yatzmachp האט געשריבן:
צווייטנס, איז סתם א געלעכטער פון ליפא'ס גיין אין קאלעדזש. קודם זעה איך נאך נישט וואס ער האט זיך דערלערנט. איך האף אז ער וועט נישט צום סוף אויסקוקן ווי פרימט גאלדבערגער וואס נאכן זיך דערלערנען און באקומען א קאלעדזש דעגרי האט זי גענומען איר מאמע'ס אומנות און אנגעהויבן צו פארקויפן קאקאש קעיק. אדער פרידא וויזל וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש און צום סוף מוז זי מאכן פרנסה פון ארימטראגן מענטשן אויף טורס אין וויליאמסבורג. און די חסידים זענען נעבעך אן עדיוקעישן. נישטא ווער עס זאל לאכן.
יהושע חיים האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו מושב זקנים וואלט ווען געוועהן אזוי באזארגט פאר די מאמע ווען די מעשה וואלט געוועהן פארקערט אז די מאמע וואלט געווארן פרומער פון די גאנצע משפחה און לכבוד דעם באקומען א גט און שי קינדער וואלטן נישט געוואלט האבן קיין שייכות מיט איר און איר נישט גע׳לאדענט צו שמחות, דעמאלטס וואלט מושב זקנים אויך אזוי שטארק מיט געשפירט די צער, און וואלט ווען דעמאלטס ליפא שמעלצער אויך אזוי מיט געשפירט די צער... אדער פשוט מען נעמט זיך אן פאר דער וואס איז אוועק געגאנגען פון די מסורת האבות אוועק געגאנגען פונעם בורא כל עולמים וכו׳ וכו׳, איך זאג נישט אז מען איז גערעכט פארן איר נישט רופן צום חתונה אבער מען דארף קודם וויסן וואס דארט גייט פאר, וואס איז מיט די קינדער, אפשר קענען זיי זיך מיט א מאמע וואס קוקט אזוי אויס, ווער ווייסט וויפיל בזיונות זיי האבן געליטן א גאנץ לעבן א דאנק דעם וואס דאס איז זייער מאמע, און יעצט אין די נאכט פון די חתונה זענען זיי מחוייב ווייטער צו ליידן, ווער האט דאס אפגעמאכט, פארוואס דארף דאס אזוי זיין, ווער זאגט אז די מאמע׳ס צער איז מער פון די צער פון די קינדער????
יהודי פשוט האט געשריבן: בנוגע די טאכטער זי איז א קרבן פון איר מאמע, און בנוגע די מאמע זי איז א קרבן פון אירע אייגענע מעשים אזוי ווי קלוגע אידן האבן שוין געזאגט מעשיך יקרבוך וכו׳.
moshav zekeinim האט געשריבן:יהודי פשוט האט געשריבן: בנוגע די טאכטער זי איז א קרבן פון איר מאמע, און בנוגע די מאמע זי איז א קרבן פון אירע אייגענע מעשים אזוי ווי קלוגע אידן האבן שוין געזאגט מעשיך יקרבוך וכו׳.
צופעליג ווייס איך וואס די מעשה איז דארט געווען. אבער לאמיר הערן, פארוואס ווילסטו נישט אננעמען אז ביידע זענען קרבנות פון די סיסטעם?
יהודי פשוט האט געשריבן: א מאמע וואס קען טוהן אזא זאך און גיין וואכן אירע שמוץ וועש ברבים און דורך דעם גורם זיין אז אלע ליידיג גייערס (ואולי גם אני הקטן בתוכם) זאלן זיך זעצן אדורך טוהן די מעשה און בארעדן איר אייגענע טאכטער איז איינער פון צוויי זאכן אדער האט זי נישט קיין איין טראפ שכל אדער (וואס איז מער מסתבר) איז זי פשוט א שלעכטע מאמע, און נאר דער ווידיאו אליינס איז גענוג א סיבה אז א קינד זאל נישט וועלן האבן די מאמע ביי איר חתונה, ומדי דברו בו איז הוא הדין ליפא שמעלצער וואס פאר זיינע אייגענע אינטערעסן וואשט ער יענעם׳ס שמוץ וועש ברבים, ליידער ליידער אזוי זעהט מען אויס ווען מען קריכט אוועק פון די תורה הקדושה די מוח ווערט פארקרימט און מען קען נישט דן זיין מיט שעל הישר נאר מיט נגיעות און אינטערעסן נישט אומזיסט האבן די קלוגע אידן געזאגט אז דעת בעל הבית איז דער היפך דעת תורה
ישראל גלויבער האט געשריבן:ווילאנג זי גלייבט אין גאט, און איז מתפלל, קומט איר אלעס
שלום שטיסל האט געשריבן:סארא טיפשות דאס צו פארהאלטן א מאמע פארן פרובירן צו מאכן א קשר מיט א קינד, זאל זי דאס אויך נישט טוהן?
באניצער וואס לייענען דעם פארום: opensiteexplorer dotbot [Bot], שמחהלע קאפשטיק און 5 געסט