מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג מאי 14, 2020 9:45 pm

אין די מינוטן האט עליסאן דזשאסעפס געענדיגט א לייוו אינטערוויו מיט א חסידישע פרוי מרת פייגא לאה לאנדא, איבער אירע באציאונגען מיט אירע קינדער וועלכע זענען אוועק פונעם פרומען לעבנסשטייגער. כ'וויל בעטן יעדן וואס האט 50 מינוט זאל אויסהערן דעם הייליגן שמועס.

עס איז אומגלויבליך דאס קוראזש פון א חסידישע פרוי ארויסצוקומען ברבים און דערקלערן אז זי האט ליב אירע קינדער, אפגעזען פון דעם וועג וואס זיי האבן געקליבן פאר זיך, און אז זי באטראכט זיי נישט ווי קיין דורכפעלער. זי רעדט וועגן א ליבליכע אידישקייט וואס פארשטייט אז נישט יעדנ'ס תכונות הנפש זענען די זעלבע.

זי האט מסביר געווען אז נאכ'ן קריג האט מען געוואלט צוריקבויען אידישקייט, און אלס רעזולטאט האט מען עס געמאכט גאר שטרענג, פשוט פאר סורווייוועל. אבער עס איז צייט זיך אומצוקוקן און זען אז עס זענען דא נאך וועגן וויאזוי אנצוקוקן די תורה.

איך קען נאר זאגן פאר מרת לאנדא, כה לחי! דו ביסט א סעמפל וויאזוי א אידישע טאכטער דארף אויסזען. שטארק, קאנפידענט, נפשיות'דיג געזונט, קוראזשפול, און מיט א תורה וואס ברענגט ליבשאפט, נישט שנאה.

מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 536
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2696 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג מאי 14, 2020 9:46 pm

באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 536
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2696 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג מאי 14, 2020 10:21 pm

איך האב מיט טרערן אין מיין אויגן געציפט, איז דאס א חסידשיע ווייבל? דו חכמה און ליבשאפט וואס גיסט זוך פון איר איז unreal!
דו קלארקייט וואס זי פארמאגט wow!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נולד מאוחר אום דאנערשטאג מאי 14, 2020 10:32 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3817
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל

הודעהדורך Chuchem » דאנערשטאג מאי 14, 2020 10:28 pm

ממש נישט קיין ווערטער! די אהבת ישראל, שכל הישר און קאנפידענס איז אומגלויבלעך. מצוה לפרסם. זי דארף ארומגיין אין די שולן האלטן די דרשות אזוי ווי ראביניוויטש.
באניצער אוואטאר
Chuchem
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 172
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דאנערשטאג מאי 14, 2020 10:51 pm

כ'האב נאכנישט עספיעט צו הערן די גאנצע אינטערוויו.

אבער ביזדערווייל, איז זי הייליג גערעכט, און עס דערווארעמט דאס הארץ אז פיינעלי הערן מיר אזעלכע שטימעס.

דאס וואס זי זאגט אז אונזער אידישקייט איז א *סורווייוועל אידישקייט* צוליב די הולוקאסט געבט מיר אסאך חומר למחשבה, און פאדערט א באזונדערע אשכול.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 925
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1541 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1845 מאל

Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג מאי 14, 2020 11:16 pm

די שטארקייט און שוואכקייט פון די מאמע איז אין לשער, די שטארקייט פון נישט זיך לאזן אראפגעדריקט ווערן פון פעיר פרעשור, פון יענטעס געפלוידערייען, און אין די זעלבע צייט די שוואכקייט, די הייסע מאמישע געפילן וואס זי ווייזט ארויס צו אירע קינדערליך WOW!!

זאלן זיך מערן אזאנע מאמעס, א אמת'ע געטרייע מאמע, זי קען אויפהייבן אירע הענט מיט שטאלץ און זאגן כ'טוה עס פאר מיינע קינדער.

וויפיל ארבייט און טרערן, וויפיל נעכט און נאסע קישענעס, וויפיל געלט און צייט זי האט אריינגעלייגט, צו צוקומען צום דעם אהבת ישראל.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 856
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג מאי 15, 2020 9:52 am

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום פרייטאג מאי 15, 2020 1:10 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

הודעהדורך אמת45 » פרייטאג מאי 15, 2020 11:29 am

א דאנק העניך פארן מיטטיילן דעם שמועס.
מרת לאנדא איז א העלד פון א מאמע, און העכסט קוראזשפול פארן ארויסקומען אזוי בגלי.

איך קען די פאמיליע פונדערווייטנס, און איך האב געהערט פון די געשיכטע א וויילע צוריק.
איך האב נאכנישט אויסגעהערט ס'גאנצע און איך ווייס נישט אלץ וואס זי טיילט מיט, אבער פון וואס איך ווייס, פון א נאנטע מקור, איז די געשיכטע אזוי.

אין אירע יונגע טינעיזש יארן, ביי די פופצן בערך, האט מען אין שולע ביי איר עלטסטע טאכטער, געפינען א טאבלעט. א גוט גענוצטן טאבלעט, מיט אקטיווע נעטווארקס צו די פרייע וועלט. דוכט זיך אפילו פוטסטעפס.
אירע עלטערן זענען גוטע מענטשן. זי איז א קאפשטיק און א בריליאנטקע פון א סטודענט.
מיר האט שטענדיג געוואונדערט די געשיכטע, ווי אזוי אזא יונג מיידל, פון א ווארעמע שטוב, באגייט אזא שריט, פסיכולאגיש.
אין געוויינליכע פעלער, פון די וואס איך קען פערזענליך, קען מען שטענדיג אנצייגן אויף די כאראקטער שטריכן, אדער געשעהעניש'ן וואס שפילן א ראלע אינעם פארלאזן דעם באקוועמען וועלט

איך קען נישט די מיידל פערזענליך אבער מיין אפשאצונג איז, אז זי איז ווארשיינליך מער אינטעלעטקטואל ווי געפיליש משטיינס געזאגט, און דאס איז ווירקליך א פאקטאר אין איר געשיכטע.

ס'פארבלייבט נאך אלעם א מיסטעריע ווי אזוי און פארוואס א מיידל פון פופצן יאר וואקט אוועק פון איר פאמיליע, פריינט, יוגנט, היים, רעליגיע, אהן איבערלאזן א שפור, אהן גיין אויף א היילייף סטריק, אהן זיך דערקלערן עפעס פאר די וועלט, אן א סאציאלע מידיא קאנטע, און שטילערהייט נאכגיין אקעדעמיע.

אלנפאלס, דאס געבט א שטיקל בליק אויף די עלטערן'ס מצב אין יענע אומשטענדן.

עס איז הארץ רייסענד, צו טראכטן וואס דאס האט פאר זיי געמיינט, און לעכטיג צו הערן אזא פאזעטיווע, געזונטע, אייגנארטיגע, היימישע, אידישע שטימע.

נ.ב איך וויל נישט קריטיקירן, אבער די שואל'קע מעג ווען רעדן פיל ווייניגער. ס'שטערט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אמת45 אום פרייטאג מאי 15, 2020 12:55 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

הודעהדורך היסטאריקער » פרייטאג מאי 15, 2020 12:23 pm

איך זע אז זי פארציילט, רבינו שליט"א מסאטמאר (מהר"א) האט איר זייער גוט געראטן
וואס האלט איר?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג מאי 15, 2020 1:40 pm

מ׳דארף דאס פארשפרייטן איבעראל!!!

מ׳דארף נאך אזעלכע מענטשען ווי איר...

אינדערהיים אין אייראפע איז געוועהן א נארמאלע זאך אז קינדער זענען נישט געוועהן פונקט ווי די עלטערן.

נאך די מלחמה האבן די אונגארישע זייער מורא געהאט אז די ״טריפנע אמעריקע״ וועט יעדען אפשמדן, איז מען געווארן מעהר און מעהר פרום און איינגעפירט די אלע משוגעתן אז יעדער מוז גיין מיט די זעלבע הוט און די זעלבע בעיקטשע וכו׳ וכו׳

סאיז כמעט נישטא קיין פרומע עלטערן וואס איך ווייס זאלן זיין אזוי פאזיטיוו אין אזא פאלל...
כה לחי!!!
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

הודעהדורך ישעיה » פרייטאג מאי 15, 2020 1:48 pm

ישעיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

הודעהדורך מי אני » פרייטאג מאי 15, 2020 2:17 pm

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1654
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1225 מאל

Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

הודעהדורך נעגעל וואסער » פרייטאג מאי 15, 2020 2:22 pm

יישר כוח העניך פארן אַהער ברענגען, און ווי אנדערע ברענגען ארויס איז דאס ממש געוואלדיג, ממנה ילמדו וכן יעשו.

איך ווייס נישט וואס איך וואלט געטוהן אין איר מצב, סזייער שווער זיך פארצושטעלן. וואס יעדע קען אבער ארויסנעמען דערפון אויף למעשה איז צו בויען און שיינען פאזאטיוויטי פאר אונזער קינדער, דאס איז די יסוד פון א שטוב, און א מוז כדי צו האדעווען געזונטע קינדער.

מיט'ן לעצטן תשובה בין איך נישט זיכער, זי ווערט געפרעגט אויב זי האלט אז בעצם זענען אירע קינדער א דורכפאל און פארט האט זי זיי ליב, אדער זי האט זיי ליב ווי אזוי זיי זענען עס מאכט בכלל נישט אויס. זי זאגט אז יעדער האט זיך זייער וועג וואס איז געאייגנט פאר זיי וכו'. לכאורה, אלס א חרדישער איד דארף אוודאי יא באדערן ווען א קינד גליטשט אראפ, עס מעג און דארף וויי טוהן, עס איז נישט געלונגען צו מחנך זיין דאס קינד אויף אן ערליכן וועג, און ווי מיר גייען באלד זאגן אין תפלת השל"ה הק' אז די תכלית פון די בריאה איז צו פארמערן דורות פארן באשעפער'ס וועגן, נאר עכ"ז קען מען און דארף זיי ליב האבן און זיי מקרב זיין. לאו דווקא מיטן חשבון אז דורך דעם וועלן זיי אפשר צוריקקומען, נאר אהבה שאינה תלויה בדבר, אפילו עס שטערט דיר זייער. זיי זענען דיינע קינדער און דו האסט געטוהן דאס בעסטע זיי צו מחנך זיין, דער דריטער שותף האט אבער אנדערש געוואלט, זיי זענען נאך אלס דיינע קינדער צו זיי געבן ליבשאפט און זיי ארויסהעלפן פאר א בעסערן עתיד.

( און יא, עליסאן פליז פיקס דיין אינטערנעט פליז, און לעש אויס די נאטיפיקעישענס נעקסט טיים ביטע שיין)
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1727 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 755 מאל

Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

הודעהדורך קל וחומר » פרייטאג מאי 15, 2020 2:37 pm

שבת אחים האט געשריבן:מ׳דארף דאס פארשפרייטן איבעראל!!!

מ׳דארף נאך אזעלכע מענטשען ווי איר...

אינדערהיים אין אייראפע איז געוועהן א נארמאלע זאך אז קינדער זענען נישט געוועהן פונקט ווי די עלטערן.

נאך די מלחמה האבן די אונגארישע זייער מורא געהאט אז די ״טריפנע אמעריקע״ וועט יעדען אפשמדן, איז מען געווארן מעהר און מעהר פרום און איינגעפירט די אלע משוגעתן אז יעדער מוז גיין מיט די זעלבע הוט און די זעלבע בעיקטשע וכו׳ וכו׳

סאיז כמעט נישטא קיין פרומע עלטערן וואס איך ווייס זאלן זיין אזוי פאזיטיוו אין אזא פאלל...
כה לחי!!!
נאך די מלחמה זענען רוב נארמאלע אפגעפארן אדער שטארק מאדערנאזירט געווארן נאכן נישט האבן משפחה פרעשור און נאכן ספיקה'נען אינעם עקזיסטענס פון גאט. די קיצוניים זענען געבליבן שטארק רעליגיעז און זיי האבן פארמירט דעם נייעם סיסטעם און מיר שטאמען פון אט די קיצוניים.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1956
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2815 מאל

הודעהדורך בת קול » פרייטאג מאי 15, 2020 3:07 pm

נעגעל וואסער האט געשריבן:יישר כוח העניך פארן אַהער ברענגען, און ווי אנדערע ברענגען ארויס איז דאס ממש געוואלדיג, ממנה ילמדו וכן יעשו.

איך ווייס נישט וואס איך וואלט געטוהן אין איר מצב, סזייער שווער זיך פארצושטעלן. וואס יעדע קען אבער ארויסנעמען דערפון אויף למעשה איז צו בויען און שיינען פאזאטיוויטי פאר אונזער קינדער, דאס איז די יסוד פון א שטוב, און א מוז כדי צו האדעווען געזונטע קינדער.

מיט'ן לעצטן תשובה בין איך נישט זיכער, זי ווערט געפרעגט אויב זי האלט אז בעצם זענען אירע קינדער א דורכפאל און פארט האט זי זיי ליב, אדער זי האט זיי ליב ווי אזוי זיי זענען עס מאכט בכלל נישט אויס. זי זאגט אז יעדער האט זיך זייער וועג וואס איז געאייגנט פאר זיי וכו'. לכאורה, אלס א חרדישער איד דארף אוודאי יא באדערן ווען א קינד גליטשט אראפ, עס מעג און דארף וויי טוהן, עס איז נישט געלונגען צו מחנך זיין דאס קינד אויף אן ערליכן וועג, און ווי מיר גייען באלד זאגן אין תפלת השל"ה הק' אז די תכלית פון די בריאה איז צו פארמערן דורות פארן באשעפער'ס וועגן, נאר עכ"ז קען מען און דארף זיי ליב האבן און זיי מקרב זיין. לאו דווקא מיטן חשבון אז דורך דעם וועלן זיי אפשר צוריקקומען, נאר אהבה שאינה תלויה בדבר, אפילו עס שטערט דיר זייער. זיי זענען דיינע קינדער און דו האסט געטוהן דאס בעסטע זיי צו מחנך זיין, דער דריטער שותף האט אבער אנדערש געוואלט, זיי זענען נאך אלס דיינע קינדער צו זיי געבן ליבשאפט און זיי ארויסהעלפן פאר א בעסערן עתיד.

( און יא, עליסאן פליז פיקס דיין אינטערנעט פליז, און לעש אויס די נאטיפיקעישענס נעקסט טיים ביטע שיין)

די שאלה איז געווען אויב זי האט ליב אירע קינדער Unconditionally ווייל זי וויל זיין זאלן צוריק קומען? אדער אפילו די ווייסט זיי ווילן נישט צוריק קומען האט זי זיי ליב.
געבט זי צו פארשטיין אז ווען מען ווייסט אז יעדעס מענטש האט זיך זייער דרך, איז די ליבשאפט נישט געוואנדען אין וואס זיי טוהן. זי האט ליב אירע קינדער, פשוט ווייל זיי זענען אירע קינדער.

צוריק צו דאס וואס דו זאגסט, איך זעה נישט קיין פשט פון זיך עסן דאס געזונט. אז א קינד האט זיך געוועלט א נייעם דרך, מיינט בכלל נישט אז די חינוך איז נישט געווען ווי עס דארף צו זיין. זי האט מחנך געווען ווי זי פארשטייט, אבער נחת איז א שיינע חלום, נישט א פארלאנג, און נישט דווקא א ווירקלעכקייט. די דריטע שותף האט פונקט דאס צוגעפירט.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 870 מאל

הודעהדורך ליפא » פרייטאג מאי 15, 2020 3:11 pm

בת קול האט געשריבן:
נעגעל וואסער האט געשריבן:יישר כוח העניך פארן אַהער ברענגען, און ווי אנדערע ברענגען ארויס איז דאס ממש געוואלדיג, ממנה ילמדו וכן יעשו.

איך ווייס נישט וואס איך וואלט געטוהן אין איר מצב, סזייער שווער זיך פארצושטעלן. וואס יעדע קען אבער ארויסנעמען דערפון אויף למעשה איז צו בויען און שיינען פאזאטיוויטי פאר אונזער קינדער, דאס איז די יסוד פון א שטוב, און א מוז כדי צו האדעווען געזונטע קינדער.

מיט'ן לעצטן תשובה בין איך נישט זיכער, זי ווערט געפרעגט אויב זי האלט אז בעצם זענען אירע קינדער א דורכפאל און פארט האט זי זיי ליב, אדער זי האט זיי ליב ווי אזוי זיי זענען עס מאכט בכלל נישט אויס. זי זאגט אז יעדער האט זיך זייער וועג וואס איז געאייגנט פאר זיי וכו'. לכאורה, אלס א חרדישער איד דארף אוודאי יא באדערן ווען א קינד גליטשט אראפ, עס מעג און דארף וויי טוהן, עס איז נישט געלונגען צו מחנך זיין דאס קינד אויף אן ערליכן וועג, און ווי מיר גייען באלד זאגן אין תפלת השל"ה הק' אז די תכלית פון די בריאה איז צו פארמערן דורות פארן באשעפער'ס וועגן, נאר עכ"ז קען מען און דארף זיי ליב האבן און זיי מקרב זיין. לאו דווקא מיטן חשבון אז דורך דעם וועלן זיי אפשר צוריקקומען, נאר אהבה שאינה תלויה בדבר, אפילו עס שטערט דיר זייער. זיי זענען דיינע קינדער און דו האסט געטוהן דאס בעסטע זיי צו מחנך זיין, דער דריטער שותף האט אבער אנדערש געוואלט, זיי זענען נאך אלס דיינע קינדער צו זיי געבן ליבשאפט און זיי ארויסהעלפן פאר א בעסערן עתיד.

( און יא, עליסאן פליז פיקס דיין אינטערנעט פליז, און לעש אויס די נאטיפיקעישענס נעקסט טיים ביטע שיין)

די שאלה איז געווען אויב זי האט ליב אירע קינדער Unconditionally ווייל זי וויל זיין זאלן צוריק קומען? אדער אפילו די ווייסט זיי ווילן נישט צוריק קומען האט זי זיי ליב.
.

דאס איז נישט די לעצטע שאלה.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1844 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 15, 2020 3:52 pm

צווישן די צוויי וועלט מלחמות, ווען אין פוילן זענען אכציג פראצענט קינדער אפגעפארן, זענען פארווייטאגטע עלטערן געקומען וויינען צום אמרי אמת "אונז האבן געגעבן פאר אונזערע קינדער דאס בעסטע און ערליכסטע חינוך וואס שייך אבער מיט דעם אלעם איז כמעט קיינער פון זיי נישט געבליבן ערליך!" האט זיי דער אמרי אמת געענטפערט, "מילא אויב וואלטן ענק נישט גוט מחנך געווען די קינדער וואלט איך געקענט פארשטיין פארוואס ענק זאלן זיין אזוי צובראכן, ענק אבער האבן דאך מחנך געווען די קינדער ווי ס'באדארף צו זיין, וואס האבן ענק צו וויינען? ענק האבן געטון וואס דער באשעפער האט ענק באפוילן און מחנך געווען די קינדער און ענק וועלן באקומען שכר אויף דעם, וואס געשעהט מיט די קינדער צום סוף האט גארנישט מיט ענק צוטון."

ס'שטייט קיין ערגעץ אין די תורה אז מ'דארף זעהן נחת פון די קינדער, די גאנצע מושג פון נחת שטאמט פון די אלופי עשו (בראשית לו,יז), ס'האט גארנישט מיט אידישקייט צוטון. יא, אז א מענטש אינוועסטירט כוחות אין זיינע קינדער נישט ווייל דער באשעפער האט געהייסן נאר פאר זיין אייגענע נחת קוקט מען טאקע אזוי אויס. דאס זיך נעמען צום הארצן די קינדער'ס התנהגות איז א פשוט'ע מענטשליכע אינסטינקט, Expectations are disappointments under construction, ס'איז גארנישט אנדערש ווי נעמען א פאליטישע אדער געלט פארלוסט צום הארצן, ס'ליגט נישט גארנישט הייליג אין דעם. דער נארישער גוי ווערט צוטראגן ווען זיין זוהן וויל נישט ווערן דער דאקטער אדער אדוואקאט וואס איהם האט זיך גע'דמיונ'ט אז זיין זוהן וועט זיין, און דער נארישער איד ווערט צובראכן ווען זיין טאכטער וויל נישט זיין דאס וואס איהם האט זיך גע'דמיונ'ט, נאריש זענען זיי ביידע. ווען עלטערן ווייזן ארויס ווייטאג קעגן אן אפגעפארן קינד איז בכלל נישט דא וואס ארויפצוקוקן, זיי גייען פשוט נאך א נארישע אינסטינקט. אדרבה, עלטערן וואס ברעכן די נארישע טבע און אקצעפטירן זייערע קינדער ווי אימער זיי זעהען אויס, זיי דארף מען ארויפקוקן. האדם לא נברא בעולם רק לשבר את הטבע (צעטל קטן סימן טז), דאס איז די תכלית פון גאנץ אידישקייט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום פרייטאג מאי 15, 2020 7:35 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וַיִּכְתֹּב יְהוֹשֻׁעַ אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּסֵפֶר תּוֹרַת אֱלֹקים וַיִּקַּח אֶבֶן גְּדוֹלָה וַיְקִימֶהָ שָּׁם תַּחַת הָאַלָּה אֲשֶׁר בְּמִקְדַּשׁ השם, הדא הוא דכתיב: לֹא תִטַּע לְךָ אֲשֵׁרָה כָּל עֵץ אֵצֶל מִזְבַּח השם אֱלֹקיךָ אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה לָּךְ..
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3712
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3572 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2876 מאל

Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

הודעהדורך פאליטיקאנט » פרייטאג מאי 15, 2020 4:07 pm

די אייבערשטער זאגט איך האב ליב אברהם "כִּי יְדַעְתִּיו לְמַעַן אֲשֶׁר יְצַוֶּה אֶת בָּנָיו וְאֶת בֵּיתוֹ אַחֲרָיו".

ווייל איך ווייס אז ער איז זיי גוט מחנך! נישט ווייל איך זע גוטע רעזולטאטן. (קוק אויף ישמעאל און עשיו) נאר פשוט ווייל ער טוט וואס עס ליגט אויף עם.
די תוצאה האט גארנישט מיטן מענטש.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 790
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 777 מאל

Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » פרייטאג מאי 15, 2020 5:08 pm

קל וחומר האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:מ׳דארף דאס פארשפרייטן איבעראל!!!

מ׳דארף נאך אזעלכע מענטשען ווי איר...

אינדערהיים אין אייראפע איז געוועהן א נארמאלע זאך אז קינדער זענען נישט געוועהן פונקט ווי די עלטערן.

נאך די מלחמה האבן די אונגארישע זייער מורא געהאט אז די ״טריפנע אמעריקע״ וועט יעדען אפשמדן, איז מען געווארן מעהר און מעהר פרום און איינגעפירט די אלע משוגעתן אז יעדער מוז גיין מיט די זעלבע הוט און די זעלבע בעיקטשע וכו׳ וכו׳

סאיז כמעט נישטא קיין פרומע עלטערן וואס איך ווייס זאלן זיין אזוי פאזיטיוו אין אזא פאלל...
כה לחי!!!
נאך די מלחמה זענען רוב נארמאלע אפגעפארן אדער שטארק מאדערנאזירט געווארן נאכן נישט האבן משפחה פרעשור און נאכן ספיקה'נען אינעם עקזיסטענס פון גאט. די קיצוניים זענען געבליבן שטארק רעליגיעז און זיי האבן פארמירט דעם נייעם סיסטעם און מיר שטאמען פון אט די קיצוניים.
@קל וחומר:

ס'נישט ממש אזוי, די עלטערע דור די האלאקאסט איבערלעבער, די וואס אינז רופן "היימישע" זענען בכלל נישט געווען קיין עקסטרעמיסטן, וועסט אפילו זעהן בילדער פון מיידלעך פון יענע יארן, חסידישע מיידלעך, וואס זענען געהאדעוועט געווארן אין חסידישע שולעס ווי למשל סאטמאר, זענען אפילו געגאנגען אין קורצע קליידער, וואס איז קוים אנגעקומען ביז די קניען, איך האב געזען בילדער פון מיינע שוועסטערס און נאענטע קרובים, און מיינע עלטערן זענען געווען האלאקאסט איבערלעבער, זיי האבן זיך אפילו געשוירן די בערד, און כ'רעד נישט יעצט פון די וואס זענען געגאנגען וואוינען קיין לאס אנדזשעלעס, אדער אפילו קיין בארא פארק, קראון הייטס, נאר אפילו די וואס האבן זיך באזעצט אין וויליאמסבורג.

די גאנצע עקסטריעמיזם האט זיך אנגעהויבן אין סוף כ'יארן נאכן סאטמערער רבי'ס סטראוק, ווען ס'געווען א וואקיום אין די הנהגה, דאן האבן זיך די עקסטראמיסטן אריין געכאפט, און אומגעשטערט אנגעהויבן איינצופירן עקסטרעמע הנהגות, (ס'מיינט נישט צו זאגן אז סאטמאר'ר רבי איז נישט געווען אן עקסטרימיסט, נאר ער האט אויסגעגעבן זיין עקסטרימיזם אויף אנדערע מינדערוויכטיגע זאכן צום ביישפיל ציונות, וואס ס'האט באמת נישט אויסגעמאכט גארנישט פארן אמעריקאנער חסידישער איד, אבער אין אנדערע ענינים איז ער געווען גאנץ פראקטיש )

און אזויווי סאטמאר איז געווען דעמאלסט די ראש פון די פרומערע מחנה, זענען זיי אנגעגאנגען מיט זייער טעראר אויפצובויען זייער עקסטרעמיסטישע קעניגרייך וואס זאל האלטן געשפאנט דעם עולם עד.. האפענטליך ביז קאראנא, און דערנאך וועט מקוים ווערן דעם וכל הרשעה כלה כעשן תכלה, און ס'וועט נישט בלייבן דערפון אפילו א מלכות הזלה, ווי די גמ' זאגט אין מס' סנהדרין אמר רבי חמא בר חנינא אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 856
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

הודעהדורך פערינא » פרייטאג מאי 15, 2020 5:15 pm

פארוואס דארף מען נישט האלטען דרשות פאר די אפגעפארענע קינדער ליעב צו האבן זייער פרומע מאמע? וואס איז פארדרייט ביי ערליכע מענטשן אז מ'דארף זיי טרענען ליב צו האבן זייער קינדער וואס זענען אנדערש ווי זיי?
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » פרייטאג מאי 15, 2020 5:16 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:צווישן די צוויי וועלט מלחמות, ווען אין פוילן זענען אכציג פראצענט קינדער אפגעפארן, זענען פארווייטאגטע עלטערן געקומען וויינען צום אמרי אמת "אונז האבן געגעבן פאר אונזערע קינדער דאס בעסטע און ערליכסטע חינוך וואס שייך אבער מיט דעם אלעם איז כמעט קיינער פון זיי נישט געבליבן ערליך!" האט זיי דער אמרי אמת געענטפערט, "מילא אויב וואלטן ענק נישט גוט מחנך געווען די קינדער וואלט איך געקענט פארשטיין פארוואס ענק זאלן זיין אזוי צובראכן, ענק אבער האבן דאך מחנך געווען די קינדער ווי ס'באדארף צו זיין, וואס האבן ענק צו וויינען? ענק האבן געטון וואס דער באשעפער האט ענק באפוילן און מחנך געווען די קינדער און ענק וועלן באקומען שכר אויף דעם, וואס געשעהט מיט די קינדער צום סוף האט גארנישט מיט ענק צוטון."

ס'שטייט קיין ערגעץ אין די תורה אז מ'דארף זעהן נחת פון די קינדער, די גאנצע מושג פון נחת שטאמט פון די אלופי עשו (בראשית לו,יז), ס'האט גארנישט מיט אידישקייט צוטון. יא, אז א מענטש אינוועסטירט כוחות אין זיינע קינדער נישט ווייל דער באשעפער האט געהייסן נאר פאר זיין אייגענע נחת קוקט מען טאקע אזוי אויס. דאס זיך נעמען צום הארצן די קינדער'ס התנהגות איז א פשוט'ע מענטשליכע אינסטינקט, Expectations are disappointments under construction, ס'איז גארנישט אנדערש ווי נעמען א פאליטישע אדער געלט פארלוסט צום הארצן, ס'ליגט נישט גארנישט הייליג אין דעם. ווען עלטערן ווייזן ארויס ווייטאג קעגן אן אפגעפארן קינד איז בכלל נישט דא וואס ארויפצוקוקן, זיי גייען פשוט נאך א נארישע אינסטינקט. אדרבה, עלטערן וואס ברעכן די נארישע טבע און אקצעפטירן זייערע קינדער ווי אימער זיי זעהען אויס, זיי דארף מען ארויפקוקן. האדם לא נברא בעולם רק לשבר את הטבע (צעטל קטן סימן טז), דאס איז די תכלית פון גאנץ אידישקייט!
@רביה"ק זי"ע
כ'האב פרובירט דיר צו געבן 100 לייקס פאר דעם תגובה אבער מיין אומגעפילטערטע פאון לאזט עס נישט דורך, יהי רצון כאילו...
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 856
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » פרייטאג מאי 15, 2020 5:19 pm

פערינא האט געשריבן:פארוואס דארף מען נישט האלטען דרשות פאר די אפגעפארענע קינדער ליעב צו האבן זייער פרומע מאמע? וואס איז פארדרייט ביי ערליכע מענטשן אז מ'דארף זיי טרענען ליב צו האבן זייער קינדער וואס זענען אנדערש ווי זיי?
ס'האט גארנישט מיט עהרליכקייט, ס'איז פשוטע נאטור, די ליבשאפט וואס עלטערן האבן פאר זייערע קינדער נאר צומאל ווערט עס פארהאקט דורך זייטיגע שטערונגען, סאסייעטי פרעשור, מה יאמרו הבריות, וכו' משא"כ קינדער האבן נישט די זעלבע ליבשאפט פאר זייערע עלטערן, קענסט האלטן וויפיל דרשות דו ווילסט
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 856
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

Re: מרת לאנדא, מיר זענען מיט דיר!

הודעהדורך מי אני » פרייטאג מאי 15, 2020 5:55 pm

די גמרא זאגט דאס אין מערערע מקומות אז רחמי האב על הבן מרובים מרחמי הבן על האב (עיין בסוטה מט., בב״ב פ. [אפילו בבע״ח], ובסנהדרין עב: [לענין בא במחתרת]).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1654
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1225 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 15, 2020 6:58 pm

פערינא האט געשריבן:פארוואס דארף מען נישט האלטען דרשות פאר די אפגעפארענע קינדער ליעב צו האבן זייער פרומע מאמע?

אוודאי דארף מען, נישט נאר פאר אפגעפארענע קינדער, פאר נישט אפגעפארענע אויך, כיבוד ומורא אב ואם ביי אונז דארף א גרויסע תיקון.
וַיִּכְתֹּב יְהוֹשֻׁעַ אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּסֵפֶר תּוֹרַת אֱלֹקים וַיִּקַּח אֶבֶן גְּדוֹלָה וַיְקִימֶהָ שָּׁם תַּחַת הָאַלָּה אֲשֶׁר בְּמִקְדַּשׁ השם, הדא הוא דכתיב: לֹא תִטַּע לְךָ אֲשֵׁרָה כָּל עֵץ אֵצֶל מִזְבַּח השם אֱלֹקיךָ אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה לָּךְ..
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3712
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3572 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2876 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און איין גאסט