וואס מיינט סעקסיזם?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

וואס מיינט סעקסיזם?

הודעהדורך קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:13 pm

לאור צו די פריידגע בשורה פון די געווינס פון א חשובע היימישע עסקן (וואס איז די לשון נקיבה פאר עסקן?) און איבערגעגעבענע פרוי מרת פרייער און זי האט געוואנען א פירערשאפט פאזיציע ווען איר קעגענער איז געווען א חרדישע מאן, וויל איך אביסעל דורכטון וואס מיינט סעקסיזם?

צו זאגען אז פרויען זענען אנדערש ווי מענער איז ראנג? צו זאגען אז א פרוי איז מער געאייגענט זיך צו אפגעבן מיט צארטע ארבעט ווי אויפציען אונזערע טייערע קינדער און מענער זענען מער פאר צו דרייווען טראקס און טרעלערס איז ראנג?

וואס זענען די פאקטען? געווענליך ווער איז מער גאייגענט צו זיין א פליציאנט? א פרוי אדער א מאן? האט דען א פרוי געקענט זיין נעווי סעילס? זיין אן ארמי פילאט? פארוואס מיזען מיר לעבן אין א דרוק צו מאכען ביידע מינים כאילו זיי פארמאגען די זעלבע קווליפקאציעס און טאלאנטען?

אויב שוין דא אן אשכול ביטע צופירן
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 695 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:41 pm

כאפ א בליק אויף דעם פעמעניסט זייטל, פון די לינקע שבלינקע, און זאג דו מיר צו דו זעהסט אונזער רעליגיעזע התנגדות צו א פרויענישע קאנדידאטור פאר א פאבליק אמט אלץ 'סעקסיסט'.

חוץ אז דו ווילסט זאגן אז חכמינו ז"ל זענען געווען סעקסיסט און דערפאר אין די היינטיגע 'ענלייטענד' דור איז וויכטיג דאס צו טוישן ?

אויב דו קלערטס אז די פאקט אז א פרוי האט זיך דערדראפעט צו ווערן שופטת איז א געווינס, אפשר איז זיך צייט איבערצוקלערן אז מ'דארף אפשר אויך טוישן אלע אנדערע זאכן וואס קערט אן מיט צניעות ? נאר מענער מעגן גיין מיט הויזן? מיט די אייגענע האר אויפגעדעקט ? וכו' וכו'.

יעדער איינער וואס האט זיך נאר אמאל געדרייעט אין די חרידישע קאמיוניטי ווייסט אז פרויען זענען בכלל נישט אונטערדרוקט, איך קען פרויען וואס פירן זייערע אייגענע ביזנעסער, וכו'
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 864 מאל

Re: וואס מיינט סעקסיזם?

הודעהדורך טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:58 pm

קאמענטירער האט געשריבן:לאור צו די פריידגע בשורה פון די געווינס פון א חשובע היימישע עסקן (וואס איז די לשון נקיבה פאר עסקן?) און איבערגעגעבענע פרוי מרת פרייער און זי האט געוואנען א פירערשאפט פאזיציע ווען איר קעגענער איז געווען א חרדישע מאן, וויל איך אביסעל דורכטון וואס מיינט סעקסיזם?

צו זאגען אז פרויען זענען אנדערש ווי מענער איז ראנג? צו זאגען אז א פרוי איז מער געאייגענט זיך צו אפגעבן מיט צארטע ארבעט ווי אויפציען אונזערע טייערע קינדער און מענער זענען מער פאר צו דרייווען טראקס און טרעלערס איז ראנג?

וואס זענען די פאקטען? געווענליך ווער איז מער גאייגענט צו זיין א פליציאנט? א פרוי אדער א מאן? האט דען א פרוי געקענט זיין נעווי סעילס? זיין אן ארמי פילאט? פארוואס מיזען מיר לעבן אין א דרוק צו מאכען ביידע מינים כאילו זיי פארמאגען די זעלבע קווליפקאציעס און טאלאנטען?

אויב שוין דא אן אשכול ביטע צופירן

איך וועל פראבירן עס צי מסביר סיין די בעסטע וואס איך קען, און פראבירן צי זיין וואס מער אבדזשעקטיוו,
כדי צי פארשטיין סעקסיזם דארף מען קודם פארשטיין ראסיזם, ווייל סעקסיזם איז ראסיזם פון אדער מענער אויף פרויען, און אדער פרויען אויף מענער, און אויף דעם זענען ברוך השם דא צוויי עקסטרעמע אידאלאגיעס, די מענער אידאלאגיע הייסט masculism מאוומענט, און די פרויען מאוומענט הייסט די באקאנטע feminism מאוומענט. (Or girl power) .
איז אן עקסעמפל פון ראסיזם איז געווען שווארצע, מענטשן האבן געהאלטן (און טייל האלטן נאך היינט) אז שווארצע זענען נישט באמת קיין מענטשן, מערסטן פאל האט מען געהאלטן אז זיי זענען מאנקיס, בממילא האט מען זיי גענומען פאר קנעכט, און מען האט זיי געשלאגן און גערצחעט, ווייל סאך הכל האט מען נישט געשלאגן א מענטש, מען האט געשלאגן עפעס א זאך וואס זעט אויס ווי א מענטש, אדער למשל היטלער האט געהאלטן אז די אריער ראסע איז די עכטע מענטש די אלע אנדערע זענען נישט די עכטע. וכו'
איז יעצט דא ביי פרויען האט מען געהאלטן אז דאס איז א חפץ וואס איז באשאפן געווארן פארן מאן, עס געבוירט קינדער, עס קאכט עסן, עס קען אפשר נייען, אבער נישט מער פון דעם, און בכלל האט מען עס אנגעקוקט ווי אזאך וואס רייצט אן מענער ממילא דארף מען עס ווי מער באהאלטן,
אבער היינט פארשטייט מען אז אפילו עס איז נישט די זעלבע ווי א מאן, איז אבער בעסער אז די פאזיציעס וואס קענען יא ווערן פארנומען דורך א פרוי איז פארוואס נישט, און ביי אונז אידן גייט עס שטאטער ווי ביי גוים, אבער עס איז פיל פיל בעסער ווי אמאל....

איך האב אמאל געזען אין מנהג ישראל תורה איבער דעם וואס היינט איז מען מקיל צי רעדן צי שוועגערין'ס און מומע'ס און אז פרויען ארבייטן, זאגט ער אז ער האט א לימוד זכות... אז וויבאלד אמאל פלעגט א פרוי זיין אינדערהיים און מען פלעגט עס נישט זען איז עס געוען א פאני זאך א פרוי, אבער היינט אז זיי דרייען זיך איבעראל זענען מענער נישט אזוי דעשראקן... אנדשולדיגט פארן נישט גיט איבערשרייבן די ספר... איך וועל שפעטער מאכן א בילד פונעם ספר...
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:59 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:כאפ א בליק אויף דעם פעמעניסט זייטל, פון די לינקע שבלינקע, און זאג דו מיר צו דו זעהסט אונזער רעליגיעזע התנגדות צו א פרויענישע קאנדידאטור פאר א פאבליק אמט אלץ 'סעקסיסט'.

חוץ אז דו ווילסט זאגן אז חכמינו ז"ל זענען געווען סעקסיסט און דערפאר אין די היינטיגע 'ענלייטענד' דור איז וויכטיג דאס צו טוישן ?

אויב דו קלערטס אז די פאקט אז א פרוי האט זיך דערדראפעט צו ווערן שופטת איז א געווינס, אפשר איז זיך צייט איבערצוקלערן אז מ'דארף אפשר אויך טוישן אלע אנדערע זאכן וואס קערט אן מיט צניעות ? נאר מענער מעגן גיין מיט הויזן? מיט די אייגענע האר אויפגעדעקט ? וכו' וכו'.

יעדער איינער וואס האט זיך נאר אמאל געדרייעט אין די חרידישע קאמיוניטי ווייסט אז פרויען זענען בכלל נישט אונטערדרוקט, איך קען פרויען וואס פירן זייערע אייגענע ביזנעסער, וכו'


שקויעך פאר די לינק אקיצור סה''כ שטייט דארט אז סעקסיזם מיינט ווען מען דיסקמינירט איינעם ווייל זי איז א פרוי פיין ווייס מיר וואס דאס מיינט אבער איך האב געפרעגט צו מוז מען זאגן אז ביידע האבן אייניגע יכולות'ער?

לגבי פון וואס דו רעדסט: ניין! איך האלט נישט אז סאיז דא א מורא'דיגע אונטערדריקונג ביי אונז לגבי פרויען, אבער פון די צווייטע זייט קענען מיר נישט זאגן אז מיר זענען אינגאנצען ריין פון סעקסיזם, גיי קוק וויפיל צאלט מען פאר א פרוי און וויפיל פאר א מאן פאר די זעלבע ארבעט, דאס וואס דו דערמאנסט אז סדא פרויען וואס פירן ביזנעסער: א. איך בין אויפגעוואקסען אין די קאמיונוטי וועגן דעם קען איך מיך נישט מיט צופיל היימישע פרויען, אבער פון די פרויען וואס איך קען יא, פירט קיינער נישט קיין ביזנעס, מילא סאיז מסתבר דו רעדסט פון אפאר פראצענט פון די היימישע פרויען.

ב. דאס וואס דו טרעפסט פרויען פירען ביזנעסער, שטעל איך מיר פאר אז דאס קומט פון צוויי גרוילהאפטיגע התנהגות'ער וואס סאיז דא ביי אונז: א. מען ארבעט נישט נאך די חתונה מילא די פרוי וועט די פרנסה ברענגער ב. מען עזשיקעט נישט די מענער מיט באקיפינג וכד' בעת פרויען יא, צוזאמען מיט דעם קענען זיי א געשליפענעם ענגליש, יעצטו זאג מיר דו ווער קען פירן א ביזנעס די מאן אדער די פרוי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאמענטירער אום מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:02 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 695 מאל

Re: וואס מיינט סעקסיזם?

הודעהדורך טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:02 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:כאפ א בליק אויף דעם פעמעניסט זייטל, פון די לינקע שבלינקע, און זאג דו מיר צו דו זעהסט אונזער רעליגיעזע התנגדות צו א פרויענישע קאנדידאטור פאר א פאבליק אמט אלץ 'סעקסיסט'.

חוץ אז דו ווילסט זאגן אז חכמינו ז"ל זענען געווען סעקסיסט און דערפאר אין די היינטיגע 'ענלייטענד' דור איז וויכטיג דאס צו טוישן ?

אויב דו קלערטס אז די פאקט אז א פרוי האט זיך דערדראפעט צו ווערן שופטת איז א געווינס, אפשר איז זיך צייט איבערצוקלערן אז מ'דארף אפשר אויך טוישן אלע אנדערע זאכן וואס קערט אן מיט צניעות ? נאר מענער מעגן גיין מיט הויזן? מיט די אייגענע האר אויפגעדעקט ? וכו' וכו'.

יעדער איינער וואס האט זיך נאר אמאל געדרייעט אין די חרידישע קאמיוניטי ווייסט אז פרויען זענען בכלל נישט אונטערדרוקט, איך קען פרויען וואס פירן זייערע אייגענע ביזנעסער, וכו'

איך האב שוין צענדליגער מאל געזאגט אז נישט חז"ל זענען חס ושלום געווען סעקסיסט, נאר אמאל איז מען געווען סעקסיסט. און וויפיל מען קען טוישן און נישט עובר זיין אויף די תורה, דארף מען טון
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:09 pm

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3555
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6888 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:15 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=47&t=5706

@ונבנתה דו מוזט האבען א אייזערענע זיכרון צו געדענקן פון יעמאלט, אבער פערצופאל שמועסט מען אויס עפעס אנדערש, נישט ממש די זעלבע ענין ווי דא, מילא אויף אזוי ווייט מזאל צאמשטעלן איז נישט קיין רעדע.
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 695 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:25 pm

די לשון פאר א פרוי איז עסקנית אדער עסקניות בלשון רבים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5583
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2518 מאל

Re: וואס מיינט סעקסיזם?

הודעהדורך טרויבן88 » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:18 pm

בכלל האב איך נאך א וועג צי מסביר זיין וואס סעקסיזם מיינט... די בילדער זענען אין רעזולטאט פון העץ און דעות אז פרויען האבן אזויפיל שכל, מען איז עס ביזי מעסטן ביז מען זעט די בילדער פארשטייט מען אז עד כאן. דאס זענען בילדער פון די חשוב לאנד אפגאהאניסטאן ווי א לעבן אוז ווערט א קארן, איינע פון די בילדער זענען פון א פרוי מיט א אפגעשניטענע נאז... איך האב מיך אפגעהאלטן פון לייגן נאך בילדער...
בילדבילדבילדבילד
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 4:00 pm

גרוילהאפטיג איז נישט די ווארט! דערפאר איך וואלט געראטן אז מזאל די בילדער אריינלייגען אין א לינק, סזאל נישט זיין אזוי לעיני השמש.

ווי יעדע אנטשטענדיגע מענטש פארשטייט: איז ביי אונזער קאמיונטי -געלויבט גאט -נישט פארהאנען אזא אכזריות'דיגע התנהגות (חוץ די פראצענטען וואס עס זענען פארהאנען ביי יעדע קאמיונטי). אבער אז אונז זאלמיר קענען זאגען אז מיר זענען אינגאנצען ריין פון משפט'ן לפי די זשענדער, דאס קען מען נישט זאגן, סוועט זיך אויך גרינגער טרעפן ביי אונז אז א פרוי זאל זיך שפירן צוקלאפט ביי זיך, און נישט נאר דאס זיי חזר'ן שוין אליינס פאר זיך אז א פרוי טאר נישט וכדו'

אבער מיט די אלע זאכן איז אינטערסאנט, אז למעשה האבן מיר היימישע פרויען וואס קומען איבער אלע שוועריקייטן, און אפי' זיי האלטען זיך פרום, שטערט עס נישט זיי פון שטיין אונטער ריזיגע אונטערנעמינגען, א שטייגער ווי די ריזיגע חסד אפאראטן ווי ביקור חולים'ס אא''וו, קאודוס פאר זיי!!
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 695 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 4:45 am

קאמאנטירער, ווער זאגט דיר אז א פרוי קען נישט זיין קיין פאליציי אפיציר צי א נעיווי סיעל וכודמה? פרויען קענען אלעס טוהן פונקט ווי מענער-נישט יעדע פרוי קען טאקע זיין א נעיווי סיעל- אבער פונקט אזוי קען אויך נישט יעדע מאן זיין קיין נעיווי סיעל, אבער ס׳האט גארניקס צוטוהן מיט די זשענדאר ס׳האט צוטהן מיט די מענטש, סאיז מסתמא דא אפאר ביליאן פרויען אויף דער וועלט וואס זענען פיזיש אסאך שטערקער ווי מענער און זיי וואלטן זיי געקענט בייקומען. די סיבה פארוואס מענער זענען ע״פ רוב מעהר סוקסעסעפול און זענען מעהר פאוערפול איז ווייל סאסייעטי האט אזוי דיקטיריט פאר טויזענטער יאהרן , וויבאלד אין אלע פארצייטישע קולטורס האבן די מענער דיקטירט אויף די פרויען און זיי האבן געשריבן די געזעצן.

מיין פערזענליכע אפיניאן איז אז פרויען זענען פונקט אזוי טויגליך ווי מענער און מסמא נאך אסאך מעהר, און אין כמעט יעדע פאזיציע ווי פרויען האבן געווירטשאפט איז געוועהן אסאך מעהר ארדענונג ווי ווען מענער, מ׳האט זיי נאר פאר טויזענטער יאהרן אראפגעקלאפט און נישט געלאזט אנקומען אין ערגעץ, יעדע דיקטעטאר, רוצח, רשע, אין היסטאריע איז געוועהן א מאן, פרויען קענען אזעליכע רשעות נישט טוהן.
I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5762
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3403 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 10:47 am

@שבת'ל כהאב הנאה אז איינער ענטפערט צוריק צום ענין וואס מהאט אנגעפאנגן די שמועס..
יעצט צו דיין תשובה
אלף. דיין תגובה איז אזוי מין סעקסיסטיש געשטימט אז נאר, אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז מענער זענען רשעים און פרויען זענען וואויל, אויב דו האלטסט סאיז ריכטיג צו זאגען אזא סטעיטמענט, דאן וואס איז ראנג ווען איך זאג פארקערט אז מענער זענען טויגליך און פרויען זענען קוים קעיפעביל צו באשליסען וועלעכע קאליר מעיביל צו נעמען?
בּית, איך בין נייגעריג צו די האסט נומבערס צו שטודיעס אז די וועלט וועט זיין א בעסערע פלאץ ווען פרויען פירן עס אן?
גימעל. דיין סיבה פוו מענער זענען געווען פאוערפול האט גארנישט פארענטפערט אז די סייסייעטי אדער קולטור האט אזוי דיקטירט, ווייל דאס אליין אז די מענער האבן געהאט די אויבערהאנט צו אויספארעמן די סייסייעטי זעסטו שוין אז די מענער זען ידם על העליונה.
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 695 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:49 pm

קאמענטירער, די איינציגזטע זאך וואס מענער האבן געדאפרט איז זיין פיזיקאלי שטערקער , פון דארט און ווייטער טוען זיי פשוט צווינגען פרויען.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3765
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1843 מאל

Re: וואס מיינט סעקסיזם?

הודעהדורך טרויבן88 » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 4:12 pm

קאמענטירער האט געשריבן:@שבת'ל כהאב הנאה אז איינער ענטפערט צוריק צום ענין וואס מהאט אנגעפאנגן די שמועס..
יעצט צו דיין תשובה
אלף. דיין תגובה איז אזוי מין סעקסיסטיש געשטימט אז נאר, אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז מענער זענען רשעים און פרויען זענען וואויל, אויב דו האלטסט סאיז ריכטיג צו זאגען אזא סטעיטמענט, דאן וואס איז ראנג ווען איך זאג פארקערט אז מענער זענען טויגליך און פרויען זענען קוים קעיפעביל צו באשליסען וועלעכע קאליר מעיביל צו נעמען?
בּית, איך בין נייגעריג צו די האסט נומבערס צו שטודיעס אז די וועלט וועט זיין א בעסערע פלאץ ווען פרויען פירן עס אן?
גימעל. דיין סיבה פוו מענער זענען געווען פאוערפול האט גארנישט פארענטפערט אז די סייסייעטי אדער קולטור האט אזוי דיקטירט, ווייל דאס אליין אז די מענער האבן געהאט די אויבערהאנט צו אויספארעמן די סייסייעטי זעסטו שוין אז די מענער זען ידם על העליונה.

די געדאנק אז מענער זענען בעסער וויבאלד עס איז זיי געלונגען צי אינטערדרוקן די פרויען, איז ווי צי זאגן אז סטאלין איז געווען גערעכט וויבאלד עס איז עם געלונגען צי אונטערדריקן זיין פאלק, אדער צי מאכן דיין חשבון אויף שווארצע...
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

הודעהדורך בן אדם » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 4:31 pm

אויב ס'איז נישט קיין שום חילוק פון א מאן אדער א פרוי, פארוואס זאל א מאן וועלן ווערן א פרוי, אדער פארוואס זאל א פרוי וועלן ווערן א מאן?

(איך פרעג נאר, איך דארף נישט קיין תירוץ)
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1417 מאל

Re: וואס מיינט סעקסיזם?

הודעהדורך טרויבן88 » זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 4:40 pm

בן אדם האט געשריבן:אויב ס'איז נישט קיין שום חילוק פון א מאן אדער א פרוי, פארוואס זאל א מאן וועלן ווערן א פרוי, אדער פארוואס זאל א פרוי וועלן ווערן א מאן?

(איך פרעג נאר, איך דארף נישט קיין תירוץ)

די האסט אפשר א חבר א מאן??? ני וויאזוי קען זיין?
(איך פרעג נאר...)
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

Re: וואס מיינט סעקסיזם?

הודעהדורך טרויבן88 » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 11:46 am

@קאמענטירער דא האסטו דעם מנהג ישראל תורה בילדבילד
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

Re: וואס מיינט סעקסיזם?

הודעהדורך טרויבן88 » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 9:43 am

בכלל קענסטו אויסטשעקן דעם ספר פרק כא אבן העזר פאר א ענטפער אויף דיין הויפט קושיא. און אויף די רמבם הלכות אישות
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

Re: וואס מיינט סעקסיזם?

הודעהדורך החוקר » מיטוואך אקטאבער 19, 2016 9:24 am

שבת אחים האט געשריבן: יעדע דיקטעטאר, רוצח, רשע, אין היסטאריע איז געוועהן א מאן, פרויען קענען אזעליכע רשעות נישט טוהן.


אזוי גאר????
אט האסטו עטליכע ביישפילן ווי פרויען זענען נאך אזוי געלונגען ווי מענער.

[url="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Elizabeth_Báthory"]עליזאבעט באטארי[/url]

[url="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Mary_Ann_Cotton"]מערי אננ[/url]

[url="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Irma_Grese"]היענע פון אוישוויץ[/url]

און היסטאריע איז נאך אזוי רייך מיט שלעכטע פרויען.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 718
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 565 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:16 pm

שבת אחים האט געשריבן:יעדע דיקטעטאר, רוצח, רשע, אין היסטאריע איז געוועהן א מאן, פרויען קענען אזעליכע רשעות נישט טוהן.
אזא סעקסיסטישע סטעיטמענט האב איך שוין לאנג נישט געהערט...

[אגב, א היסטאריש-אומריכטיגע סטעיטמענט. אבער כ'עקספעקט נישט פון א קארלינע חסיד (דזשארדזש קארלין) צו קענען היסטאריע. כאטש זיי נישט קיין סעקסיסט...].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15415 מאל

Re: וואס מיינט סעקסיזם?

הודעהדורך מי אני » מיטוואך אפריל 24, 2019 4:38 pm

https://m.youtube.com/watch?v=p9kCJvfo28w


Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך אפריל 24, 2019 4:46 pm

שש משזר האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:יעדע דיקטעטאר, רוצח, רשע, אין היסטאריע איז געוועהן א מאן, פרויען קענען אזעליכע רשעות נישט טוהן.
אזא סעקסיסטישע סטעיטמענט האב איך שוין לאנג נישט געהערט...

[אגב, א היסטאריש-אומריכטיגע סטעיטמענט. אבער כ'עקספעקט נישט פון א קארלינע חסיד (דזשארדזש קארלין) צו קענען היסטאריע. כאטש זיי נישט קיין סעקסיסט...].


כהאב קיינמאל נישט באמערקט די תגובה.

סאיז נישט סעקסיסט סאיז אמת... פונקט ווי אלע ראסיסטן וואס ווילן קלעימען אז זיי האבן נישט פיינט די שווארצע/אידן נאר זיי זאגן פשוט דעם ריינעם אמת... :lol: :P

אזא היסטאריש-אומריכטיג סטעיטמענט ווי יאהר אויף פרעה! רוב דיקטעטארס זענען געוועהן מענער. בככל רוב מענטשען וואס האבן געוועלטיגט איבער אנדערע מענטשען אין היסטאריע זענען געוועהן מענער... סאיז נישט געוועהן קיין פרויען קעניגען, פריצים, וכו׳ זיי האבן נישט געהאט קיין שום פאוער אמאל. מהאט זיי בכלל נישט צוגעלאזט.

פשוט!

וואו איז געוועהן פרויען דיקטעטארס אין היסטאריע? אדרבה לאמיר הערן. פרויען האבן בכלל נישט געוועלטיגט איבער קיינעם ביז 100-150 יאהר צוריק- אבי געשאסן א לאטקע אין די וועלט אריין.

אפשר איז מיין סטעיטמענט טאקע סעקסיסט אבער גערעכט בין איך זיכער... סאיז שוין גארנישט אומריכטיג.
I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5762
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3403 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך אפריל 24, 2019 5:07 pm

רוף מיך אלטמאדיש און סעקסיט. אבער די פאקט איז אז אפילו אין די היינטיגע צייטן ווי פרויען האבן יא רעכטן זענען רוב קרימינאלן, פארברעכער, רוצחים, מענער. פרויען ווערן געבוירן מיט ווייכערע נאטורן. די זעלבע קען מען זעהן ביי אלע חיות אויף די וועלט. אין היסטאריע האבן מענער געמאכט רוב פראבלעמען ספעציעל ווייסע מענער מיט ״בלויע אויגן״.
I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5762
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3403 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך אפריל 24, 2019 8:43 pm

כ׳האלט נישט אז פרויען דארפן האבן מעהר רעכטן אדער עפעס. נאר איך האלט זיי דארפן האבן גלייכע רעכטן, כהאב נישט פיינט קיין ווייסע אדער קיין בלויע אויגן נאר דאס איז טרוקענע מציאות און פאקט אין היסטאריע. און די זעלבע איז מיט אלע בע״ח. פרויען זענען ווייניגער violent געווענטליך און קלענערע רוצחים. דאס מיינט נישט אז איך האלט אז היינטיגע צייטן דארף מען טראסטן א מאן ווייניגער ווי א פרוי.

איך בין נישט געקומען צו קיין שום מסקנא איך זאג נאר א פשוטע פאקט און יעדע זאל מאכן זייערע אייגענע conclusions.

איך פערזענליך בין פאר גלייכע רעכטן און איקוואלעטי פאר אלע Genders און פאר אלע races. און איך שטרעב צולעבן אין א וועלט ווי סאיז נישטא קיין שום prejudice and bigotry פאר קיינעם און ווי מ׳לעבט זיך אין הארמאניע.
I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5762
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3403 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 24, 2019 9:15 pm

וויפיל פראצענט פארברעכער זענען פרויען? קוקט דא און איבערצייגט אייך אליין...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2291
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1353 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט