דע יאהר פורים גייט זיין אנגעזעצט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

דע יאהר פורים גייט זיין אנגעזעצט

הודעהדורך קרעקער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 10:16 am

איך הער אז ישיבות קומען ארויס מיט רופען נישט צו מאכען קיין טראקס מאבילס
זיי אסערן אפילו צו מאכען מוזיק אין די גאסען
נאך א רינגעלע אין אכשר דרא
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1090
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 533 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 10:19 am

קרעקער האט געשריבן:איך הער אז ישיבות קומען ארויס מיט רופען נישט צו מאכען קיין טראקס מאבילס
זיי אסערן אפילו צו מאכען מוזיק אין די גאסען
נאך א רינגעלע אין אכשר דרא

און די וועטער גייט נישט צוגעבען קיין איבעריגע מוט ארומצולויפן שאפן געלט.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2378 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 10:33 am

זאג נאר פורים אין ירושלים איז אנגיזעצט?
מען זעהט נישט קיין שום מאבילס און ירושלים
איך האלט אז עס גייט נאר אריינברענגען א אמתע שמחה אין גאס אנשטאט משוגענע בחורים שרייען פון פענצטערס
און פישלע איך מיין אז אונזער וועטער באריכטער האט געלאזט וויסן אז עס קען זיין א שיינע פורים מיט ווארעמע וועטערס
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:15 pm

ווען איך וואלט געווען בכח וואלט איך געמאכט דאס יאר אן עיבור יאר....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15121
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18120 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:58 pm

קרעקער האט געשריבן:איך הער אז ישיבות קומען ארויס מיט רופען נישט צו מאכען קיין טראקס מאבילס
זיי אסערן אפילו צו מאכען מוזיק אין די גאסען
נאך א רינגעלע אין אכשר דרא

ברוך השם. אבאוט איים.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7503 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:14 pm

איך געדענק נאך ווען מ'האט געקרעכצט "נאך א רינגעלע אין אכשר דרא", די בחורים הייבן אן ארום פארן אין די גאסן מיט טראקס, מיט מוזיק............
די גאנצע גאס דארף וויסן אז היינט איז פורים..............
מ'גייט מזכה זיין יעדן מיט מצוות שמחה, צדקה.........
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:20 pm

א מצוה גדולה מבטל מאכן דאס גיין געלט פאר בחורים. מיר איז עס געווען יסורי איוב יאר יערליך.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2436
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6807 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 1:50 pm

אין וועלכע הינזיכט?
זיי האבן ארויסגעשלעפט אסאך געלט פון דיר און אנגעבראכן דיין דיינינג רום?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15121
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18120 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:05 pm

ס'געווען יסורים צוציקוקן ווי מובילה קומען צום שכן און אים איגנארירט מען.

ערענסט גערעדט, דאס גיין נאך געלט פאר ישיבות און אנדערע מוסדות האט נישט קיין פשט און ס'נעמט אוועק פון די עיקר מצוות היום. בחורים באלאנגן אינדערהיים צו עסן די סעודה מיט די משפחה. ס'זענען דא גענוג אביונים וואס גייען ארום און מ'איז מקיים מתנות לאביונים ווען מ'גיט זיי.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2549
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2659 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:07 pm

שמעקל, ער מיינט מסתמא דאס ארום גיין אלץ בחור. ס'איז אזא עקעלהאפטיגע מנהג וואס פארעקלט דאס גאנצע יום טוב. די קליינע פאנד רעיזערלעך שלא טעמו טעם דאלער איז מען מחנך פון די פעמפערסווייז אן פורש טלפים צו זיין און בעטן א נדבה, ס'הייסט אויב אלעס גייט ווי געפלאנט וועט דאך דער ראציגע צוקופנטיגע כולל יונגערמאן לעבן אויפן פאבליק דיים, דארף ער זיך פון קינדווייז אן אויסלערנען וויאזוי צו בעטן א נדבה אן די מינדעסטע בושה, ס'וועט עם גוט צוניץ קומען ביים בעטן געלט פון שווער, קמחא דפסחא, מעדיקעיד אפיס, וואוטשערס, און ביים טיי אווענט ווען ער וועט חתונה מאכן. אונז זעמער דאך געשאלטן געווארן צו זיין ביישנים רחמנים און גומלי חסדים, מוז מען דאס יונג ביימל אוועקבייגן צום פארקערטן ריכטונג ווען די בוים איז נאך בויגזאם, זאל זיך נישט שעמען, נישט רחמנות האבן צו רייטן, און זיין אויפן אנדערע זייט פון די גומלי חסדים, ער זאל זיין פון די נגמלים. לערענט מען אויס אין חדר אריינצושטעקן דעם ריסיט בוך צו יעדע טאטע אין נאז אריין. זיצן זיך משפחות געמיטליך און עסן א סעודה, רוקן זיך אן א כאפטע צווילדוועטע שיכור'ע בחורים, 250 פונט יעדע איינס, פלאס א באמבאסטישע ספיקער וואס קען אויפוועקן טויטע, און מ'נעמט זיך טאנצן אין די הייעך ווייל א האלב שיכורע גביר פון נעכטן נאכט האט א פעטיש צו זען שוויציגע בחורים און האט געזאגט אז די מער זיי עלן שוויצן די גרעסער וועט די טשעק זיין. און פאר יעדע גלאז קרים מאלאגא וואס די בחורים טרונקען מאכן זיי נאך א צענער. קריכטס אראפ פון מיר, קיינער דארף נישט ענקער מאבילס, ניאמאל ענקער סטרעטשט האממערס, אויך נישט ענקער טרעפיק און נויז, פיצט צוריק אין ישיבה און טוט דארט וואס איר טוט א גאנצע זמן, גארנישט. העיקר, ביטע קריכט אראפ פון מיר. מתנות לאביונים וועל איך געבן פאר ריכטיגע אביונים, און מיין ווערסיע פון שמחה און דיין ווערסיע האבן זיך קיינמאל נישט געטראפן, סא פליז, זיי מיר נישט משמח.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געפילטע פיש אום מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:16 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7503 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:16 pm

איי איי איי געפילטע, פלצות פלצתי נפלצתי והתפלצתי!!! :lol: :lol: :lol:
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3706 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:19 pm

אפטע די ווערטער Ring A Bell
איז דאס פון יוצר לפרשת פרה אדער סליחות עשרת ימי תשובה?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך מאטי » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:22 pm

קוקט אויס ווי "פליקער" האט געהייזשעקט געפילטע'ס ניק.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4321 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:24 pm

געפילטע, מען דערקענט אז דאס זענען דברים היוצאין מן הלב... האסט מיר פרייליך געמאכט לכבוד חודש אדר.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4021 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג פעברואר 23, 2015 4:46 pm

דאס גיין נאך געלט פורים פלעגט זיין פאר מיר א ביטער קאשמאר, כהאב מיך געשעמט און בלייבן אינדערהיים איז אויך נישט געווען אן אפציע פלעג איך מיך דרייען אין די גאסן ווארטנדיג די נאכט זאל צופאלן שעלטנדיג דעם המן פאר דעם יו''ט וואס איז מיר אזא אפקומעניש. וואכן לאנג פאר פורים פלעג איך שוין ציטערן פון דעם קאשמארישן טאג.
די ערשטע פאר יאר בין איך געגאנגען מיט גרופעס וואס איז געווען פאר מיר א ביטערע און פיינפולע איבערלעבעניש, די פאלשע שמחה און די טיפע דעפרעסיע אים דעם מאביל האט געשניטן מיין לייב. פאר דעם אליין האב איך געוואלט חתונה האבן באפרייעט צו ווערן פון דעם פיינפולן פורים אלס בחור.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2436
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6807 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 23, 2015 4:56 pm

פון וועם האסטו זיך געשעמט, פון געפילטע?
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3706 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:06 pm

דער עולם ליידט זיך נעבעך אן דא די ימים טובים, עס איז ממש א רחמנות. משוגעים. ווער האט ענק געהייסען. פורים אז נאך די גרינגסטע זיך נישט וויסענדיג מאכען פון די אלע שטותים. נישט בחנם איז א מצווה זיך צו שיכור'ן.. מימי בין איך נישט געווען אויף קיין איינע פון די משוגעת'ן פורים און עס איז מיר גארנישט געשעהן, איך האב געהערט אז אין ברעסלב וואשט מען זיך שוין זיך שיכור'ן אינדערפרי נאך וותיקין, נו גייט מען גלייך אהין ווען מענדיגט דאווענען, מ'איז קונה א שטיקל חלה מיט פיש פון דער שכן בים טיש דארט און מ'גיט עס עם צוריק האט מען שוין מקיים געווען משלוח מנות, מ'געט א דאלער פאר דער ערשטער פושט יד האט מען שוין מתנות לאביונים אויך, און מ'מאכט א בורא פרי הגפן. פון דארט פארט שוין די גאנצע טאג אליינס בגילופין ושמחה רבה, ווער האט ענק איינגערעדט עס פעלט אויס די אלע משוגעת'ן משלוח מנות מתנות לאביונים גיין נאך געלט וואס נאך. אנטשולדיגס איך בין געווען שיכור כ'האב פארגעסן אנקומען צו די שוויגער זיידע פעטער האלבע ברודער געבן משלוח מנות. ביינאכט פירט דער רבי דאך טיש ווי קען מען פארפאסען האב איך נישט געהאט קיין צייט אנקומען צו די באבע'ס פורים סעודה, און שוין ווי מען מאכט אויף די אויגען איז שוין שושן פורים נאכמיטאג. קען מען שוין גיין גלייך אין סטיטשין טאנצן נאך א נאכט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3810
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5908 מאל

הודעהדורך נופת צופים » מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:06 pm

פאר א בחור איז באמת נישטא אזא זאך ווי זיך נישט וויסנדיג מאכן פון דעי אלע משוגעת'ן. ס'איז דא א סיסטעם און א בחור וואס טאנצט נישט מיט די משוגעת'ן איז אינגאנצן אן אויסגעשפיגענער. ער איז דער נעבעך וואס קען נישט טאנצן, קען נישט שאפן קיין געלט, וכו'. ביים טאטן אינדערהיים זיצט ער ווי א יון אין דער סוכה. אזוי ווי @כוכב זאגט, ביי מיר איז אויך געוועהן יסורי איוב. איינער פון די סיבות פארוואס כ'האב חתונה געהאט. נעווער עגען.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 740 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 781 מאל

הודעהדורך מרקד אתלת » מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:17 pm

די יאר וואס שושן פורים איז פרייטיג איז אין סטיטשין די טיש באטאג, ייש"כ לעיקוואוד פארן דערמאנען פון די טיש
מרקד אתלת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:54 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 8:46 pm

אויך אין קאסאן איז דא א טיש שושן פורים אזוי אויך ביי קאסאן פארשעי
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4872 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג פעברואר 24, 2015 1:37 pm

נופת צופים האט געשריבן:פאר א בחור איז באמת נישטא אזא זאך ווי זיך נישט וויסנדיג מאכן פון דעי אלע משוגעת'ן. ס'איז דא א סיסטעם און א בחור וואס טאנצט נישט מיט די משוגעת'ן איז אינגאנצן אן אויסגעשפיגענער.

איך בין אויך אמאל געווען א בחור איך געדענק נישט איך זאל האבען אמאל ארומגעפארען נאך געלט. ווער הייסט דיר זיצן ביים טאטן אינדערהיים, גיי אריבער צו דער נענטסטער שטוב ווי עס קומט אן די מאביילס און עס גיסט זיך יין בשר ודגים זעץ זיך אוועק ביים טיש און פארגעס וואס פאר וועם דו נעמסט צאם געלט.. אדער גיי צו'ם רב רבי ראש ישיבה אין שטוב און פארדריי דארט א קאפ זאג זיי דו ווילסט תשובה טוהן אדער פרעג זיי אפ זייער מגילה פשעטל. כ'מיין קאם אן עס איז פורים די איין טאג א יאר וואס די סיסטעם פארט אויף אפרוה קענסט ביי זיך נישט פועל'ן צו זיין א משהו אנדערש פון דיין חבר. קאם אן. אדער טרינק נאך אפאר גלעזער.
אייגענטליך ווען איך בין געווארען לאנגווייליג פון די סארט געימס כ'האב געפילט איך מוז אויך גיין נאך געלט פלעג איך זיך ארויסשטעקן די האנט, מאכען אפאר הונדרעט דאלאר, און עס גלייך אריינווארפען אין די נענסטע פושקע אדער איברעגעגעבן צו די נעקסטע פושט יד..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3810
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5908 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 24, 2015 3:43 pm

איך געדענק נאך נישט צו לאנג ציריק ווען איך בין נישט מער געדאכט נאך געווען א בחור, און איך האב ארום געמאבעלט אין די וויליאמסבורגע גאסען קלייבן נדבות ( איך ווייס נאך ניטאמאל עד היום הזה פאר וועלעכע צוועק איך בין געגאנגען, נאר ווי דערמאנט פורים האט געמיינט פאר א בחור צו זיצן אויפן מאביל א גאנצען טאג פון נאך קריאות המגילה ביז 11 אויף די נאכט) און איך האב אפי' נישט געהאט די געלעגנהייט עפעס איבערצובייסן, דאס מאגן מיינער האט געפאדערט דאס זייניגע, אבער עס איז דאך געווען א שאד צו פארטאכלעווען די טייערע צייט מיט אכילה, מען קען דאך אין די צייט באשנארן נאך א נגיד, אזוי האט די הינגער גענוגט א גאנצען טאג, ביז ענדליך זענען מיר אהגעקומען צו הר''ר ר' יעקב הערש שעהנפעלד אהיים, וואס ער האט געהאט א הערליכע מנהג, ער האט א גאנצן טאג סערווירט א הערליכע סעודת פורים פאר אלע גרופעס, כת אחת נכנס וכת שנייה יוצאת.... און מיר האבן קוים אויסגעווארט ביז דער גרופע בעפאר אונזער ענדיגט אפעסן, תיכף ווען זיי האבן קום אפגעבענשט, האבן מיר זיך געווארפן אויף די פרישע בארכעס און הייסע האלאפצעס..... די טעלערס האבן מיר אפגעלעקט.... דאס קען איך קיינמאהל נישט פארגעסען.... און איך בין אים באמת מקנא מיט די גרויסע מצוה.......
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1736
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1944 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט