ראוונע האט געשריבן:ליבי אומר לי אז קיווע גייט זיך יעצט פארליבען אין די ווארבער מיידעל אטעדע וואס האט אפגעקויפט די ציורים פון ליבי ע׳ה
מפיל קינד האט געשריבן:יא, פשוט אזוי. זי ווערט די נייע ליבי, אבער קיווע גייט בלייבן מיט זיינע אלטע ליבי מחשבות און נישט לאזן זיך פארליבן אין איר. ער גייט זיך שלאגן מיט זיך אליין צו בלייבן מיט ליבי.
דער בטלן צבי אריה האט געראטעוועט זיין טאטע'ס קאריערע. ווער האט געגלייבט? שולם'ס שטארקייט איז צום באוואונדערן, ער איז בכלל נישט אזוי אלט.
טוניק איז געבליבן דער מתמיד, און רחמי הייבט יעצט אן א פרישן קאמף מיט אירע געפילן, וואס גייט פירן צו א שרעקליכע מלחמה צווישן איר און טוניק. איינער פון זיי צוויי גייען חרטה האבן אויף דעם שריט, אדער חנינה צוליב פרומקייט אדער רחמי געפיליש.
די לאטערי אלמנה קוקט אויס סתם אבי געשאסן דא, אבער קוקט אויס אז זי וועט נאך זיין דא א שטיקל מחותנית'טע אין דעם סעזאן.
וואס איז מיט יאסעלע, גיטי, ליפא און מנוחה? מ'האט עפעס פלעין פארגעסן פון זיי? שירה האט נאכנישט גערופן אין ישיבה? מ'וואלט ענדערש געדארפט לאזן די אויספיר פון שלום'ס הצלחה צום נעקסטן פרק, און ברענגען אביסל פון די צוויי שירה'ס. ס'וואלט זיך געענדיגט מער דראמאטיש.
מנחם ציון האט געשריבן:ווער קען דאס ארויפלייגן מיט א דרייוו לינק?
גראדעמעכעלע האט געשריבן:שלום'ס קאנפראטאציע מיט וויינבאך איז שפיץ דראמע. די מוסקלען זענען מיר געווען איינגעצויגן פון זיינע שארפע אויגן.
(די טעלעפאן געשפרעך צווישן זיי בעפאר איז געוואלדיג...)
קאצקע ציקער האט געשריבן:מנחם ציון האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:יעצט גענדיגט זעהן די נייע עפיזאד, עס ווערט בעסער און בעסער, דא ליגט אזויפיהל רגש מחשבה און ליבשאפט, איך ווער מעשיגע פאר ליפא, שלום פארשטייט זיך איז אייזן ווי אלעמאל, רוחמי האט א שוואכע ראלע, ליבי איז באשיידן און זיס ווי האניג.
דער ראש ישיבה..... ווי שאפט מען אזאנס....
שולי ראנד
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט