שלום שטיסל האט געשריבן:יום שכולו שבת
מ׳דארף נישט ארבעטן
מ׳דארף נישט צאלן קיין ביללס
מ׳דארף נישט צאלן קיין מארגעדזש
מ׳דארף נישט אויפשטיין אינדערפרי לייגן די קינדער אויפן באס
מ׳דארף נישט גיין צום שיעור
מ׳דארף נישט גיין ארבעטן
נישטא ווי צו גיין און ווי צו קומען...
ס׳איז צייט זיך צו זעצן לערנען! אנהייבן ביי מסכת ברכות, און גיין גראד ביז מסכת נדה, לייגטס אוועק די טעלעפוין און עפענטס די גמרא.
מעין עולם הבא, יום שבת מנוחה, יום שכולו שבת, שבוע שכולו שבת, און אפשר גאר חודש שכולו שבת.
זאגט די גמרא ווייטער....
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס דרייט זיך א שמועה אויף א געוויסע רבי, איינער ווייסט מער?
מאן דאמר האט געשריבן:אויב זענט איר נישט א פּראקצירענדער געזונטהייטס אפיציעל, אדער איר קענט נישט נאכזאגן בשם אזאנע, דאן ביטע נישט שרייבן דא קיין דעות בנוגע דעים קאראנאוויירוס, קום מיר נישט זאגן דעות בשם די התאחדות אדער אן עלטערער שוואגער, ווען איר ווייסט אליין אז ווען איך זאג אייך בשם א געוויסע רב אין וויליאמסבורג אז ער גייט ביז נעקסטע וואך האבן א וואקסין מיטן הילף פון עסקנים פון ברוקלין און בני ברק וואלט מען מיר געזאגט אז איך מאך חוזק פון אידישקייט
שמעון וואלף האט געשריבן:איז דא אנווייזונגן וויאזוי זיך אומצוגיין לגבי געשלעכטליכע באציאונגן? קען מען נישט אנשטעקן/ווערן אנגעשטעקט פון די פארטנער?
https://patch.com/new-york/new-york-city/graphic-nyc-health-memo-offers-coronavirus-sex-tipsשמעון וואלף האט געשריבן:איז דא אנווייזונגן וויאזוי זיך אומצוגיין לגבי געשלעכטליכע באציאונגן? קען מען נישט אנשטעקן/ווערן אנגעשטעקט פון די פארטנער?
פארווע חסיד האט געשריבן:הלכהדיג אין פראקטיש וואס איז אייער מיינונג לגבי די אלע אומלעגאלע קליינע מנינים. איז עס בכלל אויסגעהאלטען? טאמער האט מען די ברירה מעג מען בכלל צו גאר מוז מען ?
פארווע חסיד האט געשריבן:הלכהדיג אין פראקטיש וואס איז אייער מיינונג לגבי די אלע אומלעגאלע קליינע מנינים. איז עס בכלל אויסגעהאלטען? טאמער האט מען די ברירה מעג מען בכלל צו גאר מוז מען ?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עולם איז ממש בלינד! עס הערשט א ריזיגע קאוועראפ. מ׳האט יעדעם געבעטן צו דאווענען פאר גימפל מרדכי דניאל בן שרה איטא. און מ׳האט אויפגעהערט. פארוואס? א סוד! ווייל ער איז נעביך אוועק!
ליב צו וויסן האט געשריבן:מיימון, נישט געקענט בעסער ארויסברענגען, איך מיטשע זיך צו פארשטיין וואס דא קומט פאר... מילא אנהייב ווען די שמועות (און די Videos...) פון טשיינע זענען געווען אז מענטשן פאלן ווי פליגן איז פארשטענדליך געווען די שרעק, אבער יעצט ווען ס'איז קלאר אז די טויט ראטע ביי געזונטע מענטשן איז גאר גאר נידריג איז די גאנצע איבערקערעניש נישט צום פארשטיין.
וואס וואלט געדארפט זיין איז אז די רעגירונג זאל אריינלייגן איר גאנצע Effort און געלט צו העלפן די דאזיגע וועם עס קען יא שאטן אז זיי זאלן קענען זיין אין איזאלאציע די פאר וואכן ווילאנג עס וועט זיך ארום דרייען (אין גרויס טייל איז די חלק פון באפעלקערונג סיי ווי נישט די וואס דארפן אריין ברענגען געלט צו שפייזן פאמיליעס וכו)
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט