מיין בריוו צו שרולי שטיין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

מיין בריוו צו שרולי שטיין

הודעהדורך שמואל פרימו » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:31 pm

הער מיר אויס (געוועזענער) פריינט מיינער, שרולי שטיין!

איך וועל אנהויבן מיט א חסידי'שע מעשה פון דער יסוד-העבודה פון סלונים זיע"א. אמאל איז ער געזעצן מיט זיינע חסידים שבת נאכמיטאג ביי די סעודה און האט אריינגעשניטן אין זיי מוסר ויראת-שמים. די חסידים זענען ארויס פון דארט מיט א שטארקע שפל-ברך, שפלות און הכנעה אויף זייער רוחניות'דיגער מצב. געווען איז דארט א חסיד, וועלכער איז ארויס פון יענעם שמועס שטארק צובראכן, אזוי אהיימגייענדיג איז ער דורכגעגאנגען דעם בית-המדרש פון די ליטווישע לומדים און וויבאלד ער איז געווען א תלמיד-חכם איז ער דארט אריינגעגאנגען און זיך גענומען רעדן אין לערנען מיט די לומדים וואס זענען דארט געזעצן.

זייענדיג דארט, האט ער זיך זייער גוט געפינען, זיך מפלפל געווען און געלעבט אין תורה און זיין מצב-רוח איז געווען אויף א הויכן שטאפל. דעמאלס האט דער חסיד געקלערט ביי זיך 'וואס האט ער צוריקצוגיין צו די חסידים?' - דא ביי די לומדים לעבט מען א לעבן, מען קאכט זיך אין לערנען, בשעת דארט ביי די חסידים ברענגט דער רבי אריין אזא עצבות און מרירות... ער האט דאן באשלאסן אז ער וועט נישט צוריקגיין אהין.

ווען עס איז געקומען די צייט פון שלש-סעודות, האט ער זיך א כאפ געטאן און געטראכט, 'דער רבי זיצט דאך יעצט מיט די חסידים אויף שלש-סעודות, און איך וועל זיך דא געפינען מיט די ליטווישע לומדים?' - האט ער זיך אויפגעהויבן פון דארט און געגאנגען צום טיש פון דער יסוד-העבודה.

אנקומענדיג צום טיש, האט דער רבי געהאלטן אינמיטן שמועסן און דערציילן מעשיות, האט דער רבי דעמאלס דערציילט ווי פאלגענד: אמאל איז געווען א מענטש, וואס איז ל"ע בלינד געווארן אויף ביידע אויגן און ער האט געזוכט א רפואה. האט ער געהערט אז אין פעטערבורג איז פאראן א דאקטער וואס באווייזט וואונדער און ער היילט אויס בלינדע אויף א שטארקער פארנעם, איז ער אראפגעפארן קיין פעטערבורג מיטן ציל אריינצוגיין צום דאקטער. אזוי וויילנדיג אין שטאט, האט ער זיך אנגעטראפן מיט בלינדע מענטשן וועלכע נעמען זיך צוזאמען און זענען זיך מחזק אינאיינעם. האט ער געפרעגט פון די בלינדע, "פארוואס גייט איר נישט צום גרויסן דאקטער וואס וועט אייך אויסהיילן?" - האבן אים די בלינדע געענטפערט, אז עס איז א שאד אויף די געלט און אויף די צייט דערפאר... דער בלינדער מאן האט דאס נישט פארשטאנען, דא איז ער געקומען צו פארן פון דער ווייט און ער לאזט זיך קאסטן אויסגעהיילט צו ווערן, אבער דא אין דעם שטאט פון דעם דאקטער, האלטן די מענטשן זיך נישט ביים היילן.

ווען ער איז געקומען צום דאקטער, האט ער דערציילט פארן דאקטער וועמען ער האט אנגעטראפן, און וואס זיי האבן געענטפערט, אז זיי ווילן זיך נישט לאזן היילן. ער האט זיך דערויף הויך געוואונדערט פארוואס דאס איז אזוי, און פארוואס מען קומט נישט צו אים זיך היילן. הערנדיג די קושיא האט זיך דער דאקטער אנגערופן: "יענע מענטשן זענען געבוירן געווארן בלינד, זיי האבן קיינמאל נישט געזען, דעריבער פארשטייען זיי נישט דער געשמאק פון קענען זען און פילן נישט פאר וויכטיג זיך צו לאזן היילן", "אבער דו" - פירט דער דאקטער אויס, "דו האסט דאך שוין אמאל געזען, וועט עס דיר גארנישט העלפן, וועסט נישט האבן קיין מנוחה ביז דו וועסט כסדר קומען און זיך לאזן היילן, ביז דו וועסט צוריק זען".

די מעשה האט דער יסוד-העבודה דערציילט ביים טיש, מיינענדיג דערמיט דעם חסיד וואס האט זיך געוואלט אפשאקלען, אבער זיין גייסט האט אים צוריקגעשלעפט צום רבי'ן.

ישראל אברהם, ישראל אברהם, עס וועט דיר גארנישט העלפן... דו האסט דאך יא געזען און דאס וועסטו נישט קענען אויסרייסן פון דיר... מעגסט זיך מאכן ווי א מיידל, מעגסט זיך דערווייטערן פון אלס און אלעמען, טיף אין דיין הארץ ברענט אין דיר דאס וואס דו האסט מקבל געווען און קונה געווען אין די גוטע יארן זייענדיג אין ישיבה. דאס וועסטו קיינמאל נישט קענען אויסרייסן פון דיר.

מעגסט זיצן אין רוממו אום יום-כיפור, ארומגענומען מיט מענער און פרויען, גוים מיט אידן צוגלייך, אבער אין דער ריכטיגער מינוט וועסטו זיך געבן א דערמאן, וועסט זען פאר דיינע אויגן דעם בית-המדרש אין מאנסי, דער רבי שליט"א פאלט קורעים, בשעת עס הערשט א חרדת אלקי אין גאנצן בית-המדרש... דיין הארץ וועט טליען און נישט האבן קיין מנוחה ביז דו וועסט צוריקקומען. קענסט טון וואס דו ווילסט, אבער ווען דו וועסט זיך דערמאנען אין א ויאתיו כל לעבדך, מלכות זכרונות שופרות... וועסטו נישט קענען שלאפן, א פשוט'ער טיש ביים רבי'ן, א קוויטל, וועט דיר נישט לאזן קיין מנוחה.

ישראלי, דו בלייבסט ווייטער שרולי, דיין נאמען פון דיין גרויסן זיידן ליגט ווייטער אויף דיר, אפגעזען וויפיל דו וועסט זיך מאכן פאר א פרוי... שבת בלייבט ביי דיר שבת, יום-טוב בלייבט ביי דיר יום-טוב, די דאווענענ'ס, די טישן, דאס וועט דיר ציען מיט קייטן און דיר נישט לאזן זיך אפשיידן... מעגסט זיצן אין שויס פון יענע מיידל (נאמען ארויסגענומען מפני כבוד המשפחה), מעגסט טון וואס דו ווילסט... דיינע זיסע יארן וועלן שטענדיג ליגן ביי דיר אין זכרון, דער רבי שליט"א פון מאנסי וועט דיר שטענדיג שטיין פאר די אויגן און מאנען פון דיר מיט זיינע בליקן... וועסט דאס נישט קענען אוועקנעמען.

און רעד דיר נישט איין קיין איין רגע, אז דו האסט שוין נישט קיין וועג אויף צוריק. עס איז נאך דא פאר דיר א וועג אויף צוריק, דער אויבערשטער איז א מלך מוחל וסולח, עס איז דא א וועג אויף צוריק, אפגעזען פון וואו דו קומסט. פון דעם ערגסטער שפלות, פון דער טיפסטער אפגרינד, קען זיך א איד דערהייבן צו גאר הויכע שטאפלען. ווער ווייסט צי מען האט דאס דיר נישט צוגעפירט, נאר צוליב דעם אז דו זאלסט ארויסנעמען די נצוצות פון די טיפע נידעריגע ערטער, וואס קיינער האט נאך דארט נישט דערגרייכט. דו קענסט צוריקקומען און ווערן א פולשטענדיגער שומר תורה ומצוות, און אפילו א פלאקערדיגער חסידי'שער איד. יא, דו קענסט, דו קענסט.

וויסן זאלסטו: עס איז דא א הייליגער באשעפער אויף דער וועלט, דער באשעפער האט דיר ליב... יא שרולי, דער באשעפער האט "דיר" ליב, ער קוקט אויף דיר און וויל דיין גוטס, ער וויל אז דו זאלסט זיך צוריקקערן צו אים, און דו קענסט זיך צוריקקערן צו אים... אויב האסטו געמאכט אזא ווייטע מהלך אוועקצוגיין פון אים, קענסטו מאכן אויך דער מהלך אויף צוריק, און דורכקומען אלע שוועריגקייטן... קענסט נאך ווערן א אמת'ער חסידי'שער איד און אפילו א משפיע, אזוי ווי דו האסט גע'חלומ'ט דערפון דיין גאנץ לעבן.

חזור בך, ואני ואיתך...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמואל פרימו אום דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין

הודעהדורך קול הלשון » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:41 pm

דעס איז זייער גיט א גיטע מוסר דרשה פאר אים. אבער די האלטסט אז ער האט עס געזעהן ?
קול הלשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:10 pm

שמואל פרימו האט געשריבן:הער מיר אויס (געוועזענער) פריינט מיינער, שרולי שטיין!...

זייער גוט געשריבן, און נאדיר א לייק. אבער די גאנצע בחינה איז אזא אקסימאראן ווי די סלונימער משל מיטן בלינדער. יעדער וועט איינשטימען אז די מעלה פון קענען זעהן איז א פאקטישע, און האט נישט קיין צוויי צדדים. משא"כ די מעלות און חסרונות פון חסידות קעגן ליטאות. די זעלביקע מיט שטיין'ס מצב.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1037
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 954 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:13 pm

הר"ר שמואל שליט"א, דו קענסט אפשר מסביר פארוואס דו האסט זיך צעלאזט מיט א פאנאטישער פרעדיגונגס דרשה?

דו רעדסט דא צו עפעס א פונעף יעריגער קינד, וועמען מען קען פארטושן און אביוזן מיט פינסטערע מוסר און נאסטאלגישע שולד געפילן? מה זה?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1576 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:18 pm

moshav zekeinim האט געשריבן:הר"ר שמואל שליט"א, דו קענסט אפשר מסביר פארוואס דו האסט זיך צעלאזט מיט א פאנאטישער פרעדיגונגס דרשה?

דו רעדסט דא צו עפעס א פונעף יעריגער קינד, וועמען מען קען פארטושן און אביוזן מיט פינסטערע מוסר און נאסטאלגישע שולד געפילן? מה זה?

ווען כ'האב געלייענט @שמואל פרימו'ס תגובה, האב איך עס אויך אהנגענומען אלס צו שארף און פּערזענלעך (כאטש נישט אזוי שארף ווי דיינ'ס...), אבער ער נעמט פאקטיש אהן די כאראקטער פון אן אלטן פריינט (לאו דוקא במציאות), סאו ס'מאכט אביסל מער סענס.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1037
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1762 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 954 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:28 pm

האט ער טאקע געהאט א חבר וואס האט געהייסן "שמואל פרימו" ?
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1418 מאל

מיין בריוו צו שרולי שטיין

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:30 pm

דברים כדברונות, הלואי זאל עס זיין דברים היוצאים מן הלב נכנסין אל הלב… און זאל טאקע זוכה זיין צו תשובה שלימה במהרה וזכות אבותיו יגן עליו.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1001 מאל

Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין

הודעהדורך פליקער » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:56 pm

איך שפיר נישט די דברים היוצאים מן הלב דא, עס שפירט זיך נישט אז פאר שמואלע טוט וויי די עבירות וואס אבגיל איז עובר, עס זעיט מיר מער אויס ווי דברים היוצאים מן חסידות, אים שטערט נערישע כבוד בית רבינו, אז שרלי איניש זוכה צי זעין די רבי עסן פיש און געיבן די ביינער פאר יוסל ניימאן, טאקע א נעבעך אויף שרלי,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3607 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:18 am

שיינע ווארעמע דרשה.
מעגסט זיצן אין שויס פון די ...... מיידל

ביטע נעם אראפ די נאמען משום כבוד משפחתה, א דאנק.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2229
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1748 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 6:08 am

איך אנטשולדיג מיך פון פאראויס אז איך האב נישט די צייט צו ערקלערן מיין פאזיציע ואתכם הסליחה אבער איך מוז לאזן הערן אז לדעתי איז דער בריוו זייער condescending.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6325 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:32 am

איך האב דאס געליינט און וואו ס'איז געשטאנען ישראל אברהם האב איך דאס פארטוישט מיט הקטן און דאס האט מיך א שטארקע שאקעל געגעבן.
ישר כח

איך זעה דו האסט געשאקעלט אנדערע אויך, נישט א יעדער רעגירט די זעלבע.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1759 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 984 מאל

הודעהדורך chusid » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:53 am

הוגה האט געשריבן:איך אנטשולדיג מיך פון פאראויס אז איך האב נישט די צייט צו ערקלערן מיין פאזיציע ואתכם הסליחה אבער איך מוז לאזן הערן אז לדעתי איז דער בריוו זייער condescending.

נאר דאס?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

Re: מיין בריוו צו שרולי שטיין

הודעהדורך נאסע ליילעך » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:07 am

@שמואל, נאסטאלגיע האט נישט מיט אידישקייט צוטאהן... יעדער מענטש האט עפעס מאמענטן אין לעבן, וואס וועקט אינעם אויף, א געוויסע בענקטשאפט צום עבר. דאס האט מיטן "אידיש'ן פינק" קיין שייכות נישט.. ס'שוואכע שאנסן אז סעט'ן אמאל אנכאפן א פלוצימ'דיגער בענקשאפט צום חרדת העם יום כיפור ביי נפילת כורעים.. אדער צום זיידן, אויף וועמענ'ס נאמען מ'ריפט אים, וכהנה. קוים וואס דער סתם המון עם ליידט די אונגארישע שטיקעס, זאגסטו אז דער שרולי ני"ו העט נאך גאר אמאל אנכאפן א גליסטעניש דערצו..? ס'כאפטער אפשר אמאל א בענקעניש צו די ישיבה יארן, דאס מיינט אבער נישט אז די האסט דעמאלטס געגליכן דעם מצב, און ס'מיינט נישט אז די ווילסט אן איבערשפיל. די נאסטאלגישע געפילן שפילן אפילו צוריק טראכטענדיג שווערע צייטן. אלזא, מיט בענקשאפט האסטעם נאכנישט אפגעקויפט, איז רעדט'צך אוודאי און אוודאי פונעם פיצי טשיפ הנקרא 'פינטעלע איד', דאס העט'ן זיכער אויפוועקן..זאגסטע. שוין, דאסי'דך א זוהר, העכערע זאכן. לאמיך אייך נאר פרעגן, וואס מישט איר אריין די הייליגע זיידעס, בליקן מיט קוויטלעך, מלכיות זכרונות מיט שלש טישן און כורעים..? איר מאכט א שטיקל מיש-מאש פונעם זוהר, געפילן און די געמאנ'עכטצער.

Sent from my SAMSUNG-SM-N910A using Tapatalk
באניצער אוואטאר
נאסע ליילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 11, 2015 8:30 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

מיין בריוו צו שראלי שטיין: מיר זענען אלע אין די קרקע

הודעהדורך shem-tov » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:09 am

מיט ערלויבעניש לאמיך אנהייבן און ענדיגן מיט א משל וואס ווערט געברענגט פון פריעדיגע. א קינד איז געבוירן געווארן ביים מושל אין גרוב, דהיינו זיינע עלטערן האבן זיך פארזינדיגט אריינגעשליידערט אין טורמע און דאס געבוירענער קינד האט מען געלייגט אין א באזונדערע גרוב בחצר המלך. עטליכע מאל א טאג קומט א באדינער און ברענגט אים עסען, דאס קינד ווערט עלטער און הייבט אן צו פארשטיין די מצב, ער איז און גרוב ביים מושל צוליב זיינע עלטערן אבער איין זאך פארשטייט ער נישט וואס איז די פשט פון די געשמאקע מאכלים וואס ער באקומט יעדן טאג. ויהי היום ער כאפט א שמועסט מיטן באדינער איבער די גרויסקייט פון דעם מושל ממש אומגלויבלעך ער טוט מיר אזויפיל גוטס ער געט מיר טאג טעגליך צו עסען און טרינקן און פארגעסט קיינמאל נישט כאטשיק וואס מיינע עלטערן האבן נאך געזינדיגט, פליז איך בעט דיך געב איבער פארן קעניג און מיין נאמען זאג אים: געלויבט זאל זיין דער קעניג וואס שפייזט מיך יעדן טאג אין גרוב. זאגט אים דער באדינער זאלסט אבער וויסען אז דער קעניג פירט אן מיט א ריזיגע מלוכה מיט מיליאנען איינוואוינער ער באזארגט און געדענקט יעדן איינעם ער מאכט זיכער אז אלעס קלאפט פון די גרעסטע פראבלעמן ביז די קלענסטע אלעס ווערט ארלעדיגט דורך זיינע טויזענטער ראטגעבער און נאנטע מענטשן ער איז גאר גרויס און מעכטיג. אויב ווילסטו אים דאנקן דערמאן קודם ווי גרויס און מעכטיג ער איז אין די גאנצע לאנד, דערנאך לייג אויך צו אז ער פארגעסט נישט אפילו פום אזא קליינעם אין א גרוב. וכך הוה אזוי האט ער טאקע אנגעהויבן צו טון. דער נמשל פארשטייט יעדער אליינס. לענינינו מיר זענען אלע טיף אין גרוב. א יונגל. א מיידל. א רבי. א חסיד. א פרומער. א באם. יעדער לעבט זיך אין זיין וועלטעלע איינער טוט גוטס דער צווייטער טוט נישט. איינער באהאלט זיינע חטאים אין קלאזעט דער צווייטער קערט נישט. איינער טוט תשובה פריער א צווייטער שפעטער. די נשמה בעט זיך ביים מענטש און מאנט האב רחמנות גענוג געזינדיגט דער גוף וויל נישט הערן דערפון. אבער דער אייבערשטער דער מעכטיגער גרויסער באשעפער וואס האט דיך און מיך באשאפן, דער רבש"ע טוט ווייטער זיינס ער שפייזט אונז אלע ער פארגעסט נישט פון קיינעם ער איז א מאריך אף ער האט געדולד צו ווארטן אז יעדער זאל אליינס אנהייבן נוצן דעם אייגענעם שכל אינעם אייגענעם מצב באשר הוא שם אליינס פארשטיין יש מנהיג לבירה.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 798 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:32 pm

לדעתי רעדט מען דא פון א חולי רעי און איז שווער צו זאגן אז ער וועט זיך אמאל צוקלעבן צום 'את האדם ישר'.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1907 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 1:12 pm

ווער איז דאס שרולי שטיין? כהאב געהערט פון א אט״ד איינע מיטן נאמען אבי שטיין, related?
I do not believe in freedom of will. Schopenhauer's words, "Man can indeed do what he wants, but he cannot want what he wants", accompany me in all life situations and console me in my dealings with people, even those that are really painful to me

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5792
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3435 מאל

הודעהדורך Kool man » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:03 pm

נאסע ליילעך, די היסטאריע שטימט צו מיט שמואל פרימו און נישט מיט דיר, ריכטיק ס'יז געוועהן אין אלע צייטען מענטשען וואס זענען קיינמאהל נישט צוריקגעקומען, דער שטן האט זיי אנגעכאפט ביי די קאלנער און זיכער געמאכט איהם נישט אויסצולאזען ביז נאכע'ן טויט און ביזן קעיר נעמען פון איהם נאכדעהם מיט זיינע פעללאו מלאכי חבלה, אבער אין די היסטאריע זענען געוועהן גאהר פיהל וואס די הרגשים, די ווארעמע זכרונות, די דערמאנען פון א רעבישע טיש, א טאטעס זמירות, א מאמעס לידעל, א דאווענען אין שוהל שב"ק יו"ט אדער די הייליקע טעג האט זיי גענאגט און געוועקט ביז זיי זענען צוריקגעקומען, אפילו היינט מיט די בלבול המוחות פון די הונדערטער אינטערנעט פריינט קומען נאך פיהל צוריק דורך בענקשאפט און הרגשים, טייל קענען נישט באהערשען די הרגשים, און ס'פאסט זיי דאך נישט צוריק צו קומען צוליב די אינטערנעט פריינט אדער אנדערע נארישע דמיונות, באגייען זיי סואיסייד, אבער א נארמאלער מענטש אין אזא פאל ווען ס'ציפט איהם ביים הארץ די בענקשאפט, אדער ער הייבט אן שפירען די פוסטקייט און ליידיגקייט פון זיין נייע וועג, קערט זיך צוריק צו זיינע אמת'ע גוטע פריינט און ווארעמע סביבה.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 673 מאל

הודעהדורך שמואל פרימו » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:01 pm

ריכטיג האט געשריבן:שיינע ווארעמע דרשה.
מעגסט זיצן אין שויס פון די ...... מיידל

ביטע נעם אראפ די נאמען משום כבוד משפחתה, א דאנק.


אראפגענומען...


איך וואונדער זיך ווי איז שרולי אליין, ער האט דאך דא א ניק און ווייסט זיכער אז מען האט אים געשריבן. פארוואס זאל ער נישט אהערקומען עפנטליך און ענטפערן? אתמהה.
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm

ווייל ער ענטפערט מער נישט צו 'שרולי'...
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2052
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1909 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:06 pm

שמואל פרימו האט געשריבן:איך וואונדער זיך ווי איז שרולי אליין, ער האט דאך דא א ניק און ווייסט זיכער אז מען האט אים געשריבן. פארוואס זאל ער נישט אהערקומען עפנטליך און ענטפערן? אתמהה.

וואס האסטו גיענטפערט דיין משגיח ווען ער האט דיר גיגעבן א פסק חיזוק דרשה? האסט געקוקט אויפן פלאהר און געשוויגען, ער טוט די זעלבע.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1506
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1276 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:36 pm

אפשר וועט ער ענטפערן וואס זיין קאלאמביע קלאס זאגט צו דעם.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1418 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:54 pm

שוין עטליכע טעג וואס איך פרוביר צו פארשטיין וואס איז אזוי מאכטפול אין אבי\שרולי שטיין'ס שריט אז דו גאנצע יהדות החרדית איז ארויס אין קריג מיט דעמאגאגיע נערישע ליצנות וכו' אנטעקעגן דעם, איינער קען ערקלערן?
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1768
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2194 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:00 pm

אפשר ווייל ס'איז דאס ערשטע מאל וואס אזאנס קומט פאר אין די היימישע קאמיוניטי אזוי אפען בפומבי? פאלט דיר נישט ביי?
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2052
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1909 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

הודעהדורך Kool man » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 5:15 pm

ליפא האט געשריבן:ווייל ער ענטפערט מער נישט צו 'שרולי'...


או יאמר אז ענטפערט יא, און האט שוין געענטפערט, נאר נישט פון ישראלי, נאר מיט זיין אנדערע ניק
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 673 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 5:27 pm

ווער געדענקט נאך זיין ניק @yisroelotd פון זיין מחתרת תקופה?...
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2229
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1748 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: דענקער און 6 געסט