (גאר א קליינע פראצענט ברוכטייל) אז דו ביסט א פרישער יונגערמאן וועלכער לערנט אין כולל אלס א סייד ליין. אבער, בכל אופן מיין איך אז דו דארפסט א פאר נייע גלעזער. כאטש די אות "ט" אויפ'ן היברו קיבאורד איז נעבן דעם אות "א". און דו האסט מסתמא געוואלט דרוקן דעם אות "א". ס'איז אבער ארויסגעקומען דער אות "ט"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12041
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13402 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7702 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג מאי 31, 2015 12:02 pm

הערליך שיין @פארוואס?, יישר חיילך.

פארוואס? האט געשריבן:
פרק ג


יעצט וויבאלד מיר האבן צוויי סארטן נומער, דעמאלס איז דער חשבון, צוויי צוטיילן אין א מיליאן, וואס איז איינס פון פינעוו הונדערט טויזנט, אדער 0.0002 פראצענט.



לייג צו צו דעם, אז ס'איז דא נאך צענדליגע, אדער הונדערטער זעקס ציפערדיגע נומערן וואס א מענטש קען טרעפן אויף זיין מיטער, וואס וועט עם אויסזען ווי א משוגענע קאאינצידענט, ווי למשל זיין אדרעס, דעיט אוו בירטה, די טאג וואס ער האט חתונה געהאט, זיין זיידענ'ס יארצייט, וכו' וכו', וואס דאס ברענגט ארויף די שאנסט פון געדענקען וואס מ'זעט אויפן מיטער פי כמה, און ווען מ'זעט סתם א נומבער וואס מיינט נישט גארנישט געדענקט מען ניטאמאל אז מ'האט געקוקט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געפילטע פיש אום זונטאג מאי 31, 2015 12:07 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7327 מאל

הודעהדורך ברסלבער » זונטאג מאי 31, 2015 12:25 pm

זייער שיין און אינטערעסאנט, @פארוואס?, יישר כח און איך ווארט אויפ'ן המשך.

עס איז דא זאכן וואס מען רופט אן 'ניסים', און ס'איז דא זאכן וואס מען רופט אן 'השגחה פרטית'. זאכן וואס זעען אויס אינגאנצן ארויס פונעם דרך הטבע, רופט מען 'ניסים', און זאכן וואס זענען יא אינעם דרך הטבע, אבער ווען מען קוקט אויפ'ן גאנצן בילד זעט מען ווי די זאכן האבן זיך אזוי שיין און געשמאק געשטעלט אויפ'ן פלאץ, דאס רופט מען 'השגחה פרטית', א מאמין וועט זאגן אז ער דערקענט אין דעם דעם יד ה', ער איז זיכער אז איינער איז געשטאנען אונטער דעם און עס אזוי שיין אויסגעשטעלט.
דו ברענגסט ארויס אז די זאכן וואס זעען אויס זייער אינטערעסאנט אז עס זאל געשען, איז באמת נישט אזוי אינטערעסאנט, מען דארף אויסרעכענען די מאטעמאטישע חשבונות וואס און וויפיל זענען די שאנסן אז אזעלכע זאכן זאלן פאסירן. דאס איז ביי 'ניסים'. ווידער ביי 'השגחה פרטית' דארפסטו נישט צוקומען צו דעם גאנצן הסבר, ווייל די זאכן זענען באמת בכלל נישט ארויס פון די נארמאלע דרך הטבע, דאס איז נאר אז דער מאמין קוקט עס אן מיט זיינע ברילן און ער זעט אין דעם דער יד ה', ווי אזוי די זאכן האבן זיך אזוי שיין אויסגעשטעלט, און נאכדערצו ווען פון אנהויב האט אויסגעקוקט אז דאס איז א שלעכטע פאסירונג און צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז גאר געווען לטובה. פארשטייט זיך אז איינער וואס גלייבט נישט אין השגחה פרטית, וועט זאגן אז די זאכן זענען פונקט אזוי פערצופאל געשען, און ער וועט אפילו נישט דארפן צוקומען צו די חשבונות פון @פארוואס?.

איך האב שוין געשריבן אויף א צווייטע פלאץ אז די סיבה פארוואס מען דערציילט מעשיות פון השגחה פרטית איז נישט ווייל מען וויל דערמיט 'אויפווייזן' אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, יעדע זאך קען מען אפפרעגן אויב וויל מען דוקא, און רוב מאל דארף מען אפילו נישט זיין דער גרעסטער חכם דאס אפצופרעגן. די סיבה איז נאר ווייל מען וויך פשוט חזר'ן די אמונה. אמונה איז אזא וואונדערליכע זאך וואס קען דערהאלטן א מענטש אין די שווערסטע מצבים, עס געבט אים די מוט און חשק אנצוגיין אין לעבן אפילו ווען זאכן גייען נישט פונקטליך אזוי ווי מען האט געוואלט. אבער די אמונה דארף מען חזר'ן, אז מען חזר'ט געדענקט מען, און אז מען חזר'ט נישט פארגעסט מען. און די מעשיות פון השגחה פרטית זענען פשוט אזא שיינע געשמאקע וועג איבערצו'חזר'ן די אמונה אז עס זאל בלייבן אין די ביינער. א זאך וואס מען חזר'ט מיט א מעשה געדענקט מען בעסער און עס ווערט בעסער איינגעקריצט אין מח.

דעריבער, נאך די אלע חשבונות וואס דו מאכסט אז די מעשיות זענען העכסט נארמאל און בכלל נישט אינטערעסאנט, איז נאך אלץ נוגע דאס דערציילן די מעשיות פאר א מענטש וואס גלייבט סתם אזוי אז אונטער סיי וועלכע מעשה ליגט דעם יד ה', און דאס פארציילן די מעשיות וועט אים פשוט העלפן אין די חזרה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2027
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3971 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג מאי 31, 2015 1:08 pm

א גרויסן יישר כח, פארוואס, פארן אנרירן די וויכטיגע נושא, בשעת עס יאווען זיך תהלים כולל מעשיות אונטער די פיס.
איך וויל צוצייכענען א לעצטיגע ביכל וואס איז געווידמעט ממש אויף די נושא און קען דיר בייהילפיג זיין, מיטן נאמען The improbability Principle. דא קענט איר זען אן ארטיקל איבער דעם ביכל.http://www.slate.com/articles/health_an ... l_the.html
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7677 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג מאי 31, 2015 1:13 pm

ברסלבער, אויב וויל מען פשוט איינחזרן די הערליכע סיסטעם פון די בריאה, איז נישט מער כדאי צו רעדן פון די פשוטע נפלאות הבורא ווי צו רעדן פון די קאאינצידענטן?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7677 מאל

הודעהדורך ברסלבער » זונטאג מאי 31, 2015 1:23 pm

יאיר, איך האב א געוויסן זינגער וואס איז מיר זייער צום הארצן, ער האט א הארציגע שטימע און דרייט מיטן קול ממש א געשמאק. לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי א חתונה וואו ער האט געזינגען, און איך האב זייער הנאה געהאט, און ספעציעל פון איין שטיקל ווען ער האט ארויפגעצויגן אזוי שיין אז עס האט מיר באנומען די ביינער. דער קומענדיגן טאג ווען איך דערצייל איבער מיינע איינדרוקן פאר מיין חבר, וועל איך אים זאגן בכלליות אז יענער האט זייער שיין געזינגען, אבער איך וועל מער מאריך זיין צו רעדן פון דעם ספעציעלן שטיקל וואס יענער האט אראפגעלייגט. און נאכדערצו אויב איך וועל יענעם הערן זינגען יעדן שני וחמישי, וועט נישט האבן קיין פשט צו רעדן סתם פון זיין זינגען, נאר פון די ספעציעלע שטיקלעך וואס יענער האט באוויזן. דוק מינה ואוקי באתרין.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2027
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3971 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג מאי 31, 2015 1:37 pm

דאס איז דאך מיין שאלה, פארוואס איז דאס אזא ספעציעלע שטיקל? וואס איז דער קונץ פון באשאפן א וועלט אין וועלכן עס געשעען קאאינצידענטן אז אין איינע פון די הונדערטער מאל וואס מען האט געזאגט תהלים האט מען פונקט געטראפן א זשאב? דער פאקט אז איך האב די פיזישע און גייסטיגע מעגליכקייט צו שרייבן די דאזיגע תגובה איז הונדערט מאל מער ספעציעל ווי אלע תהלים כולל מעשיות אינאיינעם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7677 מאל

הודעהדורך ברסלבער » זונטאג מאי 31, 2015 1:45 pm

דאס איז דאך מיין ענטפער. אלעס ווענדט זיך אין די הנחה קדומה וואס דער מענטש האט אין מח נאך איידער ער הערט אדער דערציילט די מעשה. די הנחה קדומה האט גארנישט צו טון מיט די מעשה וואס גייט דערציילט ווערן.
איינער וואס גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט יעצט מיט אן השגחה פרטית, אזוי ווי דער זינגער וואס שטייט יעצט אויפ'ן סטענד, פאר אזא איינעם איז אינטערעסאנט צו הערן א ספעציעל שטיקל, ווייל פאר אזא איינעם איז דער שטיקל עפעס ספעציעל. ווידער פאר איינעם וואס גלייבט נישט אין השגחה פרטית, לאמיר זאגן אז ער גלייבט אז דער אייבערשטער האט איינמאל באשאפן די וועלט מיט א הערליכע סיסטעם און דערנאך האט ער געלאזט לויפן דעם סיסטעם וואס האט אין זיך אויך קאאינצידענטן. פאר אזא איינעם איז טאקע דער שטיקל בכלל נישט ספעציעל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2027
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3971 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 31, 2015 5:38 pm

יאיר האט געשריבן:ברסלבער, אויב וויל מען פשוט איינחזרן די הערליכע סיסטעם פון די בריאה, איז נישט מער כדאי צו רעדן פון די פשוטע נפלאות הבורא ווי צו רעדן פון די קאאינצידענטן?

יאיר: ייש"כ פאר אופברענגען די נקודה. אבער אין אמת'ן קענמען רעדן פון ביידע צדדים פון נפלאות הבורא, וועלכע ברענגען צו א פארשטארקערונג אין די אמונה. נאר די רוטינע זאכן, וועלכע מענטשן זעען טאג-טעגליך זענען אפשר נישט אזוי באמערקבאר אין זייער וואונדערליכע נאטור. ווי למשל די זון אויפשיין און אונטערגאנג. אדער אפילו דער אויסשטעל פון די לבנה און שטערנס אויפ'ן ביינאכטיגן הימל. אבער ווען עפעס אויסערגעוויינליכס געשעהט, דאן הייבט א מענטש אן צו טראכטן וויאזוי דער מצב וואלט זיך געקענט אויסלאזן. און ס'איז נישט אזוי געשעהן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12041
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13402 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7702 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 31, 2015 6:00 pm

ברסלבער האט געשריבן:דאס איז דאך מיין ענטפער. אלעס ווענדט זיך אין די הנחה קדומה וואס דער מענטש האט אין מח נאך איידער ער הערט אדער דערציילט די מעשה. די הנחה קדומה האט גארנישט צו טון מיט די מעשה וואס גייט דערציילט ווערן.
איינער וואס גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט יעצט מיט אן השגחה פרטית, אזוי ווי דער זינגער וואס שטייט יעצט אויפ'ן סטענד, פאר אזא איינעם איז אינטערעסאנט צו הערן א ספעציעל שטיקל, ווייל פאר אזא איינעם איז דער שטיקל עפעס ספעציעל. ווידער פאר איינעם וואס גלייבט נישט אין השגחה פרטית, לאמיר זאגן אז ער גלייבט אז דער אייבערשטער האט איינמאל באשאפן די וועלט מיט א הערליכע סיסטעם און דערנאך האט ער געלאזט לויפן דעם סיסטעם וואס האט אין זיך אויך קאאינצידענטן. פאר אזא איינעם איז טאקע דער שטיקל בכלל נישט ספעציעל.

ברסלבר: דא איז אפשר כדאי ארויס צו ברענגען דעם חילוק פון די אלגעמיינע דעמאקראטישע וועלטליכע ערציאונג סיסטעם. ספעציעל דעם אמעריקאנער. וואו די קינדער אין די סקולס ווערן בדרך כלל ערצויגן מיט אמונה בה' (אויף זייער וועג) און די קאמוניסטישע חינוך סיסטעם וועלכע האט אויסגעריסן יעדע פינטל פון אמונה ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג.
ווען דער ערשטער רוסישער קאסמאנאוט, יורי גאגארין (וועלכער האט שוין געכאפט זיין סוף מיט א מיתה משונה) איז צום ערשטן מאל ארויפגעפלויגן אין ספעיס מיט'ן ספוטניק, האט ער געזאגט סארקאסטיש...אז ער איז ארויפגעפלויגן העכער די וועלט און ער האט נישט געזעהן גאט...!
לעומת זה. דער אמעריקאנער אסטראונאוט, דזשאן גלען, ווען ער איז דאס ערשטע מאל ארויפגעפלויגן אין ספעיס און ר'האט געזעהן די וואונדערליכע בריאה פון די וועלט און אלעס ארום, איז ער זייער שטארק נתפעל געווארן און ער האט געזאגט א קפיטל אין תהלים (איך געדענק נישט פונקטליך וועלכע.) וועלכע רעדט פון די נפלאות הבורא פון די בריאה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12041
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13402 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7702 מאל

נעקסט

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט