קרעקער האט געשריבן:מיך האט מען אויסגעלערענט אז דע יוד דארף אייביג זיין אנדערש פונעם גוי
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:קרעקער האט געשריבן:מיך האט מען אויסגעלערענט אז דע יוד דארף אייביג זיין אנדערש פונעם גוי
עה, נאר מנשה מייער'ס קינדער לערנט מען אזוי אויס...
זעלבסטשטענדיג האט געשריבן:Why did you pick on Him?
I believe a beard can be beautifull and stylish if and when kept wel, of cours proper mainetenance is a must.
מורינו הרב האט געשריבן:א בארד קען נישט זיין שיין, נאר אויב מען טרימט עס, אביסל אדער אסאך, עכ"פ עפעס מוז מען צורירן דערצו אז עס זאל זיין שיין.
אויב דו קומסט אין שוהל און דו זעסט איינער מיט א שיינער מסודר'דיגע בארד, זאלסטו וויסן אז ער רירט צו דערצו, אנדערש איז נישט מעגליך אז עס זאל שיין זיין.
מי אני האט געשריבן:https://fox8.com/2018/11/14/study-men-with-beards-are-more-attractive/
ועיין בב"מ פד.
ראשעקאל האט געשריבן:א קנאבעל בארד איז זיכער נאך https://www.youtube.com/watch?v=U1nvlFQxCMoנישט אין סטייל
מי אני האט געשריבן:דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט געהאט גערעדט קעגן די וואס שערן זיך די בארד, טענה׳נדיג אז עס איז נישט נאטורליך דאס אפצושערן...
(דעמאלטס איז א בארד געווען אזא סארט הדרת פנים פון א פילאזאף, אזוי ווי מ׳זעהט טאקע פון די בּאָסטס וואס מ׳האט געמאלן וכו׳ פון די פיליזאפן.)
עס איז שוין אדורך 7 יאר זינט דאס איז געשריבן געווארן, נא וואסדזשע איז געשעהן ?שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:עס איז שוין א לענגערע צייט וואס דער עולם לאזט זיך וואקסן בערד, איטס היפסטער טיימס, ממש עד כדי כך אז די גרויסע razor קאמפעניס ווי proctor & gamble וואס אונטער זיי איז די gillette ברענד האבן געמאלדן א 10 פראצענט פארלוסט..
איז יעצט די גרויסע פראגע, וואס גייען מיר היימישע אידן טוהן מיט די פראבלעם פון מאדע? צו וועלן יעצט די אלע ערליכע אידן לויפן צום שמש און פערטיג אראפ מיטן בארד, אדער וועט ארויס קומען עפעס אנדערע תקנות, ווי צום ביישפיל יעדער ברויכט קניפן דאס בארד צו יעדער פארקערט מוז זיך עס ארויסלאזן.
לעטס וועיט ענד סי וואטס גאנע העפען
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט