דורך קטלא קניא » דינסטאג אפריל 14, 2020 9:49 am
ה. דריי טעג יום־טוב תש"פ
(זייט מוחל אז מפני קדושת המועד איז עס שנעל צאמגעשטעלט און נישט געהעריג רעדאקטירט)
דער סדר האָט זיך געענדיגט פריער ווי געווענליך און אינדערפרי האָב איך מיך געשטעלט אסך פאר די גאַס מנינים. איידער דער עולם קומט אַרויס אין דרייט זיך אויף די גאַסן, בין איך געגאַנגען אָפּנעמען דער צייטונג צו זען וואס טוט זיך אויף דער וועלט. דאַווענען איז געווען ווי איך געוויין מיך שוין היינט צו. פון אדון עולם ביז נאך שמונה עשרה מיט דא א דריי און דארט א קרעכץ. נאר אז איך בין געגאנגען נעמען א מחזור פון דער פאליצע האב איך מיך אנגעקלאפט אין א קינות און א סליחות וואס זענען א גאנץ יאר שכינים אין דער שאנק. האט מען א קלאג געטון אויף אונזער מצב און אויסגעקוקט צו די סליחות טעג ווען מען וועט שוין אוודאי צוריק הערן די הייליגע נסחאות.
ליינען איז היינט פון א חומש, און דערנאך מפטיר, הפטרה, אשרי און מוסף. פאר יו"ט האט מיין שול וואטסאפ גרופע מודיע געווען אז ביחידות זאגט מען נישט מוריד הטל ביי מוסף. איז נישט. טל קען מען דאך אבער זאגן, איז ביי מיר געווען פתח ביאסעלע וסיים בחבית, ווי איינער זינגט אריין אין א פאס. איך האב באמערקט אז כמעט יעדער שטיקל פון טל הייבט זיך אן מיט א תפילה פאר ברכות פון דער סעזאן, טוי, פירות, קארן און וויין, און דער צווייטער האלב איז א נעבעך געוויין אויף כלל ישראל'ס ביטערער מצב. ענליך צו אונזער מצב. א שיינער פרילינג פול מיט ברכות אין דער נאטור בשעת ווען מענטשן פאלן ווי פליגן.
בכלל מערקט זיך עס אן ביים דאווענען און ביים ליינען אז ווערטער באקומען אלס מער משמעות און דערהער. וויפל מאל האט מען שוין געליינט דער פרשה פון יציאת מצרים און ס'איז נישט איינגעפאלן דער פשוט'ער פשט אין פסוק. ס'איז געווען א מגיפה און מען האט געבעטן מענטשן נישט ארויס גיין פון דער היים. דער זעלבער ביי א מצורע וואס מען וועט לייענען איז צוויי וואכן ארום. א מענטש ווערט קרעציג שיקט מען אים מחוץ למחנה. אזוי אויך די דריי וועטער "ויהי אחרי המגפה" אין פרשת פנחס, וואו ס'איז דא א פסקא באמצע פסוק, באקומען א גאנץ אנדערע באדייט. א מגיפה איז א געשעעניש וואס טוישט אלעס. ווי א קריג איז דא פאר דעם און נאך דעם. און דער ערשטער זאך מען האט געטון נאכדעם איז געווען צו ציילן צו זען ווער איז געבליבן. און באלד דערנאך האט משה רבינו אויך ממנה געווען יהושע פאר זיין יורש. א דור גייט אוועק פריער ווי מען האבן זיך געראכטן און א פרישע דור דארפן ארויפטרעטן. מיר דארפן נייע פירער זיך צו פארמעסטן מיט דעם זמן וואס קומט ווען ס'וועט זיין, און לאמיר האפן בקרוב, ויהי אחרי המגפה. אונזער דור טאר נישט בלייבן כצאן אשר אין להם רועה.
אויסער דאווענען שפירן זיך אויך ענדערונגען ביי זיך אליין. פחדים פון יעדער קיצל אין האלז אז אפשר איז עס דאס. ס'קומט א הוס און מען פרואווט עס איינשלינגען און חלומ'ען אז ס'הוסט זיך נישט. א טרייסל אין דער שדרה מיינט שוין א פיבער און א לייכטקייט אין קאפ קען נישט זיין עפעס אנדערש ווי דער קלאנג פון דעם מלאך המוות. אבער דאך לעבט מען. בעל כרחך אתה חי, און אז מ'לעבט זאל שוין זיין געלעבט. לאכן, וויינער, זיך פרייען, קלאגן און זאגן מודה אני אז מען שטייט אויף פריש יעדן פרימארגן.
יום־טוב אינדערפרי בין איך געגאנגען באזוכן מיין שווער און שוויגער און אויף דער צווייטער טאג יום טוב מיין פאטער. מיין שוויגער זאל זיין געזונט האט צו מיר גערעדט פון אן אויבירשטן פענצטער. ס'וואלט אפשר געווען ראמאנטיש ווען ס'איז ביי דער שיין פון דער לבנה און מיר זענען ביידע אביסל יונגער. אזוי איז עס אבער געווען טרייסנדיג אז זי'ז געזונט. מיין שוויגער וואס פאררופט אונז אויף יום־טוב סעודות און אויף מוצאי־שבת צאמקומען, און שיקט אריין אירע געבעקס יעדן ערב שבת האט זיך נישט געשמעקט אז איצט פאסן אונז אויף אויף איר. זאגט זי מיר, אז זי ווארט נישט א קינד און מען דארף נישט קומען בודק זיין צי ס'איז אן אינגל אדער א מיידל.
אויף אנצוקומען צו מיין פאטער זענען מיר דורך סיי פארשלאסענע און טונקעלע שולן און סיי מנינים וואס שפראצן אויף די גאסן ווי בלעטער אויף צווייגן. אלגעמיין זענען די שאסייען געווען שטיל און מיך האט עס געקיצלט. איך האב געזאגט פאר מיין זין, געב נאר א קוק. אויף א געהעריגן יום־טוב וואלט מיר געזען אידן גיין אין שול, טאקע שפעטליך נאך זיך לייגן שפעט נאכן סדר אבער אלץ אין שול אריין. מיר וואלטן געזען קינדער מיט פרישע פיאות, שטאלץ מיט זייערע נייע מחזורים, נייע אנצוגער מיט דאס קלעפ נאך אויפן ארבל, לויפן אין שול אויפגעהייטערט צו דערציילן פאר די חבירים ווען מען האט ביי זיי געפארטיגט דעם סדר און וואס זיי האבן אויסגע'פועל'ט אויף אפיקומן, זיך פארמאסטן איבער חומרות און ווער האט געהאט מער תורות און אפשר אפילו זיין אייגענע קישן, און איצט גארנישט. שא שטיל. שולן שלאפן, קיינער קומט נישט, קיינער גייט נישט. קיין מוק הערט זיך נישט פון דערין. אין קול ואין עונה. שושקעט מיר מיין זון אריין אין אויער, "אינד'זוי איט ווייל איט לעסטס". פּיור אידיש נחת.
גיין מיר זיך ווייטער און די געסער זענען אנגעקלעפט מיט צעטלעך. מען וויינט פאר געלט פאר פרישע יתומים, נארוואס געווארענע אלמנות, ווייכע קברים, יונגעלייטלעך וואס זענען אוועק אין אייביקייט און איבערגעלאזט משפחות. און פון אלע זייטן ארום הערט זיך שחרית'ן. דער זאגט גאל ישראל און יענער זאגט ברוך שאמר. דא גארגלט מען זיך א ממקומך און דא האלט מען ביים לייענען. און ביי אן אנדערן פלאץ זאמלט מען זיך איין אויף א מנין כאילו לא היה. טאקע נישט געזען אבער מען הערט פון זיי איבעראל. איך ווייס נישט וואס זייער חשבון איז און איך ווייס נישט צי זיי האבן א חשבון. אין די ערשטע טעג האט מען אפשר נישט געוויסט אבער נאך אזויפיל מתים איז דער תירוץ שוין נישטא. זיי וועלן טון וואס זיי פארשטיין און אונזערע מסירת נפש רבנים וואס זענען פול מיט קוראזש מיט שיינע ווערטער ביי אנדערע ענינים, טרעפן זיך נישט די צונג ווען ס'האנדלט זיך פיקוח נפש ממש.
איך וויל דערפון שוין נישט רעדן, נאר אלעס צו טון מיט דער מגיפה הערט מען נישט אויף איבערצוקייען. איך האב מיך געדינגען מיט מיין זון דער מחמיר איבער די זעקס פיס. ער זאגט אז לעולם איז זעקס פוס נישט גענוג נאר מער ווי זעקס פוס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה. ווייטער איך האב גע'טענה'ט אז פיר פוס איז אויך גענוג ולה אמרו זעקס? כדי להרחיק את האדם מן העבירה. שטיין מיר ביי מעריב דער צווייטער נאכט אין אונזער חצר פון פארנט און איינער שפרייזט ארויף און אראפ אין אונזער ד' טפחים. האב איך אים שוין געזאגט וואו אהין ער זאל פארשווינדען ווערן. עפעס א קרענק וואס מענטשן פארשטיין נישט וואס מען רעדט צו זיי.
ביי נאך איינס פון די שמועסן ביים יוט־טוב טיש האב איך געפרואווט מלמד זכות זיין אז די אידן וואס דאווענען אין די מנינים וואלטן אפשר אויך געווען די וואס וואלטן ווייטער געלערנט אין א ביהמ"ד אין דער ווארשאווער געטאו, אדער אומגעוקומען על קידוש השם אין די צייטן פון דער אינקוויציע, אדער געצינדען חנוכה ליכטלעך אין אוישוויץ.
מיין טאכטער האט זיך געבייזערט אז ס'איז נישט קיין פארגלייך. איך האב מסביר געווען אז איך געב זיי נישט גערעכט און איך פרעג נאר צי אז דאס נישט די זעלבער סארט טיפן און כאראקטערן. פשוט, דא פארשטיין זיי נישט גענוג אז ס'רעדט זיך נישט פון רדיפות נאר פון ראטעווען לעבן. רופט זיך אן מיין זון, די רבי'ס פון היינט וואלטן זיך נישט מוסר נפש געווען אין קיין שום געטאו נאר זיי וואלט געמאכט פליטה ווי זייערע פעטערס און זיידעס. דאס איז נישט מסירת נפש נאר פראסט טפשות פון מענטשן אן אחריות. נו, האב איך אייך געזאגט אז בעסער אז מען רעדט נישט.
האלטן מיר פרייטאג נאכמיטאג עם דמדומי חמה ביי דער צייט ווען מען זאגט שוין, עשרתם, ערבתם, הדליקו את הנר. אלע טעפ שטיין שוין אויפן פלאטע ווייל מ'האט דאך צוגעגרייט אן עירוב תבשילין, און מען דערווארט נאר די פלאטע זאל אנקומען, אבער אין קול ואין לאמפ ואין היץ. די פלאטע וויל נישט וויסן פון קיין חמין, פון קיין טשולנט, פון עופות, זופ פון גארנישט. א גוי גמור איז זי מיר געווארן און נאך א בן נח ששבת אויך. קומט זיך איר ערשט מיתה.
איז געווארן א רעדע וואס טוט מען דא. רופן א גוי? איז גיי געפון א גוי אין אן עיר שכולה ישראג און סייווי וויל מען קיינעם נישט אריינלאזן אין שטוב. אנצינדן א פייער? האב איך נישט חשק, איבערהויפט אז אלעס איז איבערגעדעקט מיז זילבער פאפיר און דער היץ קען זיך איינזאמלען אונטער דעם ווי ס'האט שוין לא עלינו פאסירט. אפילו צודעקן א פלאטע מיט זילבער פאפיר איז מסוכן וויבאלד די פלאטע הייסט זיך איבער. האב איך מיך אנטשולדיגט צו מיין ליבשאפט און צו די קינדער. ווייטער איך דער שלימזל און צוליב מיר וועט קיין טשולנט נישט זיין. איך האב מיך פארענטפערט אז איך האב עס נישט אנגעשטעלט אין אן איילענישט ביים לעצטן מינוט נאר מיט יישוב הדעת, און איך קען נאר יעדן איבערבעטן. די קינדער האבן מיר פארזיכערט אז ס'איז נישט געפערליך. דערנאך האט מיין טאכטער אויסגעטראפן אז מען קען לייגן טשולנט אויפן טשייניק, און ס'וועט שוין גוט זיין. וכך הוה. שבת אינדערפרי האב איך פרי אנגעשטעלט דער טשולנט און ביז נאכן שפאציר איז עס געווען נישקשה'דיג הייס.
און אזוי איז דער סדר היום צום דריטן מאל נאכאנאנד. מען שטייט אויף און מען טוט זיך אן, מען זאפט איין אביסל פרימארגנדיגע לופט און מען ציט זיך אויס די גלידער, מען וואשט זיך די הענט און מורמלט ברכת התורה ביים טרוקענען און ביים אויפזוכן דעם טלית, מען וויקלט זיך איין אין א טלית און די ליפן לאזן זיך ארויס אויף א רייזע. אדון עולם, עקדה, מה אנו מה חיינו, פסוקי דזמרה מיט א נשמת, אז ס'איז יו"ט בעל־תפלה'ט מען מיט א הקל און א רננו, (דער אידישער ליד, "רייזעלע", גייט גאָר גוט אויף "בפי ישרים"), אז ס'איז שבת פאַרזינגט מען זיך ביי קל-אדון, קרי"ש און שמונה עשרה און נאך א ואתם הדבקים הייבט מען אן צו ליינען פון א חומש.
אבער פאווליע. אז ס'איז שבת חול המועד פסח קומט א שיר השירים און דאס לאזט מען נישט אויס אפילו פאר א פארמעגן. וועלכער פשט איר לערנט נאר, און וועלכער דרך פון דעם אבן עזרא'ס דריי מאל, און אפילו אז איר לערנט עס בלוז מיטן אלשיך, קענט איר זיך נישט פארהוילן פון די רייכע מעטאפרן פון נאטור און אויך פון א פרוי'ס געשטאלט און פארעם. האט אינזינען וואס איר ווילט אבער פארגינט אייך אויך זיך צו פאסמאקעווען.
און דערנאך ליינט מען. אין דער קריאה פון פרשת כי תשא וויל משה זען דעם באשעפער און דער באשעפער וויל זיך יא באווייזן, נישט באווייזן און צום סוף, כי לא יראני האדם וחי. איז ווען יא? ביים טויט? האט מען דאך ערשט געזאגט אין הלל, לא המתים יהללו יה ולא כל יורדי דומה. קומען זיך אן די חכמים אז דווקא אין דער איצטיגער מגפה ווען וויסנשאפט געט זיך נישט אן עצה זעט מען דעם אמת'ן יד ה'.
די זעלבע נביאי שקר שרייען תורה מגיני ומצלי און אין דעם זכות איז געשטארבן עם רב בישראל. און אז ס'וועט קומען א רפואה אדער א וואקסין וועט עס זיין פון פארשטערס און סייענטיסטן נישט פון די כותלי ביהמ"ד און פון מענטשן וואס האבן אין זייער לעבן נישט אריינגעקוקט אין א מיקראסקאפ אויסער בודק צו זיין שעטנז אדער אויפזוכן ווערעם אויף זייערע שאלאטן צו מרור. נאר וואס דען, דער וואס וויל גלייבן, זאל ווייטער גלייבן. אונז האבן טאקע א הייליגער קוואל פון פסוקים און מאמרי חז"ל אויף זיך מחזק צו זיין אבער זייט מוחל, חוש'ט נישט מיט וואס דאס קומט צו ווייזן. עס ווייזט ווי מען פירט אונז אין קבר אריין און אויף אונזערע מנהיגים קען מען טייטלען, אתם המיתם את עם ה'.
אז מען ענדיגט לייענען נעמט מען זיך צו דער הפטרה פון די עצמות יבשות. ווי אן אנימארטירטן מאווי, זעט מען ממש ווי די ביינער ווערן איבערגעדעקט מיט פלייש, אדערן און הויט, ווי זיי באהעפטן זיך ווי לעגאוס און מען קען כמעט אפילו הערן ווי זיי קליקן זיך צוזאמען ווי קעינעקס.
און דערנאך קומט דער באמבע. די ביינער זענען נישט טרוקן און אונזער האפענונג איז נישט אויסגעוועפט. בלאזט נאר אריין א גייסט אין די ביינער און באלד ווערן זיי אלע צוריק לעבעדיג. דאס איז א נביא, נישט ווי די וואס האבן נישט געהאט קיין ווארט אין זייערע שבת־הגדול דרשות אויפצופאסן אויף עלטערע, קיין אות נישט מחזק צו זיין די איינגעשפארטע און פארשלאסענע. זיי קענען נאר רעדן פון שמחה כאילו אז מען זאגט קאפיטל ל"צ פינף מאל מיט א סענדוויטש פון א יהי רצון לפני ואחרי און אברא קאדאברא ס'ווערט שמחה. נאר וואס דען, עמפאטיע לערנט מען נישט אויס אין א בית הוראה, מיטלייד האבן די רבי'ס נישט גע'ירש'נט ביי זייערע פאטערס און פעטערס און אביסל שכל האט זיך נישט מיטגעכאפט ביי די גדולים מיט זייער חכמת התורה.
אבער שוין, איך האב אנגעהויבן א טאגבוך און איך ווער דא פארהאנקעט. איצט ווייסט איר שוין וואס די קינדער זאגן מיר ווען איך ווער צופייערט.
האטס מיר א גוטן מועד און א פרייליכן יום־טוב, פאסמאקעוועט אייך מיט די קניידלעך, און איך ווינטש אייך אלע א געזונטן זומער.
נ"ב אז איר האט ליב ווערטער שפיל איז דא זייער א שיינער אין די יוצרות אויף דעם צווייטן טאג פסח. צוויי מאל ווערן דריי ווערטער איבערגע'חזר'ט נאר אנדערש געשריבן און מיט אן אנדערן טייטש:
עִבְרִים בְּאֶבְרָתֶךָ סַכְתָּ, עִוְּרִים בְּעֶבְרָתֶךָ חָשַׂכְתָּ
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
קטלא קניא אום דינסטאג אפריל 14, 2020 2:38 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.