בת קול האט געשריבן:איך האב שוין געהערט אסאך אביוסד פרויען רעדן פון Laura Doyle. זעהט אויס אויב וויל מען זיך נישט גט'ן פון אן אביוזער איז דאס די איינציגסטע מהלך.
און פאר דעם זענען איר ביכער bestseller# ??? איין פראבלעם, Laura Doyle שרייבט מערערע מאל נישט צו בלייבן אין אן אקטיווע אביוסיוו רילעשענשיפ - נאר זיך גט'ן!!!
און Laura Doyle עקספירענס מיט זייער אסך פעלער, שטעלט זיך אויס דאס די פרויען האבן געהאט טענות אויף דער מאן אז ער איז אביוסיוו. אין די רגע וואס די פרויען האבן געטוישט זייער בליק און צוגאנג האט זיך דער מאן געטוישט.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
זאגסט זייער גוט, די מאן דארף מכבד זיין די פרוי און די פרוי דארף מכבד זיין די מאן. נאכדעם לייגסטו צו די פרוי דארף זיך פירן מיט איין אונס מער הכנעה, איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט דאס. איי געסס עס איז גארנישט, אונז מעגן נאך זיין מחולק אויף איין אונס.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
דער רמב"ם אין הל' אישות (פט"ו ה"כ) וואו ער שטעלט אראפ די פליכטן פון א פרוי צו איר מאן (אלס אן אידעאל) שרייבט, ווי באקאנט, "ויהיה בעיניה כמו שר או מלך מהלכת בתאות לבו ומרחקת כל מה שישנא" ע"ש. די שאלה איז צי דאס וואס ער שרייבט אינעם פריערדיגן הלכה בנוגע דער מאן'ס פליכטן צו איר (עפ"י הגמרא ביבמות סב:) "שיהא אדם מכבד את אשתו יותר מגופו" טוהט דאס מיטיגעיטן. עס איז סתם אזוי מן הראוי לציין אז דער רמב"ם איז דאך געווען אן אריסטאטיליען וואס אריסטו האט דאך געהאלטן פרויען פאר אינהערענטלי אינפעריאר ווי מענער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
שמעון וואלף האט געשריבן:מענין לענין
פארגאנגענע זונטאג איז פארגעקימען א הכנסת ספר תורה אין וויליאמסבורג און די בעל שמחה האט מכבד געווען ס'ווייב צו גיין גלילה בפני קהל ועדה.
א פרישע דורכברוך
א יאר ציריק איז געווען די זעלבע אין מאנסי ווי די ווייב האט געמאכט גלילה וכו'
די חידוש איז אבער אין וויליאמסבורג אז מען האט נישט באשטיינערט די פרוי.
שמעון וואלף האט געשריבן:מענין לענין
פארגאנגענע זונטאג איז פארגעקימען א הכנסת ספר תורה אין וויליאמסבורג און די בעל שמחה האט מכבד געווען ס'ווייב צו גיין גלילה בפני קהל ועדה.
א פרישע דורכברוך
גלילה קען מען אויסשטעלן אז ס'זאל זיין שלא בפני קהל ועדה, מדארף זוך נישט ארימדרייען אזוי ווי ביי הגבה, מקען זיך אן עצה געבן, מען שטייט ביים דלת הבית אויסגעדרייט צום קיטשן
און מלערנט עס ארויס פון קוואטערשאפט ווי מען שטייט ביים דלת בית המדרש ווי עס איז שוין איינגעפירט נאך פון די פריעדיגע יארען
דאס איז דאך להחזיר עטרה ליושנה... מ’זעט שוין ענליך אין די גמרא אין חגיגה (טז:) דבר אל בני ישראל וסמך הבני ישראל סומכין ואין בנות ישראל סומכות רבי יוסי ור' (ישמעאל) [שמעון] אומרים בנות ישראל סומכות רשות אמר רבי יוסי סח לי אבא אלעזר פעם אחת היה לנו עגל של זבחי שלמים והביאנוהו לעזרת נשים וסמכו עליו נשים לא מפני שסמיכה בנשים אלא כדי לעשות נחת רוח לנשים.
לכאורה דארף דאס זיין מותר אפילו בימי ראייתה, אפילו לויט די ערשטע דעה אין סימן פ”ח (סעיף א), ווייל דא רירט מען נישט צו די ספר אליינס.