שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!

הודעהדורך תורה ומדע » פרייטאג אפריל 03, 2020 11:38 am

דער מענטשהייט איז קראנק געווארן, מענטשן שטארבן אין אלע עקן פון דער וועלט פון א פלעדערמויז? ווער גלייבט דאס?

לדעתי איז עס נאר א ענין פון צייט ביז דער אמת וועט ארויסקומען אז די כינעזישער רעגירונג האט געהאדעוועט דער וויירוס צו מאכן מאקסימום שאדן בגוף ובממון אויף זייערס א שונא, גענוי ווי מיר גייען איצטערט אדורך. און דאס אויסברוך פון קאוויד 19 איז אן עקסידענט פון א ביאלאגישע וואפן פאבריק אין וווהאן, כינע.

אויב עס וועט ווערען פעסטגעשטעלט אז דאס איז טאקע די מצב, וועלן זיי מוזן באצאלן טריליאנען דאלארען פאר מדינות, קארפארעישנס, און יחידים עד אין סוף. און דאס וועט זיין זייער אייביגער חוב.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 04, 2020 9:50 pm

תורה ומדע: דו האסט א הווה אמינא אז אמעריקע און ענגלאנד ברעכן זיך נישט יעצט דעם קאפ. און זיי שפאנען איין די בעסטע מוחות אין פעלד פון קאנטער שפיאנאזש צו דערגיין דעם מקור פון דעם וויירוס. און די מאטיוון פון די פאבריצירער און פארשפרייטער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מוצ"ש אפריל 04, 2020 11:28 pm

איך בין מתפלל נקם נקמת דם עבדיך השפוך. די כינעזער האבן בלוט אויף די הענט בלי ספק. איך האף נאר אז די אללע ליידענדע, בגוף, בנפש, ובממון וועלען באקומען קאמפענסעישאן פון כינע דוגמת פוו די דייטשען נאך'ן יוראפיש'ן חורבן.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » מוצ"ש אפריל 04, 2020 11:54 pm

John loftus שרייבט פאריגע וואך אין עמי מאגאזין אז עס איז קלאר אז עס קומט פון רוסלאנד.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג אפריל 05, 2020 12:48 am

די ארטיקל אין עמי פאריגע וואך פארוואס רוסלאנד איז שולדיג, איז געבויט אויף עטליכע שטאק פון דמיונות כמבואר שם באריכות. איך האב פרובירט עס צו גלייבן, עס איז מיר נישט געגאנגען.

עפעס א לעב האט זיך אויסגעקראכט די פענסטערס, די ווינט האט עס געבלאזן קיין כינע, גאנץ רוסלאנד איז שוין אימונירט... ויקץ ויחלום שנית...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1438 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » זונטאג אפריל 05, 2020 2:38 pm

דער Loftus איז א לאנגיעריגע בעל דמיון און קאנספירעסי טעאריסט, איין וואך פריער האט ער גאר געהאלטן אז איראן האט אן אגענדע צו פארשפרייטן די ווירוס אין קלאנג מיט איין פראקציע אין זייער רעליגיע אז בעפאר זייער שמייליגער (יעקב שונא לעשיו?) וועט זיי אויסלייזן ברויך א דריטל פין די וועלט שטארבן.
ווער ס'גלייבט איז נישט קיין נער און ווער נישט איז נישט קיין אפיקורס.
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אפריל 13, 2020 9:19 pm

סייענטיסטן [וויראלאגיסטן] וואס האבן אנאליזירט די סטרוקטור וכו' פונעם וויירוס זאגן אז סאַרס-קאָוו 2 איז א נאטורליכע וויירוס און נישט צאמגעשטעלט דורך מענטשן/סייענטיסטן.

פּוּ ריסערטש האט פארעפענטליכט א שטודיע/סורוועי וואס צייגט אז בערך 30% אמעריקאנער גלייבן אז דאס איז א מענטשליך-באשאפענע וויירוס. עס איז מער עלול אז אן אמעריקאנער גלייבט דערין טאמער איז ער/זי אינגער, א רעפאבליקאנער, אדער איז ווייניגער עדיוקעיטעד.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1643
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1210 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מאנטאג אפריל 13, 2020 9:42 pm

לייענענדיג די עמי דעם יאמטעוו בין איך געווען זייער אנטוישט אז זיי האבן געגעבן א פלאץ פאר אזעלכע נארישע קאנספיראציעס.

עס איז אינטרעסאנט, אז פארן מענטש איז אייביג גרינגער צו טרעפן א פרעמדן מענטשליכער שולדיגער איידער ווי זיך צו אננעמען אז עס רעדט זיך פון א ווילד פרעמדן אומ-באוויסנדער באשעפעניש.

עס איז כדאי צו אנמערקן אז אינעם מיטל אלטער אין די צייטן פון די שווארצע מגיפה, זענען די שולדיגע געווען די אידן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1828 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אפריל 13, 2020 11:26 pm

מי אני האט געשריבן:סייענטיסטן [וויראלאגיסטן] וואס האבן אנאליזירט די סטרוקטור וכו׳ פונ׳ם וויירוס זאגן אז סאַרס-קאָוו 2 איז א נאטורליכע וויירוס און נישט צאמגעשטעלט דורך מענטשן/סייענטיסטן.

פּוּ ריסערטש האט פארעפענטליכט א שטודיע/סורוועי וואס צייגט אז בערך 30% אמעריקאנער גלייבן אז דאס איז א מענטשליך-באשאפענע וויירוס. עס איז מער עלול אז אן אמעריקאנער גלייבט דערין טאמער איז ער/זי אינגער, א רעפאבליקאנער, אדער איז ווייניגער עדיוקעיטעד.

די ארטיקל וואס איר לינקט האט נישט קיין שום אבסאלוט באווייזן אז ס'זאל נישט קענען קומען פון א לעבּ. אמערסטנס טענה'ן זיי אין די ארטיקל אז ס'איז זייער שטארק אנלייקלי. לדעתי, אויב איז עס יא פון א לעבּ, איז לכאורה נאכמער אנלייקלי אז מ'זאל דערפון קענען געוואויר ווערן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2250
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1919 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג אפריל 17, 2020 9:31 am

באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2250
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1919 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 17, 2020 10:28 am

פארוואס? האט געשריבן:לייענענדיג די עמי דעם יאמטעוו בין איך געווען זייער אנטוישט אז זיי האבן געגעבן א פלאץ פאר אזעלכע נארישע קאנספיראציעס.

עס איז אינטרעסאנט, אז פארן מענטש איז אייביג גרינגער צו טרעפן א פרעמדן מענטשליכער שולדיגער איידער ווי זיך צו אננעמען אז עס רעדט זיך פון א ווילד פרעמדן אומ-באוויסנדער באשעפעניש.

עס איז כדאי צו אנמערקן אז אינעם מיטל אלטער אין די צייטן פון די שווארצע מגיפה, זענען די שולדיגע געווען די אידן.

איך ווייז נישט וואס דו האסט געהאפט פון דער עמי מאגאזין, אבער דאס איז טיפיש פאר זיי, יעדער וואך שרייבן זיי אזעלכע סארט ארטיקלן, אדער פאר געלט פון איינער וואס וויל שטופן זיין פראדוקט, אדער סתם אזוי. זיי זענען נאר איין שטאפל העכער ווי דער מאמענט, נישט מער.

דער מענשטליכע געברויך צו גלויבן אז נאר מענטשן זענען שלעכט, נישט דער אומשולדיגע בריאה, איז גאנץ פארשטענדליך. מפי עליון לא תצא הרעות, און די נאטור איז נאר אן אוסדרוק פון דער געטליכע באפעל. ט'ווי קען דער נאטור אויסהרגנ'ן טויזענטער? ממילא דער מענטשהייט, דאס זענען מיר דאך צוגעוואוינט, אי ביי זיך אין הארץ קאמערן, אי אין דער וועלט פון רוצחים רויבערס און רעפובליקאנער.

ולא עוד, אלא דער מענטשהייט קען מען זיך אן עצה געבן, אביסל שוחד, מאכען דיעלס, אויסהרגנ'ן דער געגענער מיט א מלחמה. מיט דער נאטור איז דאך אוממעגליך, ומי יעמוד לפניך מאז אפיך? מ'גלויבט אז מ'וועט כאטש ארעבטירן און באשטראפן די כינעזער וואס האבען דאס געמאכט, וועלן צוריק קומן אלע מתים, מ'וועט צוריק האבען תפלה בציבור, מ'וועט משלים אלע כאייאייאיילה'ס וואס מ'האט יעצט פארפעלט, און אלס וועט זיין גוט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:32 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך אריה » פרייטאג אפריל 17, 2020 7:11 pm

מי אני האט געשריבן:סייענטיסטן [וויראלאגיסטן] וואס האבן אנאליזירט די סטרוקטור וכו׳ פונ׳ם וויירוס זאגן אז סאַרס-קאָוו 2 איז א נאטורליכע וויירוס און נישט צאמגעשטעלט דורך מענטשן/סייענטיסטן.


זיי קענען וויסן צו די וויירוס איז בכלל געווען/בעארבעט געווארן אין א לאבאראטאריע?
אין אנדערע ווערטער, אולי איז דאס א נאטורליכע וויירוס וואס איז געווען אומשעדלעך פאר מענטשן און איז בעארבעט געווארן עס צו מאכן שעדלעך און דערנאך איז עס ארויסגערינען.
לויט די סייענטיסטן איז מיין טעאריע רחוק מן השכל, אבער אפשר דאך איז כינע יא שולדיג...
באניצער אוואטאר
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:02 am
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 18, 2020 10:07 pm

תורה ומדע האט געשריבן:איך בין מתפלל נקם נקמת דם עבדיך השפוך. די כינעזער האבן בלוט אויף די הענט בלי ספק. איך האף נאר אז די אללע ליידענדע, בגוף, בנפש, ובממון וועלען באקומען קאמפענסעישאן פון כינע דוגמת פוו די דייטשען נאך'ן יוראפיש'ן חורבן.

תורה ומדע: חיים גראדע פלעגט זיך באנוצן מיט דעם אויסדרוק..."פון א שטיין די ווייעכע"... דאס מיינט צו זאגן אז דו און איך וועללן נאך לכה"פ. 3 מאל מגולגל ווערן ביז דו וועסט זעהן א רויטן סענט פון די טשייניעז מענטשעלעך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אפריל 19, 2020 12:51 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו האסט געהאפט פון דער עמי מאגאזין.... זיי זענען נאר איין שטאפל העכער ווי דער מאמענט, נישט מער.

וואס מיינען די ווערטער?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18450 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 19, 2020 1:03 am

פארוואס איז געווען אנטוישט מיט די עמי מאגאזין, ווייל ער האט געהאפט אויף עפעס בעסער. דער ווייל, זאל ער וויסען אז עמי מאגאזין איז אויף א גאר נידריגער לעוועל. פונקט גוט פאר פרויען אין די באנגאלאו קאלאני. גוט פאר קייען איבער גאס שטותים, נישט ערנסט דורכטון א נושא אדער ברענגן א נייעם בליק. ׳וואס טוט זיך מיט שידוכים אין די עפאכע? ענטפער: עס ווענדט זיך, יעדער מוז טון וואס איז גוט פאר איהם׳. דאס איז זייער לעוועל. דער מאמענט, עכ״פ ווען איך האב עס געליינט, איז ענליך, אבער זייער שפראך איז שוואכער, זייער אידיש איז נישט אויף די לעוועל פון די ענגליש פון דער עמי מאגאזין, מ׳מיינט מ׳ליינט א בוך פאר קינדער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9089 מאל

הודעהדורך אריה » פרייטאג אפריל 24, 2020 1:18 am

אריה האט געשריבן:זיי קענען וויסן צו די וויירוס איז בכלל געווען/בעארבעט געווארן אין א לאבאראטאריע?
אין אנדערע ווערטער, אולי איז דאס א נאטורליכע וויירוס וואס איז געווען אומשעדלעך פאר מענטשן און איז בעארבעט געווארן עס צו מאכן שעדלעך און דערנאך איז עס ארויסגערינען.
לויט די סייענטיסטן איז מיין טעאריע רחוק מן השכל, אבער אפשר דאך איז כינע יא שולדיג...

יעצט זעה איך אז קאנספיראציע טעאריקער ראשיד בוטאר אויף (חבירו בדומה לו) גערי פרענטשי'ס שאו, האלט אז ס'איז טאקע אזוי געווען נאר ער האלט אז מען האט עס באשאפן אין אמעריקע און דערנאך געגעבן פאר כינע צו פארשפרייטן, וכידוע מחלוקת הפוסקים בנידון.
באניצער אוואטאר
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:02 am
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מאנטאג אפריל 27, 2020 11:29 am

* SHOCKING * ⤵️

The Japanese professor of physiology or medicine, Professor Dr Tasuku Honjo, caused a sensation today in the media by saying that the corona virus is not natural. if it is natural, it will not have affected the whole world like that. Because, depending on the nature, the temperature is different in different countries. if it were natural, it would only have affected countries with the same temperature as China. instead, it spreads to a country like Switzerland, the same way it spreads to desert areas. whereas if it were natural, it would have spread in cold places, but would have died in hot places. I have done 40 years of research on animals and viruses. It is not natural. It is manufactured and the virus is completely artificial. I have been working for 4 years in the Wuhan laboratory in China. I know all the staff of this laboratory well. I called them all after the Corona accident. but, all of their phones have been dead for 3 months. It is now understood that all of these laboratory technicians are dead.

Based on all of my knowledge and research to date, I can say this with 100% confidence that Corona is not natural. It did not come from bats. China made it. if what I say today turns out to be false now or even after I die, the government can withdraw my Nobel Prize. but China is lying and this truth will one day be revealed to all.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Tasuku_Honjo
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1723
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אפריל 27, 2020 11:42 am

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1643
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1210 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג אפריל 27, 2020 12:33 pm

תורה ומדע האט געשריבן:דער מענטשהייט איז קראנק געווארן, מענטשן שטארבן אין אלע עקן פון דער וועלט פון א פלעדערמויז? ווער גלייבט דאס?

לדעתי איז עס נאר א ענין פון צייט ביז דער אמת וועט ארויסקומען אז די כינעזישער רעגירונג האט געהאדעוועט דער וויירוס צו מאכן מאקסימום שאדן בגוף ובממון אויף זייערס א שונא, גענוי ווי מיר גייען איצטערט אדורך. און דאס אויסברוך פון קאוויד 19 איז אן עקסידענט פון א ביאלאגישע וואפן פאבריק אין וווהאן, כינע.

אויב עס וועט ווערען פעסטגעשטעלט אז דאס איז טאקע די מצב, וועלן זיי מוזן באצאלן טריליאנען דאלארען פאר מדינות, קארפארעישנס, און יחידים עד אין סוף. און דאס וועט זיין זייער אייביגער חוב.


יעדער נוצט אויס די געלעגענהייט צו פראפאגאנדירן די נייע וויירוס פאר זייערע אגענדעס...
איינער שרייט ס׳קומט וועגן שייטלעך איינער וועגן סמארטפאון׳ס, עירוב, שמואלי ניימאן, ווייל מ׳רעדט אין שול, ווייל מ׳באצאלט נישט די מלמדים, גלאובעליזם, אינטערגעשטעלט דורך כינע וכו׳ וכו׳ אפילו געוויסע לינקע שרייען ס׳קומט ווייל מ׳האט נישט אכטונג געגעבן אויף נאטור און די ענווייערמענט...

דרייטס נישט קיין קאפ!

די פשוטע טרוקענע מציאות איז:

סאיז מסתם דא מעהר וויירוסעס אין אונזער פלאנעט ווי סאיז דא שטערנס אין הימל... זיי האלטן זיך אין איין טוישן דורך mutations פונקט ווי אלע אנדערע לעבעדיגע באשעפענישן...

א וויירוס קען נישט אליינס מאכן קאפיס פון זיך נאר אז ס׳טוט עפעקטן א לעבעדיגע צעל.

סאיז דא שווערע ביליאנען פון זיי. רוב דערפון איז נישט שעדליך און די גוף ווארפט עס גלייך ארויס. אבער ס׳מאכט זיך אמאל אז איינס פון ביליאנען איז זייער קלעבעדיג און שעדליך...

פונקט ווי אונז הארגענען טשיקענס און קיען פאר אונזערע געברויכן עפעקטירן וויירוסעס אנדערע לעבעדיגע צעלן פאר זייערע געברויכן...

גארנישט מיט כינע און קיין שייטלעך...

א גוטן פורים.
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 27, 2020 12:42 pm

איך פארשטיי נישט, האט נישט דאנאלד טראמפ באשאפן די ווירוס? כ'בין געווען זיכער אז טראמפ האט דאס אנגעווערטשאפט!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג אפריל 27, 2020 12:56 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, האט נישט דאנאלד טראמפ באשאפן די ווירוס? כ'בין געווען זיכער אז טראמפ האט דאס אנגעווערטשאפט!


ניין ער איז נישט אזוי קלוג דאס צוטוהן.

וואס יא. ער האט דאס זייער שלעכט באהאנדעלט. אילו זכינו אז דער אנטיסעמיט קענעדי אדער רוזעוועלט, און אפילו דער שחור פון קעניע וואלטן יעצט געוועהן אויפן בענקל וואלט שוין לאנג געוועהן גענוג טעסטס און ווענטעלעיטארס.

אבער דער קליין קינד איז דאך אינגאנצן נישט ביים דעת. ער איז פארנומען זיך ארומצושלאגן מיט יעדע גאווערנער. און אז מ׳זאל שרייבן אויף די Stimulus check זיין נאמען כאילו סאיז עפעס ״זיין געלט״ און ער טיילט עס פאר יעדען איינעם...

יא יא... דיינע רעכטע האבן ווידער אויסגענוצט די גלעגענהייט צו באשענקן אלע רייכע און corporate America מיט ביליאנען וואס קומט פון שטייערן פון די מיטעל-קלאס.
און פאר די ארימע האבן זיי אויך אריינגעווארפן אפאר נישטיגע דאללער אז קיינער זאל נישט כאפן וואספארא גניבות די גרויסע-פישלעך האבן געכאפט...

וואס איז 1200 פארשטינקע דאללער פארן נישט ארבעטן צוויי חדשים פאר א עוורידש מענטש??? גארנישט!!!!
אבי ס׳שטייט טראמפ׳ס נאמען אויפן טשעק... און אז איינער איז שולדיג פאר די באנק און קרעדיט קארדס קענען עס זיי גלייך כאפן די געלט- אויסער אין די לינקע שטעט... אוואדי! די רעכטע זענען דאך נישטא פאר די המון עם! זיי זענען דא צו באשיצן די בענקערס און פריצים...
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 27, 2020 12:59 pm

זיכער האט ער עס שלעכט באהאנדלט! אפילו ער וועט היילן קענסער וועט דאס אויך זיין שלעכט....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג אפריל 27, 2020 1:05 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:זיכער האט ער עס שלעכט באהאנדלט! אפילו ער וועט היילן קענסער וועט דאס אויך זיין שלעכט....


האסט שוין איינגענומען בליטש היינט???

שטופ עס אריין דורך די נאז לעכער...

משוגענער, דער...
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 27, 2020 1:15 pm

כ'געב נישט קיין הכנות....

דער הייליגער טראמפ וועט ענק אלע אויסראטן און ווארפן צו די הונט...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג אפריל 27, 2020 1:57 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:כ'געב נישט קיין הכנות....

דער הייליגער טראמפ וועט ענק אלע אויסראטן און ווארפן צו די הונט...


דערווייל טוט ער אויסראטן די רעפובליקאנער פארטיי...

טויזנטער בענקלעך האבן מיר לינקע געוואונען זינט ער איז פרעזידענט!

טויזנטער!!!

אפילו אין די רעכטע שטעט אין אלאבאמא, אין קענטאקי איז דא א דעמקראטישער גאווערנאר. וכו׳ וכו׳
כמעט יעדע פארמעסט וואס טראמפ האט פערזענליך קאמפיינט פאר, האט פארלוירן! טרוקענע מציאות..
ער האט ניטאמאל די שטיצע פון פופציג פראצענט לאנד! ניטאמאל די גאנצע רעפובליקאנער פארטיי. עס איז דא א דיים און א דאזען רעפובליקאנער Never Trumper’s
אזש אז מיטש מעקאנעל שטייט אויס א מעגליכקייט צו פארלירן זיין בענקל אין די קומענדיגע וואלן...

ער אליינס האט פארלוירן ביליאנען... רוב נארמאלע ביזנעסלייט שטייען אוועק פון אים. ער האט פארלוירן רוב פון זיינע געוועזנע פריינד אין ניו יארק!
דער שטאלצער ניו יארקער וואס האט זיך א גאנץ לעבן געגרויסט און אידענדיפיצירט אלץ דער Tycoon פון ניו יארק האט נעבעך געמוזט אנטלויפן פון דא בשעת ער איז געוועהן די פירער פון די פרייע וועלט...

ער דעמאנט מיך פון דעם גראבן פריץ וואס פלעגט יעדען טאג זיך אנעסען אין א רעסטעראנט און אויפשרייבן אויפן חשבון. ווען די בילל איז שוין געוועהן הויך האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ״די עסען דא איז נישט פריש, ענק געבן נישט קייו גוטע סערוויס״ און זיך געגעאנגען צו א צווייטע רעסטעראנט...

דאנאלד טייערער, ווילסט גיין קיין פלארדיע וואוינען? זייער גוט קיינער אין ניו יארק אויסער די חסידים גייען נישט וויינען נאך דיר- אבער זיי מוחל באצאל דיינע ביללס קודם! האסט דא געמאכט ביזנעס (הממ.. באגאנבעט מענטשען...) זיי מוחל באצאל די שטייערן פונקט ווי יעדן איינעם נאכדעם קענסטו גייען וואוינען ווי דו ווילסט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מאנטאג אפריל 27, 2020 2:05 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 2 געסט