ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. הכרת הטוב איז בכלל נישט אין פלאץ, אי ווייל ער קען עס נישט מאנען, יענער דארף מעגליך האבען דער מדה, אבער עס איז נישט זיין רעכט, אי ווייל הכרת הטוב מיינט נישט צוריק געבן די טובה וואס מ'האט באקומען, ועי' להלן אות ב'.
ב. א מענטש וואס פארשטייט נישט די תועלת פון ישיבות ווי אלכסנדר, ווייסט נישט וואס לערנען מיינט. א בחור א מצוין וואס דרייט זיך אין קווינס ישיבה, וועט נישט קענען לערנען. ער וועט אפשר זיין א מתמיד און אסאך טייטלען אויף א אידיש ספר. אבער עכט לערנען פון א רבי דארף א מסגרת ארום זיך, און די קאמפאני ישיבות שטעלן דאס נישט צו. א בחור וואס קען גיין קיין אלכסנדר און ער בלייבט אין קרית יואל צו קווינס, איז עס א פשע.
ג. דער קולטור הייסט איינער פון צוויי זאכען, אדער א מצויין ישיבה אדער א קאמפאני פאבריק. עלטערן האלטען נישט ביים שיקן א בחור צו א ישיבה וואס פאסט טאקע פאר איהם. דאס איז די עכטע, נישט מצויינים ישיבות. און דאס איז די פירות פון א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] שידוכים סיסטעם.
ד. למעשה, א סאטמארער וואס גייט צו די פרעמד, צו מיר אדער בריסק, לעיקוואד אדער ר' דוד סאלאווייטשיק, וועט טוישן זיינע השקפות. איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט, אבער דאס איז נישט טיש מיט מנהגים׳לעך וואס סקווער און בעלזא האבען מורא. ברגע מ'זעט אז דער פרעמדע וועלט איז נישט קאלט צו אידישקייט, עס איז נישט קיין קלות זייערע אז זיי זענען נישט קיין סאטמארע, איז עס צרות.
איך מיין אז די ביסט נישט באהאווענט און די קאמפאני ישיבות,איך האב געלערענט און ביידע, מיין קאמפאני ישיבה האט געהאט אסאך שטערקערע ת״ח ווי אלעקסאנדער,די חילוק איז געווען און די מצב ארום און ארום,
און די קאמפאני ישיבה זענען געווען די זעלבע פראצענט פון געזונטע לערנערס, ווי און אין אלעקסאנדער, און אלעקסאנדער האבען זיך דיע פראצענט באטיטעלט אלץ למדנים, און אין די קאמפאני האבען דיע פראצענט געלערנט און פארשטאנען לערנען אן די לופט פון ארום,איך פערזענדליך זעע נישט קיין מעליותא און דיע לופט פון ארום און ארום,סדויערט אפאר יאר לענגער נאכען חתונה צו לאנדען און מציאות, די בחורים זענען צו געוואונט אז זיי זענען עפעס ספעציעל, סאיז זיי שווערער אנצופאנגען א נארמאלע לעבן, אויפציען קינדער,און לעבן א רואיגע משפחה לעבן.