דורך בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:20 am
פאר יארן צוריק האב איך אמאל געזעהן א נעשאנעל-גיאגרעפיק פילם וואס צייגט דאס לעבן אינעם סערענגעטי מדבר; מען זעהט דארט ווי ווילדע טיגער פרעסן אויף הערשן; הונגעריגע קראקעדיילן שפייזן זיך אויף אינדן בעת ווען זיי זענען עורג על אפיקי מים; לייבן מיט לייבכעס באסמאקעווען זיך איבער א גוט שטיקל בשר חי. הקיצור דאס גאנצע האו הא פונעם זשונגעל. ביים סוף פילם שפילן זיי אויף ווי אזוי עס זעהט אויס א 'שנת רעבון' -א הונגער יאר- אינעם סערענגעטי גן עדן (אדער גיהנום). איין 'קטע' גייט מיר נישט ארויס פון קאפ: זיי האבן פילמירט א טייכל, אזא קליינע פאנד, וואס עס איז איבער געפילט מיט פיש און א מאנגל פון עסן און וואסער, און מען קען מיט האלטן "בשידור חי" (דורך פעסט פארווערד) צוביסלך ווי אזוי דאס טייכל ווערט מער און מער איבערגעפילט מיט פיש, דאס פלאטץ אין טייכל ווערט קלענער און קלענער, עס ווערט א שטארקע געדרענג, דאס טייכל פאנגט אן אויס לויפן פון וואסער און אנדערע עסן סופלייס, עס פאנגט זיך אן הריגות דארט, איינער פרעסט אויף דעם צווייטן אבער נישט גענוג שנעל צו מאכן גענוג פלאטץ אינעם פאנד צו ראטעווען דעם מצב, די זון פון זיין זייט שטייט אויך נישט מיט פארלייגטע הענט, ער באקט אריין און פארעט אויס דאס ביסל וואסער וואס איז נאך געבליבן אינעם טייך... ענדיגען ענדיגט זיך עס מיט א אויסגעטריקנטער פאנד און הויפן פון גוסס'דיגע פישלעך וואס צאפלן זייער לעצטע צאפ.
כ'האב לעצטענס איבערגעזעהן דעם פילם, ווען איך בין בין אנגעקומען צו דעם שטיקל האב איך אנגעשטעלט די כלי אויף 'סלאוי מאאשין', איך האב געוואלט קענען באטראכטן פון דער נאנט ווי אזוי דער מצב דערקייקעלט זיך פון אנהויב ביז דער ענדגילטיגער נעבעכדיגער סוף. וזה מה שראתי:
ביים ערשטן גענעראציע איז דער טייכל גאנץ שיטער, עס האט גענוג פלאטץ און עסן פאר יעדעם, די פישלעך זענען עוסק אין פריה ורביה אויף א גרויסן פארנעם מען דאפעלט זיך און טריפעלט זיך און קוודראפלעט זיך קיין עין הרע. ביים צווייטן גענעראציע ווערט שוין א שטיקל געדרענג און א ענגשאפט, די עסקנים פישלעך פרובירן מיט אלע מיטלען צו מסדר זיין יעדעם און א קליינע שטח מיט עפעס א גרעזלע אדער א צווייגעלע פאר חיונה, מען שפייט בלוט אבער צום סוף זעט מען נחת. ביים דריטן גענעראציע פאנגט זיך אן די ערנסטע פראבלעמען. אלע שטחים זענען שוין פארנומען, דאס לעצטע לעכל האט מען שוין אנגעפילט מיט א פארל מיט פינעף פיצקאלעך, יעדעס גרעזל און צווייגעל איז שוין פארנומען מיט משפחות מיט טויזענטע נפשות ואין הקומץ משביע את הארי, די עסקנים-פישלעך ארבעטן איבערמידלך צו פלאצירן, כאטש פראוואזאריש, דעם נייע דור. מען טיילט זיך מיט נויט און מיט עסן, מען שטעלט אויף אלע מיני גמחים און ארגאנעזאציעס, מען טיילט אפילו חלוקה געלט פאר די גאר ארימע פאמיליעס . געוויסע משפחות, ספעציעל פון די וואס זענען געבענטשט מיט אסאך פישלעך, וואס די חלוקה געלט קלעקט נישט האבן נישט קיין אנדערע ברירה נאר צו נעמען ביד חזקה וזרוע נטויה, א קיצור סאיז געווען א בחינה פון שפייען בלוט און צומאל אן נחת.
דער ריכטיגער חרבן פאנגט זיך אבער אן ביים פערטן דור. עס וואקסט אונטער א נייער דור, כפול שמונים, אן קיין מינדעסטע השגה ווי אין דער טייכל וועט מען פלאצירן די מיליאנען קינדער, ווי אין דער גריבל וועט מען טרעפן שפייז צו שפייזן די מיליאנע הונגעריגע פישלעך. דא וועט שוין נישט קיין גמחים העלפן, קיין חלוקה געלט אויך נישט. דער עולם האט שוין כמעט נישט געהאט קיין בלוט צו שפייען. א און דא האט זיך געשאפן אן אינטערעסאנטע פענאמענען. עס האבן זיך גערופירט גרופעס פונעם פערטן דור (און טייל נאך פונעם דריטן דור) און ווילן מאכן א רעוואולציע, נעמליך, זיך א ביסל איינצוימען די פאסיג. זיי טענה'נען: הלמאי, עס איז נישטא גענוג שטחים און שפייז, צו וואס זיך פרו ורבו'ן אן א גבול? עס איז טאקע זייער וויכטיג צו ממשיך זיין אונזער גאלדענע קייט, אבער מיט א מאס! מיט א חשבון! נישט זעלבסט מארד, ווייל אזוי וועט דאך קיינער חלילב נישט איבערלעבן! "ווי שטייט דארט" זאגט א פישל א תלמיד חכם "תפסת מרובה לא תפסת". אבער אינטערעסאנט איז געווען אז כאטש דער פראבלעם איז געווען אזוי אבוויעס איז זייער קול איז געווען א קול קורא בים הגדול, קיינער האט עס נישט געהערט. דאס רוב עולם איז געווען אזוי אריינגעטאן אינעם "פרוכטבארן זאלסטו דיך פרוכטבארן" ענין אז קיינער האט נישט אינאכט גענומען וואס אפאר אויפגעקלערטע אויבערחכמים שפוקאלירן.
און מיין דמיון האב איך געזעהן אמאל ווי אן עלטער פישל האט אונטערגעהערט ווי די יונגע אויבער חכמים פישלעך רעדן איבער דעם נושא, דהיינו אז מען דארף נעמען דראסטישע שריט צו עדיוקעטן דעם המון פישלעך פאר עס איז צו שפעט. אוי האט זיך דער אלטער געבייזערט : "דו שגץ! ווי אזוי רעדסטו!" האט ער געשריגן, "איך געדענק נאך ווען די טייכל איז געווען כמעט אינגאנצען ליידיג, עס איז געווען דעמאלטס, נעבעך, נאך א גרויסע מגפה ווי רוב פישלעך זענען אויסגעשטארבן, אין יענע צייטן, וואס האט האט יעדע פישל געגארט? צו וואס האט מען געשטרעבט? וואס האט מען זיך געווינטשען? מען האט זיך געווינטשן צו האבן בנים ובני בנים כשתילי זיתים! צו האבן טויזענטע אייניקלעך ככובי השמים וכעפר הארץ! ווער האט זיך געגלייבט אז נאך פיר דורות וועט מען ב"ה האלטן דא, קניינע הארע! אזוי ריבוי עם, און דא קענען קומען אזעלעכע יונגאטשעס שקצים און רעדן אזוי פרעך?! שעמען מעגט עטץ ענק!"
פאר איך ענדיג, נאך אן אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב דארט געזעהן איז געווען, אז א טייל פון די עלטערע פישלעך וואס זענען געווען פון די שארפסטע ארויסצוטרעטן א קעגן א 'צוימינג פלאן' זענען געווען די ערשטע צו כאפן און צו פרעסן יענעם'ס חלק.
חמין במוצאי שבת מלוגמא