אויסשליסליכע אינטערוויו מיט צימערמאן (אמת)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

אויסשליסליכע אינטערוויו מיט צימערמאן (אמת)

הודעהדורך חקרן » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 7:51 pm

איך וויל אייך דערציילן אמת'ע דיבורים, דברים כהוויתן...

איך האב זיך באגעגנט מיט הרב צימערמאן אויף א באס, דוכט זיך דאס ערשטע מאל וואס איך האב אים באגעגנט פנים אל פנים. איך האב זיך גראד אוועקגעזעצט נעבן אים און אנגעהויבן שמועסן מיט אים. במשך א שעה צייט האבן מיר געשמועסט על דא ועל הא, איך וועל נישט שרייבן מיין גאנצע שמועס מיט אים, אבער איך וועל ארויסנעמען עטליכע אינטערעסאנטע זאכן פון אונזער שמועס.

האמת אגיד, אז איך האב אנגעטראפן אן אנדערן סארט מענטש ווי איך האב ערווארטעט צו טרעפן. דער איד איז א ווייכער מענטש פון נאטור, אן איידעלער, שמועסט געשמאק און מען דערקענט אויף אים א רגש און ליבשאפט צו אנדערע מענטשן, ער איז נישט סתם אן אנגעבלאזענער וואס האט פיינט די גאנצע וועלט, ער איז זייער איידל און א פוטער ווייכער מענטש. פון די אנדערע זייט בין איך איבערצייגט געווארן אז דא האנדלט מען פון א מענטש וואס איז באמת נישט אזוי קלוג און געריבן, ער איז היבש מצומצם און פארשטייט נישט צופיל זאכן. ער איז נישט אויסגעקאכט אין זיין שיטה און איז היבש וואקלדיג מיט זיינע ווערטער און געדאנקען.

אנהויבנדיג שמועסן מיט אים, האט אים געציטערט הענט און פיס, ער האט געהאט א געוואלדיגע לחץ פון מיר, און ער האט געענטפערט מיט האלבע זאצן. איך האב אים קלארגעשטעלט אז איך בין נישט דא צו לייגן לחץ, און אויב עס איז אים שווער, דאן הויב איך זיך שוין אויף און איך זוך זיך א צווייטן ארט. ער האט מיר אבער געזאגט אז ער איז באקוועם און איך קען רעדן מיט אים. ווי לענגער מיר האבן גערעדט, אלס באקוועמער איז ער געווארן און זיך געלאזט רעדן.

איך האב אים געפרעגט פון וועמען ער האט מקבל געווען דעם דרך, און פון וואו ער נעמט דאס צו טון, ער האט מיר געזאגט אז זיין מנהיג רוחני איז ר' משה בער בעק, מיט וועמען ער שמועסט זיך דורך אלע וויכטיגע נושאים, ר' משה בער סעפארט אים און אדווייזט אים ווי אזוי זיך צו פירן. אויף מיין שאלה פון וואו ער לעבט, האט ער מיר קודם געענטפערט אז דער באשעפער שיקט פרנסה און דער באשעפער מאכט לעבן, ער האט מיר אויך געזאגט אז באמת ארבעט ער א חלק פון טאג, ער טוט ארבעט אין א געוויסע ווערהויז וואס פון דארט שעפט ער פרנסה. ער האט מיר אויך מרמז געווען אז מצד משפחתו איז דארט פאראן געלט, דוכט זיך אן אויסגעצאלטע הויז וכו'...

בנוגע די יחסים מיט זיין משפחה, האט ער מיר געזאגט אז זיינע ברידער זענען אהרונים, ער איז טאקע מוחה קעגן דעם מנהיג שקר (כלשונו) ווען ער קען, אבער ער האלט אן גוטע באציאונגען מיט זיינע ברידער. זיין טאטע איז מער זאלוניש געשטימט. ער דערציילט מיט שטאלץ ווי אזוי מען האט אים ארעסטירט ביי א פראטעסט אין מאנרא, ווען ער האט מוחה געווען פארוואס ר' אהרן האט אויפגענומען דעם דושינסקי רבי. ער זאגט "דאס איז געווען א גרויסער קידוש השם מסוף העולם ועד סופו...", אויף מיין פראגע צי ער וואלט דאס נאכאמאל געטאן, ענטפערט ער מיט א זיכערקייט "יא!".

דער הוט וואס ער גייט, איז צוליב דעם וואס ער איז אן איידעם ביי א ביאנער חסיד. אלס בחור פלעגט ער טראגן א שטאפענער הוט אינדערוואכן און א ברייטער הוט אום שבת, נאך די חתונה האט ער דאס געטוישט. זיינע באציאונגען מיט זיין שווער איז היבש אנגעצויגן, זיין שווער איז אומצופרידן מיט זיינע פעולות, אבער ער האט קלארגעשטעלט פאר זיין שווער, אז טאמער ער ברענגט אים איין בירור הלכה אז מען מעג טראגן אום שבת מיטן וויליאמסבורגער עירוב, גיבט ער אויף די מערכה, און אפילו דאס איז בלויז א דעת יחידאה וואס אנדערע זענען מחולק דערויף... לויט זיינע ווערטער האט זיין שווער ביז היינט נישט באוויזן צו ברענגען אזא בירור הלכה.

מיט זיינע שוואגער, די קינדער פון זיין שווער, לעבט ער זיך גאנץ פיין, הגם ער קריגט זיך אסאך מיט זיי, דאס איז אזעלכע יחסי אהבה/שנאה... ער שרייט זיי נאך אין די גאס שבת, אבער א מינוט דערנאך קענען זיי שמועסן פריינטליך. ער האט ליב זיך צו דינגען און קריגן מיט זיי בדברים העומדים על הפרק, אבער עס איז נישט מיט א שנאה אדער האס, נאר מיט א בחינה פון את והב בסופה... אויף מיין שאלה צי ער שרייעט אויף זיין שווער שבת אין גאס, ענטפערט ער אז זיין שווער טראגט נאר בצנעה און דעריבער איז דאס אים קיינמאל נישט אויסגעקומען. איך האב אים געפרעגט צי ער וואלט דאס געטאן אין פאל אז ער זעט זיין שווער טראגן, זאגט ער אז ער דאנקט דעם אויבערשטן אז ער האט נאך קיינמאל נישט געהאט דעם נסיון און ער ווייסט נישט וואס ער וואלט דאן געטאן.

מיט זיין שוויגער, דערציילט ער, האט ער זיך שוין אמאל פארפלאנטערט, בשעת זי האט געטראגן מיט א קערעדזש. ער האט נישט באמערקט אז דאס איז זיין שוויגער, ווייל ער קוקט נישט אויף קיין פרויען... ער האט געזען א פרוי מיט א קערעדזש האט ער זיך גענומען מאכן קולות אויף איר "שבת", אבער דאס האט נישט גוט אויסגעקלאפט, זי איז געווארן ערנסט באליידיגט אויף אים, און ער האט איר געמוזט איבערבעטן און אפילו שרייבן אן איבערבעטונגס בריוו... עס איז נישט געווען אזוי פשוט.

מיט זיין ווייב האט ער גוטע קשרים און זיי פארשטייען זיך. ער האט אסאך ארומגערעדט אין שטוב און ערקלערט זיינע דרכים, ביז זי האט אים פארשטאנען און זי איז מיט אים אויף איין פעידזש. בנוגע זיינע קינדער, זאגט ער אז זי עלסטע איז א מיידל פון עלעוו יאר און זי האט נאכנישט אויפגעכאפט וואס ער טוט וכדו', די יונגערע זענען יונגלעך אבער זיי זענען נאך יונגער און באגרייפן אויך נישט. אויף מיין פראגע צי מען טשעפעט זיי אין חדר אויף זיינע פעולות, האט ער געענטפערט אז ניין, ער האט נאך קיינמאל זיך נישט געהערט באקלאגן פון זיי דערוועגן. איך האב אים געפרעגט "תכלית, וואס וועט זיין - די קינדער וועלן עלטער ווערן און עס וועט ווערן א שאלה בנוגע שידוכים, וואס וועסטו טון? - ווער וועט זיך וועלן משדך זיין וכו'? - ווי אזוי טוסטו דאס פאר דיינע קינדער? - האט ער געענטפערט דערויף אז שידוכים קומט פון הימל, א מענטש טאר נישט מאכן די סארט חשבונות, מען דארף טון וואס מען דארף טון און דער באשעפער וועט שוין פירן זיין וועלט...

אויף מיין שאלה צי ער באקומט אמאל סטראשונגען און בריוולעך אדער טעלפאן רופן, ענטפערט ער אז נישט. ער זאגט אז די דאזיגע צייטן פון סטראשען זענען שוין פארריבער, ער איז משער אז מיט צוואנציג יאר צוריק וואלט מען אים מסתמא יא באווארפן און געמאכט פאוני קאלס, אדער אין די היינטיגע עפאכע האט מען שוין מורא און קיינער טוט עס נישט. ער דערציילט אז ער האט יא איינמאל באקומען א פאוני קאל פון א בחור'ל, אבער דאס איז געווען ממש די איינציגסטע מאל וואס ער האט אזאנס באקומען. אין די גאס קען מען אים יא אמאל נאכשרייען אדער זאגן עפעס א ווארט, בפרט בשעת א הפגנה, אבער ער מאכט זיך נישט צוטון פון דעם.

איך האב אים געפרעגט, פארוואס ער גייט נישט אריין צו די רבי'ס זיך דורכשמועסן מיט זיי און זיך פראבירן דורכצוקומען מיט זיי. ענטפערט ער אז ער חנפ'עט נישט קיין רשעים. איך האב אים אבער פראבירט צו צימבלען אז פארקערט, ער זאל אריינגיין צו די רבי'ס שרייען און מוחה זיין בפניהם, הערן וואס זיי האבן צו ענטפערן וכו', אבער ער האט געהאלטן אז לא זו הדרך, מען טאר זיי נישט אנערקענען און מען דארף מוחה זיין בריש חוצות אויף זיי.

לויט זיינע ווערטער פארט ער כמעט נישט ארויס פון אמעריקע. זינט זיין חתונה איז ער ממש נישט ארויסגעפארן און פאר זיין חתונה איז ער בלויז איינמאל געווען אין ליזענסק אויף כ"א אדר. ער וויל נישט פארן בשיטה, קיין ארץ ישראל זיכער נישט. אפילו זיין ווייב לאזט ער נישט פארן, און בלויז איינמאל האט ער איר געלאזט פארן בתנאי אז זי פארט בלויז אין פלעצער וואו ער האט איר ערלויבט צו פארן. פארט פארט ער אין פארשידענע פלעצער אין אמעריקע, מוחה זיין קעגן די מדינה, ער פארט צומאל מיט די נטורי קרתא און ער איז זיך משתתף מיט זייערע הפגנות. איך האב אים געפרעגט וואס ער זאגט צו די בילדער וואס דרייען זיך פון צייט צו צייט, ווי אזוי נטורי קרתא דרייען זיך אויף אויסגעלאסענע ערטער און עס מאכט נישט קיין גוטע רושם. האט ער געענטפערט אז נארישע מענטשן מיט טריפ'ענע קעפ האבן ליב צו טרעפן די סארט סעטואציעס און דאס פארשפרייטן איבעראל, אבער באמת טראכט קיינער נישט פון די סארט זאכן. אויף מיין פראגע פארוואס ער איז כסדר מוחה אין די היימישע געגנטן, בשעת אינדרויסן פון די היימישע געגנטן איז פאראן פיל מער פירצות בחומת הדת, ציונות בוזשעוועט אין די פרייע גאסן און אנדערע פירצות אין צניעות איז פיל ערגער אין מאנהעטן וכדו'... האט ער געזאגט אז דאס וואס ער טוט קען ער טון, אינדרויסן איז נישט אין זיין יכולת...

צום סוף האב איך אים געפרעגט צי ער וואלט נישט געוואלט האבן אן אינטערוויו מיט א צייטונג, אז זיין קול זאל געהערט ווערן בריש חוצות, האט ער געעפנטפערט אז צייטונגען זענען טריפה און פון דארט קען קיין גוטס נישט ארויסקומען. איך האב זיך פראבירט צו דינגען מיט אים, זאגנדיג אז אזוי וועט מען הערן זיין קול מחאה פאר צענדליגע טויזנטע מענטשן וואס וועלן דאס ליינען, אדער אויף קול מבשר פאר טויזנטע ציהערער, אבער ער האט נישט געוואלט הערן דערפון... צייטונגען זענען טריפה און מען טאר נישט גיין דורך זיי, אפילו אויב מען קען אויפטון דורכדעם. אויף מיין שאלה פארוואס ר' משה בער בעק - זיין אפיציעלע מנהיג - מעג יא גיין צו צייטונגען, וויבאלד עס טוט אויף, האט ער געענטפערט אז ער ווייסט נישט... איך האב אים מציע געווען, אז ער זאל פרעגן ר' משה בער אויב עס איז כדאי אז ער זאל גיין דורך צייטונגען, האט ער געזאגט "אפשר"...

צום סוף פונעם וועג, האב איך אים מעורר געווען אז דא אויפן באס זיצט א יונגערמאן (אדער בחור), וואס זיצט ביי די פרויען זייט און מיט א סמארטפאון, עס איז פאראן א הלכה פון ערבות, מען דארף מוחה זיין און אים זאגן. איך האב אים דעריבער געזאגט אז מן הדין וואלט געווען אז ער זאל צוגיין צו יענעם און זאגן... ער האט זיך היבש געוואקלט דערין, אבער ער האט געוואלט וויסן וואו יענער זיצט און צי איך ווייס ווער דאס איז... ער האט געקלערט יא, ניין... ביז ער האט שוין געהאלטן ממש ביים עס טון, האט זיך יענער אויפגעהויבן פון ארט און אראפגעגאנגען פון באס, אזוי אז דערפון איז גארנישט געווארן.

עד כאן האינטערוויו מיטן לוחם מלחמות השם, ר' יואל צימערמאן שליט"א.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 541
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 928 מאל

Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט צימערמאן (אמת)

הודעהדורך מפוזרי » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 8:06 pm

פארוואס אין צימעס?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג מערץ 31, 2016 11:17 pm

די האסט נישט מורא פון גילוי? ווען צימערמאן וועט ליינען די ארטיקל וועט ער דאך גראד וויסן ווער חקרן איז
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2607
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2704 מאל

Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט צימערמאן (אמת)

הודעהדורך קל וחומר » פרייטאג אפריל 01, 2016 1:49 am

יש לי הרבה מה להוסיף בעניין, אבל היות וחוששני משום גילוי אמרתי לנפשי הבו לה דלא להוסיף עלה.

ואליך סקרן בקשתי שטוחה, אל נא תפנה אלי לבקש ממני אודות דבר זה, כי מיד בהגלות שמי אהיה מוכרח להעלם מפה.

ואם תאמר אם כן למה כתבתי זאת?
תירוץ הדבר, כי אולי אשנה דעתי בזה ואוכל לכתוב בעניין שלא יוודע זהותי, וכדי שלא אהיה כמשקר ואופה בטענה למה אחרת לבא בסודותיך עד כה, יהיה זה לעד.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1910
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3021 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2751 מאל

Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט צימערמאן (אמת)

הודעהדורך סאשי פיש » פרייטאג אפריל 01, 2016 8:53 am

קל וחומר האט געשריבן:יש לי הרבה מה להוסיף בעניין, אבל היות וחוששני משום גילוי אמרתי לנפשי הבו לה דלא להוסיף עלה.

ואליך סקרן בקשתי שטוחה, אל נא תפנה אלי לבקש ממני אודות דבר זה, כי מיד בהגלות שמי אהיה מוכרח להעלם מפה.

ואם תאמר אם כן למה כתבתי זאת?
תירוץ הדבר, כי אולי אשנה דעתי בזה ואוכל לכתוב בעניין שלא יוודע זהותי, וכדי שלא אהיה כמשקר ואופה בטענה למה אחרת לבא בסודותיך עד כה, יהיה זה לעד.

אופס! גענטפערט מיט די נישט גוטע ניק...
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2361 מאל

Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט צימערמאן (אמת)

הודעהדורך קל וחומר » פרייטאג אפריל 01, 2016 11:46 am

האביך טאקע נאך א ניק?
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1910
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3021 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2751 מאל

הודעהדורך אדונינו » פרייטאג אפריל 01, 2016 1:31 pm

את חטאי אני מזכיר... איך האב א שיינע פאר ניקס, אבער איך האף אז די טעות וועט זיך מער נישט איבערחזרן ואתכם הסליחה.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט צימערמאן (אמת)

הודעהדורך קל וחומר » פרייטאג אפריל 01, 2016 2:22 pm

אמאל לייקט מען זיך זעלבסט כדי שלא לבייש את מי שאין לו.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1910
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3021 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2751 מאל

Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט צימערמאן (אמת)

הודעהדורך פליקער » מוצ"ש אפריל 02, 2016 11:49 pm

צימערמאן האט מיך באשוואוירן אז ער גייט נישט אויסזאגן פאר קיינעם ווער איך בין בתנאי אז איך בין מפרסם די אינטערוויא, דעריבער האב איך קיין שום פחד אז ער וועט פארציילן ווייל אויף אזא איש אמת ווי ר' יואל קען איך זיך פארלאזן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3645 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מאנטאג אפריל 04, 2016 12:17 am

גג על גג, דערווייל האב איך נאך נישט געמאכט אזא טעות צווישן מיינע פילע ניקים, אפט פיר איך שמועסן און דעבאטעס צווישן מיר זעלבסט, נאך אלץ בעסער ווי רעדן צום וואנט.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 519
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1803 מאל

Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט צימערמאן (אמת)

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג אפריל 04, 2016 1:54 am

כ'האלט אינמיטן אויס'חשבונ'ען אז בעצם איז ס'גאנצע שטיבל איין מענטש מיט פילע ניקים מניקים שונים, הוא מותיב לה והוא מפרק, לייקט זיך, ווערט ברוגז אויף זיך פארן נישט לייקן מיט יענער ניק.
למעשה וויל איך אייך אלע מיינע ניקים עפעס מגלה זיין, כ'האב אמאל פארגעסן מיין פעסווארד פון מיין רויטע וואנצעס ניק, בינעך געגאנגען אנפרעגן ביי מיין געוואלדיג ניק אויב ער געדענקט, האט ער מיר געשיקט צו מיין שמעקעדיג ניק.
ער האט עס געהאט.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1910
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3021 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2751 מאל

הודעהדורך קאפיטאן » מאנטאג אפריל 04, 2016 9:19 am

ארויסגעפירט פון צימעס.
קאפיטאן
מנהל
מנהל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 14, 2016 8:18 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » מאנטאג אפריל 04, 2016 1:21 pm

קל וחומר האט געשריבן:כ'האלט אינמיטן אויס'חשבונ'ען אז בעצם איז ס'גאנצע שטיבל איין מענטש מיט פילע ניקים מניקים שונים, הוא מותיב לה והוא מפרק, לייקט זיך, ווערט ברוגז אויף זיך פארן נישט לייקן מיט יענער ניק.
למעשה וויל איך אייך אלע מיינע ניקים עפעס מגלה זיין, כ'האב אמאל פארגעסן מיין פעסווארד פון מיין רויטע וואנצעס ניק, בינעך געגאנגען אנפרעגן ביי מיין געוואלדיג ניק אויב ער געדענקט, האט ער מיר געשיקט צו מיין שמעקעדיג ניק.
ער האט עס געהאט.

דאס גאנצע "הוא מותיב לה והוא מפרק" איז צווישען דיר און דיר בבחינה הזה. דא ווילסט וויסן אויב דו ביסט גאר די גאנצע שטיבל?
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1040
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג אפריל 04, 2016 1:47 pm

יואלי'ס טאטע ר' חיים צימערמאן איז אן ערנסטע ת"ח און זייער א איידעלע איד,
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג אפריל 04, 2016 9:42 pm

מען מעג נעמען א מוסר השכל פון דעם אינטערוויו. א סך מאל ווען מען זעהט די חברה קען מען ווערן זייער בכעס און מען נעמט זיך שימפן מיט כל מיני לשונות. אבער ווען מ'כאפט אמאל א שמועס מיט זיי טוישט זיך אפט די בליק. עס שטעלט זיך ארויס אז אפט מאל רעדט זיך עס פון תמימות'דיגע מענטשן וואס רעדן זיך טאקע איין אז זיי ראטעווען דעם דור אבער זיי האבן בכלל נישט פיינט די מענטשהייט. דער ערגסטע טיטל וואס מען קען אנרופן אזא איינעם איז ס"ה: נעבעך! ותו לא.

נעמט לדוגמא דעם צימערמאן, א וואויל תמימות'דיג יונגעלע וואס אין אלגעמיין איז ער שטיל ווי א פיש, ס'איז שווער צו ציהען מיט איהם א שמועס (חקרן, האסט באוויזן א שטיקל קונץ...) ער האט בס"ה א משוגעת פון שרייען בקולי קולות ווען ער זעהט עפעס וואס איז לויט איהם א פירצה. ער טוט קיינעם נישט וויי (הכל לפי המבייש...) און ער הייבט קיינמאל קיין האנט. ס'שטעלט זיך ארויס פון דעם אינטערוויו אז ער האט א פארט טיים דזשאב, די איבריגע צייט בעיביסיט ער (דאס קען יעדער זעהן), ד.ה. א געטרייער מאן און טאטע. בקיצור ער איז נישט קיין ליידיגגייער, ער טוהט פשוט בתמימות דאס וואס ער מיינט ס'איז ריכטיג.

ס'צייט צו טוישן דאס געפיהל פון כעס צו רחמנות.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2333
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1832 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1864 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מאנטאג אפריל 04, 2016 10:02 pm

נאכן ליינען דעם אינטערוויו קוקט מיר אויס ווי די שורש פון דער פראבלעים ליגט אין 2 זאכן
1) סאיז דא געלט און מוטשעט זיך נישט
2) ער האט נאר א פארט טיים דזשאב
ווי אויך קוקט מיר אויס ווי זיין שוויגער איז דער איינציגסטער מיט א שפראך צו אים
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 519
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1803 מאל

הודעהדורך י. לבן » זונטאג יוני 05, 2016 11:51 pm

די מצב מיט צימערמאן איז גארנישט אזוי פשוט, ווייל ס'איז נישט נאר תמימות. קודם כל מאכט ער בושות פאר זיין גאנצע משפחה. אין קיינער זאל נישט חלומ'ען אז דארט איז דא געלט איך ווייס פאר א פאקט אז זיין ווייב לאזט עם נישט אהיים קומען אסאך מאל אן קיין באשטימטע סכום געלט, און ווען נישט פארשידענע עסקנים וואלט שוין לאנג געווען א גט. עס שפילט נאך צו דער פאקט אז זיין ווייב איז נישט צו א גרעסערע חכם ווי עם האלט זיך עס ב"ה.

און טאמער מיינט ער טאקע דעם באשעפער, וויפיל מאל ווען זיין טאטע -- אגב א אמת'דיגע צדיק פון א יוד וואס טשעפעט נישט קיין פליג פון וואנט און א גרויסער ת"ח -- קומט עם אויפפיקען פון פראטעסטן אין בעט זיך ביי אים יואלי מאך מיר נישט קיין בושות שרייט ער צוריק און האלט נישט ביים גיין, וואס טיט זיך מיט כיבוד אב? דו גרויסע באשעפער ליבהאבער? און כמובן זיין טאטע גייט אים נאר אויפפיקען ווען ס'ווערט צרות וד"ל
י. לבן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 05, 2016 5:14 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » מאנטאג יוני 06, 2016 12:02 am

י. לבן האט געשריבן:די מצב מיט צימערמאן איז גארנישט אזוי פשוט ווייל סאיז נישט נאר תמימות. קודם כל מאכט ער בישות פאר זיין גאנצע משפחה. אין קיינער זאל נישט חלומען אז דארט איז דא געלט איך ווייס פאר א פאקט אז זיין ווייב לאט עם נישט אהיים קימען אסאך מאל אן קיין באשטימטע סכום געלט אין ווען נישט פארשידענע עסקנים וואלט שוין לאנג געווען א גט עס שפילט נאך צו דער פאקט אז זיין ווייב איז נישט צו א גרעסערע חכם ווי עם האלט זיך עס ב"ה. אין טאמער מיינט ער טאקע דעם באשעפער וויפעל מאל ווען זיין טאטע אגב א אמתדיגע צדיק פין א יוד וואס טשעפעט נישט קיין פליג פין וואנט אין א גרויסער ת"ח קימט עם אויפפיקען פין פראטעסטען אין בעט זיך ביי אים יואלי מאך מיר נישט קיין בישות שרייט ער צירוק אין האלט נישט ביים ג'יין וואס טיט זיך מיט כבוד אב די גרויסע באשעפער ליבהאבער? אין כמובן זיין טאטע גייט עם נאר אויפפיקען ווען סווערט צרות וד"ל

בין איך דער איינציגסטער וואס ווערט נישט פארגאפט ווען אן אנאנימע ניק 'ווייסט עפעס פאר א פאקט'?

איך מיין גארנישט פערזענליך, און איך האב ווען נישט קיין סיבה צו גלייבן אנדערש לויט ווי כ'קוק דען צומערמאן אהן, אבער וואס איז מיט די "איך ווייס פאר א פאקט"? דאס מאכט נאך שוואכער דאס ביסל וואס מ'קען נאך דערהערן דעם אנאנימע ניק...

אהה, כ'האב שיעור נישט פארגעסן: שלום עליכם.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1040
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט צימערמאן (אמת)

הודעהדורך א איד » מאנטאג יוני 06, 2016 12:07 am

נישט שיין אזוי אויפצונעמען א נייע ניק.
ער האט זיך אנגעשטרענגט און געשריבן זיינע פאר שורות
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » מאנטאג יוני 06, 2016 8:05 am

א איד האט געשריבן:נישט שיין אזוי אויפצונעמען א נייע ניק.
ער האט זיך אנגעשטרענגט און געשריבן זיינע פאר שורות

איז די קשיא נאך שטערקער פונקט ביי אזא נושא פאנגט מען אן? אז דו פלאגסט דיך שוין יא אפ אפצוטייפען אפאר שורות זאל עס מיט ידיעות אדער עצות אבער גאסיפ פארוואס?
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט צימערמאן (אמת)

הודעהדורך טמיר » מאנטאג יוני 06, 2016 9:24 am

מען צעווישט נישט א מענטשןס פערסאנעל לעבן ברבים
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

הודעהדורך ענדע צדיק » מאנטאג יוני 06, 2016 9:57 am

קאמענטירער האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:נישט שיין אזוי אויפצונעמען א נייע ניק.
ער האט זיך אנגעשטרענגט און געשריבן זיינע פאר שורות

איז די קשיא נאך שטערקער פונקט ביי אזא נושא פאנגט מען אן? אז דו פלאגסט דיך שוין יא אפ אפצוטייפען אפאר שורות זאל עס מיט ידיעות אדער עצות אבער גאסיפ פארוואס?

גוט געזאגט, "א נייע ניק"....
ער, האעווער איט איז, האט נישט געוואלט נוצען איינע פון זיינע געהעריגע ניקים האט ער געעפענט א נייע...
באניצער אוואטאר
ענדע צדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 11:06 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך ענדע צדיק » מאנטאג יוני 06, 2016 10:06 am

חקרן, א סופער דזאב. ס'איז גוט צו הערן אמאל וואס טוט זיך ביי אים אין מוח.
און נישט קיין חילוק אויב איך בין מסכים מיט זיינע הנחות און סטעיטמענטס, זעהט אבער אויס אז ער ביי זיך איז היפש קלאר.
***
איז לבן אינגאנצן נישט גערעכט?
כאפ א שמועס מיט זיין משפחה און הער פון זיי אויב ס'שטערט זיי אדער נישט.
איך ווייס נישט קיינע פאקטן, אבער פאר א נערמאלע מענטש באדערט ווען א קינד אדעא געשוויסטער פירט זיך אויף אזוי, אפגעזעהן ווי ערנסט ער מיינט עס.
בושות בלייבט עס נאכאלץ.
און ווען זיינע קינדער וועלן עלטער ווערן וועט ער האבן א ביג פראבלעם. אויב וועט עס אדורכגיין ביז צו תקופת השידוכים גלאטיג איז גוד פאר הים.
באניצער אוואטאר
ענדע צדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 11:06 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט צימערמאן (אמת)

הודעהדורך א איד » מאנטאג יוני 06, 2016 10:17 am

קאווע שטיבל איז געשטעלט אויף פרייהייט פון ווארט, עס לאנג די אשכול איז אפן, און ער האלט אן די תקנות, איז נישטא קיין שום סיבה עם אזוי אפצוענטפערן.
און נאכדערצו אז דו ווייסט נישט אויב ער איז א נייע ניק אדער א אלטע.
ער מעג שרייבן וואס ער וויל, ער זאגט א אמתע פוינט, איך וואלט ענדערש געגלייבט זיינע פאר שורות, ווי חקרן'ס.
נישט אז איך גלייב נישט חקרן, נאר אלס איינער וואס קען נישט דעם צימערמאן נאר פון די קליפס וואס פארט ארום, און איך הער חקרן'ס שמועס, מיט די חות דעת פונעם נייעם ניק, און ער זאגט נאך ביודעו ומכירו. איז למיחש נעם איך עס אן.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל

הודעהדורך צוויקל » מאנטאג יוני 06, 2016 1:36 pm

פארגאנגענע וואך איז ארומגעפארן א קליפ פון צימערמאן ווי ער צואמפערט זיך מיט א עברית רעדנדע איד
איך גלייב אז צימערמאנ' קרובים האבן זיך פארשטעקט פאר בושה

נאכדעם וואס יעדע מאל וואס איך האב איבער געקוקט דעי קליפ האב געלאכט אזוי אזש שיעור נישט אראפגעפאלן פון בענקל
צוויקל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 26, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 5 געסט