הוא הדבר אשר דיברתי. ברי ושמא ברי עדיף! און היות עס איז ברי אז ס'איז אומעגליך צו וויסען און צו קענען דן זיין למפרע אויף זאכן וואס זענען געטון געווארן אונטער יענע אומשטענדן (אין סיי וועלכע אומשטענדן ווען די רעדע איז זיבעציג יאר צוריק, על אחת כמה וכמה ווען מ'רעדט פון די וועלט מלחמה). און נאר מחמת זייער-א-העכסט-שוואכע-און-איינגערעדטע שמא שבשמא קען מען בויען הינקעדיגע און שטינקעדיגע מסקנות. בכגון דא אמרו ברי עדיף. און מ'דארף נישט זיין איינשטיין דאס צו פארדייען.
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
איש את רעהו האט געשריבן:א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
Page 474.jpg
וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?
זיי זאגן אז זיי קענען עס נישט לייענען..
זאג זיי דארט שטייט אזוי ביים רב ז"ל איז אמאל געקומען א מזרחיסישע רב צום טיש ביז יענע רב איז נישט ארויס האט די רב ז"ל נישט געוואלט קומען צום טיש.
איך האב אויך נישט געקענט ליינען, אויב געדענק איך גוט איז די מעשה גיווען מיט די רב הראשי הרב הרצוג וואס די רב ז"ל האט גהעאט גרויס הכרת הטוב פר איהם נאך וואס ער האט אסאך געהאלפן ביים הצלה און ביים ערלעדיגן די סערפיקאט. די מעשה איז גיווען ביי די גזירה פון גיוס בנות וואס הרב הרצוג האט נישט אייגעזעהן וואס די פראבלעם דערפון איז, און דעמאלס האט די רב ז"ל נישט געוואלט אריינקומען ביז ווילאנג ער איז דארט. כך זכור לי, און אויב איינער קען מדייק זיין, תבוא עליו הברכה.
שטימט נישט די יארן מהרי"ד זצ"ל האט נישט געלעבט ביי גיוס בנות די עובדא ווערט דערמאנט בשנות מהרי"ד זצ"ל
לבי ובשרי: דער לב אהרן האט עס געברענגט אלס ראיה אז ער ( בעל דברי יואל) האט געהא עקסטער שמירה מן השמים. וואס אנדערע צדיקים וגדולים האבן נישט געהאט. ממילא איז ער גערעכט מיט זיין שיטה. אפילו אנדערע גדולים האלטן אנדערש. און ס'איז יא משנה (לשיטתו)...!
נאר, מ'האט שוין אדורכגעארבעט די סוגיא לאורכה ולרחבה. איך האב מער גארנישט צו זאגן איבער דעם ענין...!
א מכנובקא-בעלזא'ער חסיד זאגט מיר די וואך: אז על אף וואס ער האט נישט ליב געהאט די רעדע איבער דעם דיקנא קדישא וואס האט 'מרמז' געוועהן א פגיעה אינעם הייליגן אהרן קדוש ה' (אדער אפשר וועט סאטמאר כדרכם שלא בקודש פארענטפערן אז ער האט גאר געמיינט ר' אהרן קאטלער ע"ה כלאחר הדרשה הידועה בביהכ"ס ד'סאקמער-רמב"ם) אבער דאך איז ער צופרידן, ווייל ער האט נאך קיינמאהל בעפאר קיין אזא דבר חיזוק באמונתו ברבו נאך נישט באקומען, שהלא רבו מפורסם הוא ב'כל-העולם-כולו' בדיקנתו קדישתו...
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
ט' שבט תש"ד, וועם דעם הייליגן קדוש ה' איז שוין אנגעקומען קיין ארץ-ישראל נאכ'ן זיך וואלגערן 3 גאנצע יאהרן אין די געטא'ס און נאך 6 חדשים אין פעסט, און נאך כמעט א חודש אונטערוועגנ'ס איז (פאר ווער ס'האט נאך נישט פארשטאנען די קאנטעסט) דער רבי-זכותו-יגן-עלינו נאך געזעצן על כס הרבנות המרוממה ד'ארשיווא-קראלי-סאקמער והגלילות (עכ"פ די גלילות וואס זענען נאך געוועזן אונטערן אסטרא-אונגאריש'ן-גאווערמענט) די נאצי'ס ימ"ש וואס האבן פארשטאנען די גייסט וואס א חסידיש'ן יוד האט פון בלויז אט די נקודה אז דער רבי לעבט נאך האבן מפרסם געוועזן זיין בילד אינעם באקאנטן 'דער-שטירמער' אז 'והיה כל מוצאו יהרגנו'... און פארשטייטזיך אז בלייבן מיט'ן בארד וואלט געוועזן לויט יעדער פוסק א דין פון א מאבד עצמו לדעת... משא"כ דעם הייליגן רעבין-זכותו-יגן-עלינו איז געוועהן א קנאפע אנדערטהאלבן מאנאט אינעם קלאזשען געטא (י' אייר ביז י"ט סיון ה'תש"ד) נאך דריי וואכן אינעם פעסטער געטא (י"ט סיון ביז ט' תמוז תש"ד) און נאך-ער גלייך אויף די הייליגע באן וואס ר' מיכא'-בער האט דערלעדיגט פאר'ן רעבי'ן (ורק משום חוצפת הציונים לא נזכר שמו עליה...) די באן האט זיך אויפגעהאלטן אינעם בערגן-בעלזן לאגער, וואס דארט איז טאקע געוועהן פארבאטן צו טראגן דאס הייליגן דיקנא-קדישא אבער זיי זענען געוועהן אין אן עקסטערע אפטיילונג אינעם לאגער ווי בלויז די פאסאנדזשירן פונעם באן זענען געוועהן (דארטן זיך אויפגעהאלטן פאר 5 מאנאט פון י"ח תמוז {צום שיבסר נדחה} ה'תש"ד ביז י"ח כסלו ה"תש"ה) נאך די נעגאטיעשנס האבן געקומען צו א סעקסעס איז ביים צווייטען טראנספורט דער רבי אנגעקומען כ"א כסלו ה'תש"ה קיין שווייץ ותהי לכלל ישראל הישועה בהצלת רבינו מתלאות שואת עם ישראל איך מאך ח"ו נישט אוועק זיין עקשנות (כלפי די ציוניסטישע פיהרער'ס פונעם באן-נעגאטיעשנס, וואס האבן געבעטן מ'זאל זיך שערן די בערד) צו בלייבן מיט א שאל א שטייגער ווי ער ליידט פון ציין-ווייטאג, אבער פון וואנעט נעמט זיך אזא היסטאריע פארדרייאונג צו קענען צוזאם שטעלן בכלל אפילו פאר א דזשאוק אט די צוויי צדיקים'ס שנות-הזעם קען זיין אז נאך ס'איז געווארן אזוי ביליג ביי זייערע קרייזן דאס ווארט 'מסירות-נפש' פארשטיין זיי טאקע נישט דער פשוטער טייטש פון די צוויי ווערטער...
אבער לאמיר מחזיק טובה זיין פאר מהר"א ט"ב שליט"א וואס בזכות זיין באקאנטן כח-המעצור וואס האט עם גורם געוועזן ארויס-צו-זאגן אט די נעבאכ'דיגע פאר ווערטער איבער דעם רעבינ'ס בארד האבן מיר זוכה געוועהן מברר צו זיין גופם של דברים.
ייש"כ
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
יעצט נתפרסם געווארן תמונת קדשו פון ממלא מקומו פון סאטמאר רב זי"ע. אינטערעסאנט וואס דער רבי שליט"א האלט וועגן זיין טאטן, איז עס געווען ד' עמו אדער נישט ? פון בחדרי חרדים
קפה נמס האט געשריבן:יעצט נתפרסם געווארן תמונת קדשו פון ממלא מקומו פון סאטמאר רב זי"ע. אינטערעסאנט וואס דער רבי שליט"א האלט וועגן זיין טאטן, איז עס געווען ד' עמו אדער נישט ? פון בחדרי חרדים
דער צה"ל'ניק מייזליש, אן אייניקל, ענדלט שטארק צום בילד
העניך האט געשריבן: וועט דער סאטמארער רבי שליט"א זיין באקוועם אויב חסידים פון אנדערע צדיקים וועלן זאגן אז זייער רבי איז געווען א גרעסערער צדיק, והא ראיה דער אויבערשטער האט אים געהאלפן אויפשטעלן דורות בנים ובני בנים אז ס'זאל בלייבן דורות פון אים, און דער סאטמארער רבי האט ליידער נישט זוכה געווען דערצו?
דאס קענען זיי אפשר ברענגען אלס א ראיה צו זיין גדלות, ווי די גמרא זאגט אין ברכות ה: אז איינער וואס האט געהאט קינדער און זיי זענען ל״ע אוועק איז עס יסורים של אהבה. און מ׳קען אפשר זאגן אז עס רעדט זיך אז ער האט ל״ע נישט איבערגעלאזט קיין אנדערע דורות, ווייל די גמרא דארט איז עס מדמה און מחלק צו איינער וואס האט ל״ע קיינמאל נישט געהאט (ולאידך גיסא אפשר איז דאס טאקע די חילוק צווישן די צוויי אז דער ערשטער לאהט יא איבער, וע״ש בתוד״ה והאמר) ע״ש. (אינטרעסאנט אנצומערקן אז ר׳ יוחנן, וואס די ראיה פון די גמרא דארט איז פון אים, האט נישט געהאט א בארד, ועיין בב״מ פד.)
מ׳קען די זעלבע זאגן אויף הרה״ק מהר״א מבעלזא זצוק״ל.
Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
אישתישבי האט געשריבן:עס איז דא די באקאנטע מעשה מיט די רמ"ע מפאנו, מיט דער בילד פין אים אהן א בארד.
גראדע האב איך געזען א בילד פון איהם מיט א בארד, וואטעווער.
IMG_4616.jpg
אין שו״ת דברי יוסף סימן כה מהרב יוסף ארגס זצ״ל (אראפגעברענגט אין קובץ וילקט יוסף (שנה ו סימן צט; בכרך ג)).
Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
איך פארשטיי נישט מען דארף ראיות אז מען קען זיין א גאט פארכטיגער אן א בארד? מי לנו גדול די כהן גדול אפילו ביום הקדוש אינעם קדשי קדשים, איז נישט געווען קיין 2 שערות אויף זיין קאפ.
calculator האט געשריבן:איך פארשטיי נישט מען דארף ראיות אז מען קען זיין א גאט פארכטיגער אן א בארד? מי לנו גדול די כהן גדול אפילו ביום הקדוש אינעם קדשי קדשים, איז נישט געווען קיין 2 שערות אויף זיין קאפ.
calculator האט געשריבן:איך פארשטיי נישט מען דארף ראיות אז מען קען זיין א גאט פארכטיגער אן א בארד? מי לנו גדול די כהן גדול אפילו ביום הקדוש אינעם קדשי קדשים, איז נישט געווען קיין 2 שערות אויף זיין קאפ.