אך און וויי פאר אזא געווינס

אך און וויי פאר אזא געווינס

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 12:59 pm

extremism_2033.jpg


ליינענדיג דעם סיקריקישן שונד צעטל וואס ווערט וועכנטליך ארומגעלופטערט אין די היימישע שולן וועלכע אקצעפטירן עקסטרעמיזם, קומט צו לאכן און צו וויינען. די קאמישע עפיזאדן וואך נאך וואך מיט אויפגעטראכטע מאדנע מעשיות וואס איז ע"פ רוב נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, כלומרש'ט מעסעדזש #17727, וואס רוב עולם לאכט שוין פון די נארישע באורינג צעטלעך וואס טראגט נישט קיין שום האפט, וואס א בן בלי שם גיבט ארויס פון כלומרש'טע מעסדזשעס וואס בני בלי שם געבן אריין אין די רעדאקציע, שוין כמעט נישטא ווער ס'זאל לאכן...

עכ"פ די וואך האבן זיי אריינגעלייגט א מעסעדזש פון א "געווינס", וואס ענדליך זעהט מען אז די ערליכע (לייען: עקסטרעמיסטישע) מענטשן האבן געווינען, און כלשונם: "נישטא קיין ערליכע (ווידעראמאל, לייען: עקסטרעמיסטישע) איד וואס זעהט איינעם מיט א סמארטפאון און קוקט נישט אראפ אויף אים"...

מיר היימישע חסידים זענען שוין געוואוינט צו הערן איבער "געווינסן" וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און דער גאנצער געווינס איז בלויז אויף פאפיר וואס איז סובל את הכל. צי איז עס אין חסיד'ישע פאליטיק, צי אלגעמיינע פאליטיק, צי אין פריוואטע מחלוקת'ער, וכדו' וכדו'. קיינער וויל נישט זיין קיין "לוזער", ע"כ טוט מען פראקלאמירן פאר ווער עס וויל נאר הערן אז מען איז לכה"פ א שטיקל געווינער, אפילו עס איז נאר א "יש ליישב בדוחק" געווינס. דער מושג פון "געווינס" האט שוין פארלוירן די עקסייטמענט ביי אונז, מיר ווייסן שוין אז די פראפעגאנדע פון געווינסן איז איין גרויסע וויץ, און עס איז ווערד פונקט ווי א "קול קורא" וואס הענגט אין די גאסן, אונטערגעשריבן "רבני העיר".

מיר געדענקען ווען געוויסע חסידות האבן פרובירט קאנטראלירן אנדערע – מיט טעראר, פארשטייט זיך, כדרכם – און מען האט שטיל געמאכט די אנדערע צד, זיי זענען שטיל געבליבן צוליב די שרעק פאר טעראר, און די טעראריסטן האבן זיך געפאטשט אין בויך "דידן נצח", קוקט מיר האבן "געווינען"... ליטל דיד דעי קנאו, ווייניג-וואס האבן זיי געוואוסט אז עס איז ווייט פון א געווינס, שטילערהייט קאכט זיך און די בלוט ברויזט, נאר די צייט איז נאך נישט רייף צוריקצוגעבן יעצט ווייל דערווייל איז דער צד הטעראריסטן שטערקער, ס'איז ידם על העליונה און השעה משחקת להם; אבער ווי נאר מען האט זיך געקענט אביסל עפענען, בפרט היינט אין די אינטערנעט עפאכע ווען מענטשן קענען שרייבן אנאנים, זעהט מען פלוצלינג אז דער גאנצער געווינס איז א בלויזע "קאווער-אפ", עס איז קיינמאל קיין געווינס נישט געווען, אדרבה גאר, ווי דער רבי האט געזאגט, "די נצחונות וועט זיי נאך באנג טאן", האט מען שפעטער באשמוצט און מגלה קלונם געווען פון די באנדע שקצים וואס האבן געפייניגט אנדערע "לשם שמים" בלויז צוליב נישט מסכים זיין מיט זייער מהלך המחשבה, און די גאנצע געווינס איז נתהפך געווארן לחרפה ולבושה.

כן הדבר הזה, גענוי אזוי שפילט זיך דא אפ. איך ווייס נישט וועמען די משוגעים פרובירן באאיינפלוסן, אבער די באבלעך קראכן נעבעך איינס נאכ'ן צווייטן... ליידער איז שוין דא אזויפיל סמארטפאונ'ס אז זיי קענען עס גאר נישט קאנטראלירן, אנגעהויבן פון די בחורים אין ישיבות, יונגעלייט אין בעדרום, און עלטערע אידן אין ביזנעס, א.א.וו., נאר אודאי איז עס דערווייל באהאלטן, מען האט מורא פון די טעראר וואס בוזשעוועט אין די גאסן, די מוסדות סטראשען מיט די קינדער, ממילא נעמט זיך יעדער א כשר'ע פאון פאר די פובליק, און נאכדעם קומען די משוגעים און טראומפירן "גיט א קוק קעניינעהארע וויפיל כשר'ע פאונ'ס פארקויפן זיך".... און בשעת מעשה אסר'ט מען אריינצוקומען מיט די סמארטפאונ'ס אין די שולן, און אויך אין די מוסדות, מען אסר'ט די פרויען צו האבן סמארטפאונ'ס, און בנוסף צו דעם טיילט מען 'השומרים' קארטלעך פאר די קינדער שלא נפתחו עיניהם (כאטש ביז א יאר דערויף איינמאל זיי קומען לכלל דעת חלש'ן זיי צו זעהן קליפס אויפ'ן סמארטפאון), און מען פרובירט אפילו צו צווינגען די רבנים אונטערצושרייבן אז מען טאר עס בכלל נישט ארויסנעמען אין פובליק אפילו אויפ'ן גאס... אזוי מאכט מען זיכער אז יעדער האט עס גוט באהאלטן און ראובן ווייסט נישט אז שמעון האט איינס און שמעון ווייסט נישט אז ראובן האט אויך איינס (אויף וואטסעפפ ווייסן זיי יא, נאר אין שול ווייסן זיי מ'כלומר'שט נישט), און ויצא הגעווינס הזה...

איז לאמיר דא אראפשלעפן די קארטן און מגלה זיין פאר די וואס ווילן וויסן דעם אמת, גיט א קוק וויפיל טויזענטער וואטסעפפ גרופעס דרייען זיך ארום ביי היימישע אידן מיט טויזענטער באטייליגער, גיבט א קוק וויפיל טעלעגראם טשענעלס מיט טויזענטער היימישע אידישע פאלאוערס איז דא, גיט א קוק אויף פעיסבוק און טוויטער, דארט שטעקט דער אמת, דארט זעהט מען אביסל וואס עס טוט זיך אפ, מען גייט אריין צו א חתונה, כמעט נישטא קיין מענטשן אן קיין סמארטפאונ'ס, יעדער כאפט קליפס, מען דארף נעבעך ארויסהענגען גרויסע "שיינע טאוולען" פון השומרים זיך בעטנדיג מען זאל נישט ארויסנעמען די פאונס ברבים... דאס איז דער אמת וואס גייט פאר! דאס וואס דו זעהסט ביים ספרים שראנק אין ביהמ"ד מיינט גארנישט, זילטש, עטץ קענטס טראכטן וואס עטץ ווילטס, ויקרא שמו בישראל "געווינס", אבער די נצחונות וועלן אייך נאך באנק טאן, ענקער נארישע באבל גייט באסטן מיט א הילכיגן קראך, און מען וועט צוריקקוקן וועט מען נישט ענדיגן לאכן פון ענקערע "נצחונות"....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15207
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18309 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 1:38 pm

ביסט גערעכט אין אלעם, אחוץ פעיסבוק. דער היימישע עולם איז נישט אויף פעיסבוק ווי עס דארף צו זיין. מ'האט קאנטעס אבער מ'נוצט עס נישט. דאס איז די איינציגסטע נצחון פון די מערכה, וואס לדעתי איז נישט אזוי שלעכט, אבער בארעכטיגט נישט די מיטלען.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9446
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8959 מאל

הודעהדורך ליפא » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 1:54 pm

דער עולם איז העווי אויף Instagram.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2217 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1839 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 2:06 pm

איך האב נישט קיין פעיסבוק און נישט קיין אינסטעגרעם, אבער איך ווייס פון פילע וואס האבן יא.
די פרטים זענען נישט אזוי ווייט נוגע, עס איז די בילד בכלליות וואס דארף א תיקון דא.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15207
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18309 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 2:09 pm

בכלליות ביסטו הונדערט פערצענט גערעכט. נאר די אומגעוואונטשענע תוצאות פון די מהלך פון שקר און זיך מוזען באהאלטן איז נישט קיין געווינס פאר די אנדערע צד אויך נישט.

אפילו ווען מענטשען האבען פעיסבוק, מ'קען עס אבער נישט נוצען ווי עס דארף צו זיין. מ'קען נישט ארויף לייגען משפחה בילדער פאר די חברים, איינליידען חברים צו עווענטס, אפדעיטען די ציבור וואס אינטרעסירט זיך אין דיר. די אלע זאכן האט די מערכה אפגעהאלטן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9446
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8959 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 2:46 pm

צוויי חברים פון בית מדרש טרעפן זיך אמאל אויף סאציאליע מידיע, אן וויסן בעפאר אז דער צווייטער פארמאגט אין געהיים א ראבינאוויטש-פארבאטאנע כלי:

ס'דערמאנט א זיסע פאלקס געשיכטע.
א אידל האט זיך שרעקליך געמיטשעט אויף פרנסה, ביז איינמאל האט ער זיך אנגעקלאפט אין אן אנאנס, אז דער שטאטישער טיר-גארטן זיך א מענטש וואס זאל זיך אהערשטעלן אלס א מאלפע. וואס איז די מעשה? דער ווירקליכער מאלפע וועלכע האט אונטערגעהאלטן די באזוכער אין טיר-גארטן איז געגאנגען פארקויפן בייגל. די טיר-גארטן פארוואלטער האבן טאקע באשטעלט א נייע מאלפע פון אפריקע, אבער דער ליפערונג האט זיך ווארשיינליך עטוואס פארשפעטיגט, און די באזוכער זענען געווארן אויפגעברויזט ביז גאר, מיר ווילן זען א מאלפע האבן זיי קאטאגאריש פארלאנגט, רצונינו לראות את מלכינו...

אלענפאלס, דער אידל האט אנגענומען דעם שאנדפולער אנבאט. אייגענטליך, מיר אידן האבן גוטע ערפארונג אין טאנצן און זיך אהערצושטעלן אלס חיות, מיר פלעגן דאס צו טאן אויף די פארלאנג פון די פעשע פריצים אין אייראפע, ביז רבי משה לייב סאסובער און רבי לייב שרה'ס האבן דאס געברענגט צו אן ענדע. הכלל, דער איד האט זיך אנגעטאן די פעל פון א מאלפע, און ער איז געטאנצן מה יפית צו די אויגן פון די איבערראשטע צושויער, וועלכע האבן נישט געהאט די מינדעסטע אנונג אז דאס דאס איז נישט ווירקליך קיין מאלפע, נאר א פארשטעלטער אידל.

דער איד האט דאס גאר גוט אהערגעשטעלט, ביז אין א געוויסע טאג האט ער טאנצענדיג אזוי אויף די צווייגן, זיך אריינגעגליטשט אינעם לייבן שטייג, ער זעט זיך מיטאמאל שטיין איינער אליין קעגן א מעכטיגער גראנדיעזער ברוינער אפריקאנער לייב, מיט א יאסלע-באצירטער פארצוף, און שארפע ציין, אזש די האר פון קאפ האבן זיך אים קאפויער געשטעלט. ער האט פארשטאנען אז זיינע מינוטן זענען געציילטע. און וואס טוהט א איד אין אזעלכע אומשטענדן? ער שרייט סאפאנטאן אויס דעם אידישן-צייגעניש: שמע ישראל ה' אלוקינו ה' א-ח-ד... אזש ס'האט אפגעהילכעט אינעם גאנצן טיר-גארטן.
מיטאמאל הערט דער איד, ווי דער שרעקווערדיגער לייב מורמעלט זיך אונטער שטיל, ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד...

די געשיכטע איז נאכנישט פארטיג.
דער הויכער זשיראף מיטן לאנגן האלץ באמערקט ווי דער מאלפע מיטן לייב פארגייען זיך אין א העפטיגער דיסקאסיע, מורמעלט ער זיך אזוי אונטער א בייזער, אפשר זענט איר שטיל? מ'וועט נאך באלד כאפן אז מיר זענען בלויז אקטיארן...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1950
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 230 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2242 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 4:25 pm

ר' שמעקעדיג
יעדע אזא צעטל איז א טובה פאר די סמארטפאון באנוצער ווייל סדעקט אויף די אמתע פאלשע פרצוף פון די מענטשען אונטער די אנטי אינטערנעט מערכה, יעדער זעהט פונקליך וואס זיי זענען און היינט זענען זיי ללעג ולקלס ביי יעדע נארמאלע מענטש, ואיש כל הישר בעיניו יעשה
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 629 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1794 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 5:12 pm

באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1395 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2004 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 5:26 pm

די סמארפאון באנוץ ביים היימישן ציבור איז טאקע די העכסטע זייט מ'קוקט נאך די סטאטיסטיקס, אבער אין ביהמ"ד האבן זיי יא געהאט א גרויסע הצלחה.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 9:06 pm

קאך לעפל: אן ענליכע מעשה ווערט פארציילט. וואס איז זיך פארלאפן אין די בערלינער באן סטאנציע. בערך אין יארע 1936 למספרם...!

א איד האט געוואלט ארויפשטייגן אויף די באן. ער האט אבער מורא געהאט אז די אנטיסעמיטן. די נאציס, ימ"ש וועללן איהם באפאללן אלס איד. איז ער צוגעגאנגען צו א ניוס סטענד און געקויפט דעם ..."שטירמער". ער גייט ארויף אויפ'ן באן און זעצט זיך אוועק. קומט אן זיין שכן פון אקעגנאיבער. און מאכט אויכעט אויף דעם שטירמער. און נעמט זיך ליינען. אבער די ארטיקלען וועלכע זענען דארט געשטאנען זענען געווען צו שרעקליך און אויפברויזנד פאר דעם איד. האט ער פלוצלינג, געגעבן א שריי שמע ישראל... רופט זיך אן זיין שכן פון אקעגנאיבער...ה' אלוקינו, ה' אחד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13894
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8984 מאל

הודעהדורך מיימון » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:50 pm

ליידער ליידער מוז איך זאגן אז זיי האבן יא א געווינס. ווילאנג כבוד רבינו שמעקעדיג וועט נישט דא ארויסקומען מיטן נאמען און מאמעס נאמען זענען מיר גוט אין דער ערד. מען זאגט אז מען נוצט נישט פעיסבוק, אוודאי נישט, פעיסבוק איז געמאכט צו נוצן מיטן עכטן נאמען און קאמוניקירן מיט עכטע חברים און משפחה. טוויטער איז מער איינגעשטעלט באופן פון ניקנעימס און מער צו פארברענגען ווירטואל איז עס גרינגער צו נוצן אנאנים. יעדער האט אפשר וואטסעפפ, אבער מען ציטערט אימת מות פון א קליינע מיאוסע מינאריטעט וואס מאניפולירט דעם רוב פראדוקטיוון חלק פונעם פאלק וואס פילט זיך נישט גענוג שטארק צו זאגן זיין מיינונג אין אזעלכע ענינים אןן בויגט זיך בלית ברירה צום טעראר. ווילאנג מיר וועלן נישט אלע ארויסקומען אין דער עפנטליכקייט און פראקלאמירן אז אין לנו חלק ונחלה בשלטון הזר, וועט קיין ישועה נישט זיין, נאר וואס וועט זיין מיט שידוכים?...
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1229 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 6:10 am

איך מיין אנאנימקייט איז עפעס אנדערש. האסט אמאל געזען א בריוו אין צייטונג מיט א נאמען? אפילו ווען די חרדי'שע צוגאנג צו אינטערנעט איז נארמאלער, וואלט קאווע שטיבעל געהאט אנאנימע ניקס.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9446
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8959 מאל

הודעהדורך מיימון » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 8:54 am

אמת, אבער יו געט דע פוינט. מענטשן ציטערן בכלל זיך ארויסצושטעלן מיטן נאמען איבעראל. וואטסעפפ איז בדרך כלל פריוואט, אבער אויף אנדערע ערטער וועסטו זען זייער ווייניג עכטע נעמען, און אויב יא נוצן זיי עס כמעט נישט. דאס אז מענטשן פייפן זיך אן במחתרת איז טאקע דער ערשטער שטאפל פון א רעוואלוציע, אבער ביי דעם איצטיגן מאמענט וואלט מען שוין געדארפט האלטן ביי א מציאות אז מען קומט ארויס אפן. אזוי ווי קצת מחברינו. און אזויווי הרב לאבין וכדומה. אויב נישט מיינט דאס אז דאס וועט אין ערגעץ נישט פירן און וועט בלייבן אזוי לאורך ימים ושנים לשמחת לב כל הקיצונים, און קאווע שטיבל וועט פאראייביגט ווערן לדראון אין אידישע היסטאריע.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1229 מאל

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 10:52 am

נו, קריינא דאיגרתא איהו להוי פרוונקא דער עולם וועט דיר נאכגיין, אינז ברויכן נאר האבן אפאר נחשונים
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 828
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1531 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 1:19 pm

מיימון, 2 נקודות:

ערשטנס, טרם יקראו ואני אענה, איך האב זיך שוין באצויגן צו דיין טענה, און געשריבן קלאר אז די רעוואלוציע איז נאך אונטערוועגנס, די צייט איז נאך פשוט נישט רייף דערפאר. קענסט עס רופן א "צייטווייליגע געווינס" פאר די סיקריקין, חיי שעה איז אויך געלעבט; אבער פאקטיש דער לעצטער לאך וועלן זיי נישט האבן. גיב עס אפאר יאר, כעת זענען זיי ידם על העליונה, אבער זאכן וועלן זיך טוישן. די מוסדות אליין וועלן אנהויבן נאכלאזן, אזוי ווי זיי זענען כסדר משנה פון די מסורה, טראץ זייער פארקערטע לאזונג. אין סיי וועלכע מוסד דו שפאצירסט היינט אריין, זעהסטו א גאנצע אפיס סטעף מיט קאמפיוטערס מיט אינטערנעט עקסעס און אסאך פון די ארבעטערס מיט סמארטפאונ'ס. דאס איז ווייט פון א געווינס אין מיינע פליישיגע אויגן.

צווייטענס, די עקסטרעמיסטן אליינס זענען אויך אנאנים אין אלגעמיין (מיטן אויסנאם פון הרב ראבינאוויטש), מען שיסט צעטלעך, מען הענגט קול קורא'ס, מען טיילט קארטלעך פאר די קינדער, אן קיינע נעמען ווער עס שטייט אונטער די אלע זאכן, זיי אליינס זענען אויך נישט באקוועם מיט זייער פאזיציע, און דאס מיינט איין זאך -- אז זיי אליינס זענען נאך נישט זיכער מיט'ן געווינס, נאר זיי טרייען זייער לאק.

--------

דיסקלעימער, איך וויל נישט מען זאל אויסטייטשן מיינע ווערטער אז סמארטפאונ'ס זענען 100% אקעי און מען דארף נישט אכטונג געבן. אדרבה, מען דארף האבן זהירות יתירה נישט אנצוקומען וואו מען דארף נישט באיזה אופן שהוא, און מען דארף מעורר זיין כלל ישראל פונקט ווי מען איז מעורר אנדערע פראבלעמען, אבער אויף א נארמאלן פארנעם. דאס מין אויסדרוק פון "אראפקוקן אויף יעדן וואס האט א סמארטפאון", חוץ די גראבע שקר דערפון, איז גאר נידריג און נישט די וועג צו מעורר זיין אידן, פונקט ווי טיילן קארטלעך ביי די קינדער איז נישט אויסגעהאלטן און נישט אפעקטיוו. זאג של"ש תורות און רעד שבת שובה דרשות בדרכי נועם בענין קדושת העינים וקדושת המחשבה, מיט'ן גיין אזוי ווילד און עקסטרעם טוסטו סך הכל פאר'מיאוס'ן אידישקייט און ביסט גורם מענטשן זאלן זיין אומבאקוועם און זוכן א וועג ארויס, און דאדורך מער אפפארן פון וועג רח"ל, בבחי' כל המוסיף גורע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15207
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18309 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 1:28 pm

מר שמעקעדיג, שכויעח פאר די דיסקלעימער. פון יעצט אין ווייטער וועלעך בליענעדער מער נישט קרים אריינטייטשען דיינע ווערטער...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2516
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3301 מאל

הודעהדורך מיימון » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 6:05 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:נו, קריינא דאיגרתא איהו להוי פרוונקא דער עולם וועט דיר נאכגיין, אינז ברויכן נאר האבן אפאר נחשונים


איך האף אי"ה בקרוב. אויב זאכן וועלן זיך אויסארבעטן מיין וועג.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1229 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 6:58 pm

מיימון האט געשריבן:איך האף אי"ה בקרוב. אויב זאכן וועלן זיך אויסארבעטן מיין וועג.


וואס דען? מיימון און די נשר הגדול זאלען דען זיך נישט פארשטיין? אתמהה?
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2516
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3301 מאל

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 7:48 pm

ראב"ד, מ'מיינט דיך אויך, דריי דיך נישט ארויס!
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 828
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1531 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 9:53 pm

שעפעלע, איך האלט שוין לאנג אויפ'ן וועג. יאג זיך אינטער ברידער טייערע...

:ביי :ביי :ביי
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2516
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3301 מאל


גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט