נייע כשרות סקאנדאל אין מאנסי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 09, 2020 5:50 pm

יין שרף האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:דאס איז די גאנצע מעשה.

אויב איז די מדובר טאקע פון רי"ש איז נישט דאס די גאנצע מעשה.
שוין א שיינע פאר יאר וואס יש מררנין אחריו, און צווישן רבנים און בעלי מכשירים האט מען שוין לאנג געזאגט זיך נישט צו פארלאזן אויפן הכשר מיט פארמאכטע אויגן (מטעם ער פארשטייט נישט בכלל צו machinery וכדו', כגון געווען פראבלאמען מיט פת עכו"ם ווייל די קאוועקשען אויוון לעשט זיך אויס ווען מען עפענט עס, און עס קילט זיך שנעל אפ, ולא ידע כלל מזה, ועוד ועוד). עס האט געהייסן אז זיין זוהן פארשטייט בעסער אין כשרות און ער וועט זיין די משגיח, און עס איז טאקע אפעציעל עטוואס בעסער געווארן.

(לפני זמן שאלתי יד ימינו של רב דשורעוועל ממאנסי על כשרותו ולא קצה לדבר כלום חוץ מלרמז לי...)

און איך אליינס שמעתי מהרב דזשוראוועל בעצמו בשבחו. אמת ער האט אים אויך קריטיקירט, אבער אזוי רעדט ער. איך האב אים שוין געהערט רעדן אויף כמעט יעדן השגחה, אריינגערעכנט די או יו, וואו ער איז פון די אנפירער. אזוי רעדט הרב דזשוראוועל.

גראדע האט יעצט הרב דזשוראוועל גערופן הרב שטיינמעצ'ן און אים געאפערט סיי וועלכע הילף און חיזוק ער וויל נאר.

הרב שטיינמעץ איז א גוטע השגחה ווייל ער איז א תלמיד חכם, א פוסק און אן ערליכער, און גייט נאך זאכן עד מקום שידו מגעת. און דער פראבלעם דא איז נישט אז זיין השגחה איז נישט גוט נאר אז מען האט אים געסטראשעט אז אויב ער גייט נישט טון אזוי און אזוי, גייט מען ארויסקומען און זאגן אז זיין השגחה איז נישט גוט.

אויף אידיש רופט מען דאס טעראר און שאנטאזש, אויף ענגליש הייסט עס בלעקמעיל.

אויף וויפיל איך בין באקאנט האט נאך נישט פאסירט אזא זאך אז א אפיציעלע ארגאניזאציע, וועלכע שטייט לכאורה אונטער רבנים זאל אויף אזא מין אופן טעראריזירן און שאנטאזשירן אן אנדערן רב.

מארגן וויל איך געלט פון הרב גענאק שיק איך אים א בריוו אז אויב ער געט מיר נישט גיי איך ארויסקומען און זאגן אז...
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 09, 2020 5:51 pm

כרם זית האט געשריבן:די קעפל דארף ווערן געטוישט פון ''כשרות סקאנדאל'' צו ''טעראר סקאנדאל''.

אט אזוי, פונקט געוואלט זאגן די זעלבע זאך
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך גדליה » דאנערשטאג יולי 09, 2020 6:03 pm

איך קען נישט קיינע פון די צדדים אבער סקוקט אויס די בילד אזוי:

שטיינמעץ מאכט געלד פון א עירוב מיט השגחות.
און שפיגל מיט ראטענבערג ווילן אויך מאכען געלט.
במילא איז דא א פייט.
פירוד ל..... נאה להם ולעולם.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 632 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 09, 2020 6:50 pm

דו ווייסט אז הרב שטיינמץ גייט נאך געלט, און דו שטעלסט זיך פאר אז א חלק גייט צו אים אין קעשענע.

די נייע וועד דארף אויך געלט, פאר זייער צוועקן. אפשר איז עס ערליך, איך ווייס נישט. אבער הרב שטיינמץ האט די פולסטן רעכט זיי אפצושטעלן אים נישט צו שטערן גיין נאך געלט פאר זיין צוועק.

סטראשן איז א פארברעך, בפרט צו שפילן מיט א ציבור וואס האט נישט קיין חלק אין די פייט, און ווילן נאר קויפן כשר'ע עסן און פלוצלונג רעדט מען זיי איין אז זיי מעגן נישט, און נישט מטעם הלכה נאר פאר זייער קעשענע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך גדליה » דאנערשטאג יולי 09, 2020 7:13 pm

די גאנצע היימישע השגחה ביזנעס איז א גרויסע ריזיגע סקעם.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 632 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

הודעהדורך יודישע שרייבער » דאנערשטאג יולי 09, 2020 7:31 pm

גדליה האט געשריבן:איך קען נישט קיינע פון די צדדים אבער סקוקט אויס די בילד אזוי:

שטיינמעץ מאכט געלד פון א עירוב
מיט השגחות.
און שפיגל מיט ראטענבערג ווילן אויך מאכען געלט.
במילא איז דא א פייט.
פירוד ל..... נאה להם ולעולם.

@גדליה אויסדריקלעך נישט!! אלץ איינער וואס האלט מיט מאנסי'ער נייעס און קען גאנץ גוט אירע רבנים/פאליטיק שוין יארן לאנג זעה איך אז דו האסט א פאלשע בליק.
לאמיר אנפאנגן פון אנפאנג, די מאנסי עירוב איז יארן צוריק געווען תחת השגחת הרה"ג רבי שמואל ניימאן, שפעטער איז עס אריבער תחת השגחת הרה"ג רבי יחיאל שטיינמעץ (וואס לויט ווי ער זאגט איז געווען אסאך פראבלעמען דערמיט ווען ער האט עס איבערגענומען, און דאס איז איינער פון די סיבות פארוואס ער איז "נישט קיין גרויסע חסיד" פון רבי שמואל אאכמ"ל).
למעשה דארף מען נעמען אין באטראכט אז צו זיין דער רב המכשיר פונעם פונעם עירוב איז נישט [נאר...] א שיינע טיטל און כבוד, נאר עס נעמט אריין די דאגות וואס קומט מיט מיט דעם, צו פיזיש אראפ גיין פון צייט צו צייט צו עס בודק זיין, צו איז עס זיין עומד בראש פון אלע משגיחים און נעמען די אחריות וואך איין וואך אויס, אדער גאר די וויכטיגסטע דאגה, האבן די אחריות און עול הכספי פונעם עירוב.
למעשה אין די לעצטע 10/15 יאר איז די היימישע געגנטער אין מאנסי געווארן געדאפלט אדער געטריפלט (אדער נאך גרעסער פון דעם...) און מיט דעם איז די מאנסי'ער עירוב זיך צעוואקסן אויף אזא גרויסע פארנעם אז די מאנסי/ראקלענד עירוב איז פון די גרעסטע עירובין אין די וועלט (אפשר גאר די גרעסטע?!) און מיט דעם איז מיטגעוואקסן די אחריות און עול הכספי...
כדי צו האבן בעסערע קאנטראל און אויך פאר פראקטישע סיבות האט מען מען עס צוטיילט אויף אסאך סעקשאנס, בשעת רוב סעקשאנס זענען ווייטער געבליבן 100% אונטער רבי יחיאל'ס השגחה [אריינגערעכנט דער ריזיגער עול הכספי], איז אפאר קליינע סעקשאנס אריבער אונטער די השגחה פון הרב שבת און rottenבערג און אנדערע רבנים, און זיי האבן אויך איבערגענומען די עול הכספי פון יענע קליינע סעקשאן.
לויט ווי איך קען רבי יחיאל גלייב איך אז ער ארבעט נישט בחינם און אז ער באקומט א געהאלט פארן זיין די רב המכשיר, אבער וואס איך בין זיכער איז אז ער האט נישט פארדינט אדער גענומען קיין פרוטה פון די עירוב'ס קאסע וואס קומט אים נישט, ער איז פון די ערליכסטע גראדסטע מענטשן וואס איך קען נאר, אזא מענטש ווי אים איז א יקר המציאות אפילו ביי סתם מענטשן, ווער רעדט נאך צווישן די רבנים....
יעצט זענען געקומען רע-בנים און עשקנים וואס טראגן די אחריות אויף יענע קליינע סעקשאן און מחליט געווען צו גיין נאך געלט פאר זייערע קליינע סעקשאן אין די גאנצע שטאט נאך אינטער די נאמען פון ראקלענד עירוב וואס מאכט דעם רושם ווי כאילו זיי זענען די שטאטישער עירוב, אפילו אויב זיי האבן געהאט גוטע כוונות אין אנפאנג וואלט זייער שריט געווען א חב לאחרינא און געשטערט פאר רבי יחיאל [וואס ער טראגט טאקע די עול הכספי פונעם גרויסן עירוב] צאמצונעמען געלט פארן שטאטישן עירוב, איז רבי יחיאל ארויס געקומען און [אן באשמיצן אדער בלעקמעילן קיינעם פון זיי...] פארציילט די פשוטע מציאות אז דאס איז נישט די שטאטישע עירוב.
אנשאטאטס אפווישן זייער נאז און פארשטיין אז דאס וואס זיי האבן געוואלט טון איז געווען א עוולה און גיין ווייטער האבן זיי זיך גענומען אים בלעקמעילן און באשמיצן על לא עוול בכפו...

און אויב האב איך נאך געהאט א ספק אז אפשר וועט די געלט וואס זיי שנארן טאקע גיין פאר זייער עירוב/ערוב טראקס וכו' איז די אמת יעצט ארויסגעקומען מיט די שענסטע קאלירן, ווען די געלט זאל ווען טאקע גיין ווי עס דארף וואלטן די עשקנים נישט געמאכט אזא מלחמת חרמה קעגן רבי יחיאל, שאני הכי דאית ביה חסרון כיס... ודו"ק כי קיצרתי...

@ליטוואק פון בודאפעסט האקט ענדליך.
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך mevakesh » דאנערשטאג יולי 09, 2020 7:47 pm

יודישע שרייבער האט געשריבן:

דיין פאוינט האסטו געקענט ארויסברענגען אן די האס קעגן הרבנים רבי שמואל ניימאן און רביחיים לייביש
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 933
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 884 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 09, 2020 7:54 pm

גדליה האט געשריבן:איך קען נישט קיינע פון די צדדים אבער סקוקט אויס די בילד אזוי:

שטיינמעץ מאכט געלד פון א עירוב מיט השגחות.
און שפיגל מיט ראטענבערג ווילן אויך מאכען געלט.
במילא איז דא א פייט.
פירוד ל..... נאה להם ולעולם.

ס'קוקט אויס? נו, לאמיר זאגן אז יא. שטיינמעץ ארבעט זייער שווער פאר דעם עירוב און ער מעג באקומען באצאלט פונקט ווי יעדער ארבייטער מעג. ער שאפט דאס געלט פאר דעם עירוב און ער מעג פאר דעם אויך באקומען באצאלט. ראטענבערג מיט שפיגל ווילן אויך? זייער גוט, ווער לאזט דיך נישט? יעדער לאזט זיי. מען בעט זיי נאר זיי זאלן נישט זאגן אז זיי זענען די ראקלענד עירוב, און מענטשן וועלן מיינען אז זיי געבן פאר די כלליות'דיגע מאנסי'ער עירוב. איך זעה נישט וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

Re: נייע כשרות סקאנדאל אין מאנסי

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג יולי 09, 2020 7:58 pm

mevakesh האט געשריבן:
דיין פאוינט האסטו געקענט ארויסברענגען אן די האס קעגן הרבנים רבי שמואל ניימאן און רביחיים לייביש

איך זע נישט קיין שום האס קעגן רב שמואל ניימאן.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 793
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 778 מאל

הודעהדורך יודישע שרייבער » דאנערשטאג יולי 09, 2020 9:07 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:דיין פאוינט האסטו געקענט ארויסברענגען אן די האס קעגן הרבנים רבי שמואל ניימאן און רביחיים לייביש

איך זע נישט קיין שום האס קעגן רב שמואל ניימאן.

א דאנק @פאליטיקאנט, אפילו איך האלט זייער שטארק פון רבי יחיאל, האב איך גארנישט קעגן רבי שמואל (און איך האלט אז דאס איז איינס פון די טעותים פון רבי יחיאל - אז ער האט נישט ארויסגעקומען ברבים אז ער האט נישט גע'חתמ'עט...) און איך האב גארנישט געשריבן קעגן אים, איך האב פשוט ארויסגעברענגט פארוואס רבי יחיאל האלט וואס ער האלט.
חל"ר איז שוין א דבר אחר, איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטן.....
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך יודישע שרייבער » דאנערשטאג יולי 09, 2020 9:17 pm

הדד בן בדד האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:איך קען נישט קיינע פון די צדדים אבער סקוקט אויס די בילד אזוי:

שטיינמעץ מאכט געלד פון א עירוב מיט השגחות.
און שפיגל מיט ראטענבערג ווילן אויך מאכען געלט.
במילא איז דא א פייט.
פירוד ל..... נאה להם ולעולם.

ס'קוקט אויס? נו, לאמיר זאגן אז יא. שטיינמעץ ארבעט זייער שווער פאר דעם עירוב און ער מעג באקומען באצאלט פונקט ווי יעדער ארבייטער מעג. ער שאפט דאס געלט פאר דעם עירוב און ער מעג פאר דעם אויך באקומען באצאלט. ראטענבערג מיט שפיגל ווילן אויך? זייער גוט, ווער לאזט דיך נישט? יעדער לאזט זיי. מען בעט זיי נאר זיי זאלן נישט זאגן אז זיי זענען די ראקלענד עירוב, און מענטשן וועלן מיינען אז זיי געבן פאר די כלליות'דיגע מאנסי'ער עירוב. איך זעה נישט וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין.

@הדד בן בדד כל הכבוד! דאס וואס איך האב געשריבן אין א גאנצע מגילה האסטו ארויסגעברענגט אין בלויז עטליכע שורות...
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דאנערשטאג יולי 09, 2020 10:40 pm

כ'ווייס נישט...

שטיינמעץ וראטטענבערג, שטיינמעץ עדיף.

ראטטענבערג איז פארמישט אין צופיל פרשיות משא"כ ר' יחיאל שטיינמעץ איז א וואוילער איידעלער אידל.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 523
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 578 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג יולי 09, 2020 10:48 pm

@יודישע שרייבער, אבער לאמיתו של דבר, ר' שמואל ניימאן'ס עירוב איז געווען א געלונגענע עירוב, און נישט וועגן איהם איז ר' יחיאל שטיינמעץ אריין אינעם בילד,
דרך אגב ס'געווען געוויסע טענות אבער די היתרים זענען געווען לויט די פסקים פון הג"ר פישעלע זצ"ל
ועכ"פ די ירושלימער עירוב איז אסאך אסאך מער לקולא
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך יודישע שרייבער » פרייטאג יולי 10, 2020 12:54 am

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:@יודישע שרייבער, אבער לאמיתו של דבר, ר' שמואל ניימאן'ס עירוב איז געווען א געלונגענע עירוב, און נישט וועגן איהם איז ר' יחיאל שטיינמעץ אריין אינעם בילד,
פאר א שווארץ יאר, איך האב בכלל נישט געזיכט צו באשמיצן רבי שמואל אדער פארדרייען די אשכול און אריינגיין אין א אנדערע נושא אינגאנצן, איך האב פשוט פארציילט די היסטאריע פונעם עירוב פון אנפאנג ביז יעצט ווער ס'איז געווען די רב המכשיר אלע יארן ביז עס איז אנגעקומען צו די יעצטיגע פאליטיק (במאמר המוסגר האב איך דערמאנט אינגאנצן א זייטיגע זאך, אז דאס איז איינער פון די זאכן וואס האט געמאכט רבי יחיאל זאל זיין קעגן רבי שמואל, דאס איז א פשוטע פאקט וואס יעדער וואס קען רבי יחיאל פערזענליך אדער האט זיך אינטרעסירט ביי די פרשה קעגן רבי שמואל ווייסט אז דאס איז וואס רבי יחיאל האלט וועטהער יאו לייק איט אר נאט, דאס מיינט נישט אז איך נעם סיי וועלכע צד לכאן או לכאן).

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:דרך אגב ס'געווען געוויסע טענות אבער די היתרים זענען געווען לויט די פסקים פון הג"ר פישעלע זצ"ל
דאס אז ס'איז געווען געוויסע טענות ווייס איך זייער גוט, וואס די טענות איז געווען און וואס רבי שמואל האט זיך פארענטפערט ווייס איך נישט, קען זיין איר זענט גערעכט, איך האב עס קיינמאל נישט דורך געטון (רבי יחיאל האלט זיכער נישט אזוי ווי אייך...).

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:ועכ"פ די ירושלימער עירוב איז אסאך אסאך מער לקולא
קען זיין, אויך קיינמאל נישט דורך געטון.
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך יין שרף » פרייטאג יולי 10, 2020 2:56 am

באקומען אין email פון אן אמעריקאנער קהילה אין מאנסי, ביהמ"ד אוהב ישראל.

To our Members and Friends,

Anyone who has davened in our shul has heard me discuss the kashrus situation in our community. My displeasure arises primarily from the proliferation of private hashgochos—individuals who offer to certify that an establishment is kosher. The problem is that there is no way for community rabbonim to know what the standards of kashrus are in these places, because the private hashgochas refuse to discuss their criteria. For example, we don’t know—

· How [or even whether] they check for insects in fruits and vegetables

· Are they familiar with the latest technology and cooking equipment, to know how they work and whether they meet the standards of bishul akum.

· Do the mashgichim—the actual supervisors in the establishments—do they have proper training? Or are they just told to watch out for a few things and after that they’re on their own?

On the other hand, there are excellent community-based or national kashrus organizations who have done a wonderful job of raising the level of kashrus in our country. They are also far better because their standards are open, and all rabbonim [and laymen] can find out what those standards are. Furthermore, they are constantly working to upgrade their supervision; some examples of this:

· The Star-K and O-U and CRC require all mashgichim to take a course in kashrus supervision.

· Training courses are required for checking for insect infestation.

· National Conferences are held where these major kashrus organizations spend time discussing new problems that may have arisen and try to address halachic issues.

· Monthly conference calls are held to discuss the latest products on the market and how they might impact kashrus.

Having reviewed this situation, let me turn now to the “latest kashrus scandal” to surface in the community. This week a certain website published an article announcing that 30-40 rabbis in Monsey will be signing a letter urging all Monsey residents not to purchase products from any store under the kashrus supervision of a certain Rabbi. I have spent considerable time trying to find out what these 30-40 rabbis discovered that prompted them to make such a statement—but to no avail. Consequently, I have come to the conclusion that the only scandal is that the website decided to publish news about a letter that has not been signed!

If there is valid and relevant information—let these 30-40 rabbis inform the public what transgressions they found! Until such time, I urge everyone to ignore scandal-mongering from this website, which is just another name for LASHON HORA. If the protesting rabbis will not inform us what they found wrong, they are guilty of ‘yored letoch umenuso shel chavero’, destroying the livelihood of another Jew, which is a serious infraction.

BOTTOM LINE—I remain of the opinion that the kashrus situation in Monsey needs to be totally re-visited, so that we get the level of kashrus excellence that we want and deserve. Again, I suggest that before anyone uses any of the food establishments in the community, you call me to find out what information I have about them.

Rabbi A. Cohen
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4467 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2726 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » פרייטאג יולי 10, 2020 7:57 am

ס'איז כמעט נישטא א פארווע פראדוקט און די אידישע געשעפטן וואס האט נישט קיין און יו. און אויסער די חלב סתם פראבלעם איז אוי יו א גוטע הכשר פונקט ווי יעדע היימישע הכשר.

די גאנצע היימישע הכשר ביזנעס איז מארקעטינג און ברענדינג. זיי עקזיסטירן דורך אוועק מאכן אוי יו אלץ א שוואכע הכשר. פארוואס? פאר געלט. יעצט מאכן זיי זיך אוועק איינער די צוויטען פאר געלט.

ס'איז גארנישט מיט גארנישט.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 425 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » פרייטאג יולי 10, 2020 12:18 pm

גדליה האט געשריבן:איך קען נישט קיינע פון די צדדים אבער סקוקט אויס די בילד אזוי:

שטיינמעץ מאכט געלד פון א עירוב מיט השגחות.
און שפיגל מיט ראטענבערג ווילן אויך מאכען געלט.
במילא איז דא א פייט.
פירוד ל..... נאה להם ולעולם.

שטיינמעץ מאכט געלט אבער ווייט נישט וויפיל די מיינסט, די עירוב מיטשעט זיך געפערליך, ס'דא אסאך נייע געגנטער וואס ווארטן אריינגענומען צו ווערן אינעם עירוב אבער כעת איז עס נישט שייך צוליב געלט.

איך האב געקוקט א הויז אין א געגנט ביים גרעניץ פון די עירוב, האב איך געפרעגט דעם רעוועלע דארט פ"וו די עירוב גייט נישט ווייטער, עס וואלט אסאך אויסגעברייטערט די געגנט און מענטשן וואלטן געקומען דארט מער גערן.
האט ער מיר געזאגט אז די פראבלעם איז געלט (ער האט צוגעלייגט, אז ער וואלט נאר געוואלט רופן דעם וועד פאר א פשוט'ע מנחה מעריב זיי זאלן זעהן אז מען רעדט פון א שיינער עולם, זאלן זיי זיך מער אנשטרענגן צו שאפן פאנדן, ער פון זיין זייט איז אויך געווען גרייט אויף צו צאלן א חלק)

שמואל באדאנסקי האט אפגעקויפט דעם נאמען איינמאל פאר אלעמאל, איך גלייב נישט אז זיי האבן געזעהן א פעני פון אים זינט דאן
מנחם ציון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 353
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 325 מאל

הודעהדורך חיים יואל » זונטאג יולי 12, 2020 5:08 pm

כרם זית האט געשריבן:די קעפל דארף ווערן געטוישט פון ''כשרות סקאנדאל'' צו ''טעראר סקאנדאל''.

גערעכט גערעכט
חיים יואל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 6:23 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג יולי 12, 2020 8:24 pm

למעשה זענען די גאסן אנגעפירקלט מיט פלאקאטן פאר ראטטענבערג'ס קאמפיין, פון הרב שטיינמעץ הערט מען נישט קיין מוק.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 523
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 578 מאל

הודעהדורך יודישע שרייבער » זונטאג יולי 12, 2020 10:13 pm

מאך זיכער האט געשריבן:למעשה זענען די גאסן אנגעפירקלט מיט פלאקאטן פאר ראטטענבערג'ס קאמפיין, פון הרב שטיינמעץ הערט מען נישט קיין מוק.

@מאך זיכער, די צוויי דריי קליינע עדס פון רבי יחיאל איז געווען מער פון גענוג צו אויפווייזן פון וואס מען רעדט דא, ער דארף שוין גארנישט זאגן...
וואס מער פאמפע די אנדערע צד מאכט ווייזט עס אויף זייער פארלוירנקייט...
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך mevakesh » זונטאג יולי 12, 2020 10:28 pm

יודישע שרייבער האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:למעשה זענען די גאסן אנגעפירקלט מיט פלאקאטן פאר ראטטענבערג'ס קאמפיין, פון הרב שטיינמעץ הערט מען נישט קיין מוק.

@מאך זיכער, די צוויי דריי קליינע עדס פון רבי יחיאל איז געווען מער פון גענוג צו אויפווייזן פון וואס מען רעדט דא, ער דארף שוין גארנישט זאגן...
וואס מער פאמפע די אנדערע צד מאכט ווייזט עס אויף זייער פארלוירנקייט...

אויב איך פארשטיי גוט זאגט מאך זיכער די זעלבע
בקיצור איסטירא בלגינא קיש קיש קרי
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 933
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 884 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט