נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע

נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?

הודעהדורך סאשי פיש » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:04 pm

א נייע פאטענט וואס על פי הלכה קען מען צינדען און לעשן לייטס אום שבת קודש.
די היימישע רבנים גייען עס מתיר זיין?
פאר מעות קדימה דריקט דא
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2694
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2311 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:17 pm

סאשי פיש: ייש"כ פאר ברענגען אונז די גוטע בשורה אז ס'איז שוין פארהאן א "כשר סוויטש" וואס ערלויבט אונז צו אקטיוויזירן אדער דע-אקטיוויזירן א לייט אדער אן עיר קאנדישאנער אום שב"ק ויו"ט.
איך פארשטיי א ביסל אין עלעקטראניקס טעכנאלאגיע. און א קליין פיצינקע ביסל אין הלכה. נאר דער חשוב'ער אינווענטאר האט מיך נאכנישט קאנווינס'ד (איבערצייגט)
אז די אקציעס פון דעם סוויטש זענען נישט בגדר "גרמא".
דער חזון אי"ש זצ"ל האלט אז ביי פארגענצן אן עלעקטרישן קרייז...Closing an electric circuit...אפילו איך בין נישט מפעיל קיין עלעקטרישן שטראם, איז אויך אסור אום שבת. משום "בונה"...ווייל מ'טוט דערגענצן א גאנצע מערכת...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9280
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5590 מאל

Re: אנצינדען א לייט אין שבת

הודעהדורך נופת צופים » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:28 pm

מען דערגענצט( אויב ס'איז א ווארט) גארנישט. ער ווייזט דארט אז דער שטראם גייט פון זיך אליין, אמאל יא און אמאל נישט( ספק א') און דו נעמסט אוועק א בלאקעדש אז ס'זאל קענען ווייטער גיין און נתקבל ווערן אויף די צווייטע צד, וואס איז אויך א ספק אויב ס'וועט נתקבל ווערן( ספק ב')
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 758 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:44 pm

נופת צופים האט געשריבן:מען דערגענצט( אויב ס'איז א ווארט) גארנישט. ער ווייזט דארט אז דער שטראם גייט פון זיך אליין, אמאל יא און אמאל נישט( ספק א') און דו נעמסט אוועק א בלאקעדש אז ס'זאל קענען ווייטער גיין און נתקבל ווערן אויף די צווייטע צד, וואס איז אויך א ספק אויב ס'וועט נתקבל ווערן( ספק ב')

נופת צופים: על ראשון ראשון. יא. ס'איז דא אזא ווארט. משלים זיין הייסט אין אידיש "דערגענצט" עפשער האסטו נישט געהערט פון דעם ווארט...?!
די צווייטע קשיא איז געווען. (מיט'ן ניגון פון מה נשתנה)...אז ער טוט דא גארנישט קיין פעולה. ער נעמט נאר אוועק דעם בלאקידזש אז די ליכטיגקייט פולסעס (פולסין דנהורא) זאללן קענען אריבערגיין און זיי זאללן גורם זיין אז די עלעקטריציטעט זאל צוקומען צו די לייט.
אזוי ווי כ'האב פריער געזאגט אז דער חזון אי"ש האלט אז אפילו אין א פאלל וואו די עלעקטריק ארבעט נישט אויף די מאמענט. טאר מען אויך נישט אנצינדן אן עלעקטריק סוויטש אום שבת (אפילו איך בין נישט מפעיל דעם עלעקטרישן שטראם) ווייל דאס הייסט בונה. ער בויעט אויף די מערכת אז ווען די עלעקטריציטיעט וועט צוריקקומען וועט זיך די לייט קענען אנצונדן...! אנדערע פוסקים, ווי ר' שלמה זלמן אויערבאך האלטן נישט אזוי. איז עס אפשר יא מותר...אבער איך וויל עס נאכאלץ נישט נוצן אום שב"ק ויו"ט...!
נ.ב.: איך האב געשריבן "פולסין דנהורא"... וועט זיך אפשר טרעפן א "תלמיד חכם" וואס וועט וועלן אויפווייזן אז דער בעל עגלה איז אן עם הארץ. אפשר טאקע יא. אבער דער בעל עגלה ווייסט א חילוק פון "נורא" ביז "נהורא". די ערשטע איז טייטש פייער. און די צווייטע איז טייטש ליכטיגקייט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9280
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5590 מאל

Re: אנצינדען א לייט אין שבת

הודעהדורך נופת צופים » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:51 pm

אלץ פיין און וואויל. אבער זיין חידוש איז אז ס'איז א ספק ספיקא. נאכאמאל, ספק אז ס'וועט ארויסקומען א פולס און ספק אויב ס'וועט נתקבל ווערן.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 758 מאל

הודעהדורך כפתור » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm

כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה
כפתור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

Re: אנצינדען א לייט אין שבת

הודעהדורך נופת צופים » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:23 pm

ווען מ'צונדט אן די לייט אדער מ'שטעקט אריין א פלאג, מאכסטו קאמפלעט (אדער ווי בערעלע זאגט "ערגענצט דו" ) א צערקוט. אין אנדערע ווערטער דו האסט "געבויט" א צערקוט.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 758 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:34 pm

כפתור האט געשריבן:כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה

דער חילוק פון עלעקטריק מיט וואסער איז זייער פשוט. די עלעקטראנס זענען א כח האש. כאטש א טייל פוסקים, ווי דער מהרש"ג (ר' שמעון גרינפעלד מ'סעמיהאי, אונגארן) האלט אז עלעקטריציטעט איז נישט קיין פייער ממש און ס'איז בכלל נישט דא קיין איסור דאורייתא צו אנצינדן אדער אויסלעשן א לייט אום שבת. פארשטייטזיך אז ער איז עס נישט מתיר. אבער ער האלט אז קיין איסור הבערה האט מען נישט עובר געווען...! ע"כ. אין פלעצער, אזוי ווי אין אפארטמענט בילדינגס אויף הויכע שטאקן וואו די וואסער פרעשור ארבעט מיט א פאמפ טאר מען עס טאקע נישט נוצן אום שבת. חוץ אויב ס'גייט צוערשט אריין אין א טענק פאר ס'קומט אן אין שטוב...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9280
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5590 מאל

הודעהדורך ביבער » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:47 pm

קיין גאנצע ישועה איז עס נאכנישט ווייל מדארף נאכאלס געדענקן אנצוצינדן דעם שבת מאוד פאר שבת.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 577
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 540 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:53 pm

ביבער האט געשריבן:קיין גאנצע ישועה איז עס נאכנישט ווייל מדארף נאכאלס געדענקן אנצוצינדן דעם שבת מאוד פאר שבת.

ביבער: אויף דעם איז אויך דא אן עצה. מ'וועט אינווענטן אן אויטאמאטישן סוויטש (עלעקטרא-מעקניקל) וואס וועט "וויסן" אז ס'קומט שבת. און ס'וועט אריינלייגן דעם סוויטש אין די "שבת-מאוד"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9280
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5590 מאל

הודעהדורך שושן פורים » מאנטאג אפריל 13, 2015 11:53 pm

כפתור האט געשריבן:כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה

ווען פלארעסענט באלבס איז ארויסגעקומען איז בעצם נישט געוועהן קיין שום צד איסור, נאר די רבנימ'ס פילינגס האט עפעס נישט געוואלט מתיר זיין , ס'טייטשט אנצונדען א לייט שבת??!!, האבן זיי ערפינדן א פראבלעם פון בונה וואס בעצם לייגט זיך נישט אויפן שכל אבער דאך כדי נישט צו האבן גילטי קאנטשעס פארן אסרן אין די וועלט אריין האט מען זיך ארויפגעכאפט אויף בונה און יאללה! ! שישו מעי! !!

וויזויגייטעס?! אנצונדען א פלארעסענט לייט דארף מען זוכן אן איסור, גיין אין א הייסע מקווה בצפרא דשבתא דארף מען זוכן א היתר, וראו מי נדחה בפני מי.

עד כאן דברי התלמיד הפחות שבפחותים, והוא רחום יכפר עוון.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 421 מאל

הודעהדורך כפתור » דינסטאג אפריל 14, 2015 12:51 am

נופת צופים האט געשריבן:ווען מ'צונדט אן די לייט אדער מ'שטעקט אריין א פלאג, מאכסטו קאמפלעט (אדער ווי בערעלע זאגט "ערגענצט דו" ) א צערקוט. אין אנדערע ווערטער דו האסט "געבויט" א צערקוט.


איך מאך גארנישט. די עלקראנס קומען און גייען שוין פון און צו די עלעקטריק קאמפאני ( AC) די איינציגסטע זאך וואס איך טו ווען איך פלאג אריין, איז אז איך מאך די עלעקראנס זאלן מאכן א אומוועג און דורכגיין מיין מאשין "אויך". מיין שאלה איז פארוואס מ'רופט עס בונה. רוף עס עני אנדערע פון די ל"ט מלכות
כפתור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך כפתור » דינסטאג אפריל 14, 2015 12:57 am

"ווען פלארעסענט באלבס איז ארויסגעקומען איז בעצם נישט געוועהן קיין שום צד איסור"

פלארעסענט לייטס איז יא דא א "ספארק" ווען ס'צונדט זיך אן. ס'צונדט אן די כאמיקאלן. לכאורה דארף עס יא זיין אסור... אבער נישט אלטס בונה
כפתור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

Re: אנצינדען א לייט אין שבת

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 14, 2015 1:03 am

אןיב רעט מען פון א ספק ספיקא , ווער דארף דען א סוויטש וואס איז נישט זוכער אז סגייט אנצינדען די לייט. פארשטייטזוך אז סגייט בודאי אנצינדען די לייט. סאו די גאנצע ספק איז וויפיל סקונדעס סגייט געדויערן, צי ביים ערשטען שפריץ צי ביים צווייטען, איז דאך נאר א ספק פון צייט. נו וועלכע הלכה זאגט אז אויב סאיז נישט קלאר וועלכע רגע סגייט געשען הייסט עס א ספק?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3573
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1622 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אפריל 14, 2015 1:37 am

הרי זה יסוד ההיתר של רוב פטנטי צומת שטוענים שהסכים להם הרשזא זל, להיות גרמא על ידי מניעת המניעה, ורבים סטמכים עליהן עכפ לחולים ושעת הדחק, ויש בזה אריכות שדנו בזה פוסקי זמננו, עכפ אין זה חידוש חדש.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3635
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1682 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5310 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:07 am

שושן פורים האט געשריבן:
כפתור האט געשריבן:כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה

ווען פלארעסענט באלבס איז ארויסגעקומען איז בעצם נישט געוועהן קיין שום צד איסור, נאר די רבנימ'ס פילינגס האט עפעס נישט געוואלט מתיר זיין , ס'טייטשט אנצונדען א לייט שבת??!!, האבן זיי ערפינדן א פראבלעם פון בונה וואס בעצם לייגט זיך נישט אויפן שכל אבער דאך כדי נישט צו האבן גילטי קאנטשעס פארן אסרן אין די וועלט אריין האט מען זיך ארויפגעכאפט אויף בונה און יאללה! ! שישו מעי! !!

וויזויגייטעס?! אנצונדען א פלארעסענט לייט דארף מען זוכן אן איסור, גיין אין א הייסע מקווה בצפרא דשבתא דארף מען זוכן א היתר, וראו מי נדחה בפני מי.

עד כאן דברי התלמיד הפחות שבפחותים, והוא רחום יכפר עוון.

שושן פורים: איך מיין אז דו מישט אויס דא צוויי באזונדערע עניינים. ווער ס'האט ערפינדן דעם איסור פון בונה ביי אן עלעקטריק סירקויט איז געווען דער חזון אי"ש. און ער איז נישט געווען עפעס א רב'ל אין די שטאט הוידו נאנאש אדער שאראש פאטאק. ווייל א חוץ פון זיין א גאון בתורה איז ער אויך געווען א סייענטיסט. נאר אין דעם ענין האבן די אלע אנדערע פוסקים פון זיין צייט , ווי ר' שלמה זלמן אויערבאך, נישט מסכים געווען מיט זיין צד האיסור.
הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל איז אויך געווען א שטארקער בקי אין די עלעקטריקל דיסטריביושן סיסטעם. (וויאזוי עלעקטריק ווערט פראדוצירט. און וויאזוי ס'קומט אן צו די היימען און פאבריקן.). ער האט געשריבן אין זיין תשובה ספר א פונקטליכע הסבר וויאזוי דאס ארבעט.
אן אנדערער רב וועלכער האט געלעבט מיט בערך הונדערט יאר צוריק. ר' שמעון גרינפעלד האט אויך געשריבן זייער א סאך תשובות איבער עלעקטריק און די געציילטע עלעקטרישע אפלייענסעס וואס זענען דאמאלס געווען. אין זיין ספר שו"ת מהרש"ג רעדט ער אויך איבער דעם באנוץ פון שבת זייגערס, וועלכע זענען נישט געווען אזוי סאפיסטיקירט ווי היינט. ער איז פונקטליך מסביר וויאזוי ס'ארבעט. און ער פסק'נט אז מ'מעג זיך באנוצן מיט דעם ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9280
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5590 מאל

Re: אנצינדען א לייט אין שבת

הודעהדורך נופת צופים » דינסטאג אפריל 14, 2015 6:27 am

כפתור האט געשריבן:
נופת צופים האט געשריבן:ווען מ'צונדט אן די לייט אדער מ'שטעקט אריין א פלאג, מאכסטו קאמפלעט (אדער ווי בערעלע זאגט "ערגענצט דו" ) א צערקוט. אין אנדערע ווערטער דו האסט "געבויט" א צערקוט.


איך מאך גארנישט. די עלקראנס קומען און גייען שוין פון און צו די עלעקטריק קאמפאני ( AC) די איינציגסטע זאך וואס איך טו ווען איך פלאג אריין, איז אז איך מאך די עלעקראנס זאלן מאכן א אומוועג און דורכגיין מיין מאשין "אויך". מיין שאלה איז פארוואס מ'רופט עס בונה. רוף עס עני אנדערע פון די ל"ט מלכות

@כפתור סלאו דאון א סעקונדע. איך רעד נישט קיין איין ווארט וועגן די עלעקטראנס וכו'. ווען דו שטעקסט אריין די פלאג "בויסטו" א פיזישע צערקוט פון אייזן, פון ווייערס, נישט עלעקטראנס.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 758 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אפריל 14, 2015 6:43 pm

א פלא. דער זעלבער קאמפאני האט האט שוין פראבירט צו מארקעטן דער פאטענט פאר דריי פיר יאר צוריק און מפרסם געוון אז פארשידענע גדולי הרבנים והפוסקים זענען מתיר. עס איז דעמאלטס געווען א גרויס טומל דערוועגן און גדולי הפוסקים זענען ארויסגעקומען דערגעגן און געשריגען שמעולם לא התירו און אז די סארט היתרי גרמא זענען נאר גוט פאר שעת הדחק אדער חולים נישט פאר יעדער.

אז מען איז מעיין אין די הסכמות וואס זיי שטעלן דארט זעהט מען טאקע ווי עס איז כמעט נישטא איינער וואס איז טאקע דאס מתיר לכתחילה. למשל דער בריעף פון הרב שיינבערג זעהט מען קלאר איז נישט מער ווי א ברכה נישט קיין פסק. הגם עס איז טאקע מאדנע פארוואס ער האט געגעבן אזא צעטל. די שורות פון הרב נויבירט זענען אויך אומקלאר פון וואס זיי רעדן זיך און ער האט שפעטער קלאר געשריבען א צעטל אז ער איז עס נישט מתיר לכתחילה. מצד שני איז טאקע גאר מאדנע. למשל דער צעטל פון הרב נבנצאל זעהט אויס גאנץ גלייך אז ער איז מסכים דערצו, שפעטער ווען הרב רוזן האט עם געפרעגט האט ער געזאגט ער געדענקט גארנישט חתמ'נען אזא צעטל און אוודאי איז עס אסור. רוזן איז משער אז מען האט געזאגט פאר די רבנים עס איז נאר לשעת הדחק אדער פאר חולים און זיי האבען דאס פארגעסן צו שרייבען אין א צעטל. גאר מאדנע. הרב נח אייזיק אלבום, כאטש נישט אליינס געשריבן, זאגט גאנץ קלאר ער האלט עס איז מותר נאר למעשה זאל מען פרעגן א רב.. אויך איז מאדנע ווען רבנים ווי הרב שלום ארוש, וואס האבן גארנישט מיט פסק הלכה קיינמאל, שרייבען הסכמות אויף אזא זאך. אפשר איז די גאנצע זאך געפעלטשט?

נאך מער מאדנע איז ווי יעצט איז זיי איינגעפאלן צו מאכן תחיית המתים פאר דער געדאנק אויף אינדיגיגו און זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די גאנצע היסטאריע.

הרב ישראל רוזן ראש צומת אסר'ט

דער בריעף פון הרב נויבירט מח"ס שש"כ
בילד

הרב גיל סטודנט האט א שיינע שמועס
נאך איבער דער שערוריה
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3635
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1682 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5310 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » דינסטאג אפריל 14, 2015 7:09 pm

IMG-20150414-WA0038.jpg
IMG-20150414-WA0038.jpg (164.89 KiB) געזען געווארן 1209 מאל
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2162 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אפריל 14, 2015 7:18 pm

איך פארשטיי אבער נישט פונקט די פסק אז חולה שאיב"ס איז עס מותר און נישט פאר יעדער. הייסט עס דאס איז אן איסור דרבנן בשינוי? און וואס פעלט אויס דער גרמא אויב אזוי? אויב לעקטער איז בכלל א דרבנן כהסכמת רוב הפוסקים דארף מען דאך נישט דער גאנצער פאטענט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3635
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1682 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5310 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אפריל 14, 2015 10:00 pm

כפתור האט געשריבן:כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה

דאכט זיך מיר אז ר' שלמה זלמן דערמאנט די טענה אויפ'ן חזון איש.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4757
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7208 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7570 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 14, 2015 11:38 pm

לעיקוואד האט געשריבן:איך פארשטיי אבער נישט פונקט די פסק אז חולה שאיב"ס איז עס מותר און נישט פאר יעדער. הייסט עס דאס איז אן איסור דרבנן בשינוי? און וואס פעלט אויס דער גרמא אויב אזוי? אויב לעקטער איז בכלל א דרבנן כהסכמת רוב הפוסקים דארף מען דאך נישט דער גאנצער פאטענט.

לעיקוואוד: דו ביסט 100% גערעכט. די גדולי הפוסקים האבן טאקע אזוי געפסק'נט נאך א סאך יארן פאר דער "קאושער סוויטש" איז ארויסגעקומען אז פאר א חולה שאין בו סכנה, אויב האט ער שוועריגקייטן צו איינשלאפן, מעג מען אויסלעשן די לייטס. אבער דער אינווענטאר האט דאך אן אייטעם צו פארקויפן...אבער למעשה איז נישט דא קיין איין פוסק הלכה סיי אין אמעריקע און אין ארץ ישראל וואס איז מתיר לכתחילה צו באנוצן מיט דעם קאושער סוויטש צו קאנטראלירן די לייטס אום שבת...!
אפילו הרב רוזן און רש"ז אויערבאך האבן נאר מתיר געווען פאר חולים אדער פאר ענייני ביטחון...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9280
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5590 מאל

הודעהדורך כפתור » דינסטאג אפריל 14, 2015 11:53 pm

נופת צופים האט געשריבן:
כפתור האט געשריבן:
נופת צופים האט געשריבן:ווען מ'צונדט אן די לייט אדער מ'שטעקט אריין א פלאג, מאכסטו קאמפלעט (אדער ווי בערעלע זאגט "ערגענצט דו" ) א צערקוט. אין אנדערע ווערטער דו האסט "געבויט" א צערקוט.


איך מאך גארנישט. די עלקראנס קומען און גייען שוין פון און צו די עלעקטריק קאמפאני ( AC) די איינציגסטע זאך וואס איך טו ווען איך פלאג אריין, איז אז איך מאך די עלעקראנס זאלן מאכן א אומוועג און דורכגיין מיין מאשין "אויך". מיין שאלה איז פארוואס מ'רופט עס בונה. רוף עס עני אנדערע פון די ל"ט מלכות

@כפתור סלאו דאון א סעקונדע. איך רעד נישט קיין איין ווארט וועגן די עלעקטראנס וכו'. ווען דו שטעקסט אריין די פלאג "בויסטו" א פיזישע צערקוט פון אייזן, פון ווייערס, נישט עלעקטראנס.


דאס האב איך קיינמאל נישט געהערט. לויט דעם טאר מען נישט צומאכן א "ברעיסלעט", ער בויעט א צערקוט
כפתור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:02 am

אויב עטץ מיינטס אז מיט דעם שטעלט זיך עס אפ האט עטץ א ביטערע טעות, ס' האט זיך אנגעהויבן מיט א שבת עפפ נאכדעם גייט עס צו א שבת סוויטש, נעקסט איז א שבת קאר :)
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 935
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:06 am

כפתור: דו האסט פארפאסט איין קליינע נקודה. ווען דו מאכסט אן עלעקטריק סוויטש אין די "אן" פאזיש'ן ביסטו (לויט'ן חזון אי"ש) עובר אויף "בונה" ווייל דו גרייטסט עס אן צו קענען מקבל זיין אן אסור'דיגע זאך אום שבת. משא"כ צו מאכן די שלאס פון א ברעיסלעט איז נישט קיין הכנה פאר א דבר אסור... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9280
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5590 מאל

נעקסט

גיי צוריק טעכנאלאגיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron