דער חכם און דער אויבער-חכם, קריטיקעל טינקינג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

דער חכם און דער אויבער-חכם, קריטיקעל טינקינג

הודעהדורך מיימון » זונטאג יאנואר 12, 2020 11:11 pm

דער חכם און דער אויבער-חכם, קריטיקעל טינקינג.

אביסל צומישטע מחשבות איבער דעם ענין, אדרבה לאזט הערן אייער מיינוג.

ביי די גרויסע דעבאטע איבער עדיוקעישאן (שוין ב"ה אונטערגעגאנגען, מען קען ווייטער לאזן דעם עולם פוילן אין איגנאראנץ ביז צו א קומענדיגע מעלדונג), האבן די גרויסע קארפן קעפ באצאלטע לויערס געדונגען מיטן געלט פון תמימות'דיגע אינגעלייט וואס ברעכן זיך די ציין ביים רעדן ענגליש - אויסגעטראפן א מורא'דיגן ארגומענט צו נוצן אנטקעגן די בייזע רשעים וואס ווילן נישט מער און נישט ווייניגער ווי געבן פאר אונזערע קינדער א בעסערן עדיוקעישאן. נעמליך, די טענה פון "קריטיקעל טינקינג" וואס דאס לערנען תלמוד (וואס איז דאס?) טוט אנגעבליך פראדוצירן אין די מוחות פון היימישע אידן, וואס ממילא זענען זיי מיט דעם שוין מקיים די הלכה פון עדיוקעישאן ממש ווי סוקראטעס בדורו, און פטור אן עסק.

יעצט, שוין אפגערעדט פון די היפאקריטיע פון נוצן די טענה - אויסגעטראכט פון קאלעדזש-געלערנטע מוחות און אומפארשטענדליך פאר אונזערע היימישע תלמוד-געריבענע גאונים, וואס @ראובן האט שוין בשעתו אנגעמערקט אינעם וועקער (מיט א רמז גאר, כדרכו בקודש, אפשר איז דאס א אנדערע גריכישע מהלך?), און אן אריינגיין אין די סטאטיסטיקס (וואס אונזערע קלוגע חברה האלטן נישט, וואס איז דאס בכלל?) צו "אונזערע" היימישע קווינס-גראדואירטע עילויים (וואס האבן שוין צו דער צייט פון זייער חתונה עספיעט צו פארגעסן פרק הישן און אלו מציאות, די איינציגסטע טראקטאטן פון תלמוד וואס זיי האבן אימער שטודירט) באווייזן טאקע מיט זייער שטוינענדע חריפות איבערצושטייגן די א.ג. "גוים" (אויך באקאנט אלס מענטשן) וואס עסן נבילות און האבן דעריבער א פארשטאפטן קאפ. אן אריינגיין אין די אומגעהויערע מאסן פון חכמה וואס פילן אן די גאסן פון מאנרא און וויליאמסבורג וואס ערשטוינען די פאר'תמ'טע גוים וועלכע בלייבן שטיין געפלעפט און שרייען אויס "רק עם חכם ונהון הגוי הגדול הזה".

אן אריינגיין אין די אלע זאכן וויל איך זיך באציען צו די טענה וואס ווערט אסאך מאל אויך באנוצט "צווישן אונז" (די אלע טענות פון די לויערס זענען דאך "נארישקייטן" צו זאגן פאר די נארישע גוים אין געריכט, מיר ווייסן דאך בעסער פון דעם, מיר פארשטייען אז מיר דארפן נישט די אלע חכמות, מיר ווילן באמת זיין נאריש. עניוועי) אין אינערליכע דעבאטעס, צווישן אידן גערעדט. טענה'ן זיי אז אמער זעסט דאך די אידן זענען געריבן, אינגעלייט קומען ארויס פון ישיבה, זיי עפענען עמעזאן ביזנעסער (א מיליאן און א האלב פראצענט עמעזאן ביזנעסער אין ברוקלין זענען דאך פון ברוקלין כידוע) און ריעל עסטעיט און זענען שטארק מצליח, אן לערנען ענגליש, און אן עדיוקעישאן, אלזא זעסט דאך, די חברה פארשטייען, בשעת א אינגערמאן פירט אן די ביזנעס ארבעטן פאר אים צענדליגער "גוים" (אנדערע מענטשן) וואס זענען טיפשים און שוטים און מאכן אפאר דאלער א שעה. אלזא האסטו אונזער חינוך קעגן "זייער" פובליק סקול עדיוקעישאן, נו זעסט דאך אליין.

שוין, דאס איז דאך שוין טאקע א טענה, און באמת איז דא אזא געפיל צומאל, אידן זענען זייער אסאך מאל מיט די קאפ אויפן פלאץ, בשעת די אינסטאנצן ברעכן זיך קאפ מיט זייערע פראטאקאלן און ביוראקראטיע ביי אונז ווערט דאס ערלעדיגט איינס צוויי, מיט אביסל מחשבה מאכט מען די זאך געשיקט און גרינג אן קיין פארשלעפעניש. די קאנסאלטענטס טראכטן און מאכן זיצונגען אבער אונזער אינגערמאן האט שוין געקויפט און געפליפט און ארויס מיט א מעכטיגן ריוח. די קריטיקעל טינקינג און "ארויס פון די באקס" מהלך המחשבה ביי אונז איז אסאך מאל קענבאר און עס ברענגט אויף א טענה אז אונזער חינוך איז נאך אפילו בעסער.

דא וויל איך אויפברענגען פארשידענע רויע מחשבות איבער דעם ענין כאטש אומפארטיגע און האלב-געבאקן. איך האב א שטיקל מחשבה אז כאטש דאס קוקט אויס זייער איבערצייגנד איז עס נישט עפעס וואס מיר דארפן ארויפקוקן און מיר וואלטן בעסער געווען אן דעם.

קריטיקעל טינקינג טוט זיך עוואלוון אין א מצב פון נויט, ווען א מענטש איז אין א געענגטן מצב וועט זיין מח ווערן גאר שעפעריש צו ערפינדן א וועג ארויס. אידן דורך א לאנגן גלות זענען געווארן פארבאטן פון געוויסע פאכן און געזעלשאפטן האט זייער מח אנטוויקלט א רייע פון פרישע וועגן צו מאכן געלט און זיך האלטן ביים לעבן. צענדליגער דורות פון אונטערדרוקונג האבן געלאזט זייערע צייכענעס אויף דעם אידישן קאפ וואס וועט אלעמאל טראכטן טיפער און מער געדרייט, אפשר פון די אנדערע זייט? אויב יעדער גייט דא אפשר קען איך גיין דארט? כדי צו איבערלעבן די פיינטליכע אומשטענדן וועט זיין מח ווירבלען מיט אלטערנאטיווע געדאנקען און אויפקומען מיט בליציגע איינפאלן צו איבערשטייגן זיינע קאנקורענטן.

קריטיקעל טינקינג איז א מינאריטעט בענעפיט. א אונטערדרוקטער מיעוט וואס דארף זיך פארמעסטן מיט א פיינטליכער רוב. א יחיד וואס דארף טרעפן א הנאה פאר זיך אויפ'ן חשבון פון די אלגעמיינע באפעלקערונג וואס וויל אים אויסשליסן. א איד וועט דינגען די קרעטשמע, אפדינגען דעם וואלד, פרובירן צו אפנארן די אפנארערס, די וועלכע לאזן אים נישט צו צו מאכט, טרעפן א הונטערוועג צוריקצוטרעפן זיין פארלוירענעם ריוח אויפ'ן חשבון פונעם פריץ און פון די פויערן וואס האבן אים ביידע פיינט.

קריטיקעל טינקינג איז די מעלה פאר א יחיד וואס וויל זיך בענעפיטירן אויפ'ן חשבון פון יעדעם, דער וואס כאפט זיך אריין אומבאמערקט אין די רייע ביים רויט לייט אדער אין געשעפט, דער וואס כאפט דעם מנין ביי נשמת און ענדיגט מיט יעדן, און דער וואס קומט אן צום חתונה ביי די פלייש און האט געמאכט זיין ברודער אוועקלייגן א פארציע זופ פאר אים. וואס וועט זיין ווען דער גאנצער מנין וועט וועלן אריינקומען ביי נשמת? וואס עס געשעט ווען יעדער וויל קומען שפעט צו די שמחה ווייסן מיר דאך שוין גאר גוט.

קריטיקעל טינקינג איז גוט ווילאנג עס איז א קליינע גרופע אינערהאלב א גרעסערע באפעלקערונג, מען קען שמוגלען גרעניצן, זיך משוגע מאכן אין מיליטער, ווייזן א בילד פון ר' ישעי'לע פאר'ן פאליציי מאן, אזוי לאנג ווי דער סיסטעם גייט אן פאר יעדן געשעט גארנישט אויב אפאר יחידים מיט אויפגעקלערטע געדאנקען מאכן זיך נישט וויסנדיג. וואס וועט אבער זיין ווען קרית יואל'ע דרייווערס וועלן פרובירן צו ווייזן א בילד פון ר' ישעי'לע פאר א היימישן פאליסמאן?

קרית יואל איז א גוטע דוגמא. ווילאנג מיר זענען געווען א מיעוט האבן מיר געקענט לעבן מיט די מינאריטעט מענטאליטעט. האלטן די גאסן ריין איז א "גוי'אישע" זאך, ווען מען איז געגאנגען אין פארק האט מען אנגעזאגט די קינדער אויפצוהייבן די שמוץ "כדי נישט צו מאכן א חילול השם". זיי קעירן פאר די שטותים. אבער היינט אז קיין שום גוי וואוינט שוין נישט ב"ה אין די מייל ראדיוס ארום קרית יואל הייבט מען אן צו כאפן אז אויב וועסטו לאזן שמוץ אויף דער ערד וועט די שטאט זיין שמוציג, און אויב וועסטו אריבערפארן א סטאפ-סיין אדער פארקן אינמיטן ראוד וועסטו שטערן טראפיק. זיין א אויבער-חכם העלפט נאר ווען דו ביזט א איד וואס כאפט מציאות ביים גוי'אישן חגא, אבער ווען יעדער איז אידן דארף מען אנהייבן צו טראכטן גראד.

טראכטן גראד מיינט דורכטראכטן יעדע זאך פונעם שורש. ביי אונז איז מען צוגעוואוינט צו טראכטן פארקערט און קריטיש, אבער מיר האבן פארגעסן וויאזוי צו טראכטן גראד. ביי מענטשן וואס טראכטן גראד, וואס לערנען די זאך אויפ'ן סדר, קען זיך אמאל דוכטן אז זיי זענען תמ'יש, אין די באקס, זיי קענען נישט טראכטן עפעס אנדערש ווי דאס וואס זיי האבן געלערנט, אבער צומאל איז דאס ווייל קענענדיג די נושא פארשטייען זיי אז דא קען מען נישט טון דאס וואס עס פאלט דיר יעצט איין, ווייל עס קען נישט ארבעטן. ניין, מען קען נישט אריינלויפן אין פייער און זיך נעמען שפריצן (הערסט, טראמפ?), עס האט א סיסטעם וואס מען דארף טון אפילו עס דויערט לענגער, די קרית יואל'ע פייערלעשער ווייסן דאס שוין איצט.

ביי אונז לערנט מען גארנישט גראד, מען דארף אלעס אליין כאפן, פון חומש רש"י דארף מען בדרך אגב אויפכאפן לשון הקודש און אידישע היסטאריע, און פון גמרא דארף מען אינאיינוועגס ארויסלערנען די אידישע דינים און תרי"ג מצוות. אנשטאט לערנען די זאכן גראד פון אנהייב מיט פרעזענטאציעס און חזרות, מיט כללים און פארהערן, לאזט מען דעם קאפ דאס אליין אויפכאפן פון א הונטערוועג און בדרך אגב און דאס געוואוינט דעם קאפ אלעמאל צו שפרינגען און ציען מסקנות, אויפקומען מיט חידושים, אויפדרינגען חשבונות אין ביזנעס און פאליטיק, בשעת א געזעצטער מענטש וואס האט געלערנט סיסטעמאטיש מיט א סדר געוואוינט זיך צו צו אויספאלגן וואס עס שטייט, פרובירן זיך צוצוהערן צו וואס מען זאגט. ביי אונז איז מען צוגעוואוינט אז מיר זענען קלוגער ווי דעם מלמד, דער מלמד האקט אריין ויאמר ה' און דער אייבישטער האט געזאגט, אבער מיר האבן אויפגעכאפט א פעטערן, ויאמר איז מלשון אמר זאגן, א חידוש. נעקסט טיים לאמיר פרובירן נאך עפעס אפשר וועט מיר געלונגען. משא"כ איינער וואס לערנט לשה"ק ווייסט אז דער מורה איז קלוגער און דער ספר איז קלוגער, אויב דו האסט א ספק פרוביר נישט צו טראכטן אליין, נאר חזר איבער דעם קאפיטל וועסטו קלארער פארשטיין.

וואס איז בעסער? אוודאי אויב דו ביזט א דערנידערטער יחיד אין פיינטליכן רוסלאנד, אפשר איז גוט אויב דו קענסט זיין א קאפ פאראויס פון דיינע פיינט. אבער אין א עת שלום, אפשר איז יא בעסער צו לערנען גראד און גרונטליך ווי איידער קרום און שארף? זיך אויסלערנען פראגרעמינג און אקאונטינג מיט א געהעריגן קורס איז בעסער ווי עס אויפכאפן נאכ'ן זיך אליין מוטשען מיט אומגעלונגענע זאכן און זוכן אויף גוגל. א יסודות'דיגע קלאס גיט דיר אלע כללים, א טיפע פארשטאנד אינעם וועג וויאזוי די זאך ארבעט און פארוואס מען טוט וואס מען טוט. דאס גיט טאקע ווייניגער מעגליכקייט פאר שעפערישע מוחות צו אויפשפרינגען מיט פאטענטן, אבער מיר זענען שוין נישט אינעם זיבעצנטן יאר-הונדערט ווען סייענס איז באשאפן געווארן דורך טראכטן פונקט פארקערט פון יעדן, היינט איז שוין דא גענוג געפארשטע חומר אויף יעדע איינציגסטע נושא (אויך אידישע!) אז אן קודם גוט און גרונטליך אדורכלערנען די סוגיא וועט דיין אויפשפרינגען מיט א באמבע-חידוש כמעט אייביג זיין פשוט'ע נארישקייטן וואס מען האט שוין לאנג לאנג דאקומענטירט פארוואס עס קען נישט זיין.

צום שלוס, קריטיקעל טינקינג איז גוט פאר א יחיד, אדער פאר א קליינע גרופע. ווען דו ווילסט פירן א לאנד, א שטאט, אדער א באפעלקערונג פון צענדליגער טויזנטער, איז וויכטיגער צו טראכטן גראד, א קליינע גרופע קען זיך א עצה געבן מיט חברים מעמבערס וואס וואלונטירן צומאל, ווען דער ציבור וועט זיך צואוואקסן וועט מען מוזן באצאלן מעמבערשיפ אדער שטייער אויפצוהאלטן אזא סערוויס. קאווע אין שול קען מען צושטעלן פאר עטליכע צענדליג בעלי בתים מיט א נדבן, פאר טויזנטער מענטשן דארף מען שוין אנהייבן צו טשארדזשן געלט. אזא אויבער-חכמ'דיגע בדרך-אגב'דיגע לעבנסשטייגער קען נישט ארבעטן פאר'ן ציבור, קרית יואל וועט מוזן אינפארסירן טראפיק רעגולאציעס, מאכן זאונינג געזעצן, זארגן פאר די ענווייראמענט, און טון וואס יעדע אנדערע שטאט טוט, ווייל ווען יעדער איז א אויבער-חכם ארבעט נישט די שטיק.
מיימון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:01 am

זייער גוטע געדאנקען. אבער כ'מיין אז דו מאכסט א טעות מיט'ן רופן אויבער-חכמ'ישער טראכט "קריטיקעל טינקינג" -- עס איז ליבערשט "סוירווייוועל טינקינג". קריטיקעל טינקינג איז נוגע לאגיק און פאקטועלע אנאליז; אונזער עם חכם ונבון איז בכלל נישט אויסגעצייכנט אין דעם. ארויסשלעפן א בענעפיט פון דא און פון דארט, פון ריעל עסטעיט, עמעזאן און פונעם סעקשאן-8 אפיס, דארטן צייכענען מיר זיך אויס.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2491
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9800 מאל

הודעהדורך ביבער » מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:09 am

איך האב מיינע צוויי סענט צוצולייגן אבער פאר אלעם איז וויכטיג דעפיניציעס. קריטיקעל טינקינג איז גראד טראכטן. סאיז היינו הך און נישט צוויי זאכן.
מקען דעבאטירן אויב לערנען גמרא ארבעט ארויף קריטיקעל טינקינג און אויב קריטיקל טינקינג איז פארבינדן מיט סוקסעס, וואס אגב מיין מיינונג איז ניין אויף ביידע, אבער לדעתי איז דא דא א צומישעניש מיט דעפינישאנס.

ראובן האקט שוין
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 738
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 765 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:29 am

ריין גאלד!
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3014
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2045 מאל

הודעהדורך מיימון » מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:37 am

שוין, אדרבה, איז דאך זיכער גוט. איך רעד דאך נאר לשיטתיה פון נידערמאן און זיין סארקאסטישן סאקראטישן לויער, און לשיטתיה פון מיין חשובער שוואגער וואס הערט מיר נישט אויף אריינצוהאקן אין קאפ ווי סוקסעספול די אידן זענען און די מעכטיגע ביזנעס וואס זיי טוען, און די נארישע גוים מיט זייער פובליק סקול וכולי וגומר.
מיימון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:45 am

מיימון האט געשריבן:שוין, אדרבה, איז דאך זיכער גוט. איך רעד דאך נאר לשיטתיה פון נידערמאן און זיין סארקאסטישן סאקראטישן לויער, און לשיטתיה פון מיין חשובער שוואגער וואס הערט מיר נישט אויף אריינצוהאקן אין קאפ ווי סוקסעספול די אידן זענען און די מעכטיגע ביזנעס וואס זיי טוען, און די נארישע גוים מיט זייער פובליק סקול וכולי וגומר.


אז די ווילסט איך זאל נישט רעדן דערפון ביים שווער אויפ'ן שבת טיש, דעמאלט ריף מיך צו אויפ'ן זייט און זאג עס שטילערהייט. וואס פעלט אויס אזוי אריינפליקען ברבים?

מיט פארשטענדעניש, דיין שוואגער וואלווי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך וואלווי אום מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:47 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2410
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3128 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:46 am

@מיימון, איך האב זייער הנאה געהאט ליינענדיג דיין ארטיקל, מ'זעהט די ביסט א טיפע טראכטער מיט א שכל הישר. ס'קוקט אויס די האסט באקומען דיין עדיוקעישן אין פאבליק סקול......


ערענסט גערעדט, די האסט א שטארקע פאינט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2579
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4036 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2688 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:55 am

מיימן,
תכלית דו סארט ציגאנג ברענגט מער געלט אדער נישט?
אויב יא פארשטיי איך נישט וואס דו טענה'סט.
קענסט האלטן אז געלט איז נישט דו תכלית, אונז חסידים האלטן אז ס'איז יא. דו טענה'סט אז ס'ארבעט נישט, ביז דערווייל ארבעט עס נאך שענער ווי עניטיים.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3802
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4664 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך הדסים » מאנטאג יאנואר 13, 2020 2:11 am

זייער גוט געזאגט, מיינע צווי סענט:

ווען איינער גייט אריין אין ביזנעס ווילדערהייט, איז עס נישט פון חכמה. אפילו אויב מען זעט אז עס איז אים געלונגען, איז עס נאכאלס נישט קיין חכמה. וויפיל אינגעלייט שפרינגען אריין אין ריעל עסטעיט, און דערלייגן זייער אייגן געלט, געלט פון משפחה און פריינט, און זעצן אן זייער נאמען. פארשטייט זיך אז ווען אסאך טוען די טיפשות, וועט עס געלונגען פאר א געוויסע פראצענט. און נאכדעם קען יעדער אנווייזן אויף די פאר עשירים "קוק וויפיל צדקה זיי טיילן". (פאר די אלע וואס האבן אנגעזעצט...)

א קינד (אינקלודינג מייסעלף) קומט ארויס פון אונזער חינוך סיסטעם אן קיין שום באגריף פון פיסקעל רעספאנסעביליטי, מען ספענד געלט ווייל יעדער טוט עס בלי שום אחריות.

דער נארישע גוי מאכט ערליך זיין קרעדיט קארד פעימענט וואס ער האט אריינגעלייגט אין זיין באדזשעט. ער האט נאכנישט געהערט אז מען קען מאכן א סעטלמענט?
די סטופיד גוים לייגן אוועק יעדע חודש געלט פאר די חינוך פון זייער קינדער. איך שיק אין א היימישע מוסד וואס ווייסט וויאזוי צו שנארען געלט פון די גאנצע וועלט, און זיי נוצן פיפיג אלע גאווערמענט פראגראמען.
אבוויעסלי, די נארישע גוי ווייסט נישט אלע געלונגענע וועגן וויאזוי מען קען באקומען גאווערמענט הילף.
רעטייערמענט וועט מען שוין באקומען פון די דייטשען, וואס וועט די נעקסטע דור טון?

איך קען פערזענליך אזויפיל אינגעלייט וואס וואלטן געקענט מאכן א שיינע געהאלט, אבער זיי גייען אליין אין ביזנעס און פאלן דורך. איך זאל גיין ארבעטן פון 9 טו 5 צו אויסהאלטן מיין משפחה? פארדעם קען איך גיין אין כולל און האבן פ"ס, ס8, שטיצע פאר יו"ט, א מגבית פארן מאכן חתונה. די מענטשן וואס קענען נישט טראכטן אוטסייד די באקס ארבעטן נעבעך א גאנץ יאר צו מקיים זיין וואס זיי האבן זיך אונטערגענומען אין די כתובה.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל

הודעהדורך הדסים » מאנטאג יאנואר 13, 2020 2:15 am

איך וויל אויסקלארן, איך האלט נישט אז גיין אין ביזנעס איז א שלעכטע זאך, עס איז גאר א גוטע זאך ווען מען טוט עס די ריכטיגע וועג.

די פראבלעם איז, אז אסאך וואס האבן די "אויבער-חכם קריטיקעל טינקינג" גייען אריין אין ביזנעס זייער ראנג. און אסאך פון זיי ליידן ווייל זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהערט פון א נארמאלע וועג צו פירן די פיינענס.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל

הודעהדורך real fake news » מאנטאג יאנואר 13, 2020 3:02 am

זייער שיינע און אמתע פוינט,
און מיט דעם ווארפסטו גוט אפ די טענה וואס נידערמאן וויל ניצן צו פארענטפערן אונזער סיסטעם,
ווייל אה״נ סקען אפשר ארבעטן פאר א מינאריטעט אבער ווער געט אונז די רעכט צו צוכאפן צו זיך די פריוויליגיע פון קענען זיין אן אויבערחכם און נישט דארפן גיין מיט די גראדע מהלך.
למעשה וועט דאס אבער נישט טוישן די טראכטן גאנג פון אונזער געמיינדע וואס האלט זיך קלוגער פון יעדעם, נאר אויב די ווייזט אויף אז סארבעט נישט.
real fake news
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 13, 2020 9:52 am

א פיינעם מחשבה. דא אין לעיקוואד איז געווען די זעלבע זאך. מ'האט געטריבען דער עולם צו די וואלען זיך צו שיצען פון די גוים. אז מ'זאל קענען בויען וואס אונז דארפען מיר וכו'. יעצט וואס די אידען זענען די רוב, כאפען מיר וואס מיר האבען געטון צו זיך. מ'בויט צופיל און אן חכמה, און נאך דעם דאנקט מען דער קאנטראקטאר פאר די נדבה וואס ער האט געגעבען צו די מוסדות.

נאר למעשה באדייט קריטיקעל טהינקינג אסאך מער ווי די סורווייועל טהינקינג פון וואס דו רעדסט, און עס איז טאקע א פיינע זאך, ווען מ'וואלט עס עכט בעסער אויסגעלערנט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3099 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8397 מאל

Re: דער חכם און דער אויבער-חכם, קריטיקעל טינקינג

הודעהדורך טראכטכמוני » מאנטאג יאנואר 13, 2020 10:15 am

@מיימון וואס לויפטו קיין קרית יואל? קוק זיך אום אויף מדינת ישראל, א מעכטיגע בליענדע מדינה וואס האט נאך דעם פארשטרויבלטע נאכטעם פון א ׳היימיש׳-געפירטע מוסד, דאך בליהט עס און צעוואקסט זיך עקאנאמיש אזש עס האט זיך שוין קונה שם געווען ״דע סטארט-אפ נעישאן״ אן ערזאץ.
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

פון אן היסטארישער ווענדפונקט:

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג יאנואר 13, 2020 11:15 am

דאס גאנצער בארימטער אידישער האנדל און וואנדל האט זיך מערסטייל אנטוויקלט - בלויז צוליב דעם וואס אין די שפעטע מיטל־אלטער עפאכע האט די קאטוילישע קירכע ארויפגעצווינגן אויף אידן אומדערטרעגליכע באגרעניצונגן. אידן זענען געווען פארבאטן צו באזיצן לאנד און באדן. אייגענטליך האבן זיי זיך אין יעדנספאל זיך נישט געמעגט פארנעמען מיט קיין שום פעלד-ארבייט. זיי האבן זיך נישט געמעגט באנוצן מיט נישט-אידישע ארבייטער. זיי האבן זיך נישט געטארט באשעפטיגן מיט קיין שום פאכמאנישע ארבייט אויס-זארג אז זיי נעמען אוועק דאס ביסן ברויט פון די ארעמע קריסטן. אין רעזולטאט האבן אידן געלעבט אין שרעקליכע נויט. הויפטזעכליך די דאזיגע וועלכע האבן געוואוינט אינעם עלזאַס באצירק. דאס עלזאַסער אידענטום האט אריינגענומען אין זיך מערסטייל פון די אידן אין מזרח-פראנקרייך, צפון איטאליע, און ווי אויך פון גרויסע שטיקער פון די היינטיגע דייטשלאנד און עסטרייך-אונגארן.

די אידן זענען געווען געצווינגן זיך צו פארנעמען מיט לופט-געשעפטען אדער מיט קליין-האנדל, אויף צו קענען שפייזן זייערע קינדער-געבענטשטע פאמיליעס. ווי אויך האבן זיך אידן דאן פארנומען מיט פארלייען געלט פאר קריסטן מיט הויכע פראצענטן. אבער דאס האט זיי אין אלגעמיין צוריק געשפיגן אין פנים. נעמליך, ווען די קריסטן האבן נישט געהאט צו באצאלן דאס געלט פאר זייער אידישע פארבארגער, האט דער שטאטישער גלח אנגעדרייט א גירוש. און פולע פעלער האט ער בארעכטיגט דאס גירוש מיטן טראדיציאלער בלוט בילבול. און אזוי ארום זענען די אלע חובות פון זיך אליין אוועק-געגאנגן. אידן האבן שוין געוויסט אז ווען די חובות זאמלען זיך אן און די קריסטן זענען נישט אומשטאנד עס צו באצאלן, טרעפט מען אוטומאטיש א גע'הרג'עט קריסטליך קינד ביים ראש הקהל אין קעלער, און א מאסן ארויסוואנדערונג פאלגט נאך... דאס איז אזוי רעגלמעסיג אנגעגאנגן יארן לאנג.

ווען די פראנצויזישע רעוואלוציע האט אויסגעבראכן אין יאר 789' למספרם. איז ענדליך אפגעשאפן געווארן די אלע פינאנציאלע-באגרעניצונגן אויף אידן. און אידן האבן צום ערשטען מאל אין די היסטאריע באקומען גלייכבארעכטונג. און נישט בלויז דאס, נאר אן אויפוואכונג פון אינטעלעקטואַליזם האט דאן פארפלייצט אייראפע ווי קיינמאל בעפאר. דאס האט שטארק געווירקט אויף אידישע פרנסות. אידן האבן באקומען צוטריט צו אלערליי פראפעסאנאלע פאכן ווי קיינמאל בעפאר. אין רעזולטאט האבן זיך אלס מער און מער אידן אפגעשאקלט פון די א.ג. לופט-געשעפטן און קרומע-שטיק און האבן זיך אנגעהויבן צו פארנעמען מיט געהעריגע שטאנדהאפטיגע פרנסות.

אידן זענען מיט דעם גארנישט אנדערש ווי גוים. יעדע מענטש איז פארפליכטעט צו שפייזן זיין הויזגעזונד. דאס איז א זאך פון וואס מען קען נישט אנטלויפן. (הלוואי ווען מען קען ווען יא) אין אלגעמיין וועט א מענטש פראבירן דאס צו טאן אויפן גלייכן וועג. אבער ווען ער איז באגרעניצט צוליב סיי וועלכע אורזאך,(אין אונזער פאל ווייל ער האט נישט געהאלטן ביים לערנען קיין ענגליש אין חדר) וועט ער טאן וואס ער האט צו טאן, ער וועט אפיר קראצן די קרומסטע און פארפלאנטערסטע וועגן צו לייזן א פאר גראשן צו שפייזן זיין געזינדל...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1792
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 183 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2004 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יאנואר 13, 2020 11:32 am

איך בין שוין אינגאנצען צומישט, דער עולם דא האלט אויך אז קריטיקעל טינקינג איז נישט קיין גוטע זאך?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2189
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1144 מאל

הודעהדורך הדסים » מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:03 pm

אישתישבי האט געשריבן:איך בין שוין אינגאנצען צומישט, דער עולם דא האלט אויך אז קריטיקעל טינקינג איז נישט קיין גוטע זאך?

קריטיקעל טינקינג איז זייער א גוטע זאך. דא רעדט מען פון א היימישע פראדוקט וואס ווערט גערופן אין די אשכול "אויבער-חכם קריטיקעל טינקינג".

די חכמה באקומט מען אנגעבליך ווען מען לערנט תלמוד.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:33 pm

איך גיי גיין בעקבות פונ׳ם פותח האשכול ה״ה החכם מיימון און אויך שרייבן מיינע (אינפארמאלע, נישט אינגאנצן מסודר׳דיגע) געדאנקן אויף דעם געביט פון קריטיקעל טינקינג/״אויבער-חכם׳קייט״.

ווי ערווענט דא קען מען קלאסיפיצירן אינטעלידזשענס אין צו דריי סארטן: אנאליטיק, קריעיטיוו, און פראקטיש.

בנוגע קריעיטיוו אינטעלידזשענס, עכ״פ לגבי אויפקומען מיט נאוועל איפכא-מסתברא׳דיגע וועגן צו סאלווען א פראבלעם (ול״ד בנוגע ארט), ווי אויך סתם פראקטישע אינטעלעדזשענס, די ״סטריט סמארטס״ זיך אן ״עצה צוגעבן אויף די פיס״, האט די גלות מענטאליטי פונ׳ם איד אים (שטארק) ארויסגעהאלפן אין דעם וכדברי מיימון. און מ׳קען דאס אפשר זאגן מיט א סמיטשיק אריבער בנוגע חרדי׳שע אידן, וואס זענען נאך ווייניגער אסימילירט און אינטעגרעיטעט, וממילא האבן זיי נאך מער דעם גלות מענטאליטי לעומת די רעשט פון כלל ישראל. ביי דעם לדעתי גייט אן מיימון׳ס טעזע בכל התוקף. איך גלייב מ׳קען צו דעם יא משלב זיין די מעטאדע פון קריטיקעל טינקינג, בעיקר בנוגע סקעפטיסיזם און אדורכלייגן זאכן דורך א כור המבחן. (בכלל קען מען זאגן אויף דעם אז דאס איז מער עפעס קולטוראלע און וואס מ׳נעמט אויף אימפליסיטלי, ווי איידער עפעס וואס ווערט אויסגעלערענט עקספליסיטלי אלס עדוקעישאן.)

משא״כ לגבי אנאליטיק אינטעלידזשענס ווערט די דעבאטע איבער קריטיקעל טינקינג ביי אונז אביסל מער פארנעפלט. דהיינו, אפאר פון די חלקים וואו מ׳נוצט קריטיקעל טינקינג אין אנאליזירן האבן מיר שטערקער און ווערט מחוזק, ווידער אנדערע חלקים טוהט מען בידים ממש ובכוונה דערשטיקן/באגראבן.

למשל, די חלק פון סקעפטיסיזם און אנאליסיס [קריטיקעל טינקינג] אויף סברא בתוך א נושא איינמאל די פאראמעטערס זענען שוין אוועקגעשטעלט, דאס ווערט (ווי נישט) געשארפט דורך די סאקרעטיק מעטאדע פון אדורכטוהן א סוגיא מיט א חברותא וכדומה (עכ״פ ביי די זכרים). משא״כ די חלק פון סקעפטיסיזם און אנאליסיס [קריטיקעל טינקינג] אויף אפצושאצן פאקטן און זייער ווארהייט דאס ווערט (ווי נישט) דערשטיקט מיט׳ן דאגמאטישע מהלך וואס מ׳פרעדיגט/פראקטיצירט אד״ג פון נישט מהרהר זיין וכו׳; אויף דעם לייגט מען אן ״עד פה תבא״ און דאס אפילו פרובירן דורכצוטוהן באקומט די שטאטוס פון ״כפירה״ {מ׳טוהט דערשטיקן יעדע סארט פריי״דענקען״}. דאס געוואוינט אים/איר צו צו אפשאצן יעדע פאקט נאר דורך א לענס פון זיינע/אירע בייעסיס; ס׳הייבט זיך אן ביי די רעליגיעזע בייעסיס אבער ס׳קען ווערן דזשענערעלייזט ווייטער בכלל צו יעדע סארט סאציאלע וכו׳ בייעס וואס ער/זי האט. אין אנדערע ווערטער אונזער טראכטן בנוגע אפשאצן פאקטן גייט/וואקסט נישט ארויס פון עגאסענטריזם און סאציאסענטריזם - די היפוך פון קריטיקעל טינקינג.

(מ׳קען אפשר טענה׳ן נאך ווייטער אז די סארט היפוך הקריטיקעל טינקינג וואס גייט אן ביים אנאליזירן פאקטן איז מער א חלק פון אונזער (קולטוראלע וכו׳) אידענטיטעט, מחמת די דאגמאס און קאור ביליפס וכו׳ ווי איידער דאס יא זיך באנוצן מיט קריטיקעל טינקינג פאר סברא. דעריבער איז אפשר שייך אז דערנאך ווערט אזא סארט פידבעק סייקל ווי די העדר הקריטיקעל טינקינג וואס איז דא ביי פאקטן טוהט שאטן און אראפברענגען די מער אויסגעארבעטע קריטיקעל טינקינג וואס איז דא ביי סברא, ווי איידער פארקערט [אז די סברא קריטיקעל טינקינג זאל ארויפארבעטן די פאקטן קריטיקעל טינקינג]. אפשר.

ווי אויך אז בכלל איז די שטארקייט אין קריטיקעל טינקינג בסברא נאר אין געוויסע אראפגעשטעלטע רעליגיעזע פאראמעטערס וכנ״ל, און מ׳לערענט דאס נישט אויס צו/מ׳טוהט דאס נישט (אזוי ווייט, אויב בכלל) פראקטיצירן אין אנדערע נושאים ווי די פאראמעטערס (פון די ניואנסן בנוגע סברא, כללים וכו׳) קענען זיין אנדערש. דאס קען דעריבער שאטן צו דזשענערעלייזן די קריטיקעל טינקינג שטארקייט וואס מ׳האט בסברא צו אנדערע ערטער פון סברא אינדרויסן פון די רעליגיעזע טעקסטס (און זייערע אקסיאמן - וואס טרעהט שוין אפשר אריין אין דעם געביט פון קריטיקעל טינקינג בפאקט).

(אין דעם איז אינטרעסאנט צו זעהן דעם ארטיקל פון הרב דר. נארמאן סאלאמאן וואס רעדט ארום אביסל איבער די (ווי נישט) פארמאלע לאגישע כללים [סברא] וואס איז אראפגעשטעלט אין די גמרא. ער דערמאנט אז עס איז נישט אזוי ברייט און פארמאל ווי די פארמאלע לאגישע כללים און סילאגיזמס וואס אריסטו האט אראפגעשטעלט, ווייל דאס איז געווען ביי חז״ל בכלל א טפל צו ג-ט׳ס ווארט כביכול און לימוד התורה; מ׳דארף נאר צומאל נוצן די כללים פון (חז״ל׳ס) לאגיק [אין דרש וכו׳] צו דערגיין וואס דאס איז - עס איז נישט קיין ציל לכשלעצמו.) אפשר.
)

קומט אויס אז אין אנאליטיק אינטעלידזשענס בנוגע אפשאצן פאקטן (ואולי אפילו סברא וכנ״ל) זענען אונז מעיקרא קיינע אויבער-חכמים קיינמאל נישט געווען...

עס קען זיין אז איך אליין מאך א טעות אין דעם מיט מיין קריטיקעל טינקינג, הן בפאקטן והן בסברא...

***

אגב, ס׳איז דא א סברא אז די קאנדישאן פון פסייכאפאטיע האט עוואלווד דורך דעם אז ס׳איז נוצבאר ווען עס זענען דא גענוג גוטע מענטשן אינ׳ם גרופע וועמען ער/זי קען אויסנוצען. ווען צופיל מענטשן אינ׳ם גרופע זאלן זיין אזוי ווי דעם פסייכאפאט וואלט די קאנדישאן נישט געווען מעגליך צו ווערן גע׳ירש׳נט אין די דזשינס, ווייל די גרופע וואלט נישט געקענט האבן א קיום. דאס איז ענליך צו מיימון׳ס טעזע אויב יעדער איז אן ״אויבער-חכם״ און נעמט עדווענטעדזש.

און מיט דעם קען מען אפשר זאגן אזא רמז אינ׳ם פסוק (ירמיה ד כב) חכמים המה להרע. והיינו, אז די סארט ״חכמה״ אין קריטיקעל טינקינג (בנוגע קריעיטיווע און פראקטישע אינטעלעדזשענסעס) קען נאר ארבעטן אין די זעלבע סארט וועג וואס האט געלאזט פסייכאפאטיע [להרע] זיך עוואלווען; טאמער עס איז נאר ביי די מיעוט ממש. ועוד, דע״ש ברד״ק דהפסוק קאי אהא דלא למדו והלכו עפ״י חכמת התורה ע״ש. ולדרכינו אפשר דהרמז בזה הוא שילמדו תורה בדרך מסודר וכדברי מיימון, שלא יהיה בזה הענין של קריטיקעל טינקינג להרע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 946
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:13 pm

, מוראדיגע רייד.

הייסט עס אז דאס וואס מדינת ישראל קיין סאך נישט געווען אויף די אייגענע פיס, און איז אנגעוויזן אויף די פאר דאלאר פין אמעריקע האט מיט דער גלות מענטאליטעט פין אזוי פיל יאר.

ווען א היימישע אינגערמאן פרובירט צו מאכן געלט דורך פאונטס פין קרעדיט קארדס, איז עס אויך געבינדן מיט דער קריטיקעל טינקינג?

ווען יעדער באקומט דיסאביליטי פארקינג פערמיטס?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2189
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1144 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג יאנואר 13, 2020 2:17 pm

טראכטכמוני האט געשריבן:@מיימון וואס לויפטו קיין קרית יואל? קוק זיך אום אויף מדינת ישראל, א מעכטיגע בליענדע מדינה וואס האט נאך דעם פארשטרויבלטע נאכטעם פון א ׳היימיש׳-געפירטע מוסד, דאך בליהט עס און צעוואקסט זיך עקאנאמיש אזש עס האט זיך שוין קונה שם געווען ״דע סטארט-אפ נעישאן״ אן ערזאץ.


די "סטארט-אפ נעישאן" איז צו פארדאנקען אמשינאוו אדער ראחמיסטריווקא ?
ליב צו וויסן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג יאנואר 14, 2020 2:18 am

נולד מאוחר האט געשריבן:מיימן,
תכלית דו סארט ציגאנג ברענגט מער געלט אדער נישט?
אויב יא פארשטיי איך נישט וואס דו טענה'סט.
קענסט האלטן אז געלט איז נישט דו תכלית, אונז חסידים האלטן אז ס'איז יא. דו טענה'סט אז ס'ארבעט נישט, ביז דערווייל ארבעט עס נאך שענער ווי עניטיים.

העי!

מיימונ'ס שוואגער איז דא...
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 348
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 197 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 340 מאל

דער חכם און דער אויבער-חכם, קריטיקעל טינקינג

הודעהדורך טראכטכמוני » מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:18 am

ליב צו וויסן האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:@מיימון וואס לויפטו קיין קרית יואל? קוק זיך אום אויף מדינת ישראל, א מעכטיגע בליענדע מדינה וואס האט נאך דעם פארשטרויבלטע נאכטעם פון א ׳היימיש׳-געפירטע מוסד, דאך בליהט עס און צעוואקסט זיך עקאנאמיש אזש עס האט זיך שוין קונה שם געווען ״דע סטארט-אפ נעישאן״ אן ערזאץ.


די "סטארט-אפ נעישאן" איז צו פארדאנקען אמשינאוו אדער ראחמיסטריווקא ?

קרית יואל איז צו פארדאנקען קרעטשניף-סיגוט אדער לעלוב-פיעטריקאוו?
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך מיימון » מאנטאג מערץ 16, 2020 9:42 am

היינט אין דעם קאראנע עפאכע האבן מיר א גוטע קעיס-סטאדי פאר דעם אויבנדערמאנטן פענאמען. חרד'ישע אידן ווייסן נישט פון קיין חכמות, עפידעמאלאגיע און נומערן, למעשה איז עפעס געשען? ניין, שוין, קען מען אנגיין געהעריג. זיי זענען נישט משוגע, ווען מענטשן וואלטן געפאלן אויף די גאסן וואלטן זיי אויך געשפארט, נאר יעצט איז עס בלויז א מעשה וואס מען דארף גלייבן, עפעס טיפע מעדיצינישע פרטים וואס לייגט זיך נישט אויפ'ן קאפ פון א תלמיד פון רבי'ן ז''ל. און מען האט נאך א גוטן מקום לסמוך, דער פרעצידענט מיט זיינע אדיוטאנטן מאכן חוזק פון די גאנצע זאך. פונקט ווי מען מאכט חוזק פון קלימאט טויש און וואקסינען. למעשה איז איינער געשטארבן פון מיזעלס? ניין, טא וואס דרייסטו איבער.

ווער איז גערעכט? איך שטעל איין אז למעשה וועלן די חברה זיין גערעכט. מען דארף נישט אפשטעלן די וועלט פאר א אונטערגאנג. מיט מעגליך אביסל פאטאליטעטן. אזוי ארבעט די וועלט. מענטשן שטארבן פון עקסידענטס, קרענק וכדו' און מען באשיצט זיך וויפיל מעגליך און מען גייט אן. די לאנג טערמיניגע עפעקטן פון אזא שריט איז אוממעגליך צו שאצן און ווערט נאר געשטופט דורך די וואס ווילן זען די גאנצע וועלט אין פייער. כמדומה לי אז ווער עס האלט קאפ קען זען א pattern ווען יעדעס יאר שרעקט מען אן איבער א האריקעין וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזאנס, און דערנאך די שמחה ווען דער ערשטער פאטאליטעט קומט אריין, ווי אלע לויפן כאפן סקופס. דערנאך קומט א עבאלע אונטערגאנג, שניי שטורעם, מעגליכע וועלט מלחמה, און שוין דערנאך איז גארנישט געשען.

נאכאמאל, איך בין נישט קיין חסיד פון דעם טראמפענען און די חסידישע טראמפייטערס, און איך וואלט זייער געזען דעם עולם עדיוקעיטעט און טראכטן לאגיש, אבער דווקא דא אין א קריזיס קומט צונוץ דער נוצן די קאפ אביסל און זיך נישט לאזן פארפירן פונעם שטראם. מענטשן ווערן משוגע אז פארדעם אליין האט זיך שוין אלעס געלוינט, צו זען די ריכטיגע קאלירן פון דעם מין האנושי.

און אגב, אז מען רעדט פון די וואס ווילן זען די וועלט פלאקערן, בין איך אויך פון די מענטשן, און איך האב שטארק הנאה פון די גאנצע זאך. מענטשהייט איז געווארן אזוי קאמפליצירט אז מען דארף נעמען א שטיקל טריט אויף צוריק און דאס איבערטראכטן. מענטשן אין ישראל האבן חתונה געמאכט אינדערהיים און גארנישט שלעכט האט פאסירט. מיליאנען מענטשן כאפן יעצט אז זיי קענען רואיג ארבעטן פונדערהיים אסאך ווייניגער שעות. וכדומה, עס איז א גוטע זאך אז די מענטשהייט ווערט רעדוצירט צו טון בלויז דאס מינימאלע און מען הייבט אן צו כאפן וויפיל זאכן פעלן באמת נישט אויס און שטערן סתם דאס לעבן. עס איז א גוטע צייט צו רעפלעקטירן אויף אונזער לעבן און מאכן טוישונגען.
מיימון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

דער חכם און דער אויבער-חכם, קריטיקעל טינקינג

הודעהדורך מי אני » זונטאג מערץ 22, 2020 7:44 am

פאר איך הייב אן וויל איך מקדים זיין אז איך בין נישט קיין מעריץ פון טראמפ (מילד גערעדט...) און זיכער נישט קיין אנהענגער פון די אלגעמיינע חסידי׳שע געדאנקענגאנג/מהלך המחשבה אין/פון טראכטן (וואס גייט, אין אלגעמיין, טאקע האנט-אין-האנט מיט׳ן יא זיין א מעריץ פון טראמפ...).

להוסיף על דברי @מיימון מיין איך אז אין די יעצטיגע קריזיס זעהט מען נאך מער (איראניש) וואו די סארט ״שׁאָרט-קאָט״ מהלך המחשבה פון חסידים קומט צונוץ, ועכ״כ ממש אויף צו ראטעווען זייער לעבן - הגם נישט דורך זיי נאר דורך א דאקטאר וואס סערווירט זיי. (און דאס איז איראניש ווייל טאקע לכאורה מכח זייער מהלך המחשבה פאלגן זיי (ליידער) נישט אויס, עכ״פ אזוי ווייט, די מעדיצינישע אנווייזונגען פון די געזונטהייט אינסטאנצן וכדברי @מיימון.)

דהיינו, די דאקטאר וואס סערווירט זיי איז א פרומער איד (מיט א פולן בארד) וואס הייסט דר. זאב/וולאדימיר זעלענקא (ולפי הודאתו איז ער א גרויסע חסיד פון טראמפ). ער האט ארויסגעשיקט א ‏קליפ וואו ער זאגט אז לפי השארתו זענען אמווייניגסטענס 60% פון קרית יואל׳ע איינוואוינער אנגעשטעקט מיט די קאָוויד-19 מחלה ל״ע (דאס איז וויבאלד זיי זענען מער ״אויבער-חכמים״ אין די הינזיכט און פאלגן ווייניגער אויס/זענען ווייניגער נזהר אין סאציאלע דיסטענסינג וכו׳ וכנ״ל). אבער פונדענסטוועגן דאך (אנדערש וואו אין רוב מקומות בהעולם) טענה׳ט ער אז ער האט נאך נישט געדארפט שיקן קיין איין פאציענט צום שפיטאל, הגם ער האט שוין געזעהן ״הונדערטער״ פון זיי וואס האבן דאס (לשונו). דאס איז וויבאלד ער גיבט/פּרעסקרייבד זיי גראד היידראקסיקלאראקוויין וואס, ווי דערמאנט דא, זענען דא שטארקע צייכענונגען אז דאס העלפט קעגן די מחלה. ער ענדיגט צו אז מ׳זאל דאס טוהן איבער׳ן לאנד און דאס גראד גיבן פאר (אַוּט-)פאציענטן נאך בעפאר זיי דארפן שוין אנקומען צום שפיטאל, וואס דעמאלטס לייגט דאס שוין א געוואלדיגע לאסט אויפ׳ן העלט-קעיר סיסטעם וכו׳.

לפענ״ד זעהט מען פון דעם וואו דאס נישט דוקא גיין מיט א סיסטעמאטישן וכו׳ מהלך איז טיילמאל אסאך מער נוצבאר. דהיינו, איך פארשטיי און איך בין פולקאם מסכים צו דעם אז ביי מעדיצין (און וואו אימער) פעהלט זיך אויס א שטארקע סייענטיפישע ריגאָר מברר צו זיין דברים על בוריין וכו׳ (איך גלייב אז דער דר. זעלענקא, זייענדיג א שטודירטער מעדיצינישער דאקטאר, האלט אויך אזוי). יעצט, אין אונזער פאל אבער איז דא א(ן עקספערימענטעל) שטודיע וואס צייגט אז די דראג טוהט העלפן קעגן די מחלה (בנוסף צו אנעקדאטעל עווידענס). עס איז טאקע נישט געווען קיין רענדאָמייזד עקספערימענט און אויך נישט געווען מיט קיין גרויסע סעמפל (צווישן אנדערע חסרונות), אבער למעשה מענטשן האלטן דאך אין איין שטארבן (עכ״פ לפי די מידיא). איז אויב אזוי, לפענ״ד (ודעתו), איז נישט יעצט די צייט צו פאָנפענען אז ״ס׳איז נאך נישט לגמרי געטעסטעד וכו׳ וכו׳״, בפרט ווען ס׳זעהט אויס אין א וועג וואו מ׳כאפט זיך אן אין שטרויען עניוועי מכח די איבערפולינג פון די שפיטעלער וכו׳. און דאס [די מהלך המחשבה] טוהט, ווי איך פארשטיי, אט דער דר. זעלענקא טאקע פראקטיצירן.

נאך מער, ווי אזוי ס׳זעהט מיר אויס לפענ״ד, קען עס אפשר גיין נאך א שטאפל ווייטער אין די שמועס פון קריטיקעל טינקינג (והיפיכו). דהיינו, ווען איך טוה גוּגלען וואס טוהט זיך טאקע מיט די דראג, זעה איך פון די מער ליבעראלע נייעס אינסטאנצן (וואס איך שעץ און רעספעקטיר אין אלגעמיין, צב״ש די נ.י. טיימס וכדומה) א (ווי נישט) מער נעגאטיוון בליק דערויף - מ׳זוכט דאס אראפצושפילן און עכ״כ אז מ׳האט אפילו טענות אויף פארוואס טראמפ האט דאס אפילו דערמאנט. למשל, סלעיט (אויך אן אַוּטלעט וואס איך רעספעקטיר אין אלגעמיין) האט אראפגעברענגט א מעשה פון איינער אין ניידזשעריע וואס איז געשטארבן פון אן אָווערדאָס פון די דראג. רבש״ע! איך פארשטיי נישט! ענק זענען די וואס האלטן אין איין ליארמען איבער די פגרים פון קאָוויד-19 (אפילו דאהי אין אמעריקע), און וואו ס׳איז שוין באו מים עד נפש (ממש)! און איך גלייב אז זיי זענען גערעכט! פליצלונג ווערט מען אבער ״פארזיכטיג״ אז מ׳קען נישט אפיציעל גיבן די דראג ביז ס׳ווערט נישט ממש מבורר?! חברה, לויט ענקערע באריכטן פאלן מענטשן ווי פליגן עניוועי! איז פארוואס, אויף כדי צו ראטעווען לעבנס, באריכט מען נישט און מען לייגט נישט קיין פרעשור אויף דאקטורים דאס צו גיבן גראד פאר די פאציענטן, נאר ביז ס׳ווערט מבורר? ס׳זעהט ממילא נישט אויס אז מ׳האט אסאך א בעסערע ברירה (מיט דאס איבערפילונג פון שפיטעלער וכו׳)!

נאר וואס דען? לפענ״ד האט דאס צו טוהן טאקע מיט דעם אז מ׳קען זיך נישט ארויסזעהן, אפילו ווען ס׳פעהלט אויס, טאקע פון די בּאקס פון קריטיקעל טינקינג ודוקא על הסדר - נישט אננעמען א זאך ביז ס׳איז מבורר ממש עפ״י הסדר שהוחק לזה. אבער אין די פאל גלייב איך אז ס׳איז א חסרון, ווייל דא גרעניצט זיך די צווייפלונג וכו׳ מיט סכנת נפשות ממש. (די (כמו-)נעגאטיוויטי פון די אלגעמיינע מידיא דערצו האט מסתם אויך צו טוהן מיט זייער (צומאל טאקע בארעכטיגטע) שנאה כבושה צו טראמפ בכלל...
ווייל אין די פאל איז דאס דאך, ווי נישט, די מהלך פון טראמפ קעגן/לעומת די מהלך פון דר. פאַוּטשי.

די טענה אז מ׳דארף האבן די דראג פאר די וואס ליידן פון ארטרייטיס איז אויך לכאורה אביסל שוואך, ווייל די וואס ליידן פון ארטרייטיס זענען אין אלגעמיין די עלטערע און זיי זענען די מערסטע עט ריסק פון די מחלה. איז לוינט זיך פאר זייערט-וועגן צו גיבן די דראג פאר די קראנק פון די מחלה כדי עס מער אפצושטעלן פון זיך פארשפרייטן און דאדורך אנקומען צו זיי.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 946
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: מאך זיכער און 4 געסט