וואס איז דאס קענסער? (דער וועקער 4)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

וואס איז דאס קענסער? (דער וועקער 4)

שליחה דורך פליקער »

[center]צווייטע קאפיטל:
וואס איז דאס קענסער?[/center]

דער ציל פון די סעריע ארטיקלן איבער 'קענסער'.

היות ווי מיר אלע ווייסן ליידער שוין היינט, אז פאר די לעצטע צענדליגע יארן ווערן נעבעך מענער פרויען און קליינע קינדער דיאגנאזירט מיטן שרעקליכן ווארט - "קענסער", עס זענען דא פילע וואס האבן דאס נישט געשפירט אויף די אייגענע בארד, מיט די אייגענע אויערן, זיי האבן זיך נאך נישט געשאקלט פאר שרעק ווען עס איז ערוועקט געווארן א חשד אויף א נאנטער פון זייער פאמיליע, די פחד וואס מען גייט דורך, די ביטערע שרעק וואס מען שפירט, די געוואלדיגע פארלוירנקייט, די ייאוש געפיל וואס איז אוממעגליך אדורכצוטראגן, ווי ווייניג מענטשן זענען וויליג אדורכצושמועסן דעם ענין עפנטליך, אלעס איז סודות, מגלה טפח ומכסה טפחיים, ביטער איז דער וואס גייט דאס נעבעך אדורך, די סטעמפל, די נאסע שמאטע, די פאן וואס מען טראגט לאורך ימים ושנים עד מאה ועשרים, לאור זה וויל איך דא נעמען די מי זיך אריינצואווארפן אין די ענין פון קענסער, פרובירן ארויסלייגן א דבר השלם, מען זאל קענען האבן א שטיקל באגריף וואס דאס איז, און וויאזוי מען ספראוועט זיך דערמיט על כל צרה שלא תבוא.

קענסער, די שנעלסטע שטייגנדע קרענק מיום שנבראו שמים וארץ, עס איז צווייט צו הארץ דעזיז אין צאל וואס שטארבן יערליך דערפון, עס איז געשאצט אז ביזן יאר 2020 וועלן ל"ע זיין 25,000,000 קענסער ליינדנדע גלאבאל, 1.7 מיליאן קראנקע אין אמעריקע אליין פער יאר, און פון די וועלן לכאורה שטארבן אריבער זעקס הונדערט טויזנט פערזאנען פער יאר. דעס איז דאך א הימל שפאלטנדע ציפער, עפעס וואס די וועלט קען נישט שטיין גלייכגילטיג, זיך צוקוקן דערצו און צושטימען בלינדערהייט, ווי דער ביטערע מחלה רייסט שטיקער פון די מענטשהייט.
צו מאכן בקיצור דעם שרעקליכן ציפער: איינס פון צוויי מענער, איינס פון דריי פרויען, און איינס פון צען קינדער וועלן הערן דעם שרעקעדיגן ווארט פון א ווייס קיטל'דיגן דאקטאר: "איר האט קענסער", אין משך פון זייער לעבן. דעס איז דער שאצונג פון די 'אמעריקען קענסער סאסייעטי'. אלזא זענען דאך קלאר אז די שאנסן פון ווערן דיאגנאזירט מיט קענסער זענען שטוינענד הויך, נו, אויף וואס ווארטן מיר? עס קען דאך יעדן טאג פאסירן ח"ו.

דאס איז אמאל זיכער אז קענסער שרעקט זיך נישט פאר גארנישט, קענסער אטאקירט יונג ווי אלט, שטארק ווי שוואך, ארימעלייט אדער עשירים, נישט קיין חילוק צו איינער איז א סינגל אדער א טאטע פון צען, א בת יחידה א געצערטלט קינד צו איינס פון צען, קיינער איז נישט אמוניזירט קעגן קענסער, פארן קענסער זעלבסט גייט נישט גארנישט אן, נאר וויאזוי עס קען זיך ר"ל נאכמער פארשפרייטן.

[center]***[/center]
ווען די וועלט פון וויסנשאפט האט זיך א לאז געגעבן אויף די ביטערע מחלה, האבן זיי זיך געפערליך געפלאגט צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, צו איז קענסער א קללה פון ג-ט, צו איז עס א פשוט'ע מגיפה ווי די שווארצע מגיפה. קען מען עס ארויסשניידן? קען מען עס פארברענען? קען מען עס פאר'סמ'ן? איז עס א וויירוס? ווי אזוי האט זיך דאס אריין געכאפט אינעם קערפער, איז עס געקומען פון אינדערויסן, אדער קומט עס פון אינעווייניג, אדער גאר עפעס פון יענע חברה.

די פלאג וואס האט געפלאגט די וועלט, האט צוזאמען געזאמעלט געוואלדיגע כוחות אין די וועלט פון וויסנשאפט, מען האט זיך גענומען שלאגן די מחלה אויף אלע פראנטן. פון איין זייט האט די מחלה פארשפרייט טעראר, אבער פון די אנדערע זייט איז געווען עקשנות איבערצולעבן, מער אמונה, מער בטחון, מער תפילה, מער נאנטקייט צים באשעפער. עס האבן זיך פארמירט פארשידענע נעמען פאר קענסער, פון די קעניג פון טעראר, ביז דער באהאלטענער מערדער, דער צר פון פיין און פלאג, אלעס ארויסצוברענגען די פארלוירנקייט וואס די וועלט האט געהאט קעגן היילן דעם ביטערן מחלה.

וואס א יאר מער עס איז דורך, ווי מער מען האט שטודירט וואס עס פאסירט, האט עס געברענגט עטוואס מער קלארקייט, וואס עס פאסירט מיטן קענסער צעל, און וויפיל מער שטודיעס עס זענען אדורכגעפירט געווארן, אלס מער האט די שאלה געפראסקעט אין פנים אריין: איז קענסער היילבאר, קען מען עס פארמיידן, קען מען צילן אויף קענסער אויף עפעס א וועג צו איזאלירן דעם קענסער צעל פון א געהעריגע צעל, בכדי עס צו קענען היילן אויף א וועג.

ביז די ערשטע יארן פון די מאדערנע וועלט נאך די צווייטע וועלטס קריג, האט מען נאכנישט געוואוסט וויאזוי מען כאפט די מחלה. דאן האבן פיל געליטענע זיך פשוט באהאלטן אין בוידעם, כדי קיינעם נישט איבערצוגעבן די מחלה. קינדער וואס זענען על פי רוב דיאגנאזירט געווארן מיט לוקימיע, זענען ליידער געשטארבן אין משך פון דריי חדשים נאכן ווערן דיאגנאזירט, איינזאם און אליין. קיינער האט זיך נישט געטרויט צו לאזן זייער קינד שפילן מיטן געליטענעם, פשוט פון פחד נישט אריבערצוכאפן די מחלה. עס איז געווען א געפערליכע בושה ווען איינער האט באקומען דעם 'טויט שטראף' דיאגנאז.

וואס איז די באדייט פון 'קענסער', און וואספארא קראנקהייט איז דאס?

דאס ווארט "קענסער" איז די גריכישע ווארט פון א "ספיידער". די מחלה האט באקומען דעם נאמען, ווייל ווען מען קוקט אויפן קענסער צעל אונטער א קוקער, זעט די צעל אויס אביסל ווי א ספיידער, אזעלכע פיס וואס ציען זיך ארויס פונעם צעל, און נישט מיט קיין געהעריגן פארעם.

די מחלה איז שוין רעקארדירט געווארן מיט פיר טויזנט יאר צוריק אויף מצרי'שע סקריפטור, וואס דארט ווערן רעקארדירט געוויסע מחלות מיט געוויסע רפואות פון יענע תקופה, און דארט צייכנט מען אן די מחלה ווי די בריסט ווערט גאר שטארק הארט, און ביי די רפואה שטייט: "עס איז נישטא".

וואס געשעט ווען מען האט קענסער? דאס ווענדט זיך אין וועלכע סארט קענסער מען האט. עס ווערט געווענטליך צוטיילט אין צוויי חלקים, "לאקאל" און "סיסטעמיק". דאס מיינט אז, למשל לוקימיע, איז א סיסטעמיק פארם פון קענסער, ווייל עס אטאקירט די בלוט, נעמליך אז די נארמאלע בלוט צעלן ווערן אויסגעטוישט און ווערן אינוואדירט דורך קענסער צעלן, און איז נישט לאקאל אויף איין פלאץ. ווידעראום די אנדערע סארט ווי בריסט קענסער אדער קאלאן, רעקטעל, ליווער, פענקריאטיק, ברעין, און סקין קענסער'ס, הייבן זיך געווענטליך אן מיט א טומער לאקאל ביי יענער אבר, און פון דארט גייט עס ווייטער.

וויאזוי כאפט מען געווענטליך אז מען האט ל"ע קענסער? רוב מאל כאפט מען עס נאר נאכדעם וואס מען וואנדערט ארום פון איין דאקטאר צום צווייטן, צוליב דעם וואס מען שפירט זיך נישט אין ארדענונג. עפעס א פלוצימיגע הינקע, אדער א נאכאנאנדיגע פיבער, אדער עפעס א מאדנע באמפ וואס שטארט ארויס, אדער א לאמפ אינעם בריסט, שטארקע קאפ וויי, שטארקע בויך וויי, אדער א בלוטינג ווען מען גייט ארויס, וכדומה, אזעלכע מאדנע מינדערוויכטיגע סימפטאמען.

ווען מען כאפט עס אויף, איז די מחלה שוין געווענטליך נישט קיין נייע גאסט, נאר שטארק איינגעגעסן און גוט צוגעגרייט צום מלחמה וואס עס גייט אדורכגיין. למשל, די טומער האט אויף א וועג איינגענארט די לאקאלע אדערן, אז זיי זאלן ארויסשלויכן קאנעקשאן'ס צום טומער, אז עס זאלן זעטיגן זייער אפעטיט פון זיך צושפרייטן ווי ווייט מעגליך, און געווענטליך שיקט עס דורך די אדערלעך קליינע איינצלנע צעלן, כדי זיך צו פארשפרייטן אויף ווייטערע פלעצער, און דארט וואו די צעל טרעפט א פארקינג ספאט, הייבט זיך עס אן פריש צו צוטיילן און פארמירן א פרישן טומער-סייט.

די פראצעס פון זיך פארשפרייטן צו אנדערע פלעצער הייסט "מאטעסטעסי", אז די טומער האט מעטעסטעסייזד צו ווייטערע ערטער פונעם ערשטן טומער-סייט, ווי מיר וועלן שפעטער מסביר זיין. בקיצור, עס איז שוין גוט גרייט פאר מלחמה.

[center]***[/center]
וואס פאר א טעסטן מאכט מען? אנגעהויבן מיט אלע ערליי בלוט טעסטן, וואס די רעזולטאטן געבן ארויס געוויסע סימנים אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, ווי למשל אן אומגעהויערן וואוקס אין די ווייסע בלוט צעלן, אדער א פרישע "אנימיע" - דאס איז די פארלענדונג פון די רויטע בלוט צעלן. אויך איז פארהאן נאך "טומער מארקער'ס" אין די בלוט טעסטן, וואס צייגן אז עס איז פארהאן הויכע ריזיקעס פון פארמאגן טומער סייט'ס.

ווייטער מאכט מען בילדער פונעם קערפער, דאס איז דורך "עקס-רעי", "קעט סקען", און "פעט סקען".

דאס אלעס איז נאר א הקדמה, מען זאל דערגיין וואו עס איז פארהאן די טומער-מעס. איינמאל מען זעט ערגעץ א מעס, ברויך מען אריינגיין דארטן און אראפציפן א שטיקל, דאס ווערט אנגערופן א 'בייאפסי'.

דאן גייט דאס אדורך א פראצעדור, ווי מען צושניידט דעם שטיקל און מען קאלירט עס מיט ספעציעלע כעמיקאלן, דאס הייסט 'סטעינינג', און מען לייגט דאס אריין צווישן צוויי שטיקלעך גלאז, וואס דאן הייסט דאס א 'סלייד'.

דאן קומט א פאטאלאדזשיסט, און קוקט אויפן סלייד אונטער א מיקראסקאפ, וואס דאס איז א גאר שטארקע קוקער, און טוט דיאגנאזירן די צעלן אינעם סלייד: וואספארא סארט צעל איז געפונען געווארן אינעם בייאפסי, איז דאס "בעניין" אדער "מאליגמענט", דאס הייסט, צו די צעל איז א קענסער צעל אדער נישט, און אויב יא וואספארא סארט קענסער צעל דאס איז.
[center]***[/center]
קענסער איז די שם הכולל פון פילע מחלות. עס איז נישט איין מחלה, עס איז פיל מחלות, אבער די צד השוה שבהם איז, אז אלע ערליי קענסער'ס הייבן זיך אן די זעלבע וועג, נעמליך אן איינצלנער צעל האט פאר א סיבה מחליט געווען אז עס גייט זיך צוטיילן אויף צוויי באזונדערע צעלן, און אזוי פלוצלינג אן קיין פארוואס טרעפט מען אזא איינזאמע צעל, וואס איז א נישט קיין געהעריגע צעל נאר א קענסער צעל, ווייל עס איז אזא סארט צעל וואס צוטיילט זיך אויף צוויי אזעלכע צעלן, און די קענסער צעלן נעמען איבער די פלאץ פונעם נארמאלן צעל און שטויסן איר אוועק, ביז דער אבר וואו דער טומער געפונט זיך ווערט אפגעשוואכט, און דער טומער צושפרייט זיך אינעם גאנצן קערפער.

דאס איז וואס פארגלייכט אלע קענסער'ס. אבער יעדע סארט קענסער האט אן אנדערע כאראקטער, מיט אנדערע נאטורן, און דעריבער אנדערע מעטאדן זיי צו היילן.

מיר וועלן פרובירן אריינצוגיין עטוואס טיפער, כדי צו פארשטיין וואס גענוי עס פאסירט. מען קען נישט פרובירן צו היילן די מחלה, איידער מען ווייסט וואס עס איז די מחלה, ווי שטארק די מחלה איז פארשפרייט, ווי מער פארגעשריטן מען איז געווארן, און וואס אלס האט זיך געטוישט אין די מהלך צו זוכן די פאסיגע רפואה צום גרויסן מחלה.

די צעלן אין א מענטשליכן קערפער

וואס איז דאס א צעל? מיר הערן כסדר דאס ווארט "צעל", אלזא לאמיר קודם אביסל פארשטיין געבן עפעס פון די פונדעמענטאלן, וויאזוי מען קוקט מיט די דאקטוירישע פאר אויגן אויף א מענטש.

דער קערפער פון א מענטש איז געגליכן צו א קאר. עס איז א קאמפליצירטע מאשין, וואס איז צוזאמגעשטעלט פון פיל באזונדערע חלקים, וואס ווען אלע חלקים זענען צוזאמען ארבעט די קאר מייסטערהאפטיג. אזוי אויך דער מענטש, איז א מייסטערהאפטיגע מאשין וואס אלע אברים ארבעטן מיט א הארמאניע צו מאכן זיכער אז אלע קערפערליכע פונקציעס ווערן אויסגעפירט. יעדער אבר שטעלט צו צום מאשין זיין חלק וואס דער אבר ברויך צוצושטעלן, ווי למשל דער לונג מאכט זיכער אז די לופט זאל אריינקומען און ארויסגיין, אריין צו פיטערן זויערשטאף (דאס איז אקסיגען) צו די הונדערט טריליאן צעלן פונעם קערפער, און צוריק ארויסצושפייען די אויסגענוצטע לופט.

יעדער אבר, נישט קיין חיליק אויב עס איז די לונג, ניר, קישקע, צו האר, אלעס איז צוזאמגעשטעלט פון צעלן. אלע צעלן האבן בערך די זעלבע באשטאנדטיילן, נאר זיי האבן אנדערע תפקידים. אבער דער יסוד איז אלעמאל די זעלבע, למשל אן איינצעלנער לונג צעל ארבעט מיט הארמאניע מיט א גאנצער ארמיי פון לונג צעלן, צו פארמירן אן אבר וואס טוט די פונקציעס פון א לונג. דאס זעלבע איז מיט די לעבער, א.א.וו. עס איז דא א מייסטערהאפטע קאמוניקאציע סיסטעם ווי אלעס קאמוניקירט דורך כעמיקאלע זענדונגען מיט די גוטהייסונג פונעם מח. דאס איז זייער קאמפליצירט מסביר צו זיין, אבער אפשר וועט זיין א געלעגענהייט עס צו פארשטיין שפעטער אינעם ארטיקל.

[center]***[/center]
לאמיר אנהייבן פארקערט. דאס לעבן פון א מענטש הייבט זיך אן פון איין איינציגע גאנצע צעל. דאס איינע צעל קומט פון די צוזאמקום פון צוויי האלבע צעלן וואס זענען זיך משדך, איין האלבע צעל וואס פארמאגט א האלבן סעט פון קאודס קומט פון די מאמע, און די אנדערע האלבע צעל קומט פון דער טאטע, ווען די צוויי האלבע צעלן באגעגענען זיך ווערט נתחדש איין גאנצע צעל, און א נייע לעבן האט זיך אנגעהויבן.

דער צעל פארמאגט אין זיך א בוך וואס אנטהאלט אין זיך די מענועל וואס עס ברויך צו טון, אינסטרוקציעס מיט א מייסטערהאפטע פונקטליכקייט, וואס דאס ווערט אנגערופן "די גענעטישע קאוד". די קאוד זאגט, אז עס ברויך זיין א הארץ, מח, און אלע אנדערע אברים ופדרים. אזוי אויך פארמאגט די איין צעל א פראדוקציע פעקטארי, וויאזוי די איין צעל זאל פארוואנדלט ווערן אין א מענטש.

ווען עס הייבט אן די ארבעט, גייט די צעל און צוטיילט זיך אויף צוויי. דאס אליינס איז גאר א קאמפליצירטער עסק, ווייל עס ברויך קודם וואקסן אין סייז, מאכן א קאפיע פון אלע חלקים פון די צעל, ביז עס גיבט זיך א צוטייל אין צוויי גענויע קאפיעס. ווען עס זענען שוין דא צוויי צעלן, האבן זיי נאך אלס א מהלך וויאזוי זיי קאמוניקירן איינע מיטן צווייטן, אויסצופירן די גענעטישע אינסטרוקציעס וואס זייער ציל איז. די פראצעדור פון א צעל זיך צו צוטיילן אויף צוויי גענויע קאפיעס, ווערט אנגערופן "מייטאוסעס" [Mitosis]. פון צוויי ווערט פיר, פון פיר ווערט אכט, וכן הלאה.
ווען עס איז שוין דא א געהענגעל מיט עטליכע מיליאנען צעלן, הייבן זיך אן צו פארעמען באפעלן. די גענעטישע קאוד לויטעט, אז א חלק פון די צעלן זאלן דינען דעם מענטשליכן ארמיי דורכן זיין אן "אויג", און טון אלע חלקים פונעם מענועל אלס אויג. דאן גייען געוויסע צעלן און מישן אויף אינעם קאוד בוך, און ליינען גוט איבער די אינסטרוקציעס וואס איז וויכטיג צו וויסן ווען מען איז אן אויג, און זיי פירן אויס דעם חלק בשלימות, און דאס אויג פארמירט זיך.

אבער יעדער אויג צעל פארמאגט נאך אלס אלע אינסטרוקציעס וואס עס דארף האבן, כדי צו קענען זיין א הארץ צעל, נאר עס קוקט נישט דארט, ווייל עס איז באשטימט צו זיין אין די "דעפארטמענט אוו אויגן", און די אויג צעל איז א חלק פון די גאנצע מענטש דורך די קאמוניקאציע סיסטעם וואס עס פארמאגט, אז עס קען שיקן א מעסעדזש פארן "האנט דעפארטמענט" אז די אויג קראצט, און דערפאר זאל די האנט קומען צוהילף און באשטייערן א קראץ אויפן אויג.

די "מייטאוסעס" פראצעדור פון יעדע צעל, מוז - און קען נאר - געטון ווערן מיט גאר א שטארקע פונקטליכקייט. עס טוט אקטיוויזירט ווערן בלויז ווען עס באקומט א מעסעדזש פון אן אויבער-קאנטראלער, ווען עס מעג אדער זאל זיך צוטיילן, און ווען עס טאר זיך מער נישט צוטיילן. געוויסע צעלן גיבן אינגאנצן אויף זייערע רעכטן פון זיך טיילן, און דאן שפארן זיי אפ די חלקים פונעם צעל וואס גיבט די כח זיך צו טיילן. אבער רוב צעלן האבן די מעגליכקייט, נאר היות זייער קאוד זאגט זיי זיך נישט צו צוטיילן, טיילן זיי זיך נישט. אזויווי א קאר, ווען מען האלט די פיס אויפן ברעיק פארט עס נישט, און אפילו די קאר האט די כוחות צו פארן, דאך וועט עס נישט פארן ווען די פיס איז אויפן ברעיק. אזוי אויך דא. און מצד שני ווען עס דארף זיך יא צוטיילן, לייגט דער צעל די פיס אויפן געז-ברעיק ויסעו, זיי פארן אפילו עס קען ווען סטאפן ווי נאר עס לייגט די פיס אויפן סטאפ-ברעיק.

דער חלק פונעם גענע וואס גיבט זיך אפ מיט אלע אינפארמאציע וואס איז נוגע ווען א צעל ברויך זיך טיילן, הייסט "אַנקָא גענע". דער חלק פונעם גענע טוט פראצעסירן און אנאליזירן דעם זענדונג וואס דער צעל ברענגט אריין, אז דער צעל ברויך אדורכגיין א טיילונג. די חלק איז דומה צום געז-פעדעל פונעם קאר. די סטאפ-ברעיק חלק פונעם גענע ווערט אנגערופן "טומער סאפרעסער דזשין", כשמו כן הוא, די חלק לאזט נישט א צעל זיך טיילן, גענוי ווי א סטאפ-ברעיק לאזט נישט א קאר פארן.

וויאזוי הייבט זיך אן די ביטערע מחלה 'קענסער'?

קענסער הייבט זיך אן, ווען איין צעל ווערט פאר עפעס א סיבה צובראכן אדער צומישט אינעם גענעטישן קאוד, א צומישעניש אינעם גענעטישן קאוד ווערט אנגערופן "מיוטעישן". דאן, ווען א צעל טוט מיוטעיטן, פאסירן עטליכע שלעכטע זאכן: איינס - אז עפעס פאסירט וואס איז גורם אז די "אנקא גענע" זאל נישט מאכן קיין חשבונות, און די "טומער סאפרעסער דזשין" זאל ווערן גענצליך אומווירקבאר. וואס דאס מיינט, אז די פיס גייט אראפ פונעם סטאפ-ברעיק, און ארויף אויפן געז-ברעיק, און די צעל נעמט זיך רייסן אן קיין וועג פארן צעל עס אפצושטעלן.

געווענטליך האט א צעל א וועג צו פאררעכטן א פראבלעם אינעם גענעטישן קאוד סטרוקטור, אבער דא איז עס פארמישט אויף אן אומפאררעכטבארן וועג, עס פאררעכט זיך נישט. איין דעה האלט גאר, אז די "אנקא דזשין" מיט די "טומער סאפרעסער דזשין" טוישן פשוט פלאץ, און ארבעטן פארקערט.

געווענטליך האט א צעל אינעם קאוד א מהלך, אז אויב קען זיך עס נישט פאררעכטן מאיזה סיבה, ברויך זיך די צעל אויסלעשן עס ברויך גיין אויף א סעלולארע זעלבסטמארד. די פראצעדור פון א "דזשין ערראר" צו פראבירן צו פאררעכטן אדער גיין אויף א זעלבסטמארד מיסיע, איז באוואוסט אלס "אפאפטאסיס".

אבער דאס פאסירט נישט ביים צעל ווען עס ווערט פאר'קענסער'ט, און די צעל גייט נישט דורך דעם פראצעדור, און דער פראבלעם ווערט שטערקער, אז פון די קאפיע וואס עס מאכט ווערן געבוירן צוויי קראנקע צעלן וואס פארמאגן דעם זעלבן פראבלעם ווי די עלטערן צעלן. די גענעטישע קאוד פונעם נייעם צעל האט אויך דעם זעלביגן פראבלעם, און וויל זיך ווייטער צוטיילן על לא דבר.

אויב איז דאס נישט גענוג, איז דא נאך א פראבלעם. ווי מיר האבן שוין געשריבן איז דא א מייסטערהאפטיגע קאמוניקאציע צווישן אלע צעלן, אלע צעלן קאמוניקירן פון די פלאץ וואו זיי זענען, און זיי נעמען רשות וואו זיי ברויכן גיין. אבער נישט א קענסער צעל. עס מאכט שבת פאר זיך, עס טוט נישט קאמוניקירן קיין קאמוניקאציעס נאר ווען עס איז וויכטיג פאר זייער אייגענעם וואוקס, און ווען עס איז נוגע פאר די ווייטערדיגע צוטיילונג פונעם קענסער צעל.

[center]***[/center]
פון די צוויי ווערט פיר, פון פיר אכט, וכן הלאה, און אן קיין שום ארדענונג. צוביסלעך מאכט זיך שוין א קליין געהענגעלע פון קענסער צעלן, וואס דאס ווערט שוין אנגערופן א "טומער". עס וואקסט און שטופט אוועק די גוטע צעלן, וואקסט ווייטער און שטופט אוועק מער, אבער טוט גארנישט אויף פארן אבר אין וואס עס וואקסט, חוץ פון מאכן צרות.

ווי למשל, אויב איז עס אין די לונג, דאן ווערט א לאמפ אינעם לונג, און עס וועט נישט נעמען לאנג ביז דער מאן אדער פרוי וועט אנהויבן שפירן אז עפעס אטעמט זיך נישט געהעריג. דאן וועט מען אנהויבן גיין צום דאקטאר, וועט ער זאגן אז דו האסט אסטמא אדער בראנקייטעס אדער אלע ערליי אנדערע חולאים, און אזוי ארום פארפאטשקענען טייערע צייט, ביז ער וועט אויף א וועג אנקומען צום אמת, אז דער דאקטאר וועט זאגן דעם שרעקליכן פאראגראף.

דאס זעלבע שפילט זיך אפ ביי קאלאן קענסער, בריסט קענסער, לוקימיע, און ווי שוין מסביר געוועין פעלט נישט מער אויס מער מאריך זיין דערינען.

ווי שוין אויבן געשמועסט אז די טומער ארבעט נאר פאר זיך אליינס, און קאמוניקירט נאר פאר זיך אליינס, ווערט נולד נאך א געוואלדיגע פראבלעם וואס מאכט קענסער שעדליך, אז עס שרייט פארן קערפער: 'פיטער מיך פיטער מיך, מיר ברויכן אקסיגען, מיר גייען דא אויס, מיר ווילן פון גארנישט וויסן, מיר ברויכן א שלויך וואס זאל אהער שיקן פרישע בלוט דורך אן אדער', און די גוף פאלט פאר די נאכנאנדיגע רוף און שיקט אן אדער, און די פראצעדור הייסט "ענדזשיא דזשעניסיס".

דאס ברענגט דעם נעקסטן שטאפל אינעם פראבלעם פון קענסער. ווייל ווי שוין אויבן געזאגט, היות די קענסער צעלן זענען נישט פאראייניגט, זענען זיי נישט סטאביל, ממילא שיידן זיך איינצעלנע צעלן פונעם טומער, און כאפן זיך אריין אינעם בלוט פלוס דורך די פרישע אדערלעך וואס האבן זיך דערבארעמט און געקומען צוהילף. דורך די אדערן, פליסן אוועק קענסער צעלן צו פלעצער וואס זענען ווייט פונעם טומער, און ווען זיי שפירן ערגעץ א מקום וואו זיי קענען זיך אפשטעלן, גייען זיי ארויס פונעם בלוט פלוס, פארקירן זיך און מאכן זיך באקוועם, און הייבן אן א נייע מעשה: זיי הייבן ווייטער זיך אן צו צוטיילן און פארמירן א נייע טומער-סייט, און אזוי ווייטער.

דאס איז אין קורצן די מהלך וויאזוי 'קענסער' פארמירט זיך, און וואס די גרויסע חורבן דערפון איז.

אין קומענדיגן קאפיטלעך, וועלן מיר אי"ה שילדערן די היסטאריע פון קענסער, די טעאריעס אין רפואה, ביז אונזער תקופה.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר