דארווין ביי קידוש

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג מאי 20, 2013 1:15 am

נולד מאוחר האט געשריבן:כטראכט פון דעם בייפאל ''דארווין ביי קידוש'' סאיז עפעס מוראדיג קריעטיוו. אשפוזין אין די סוכה קען זיך לכוארה פארשטעקן פאר איר.

אלא מאי ס'איז אן אמת'ע מעשה... ווי זאגט די וועלט reality is stranger than fiction
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2942 מאל

הודעהדורך מאטי » מאנטאג מאי 20, 2013 1:24 am

איך וויל נאך פארשטיין פארוואס דארווין האט זיך געשטעלט נעבן ס׳ווייב, און דער שטן לעבן דעם בעל מקדש. איז דא עפעס וואס מיר ווייסן נישט דא? אדער גאר נישט באוואוסט אפילו צום בעל מקדש זעלבסט? כ׳האף אז דאס איז די דברים בטלים וואס יעדער חלום איז מוחזק בו.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4380 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג מאי 20, 2013 1:31 am

סאיז ידוע דארווינס ווייב איז געווען זייער ריליגיעזע. סדא די בריוון.
זעט אויס דארווין האט געוואלט זען וויאזוי בענזשי דיעלט מיטן ווייב
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3817
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג מאי 20, 2013 2:06 am

moti107 האט געשריבן:איך וויל נאך פארשטיין פארוואס דארווין האט זיך געשטעלט נעבן ס׳ווייב, און דער שטן לעבן דעם בעל מקדש. איז דא עפעס וואס מיר ווייסן נישט דא? אדער גאר נישט באוואוסט אפילו צום בעל מקדש זעלבסט? כ׳האף אז דאס איז די דברים בטלים וואס יעדער חלום איז מוחזק בו.

יעדער חלום דארף דאך א פתרון, קען זיין דארווין האט זיך געשטעלט לעבן ווייב ווייל אין דעם בעל החלום'ס קאפ איז זי נענטער צום ape ווי ער.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7586 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג מאי 20, 2013 11:19 am

moti107 האט געשריבן:איך וויל נאך פארשטיין פארוואס דארווין האט זיך געשטעלט נעבן ס׳ווייב, און דער שטן לעבן דעם בעל מקדש. איז דא עפעס וואס מיר ווייסן נישט דא? אדער גאר נישט באוואוסט אפילו צום בעל מקדש זעלבסט? כ׳האף אז דאס איז די דברים בטלים וואס יעדער חלום איז מוחזק בו.

אפשר, וויבאלד זי שטאמט נישט פון Y קראמאסאמאל אדם, איז זי ווייטער פון עיפ ווי דיר, און דעריבער נענטער צו אים. (עכ"פ מיט די געוויסע דזשין)
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2853 מאל

הודעהדורך אביגדור » מאנטאג מאי 20, 2013 11:44 am

יעקב אבינו לא מת.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג מאי 20, 2013 12:14 pm

מיט דעם קען מען אויך מסביר זיין די גרויסע תיקו אינ'ם פריערדיג'ן אשכול. "ליובאוויטש און די משיח'יסטן". נאר, אין מערבין שמחה בשמחה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14000
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9107 מאל

הודעהדורך איציק » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:20 pm

בענדזשאמין, איך מוז אמאל הערן ווי אזוי דו לייגסט אראפ די פלאנטשע תנועה. עס מוז זיין עפעס לעילא ולעילא!
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 193
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:57 am
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 146 מאל

דארווין ביי קידוש

הודעהדורך מי אני » זונטאג אפריל 12, 2020 12:52 am

דער טעאלאג/פילאזאף דר. אלווין פּלאנטינגא וויל זיך ברענגען א ראיה פון עוואלושאן אויף מציאות הבורא [אויב נעמט מען אן אז דאס איז אויפ׳ן טיש אלס א ווייעבּל מעגליכקייט]. ער נעמט אן עוואלושאן לגמרי (אנדערש ווי אינטעלידזשענט דעזיין), אבער ער טוהט זיך דינגען מיט׳ן דאס אריינשטעלן אין א [מעטאפיזישן] נאטורעליזם פרעימווארק.

ער טענה׳ט אז עפ״י [מעטאפיזישע] נאטורעליזם איז:
(בעיקר)
1). זיכער אז עס איז נישטא קיין תכלית [purpose] פאר אונזערע קאגניטיוו פאקולטיס אונז צו סערווירן מיט אמת׳ע גלויבונגען. דאס איז ווייל עפ״י [מעטאפיזישע] נאטורעליזם איז דאך נישטא קיין תכלית [purpose] פאר גארנישט. עוואלושאן ארבעט נישט מיט קיין ״תכלית״, נאר אויב פונקט האט זיך דאס [די מיוּטעישאנס וכו׳] אויסגעארבעט לטובת די סוּרווייוועל פון די מין איז דאס געבליבן.

און
2). עס איז שווערער אנצונעמען לפי״ז אז די גלויבונגענס וואס אונזערע קאגניטיוו פאקולטיס טוהן אונז ווייזן/סערווירן זענען טאקע אמת׳ע גלויבונגען, פערסעפשאנס וכו׳ (עפ״י רוב). דאס איז ווייטער ווייל עוואלושאן (עפי״ז) איז נישט אויסן אונז צו סערווירן מיט זאכן וואס זענען טאקע ריכטיג וכו׳, נאר מיט זאכן וואס העלפן אונזער מין סורווייווען וכו׳, אפגעזעהן צו זיי זענען באמת ריכטיג צו פאלש (ועכ״כ אז ניטשע האט טאקע אט דאס גע׳טענה׳ט: אז אונזערע אלוועטליכע גלויבונגען און ״אמת׳נס״ וואס אונז נע׳מיר אן מיט א פשטות, זענען אין אמת׳ן(...) נישט אזוי; עס זעהט אונז נאר אויס אזוי מכח עוואלושאן וכנ״ל). דאס איז בפרט אז אונז זעה׳מיר אז רובא דרובא דרובא פון בע״ח האבן נישט אויסגעפעהלט לגמרי צו עוואלווען בּעליִף (וכ״ש ריכטיגע בּעליִף) פאקולטיס אויף כדי צו קענען סורווייווען אין גרויסן.

יעצט, טענה׳ט ער, אויב האלטן מיר אז אונזערע קאגניטיוו פאקולטיס טוהן אונז יא סערווירן מיט גלויבונגען וואס זענען טאקע ריכטיג, דעמאלטס עפ״י עפעס וואס ער רופט די עקספעקטעישאן פרינציפ [דאס הייסט אז אויב איך האב דאטא און צוויי היפאטעזיעס וואס שטימען דערמיט, זאל איך אננעמען די היפאטעזיע וואס עפי״ז וואלט איך מער עקספּעקטעד די דאטא; עס איז ענליך צום באקאנטן אקקאם׳ס רעיזאר], זאל מען דא, טאקע מכח עוואלושאן, אננעמען טעאיזם לעומת [מעטאפיזישע] נאטורעליזם [מ׳קען טאקע טענה׳ן אז אפילו מכח [מעטאפיזישע] נאטורעליזם האט יא אויסגעפעהלט צו עוואלווען אמת׳ע בּעליִף פאקולטיס, אבער עס איז שוין נישט אזוי עקספּעקטעד וכו׳]. דאס הייסט אז עכ״פ עוואלושאן איז משורשו פון ג-ט (וכדרכו של סליפקין) מיט׳ן ציל אז הומענס׳ קאגניטיוו פאקולטיס זאלן עוואלווען צו קענען באשטימען (עפ״י רוב) אמת׳ע גלויבונגען.

ובעקבותיו הלך דר. קעלי דזשעימס קלארק און אין זיין הסבר נוצט ער די באקאנטע פראבלעם פון אינדאָקשן (ועיין מכאן ולהלן). דהיינו, מ׳קען גאר גאר שווער אויפווייזן (אויב בכלל) אז די לאגישע פיזישע געזעצן וכו׳ וואס זענען יעצט גילטיג ונראה לעינים בפשטות, וועלן אנהאלטן פונקט אזוי אינ׳ם צוקונפט. עס קען זיין אז דאס וואס אונז גלייבן בפשטות אזוי (דאס איז דאך אויך די יסוד פון גאנץ סייענס) איז נאר ווייל מכח עוואלושאן איז דאס מער קאַנדוּסיוו פאר אונזער מין׳ס סוּרווייוועל וכו׳, אבער נישט ווייל ס׳איז באמת אזוי וככל הנ״ל. אויב אבער נע׳מיר אונז אן אז דאס וואס אונז זעהן מער דאס וכו׳ מיט אונזערע פאקולטיס איז יא באמת אזוי (״דריי מיר נישט קיין קאפ״...), טענה׳ט ער אז מ׳קען דאס נוצן פאר א סמך צו מציאות הבורא און טאקע מכח עוואלושאן.

יעצט לענינינו, לפי כל הנ״ל קען מען דא זאגן ביי @בענדזשאמין פרענקלין’ס ״מעשה״ אזוי. די גמרא זאגט דאך (שבת קיט:) אז ס׳דא צוויי מלאכים וואס באגלייטן דעם מענטש אהיים פרייטאג צונאכטס און איינע פון זיי זאגט ״יהי רצון שתהא לשבת אחרת כך״ ע״ש. ולפי״ז קען מען זאגן אז די ״רמז״(...) דא איז אז אויב גייט דארווין דארט זיין ביי קידוש, קען מען נוצן טאקע דעם ענין פון אינדאָקשן [שתהא לשבת אחרת כך] צו שטארקן אמונה בה׳ און טאקע מכח דארווין׳ס טעאריע וככל הנ״ל.
אבער איה״נ איז טאקע באקאנט דער אוהחה״ק (בראשית ב ג) אז די וועלט האט נאר א יכולת צו שטיין משבת לשבת, און נאר מכח שמירת שבת גיבט מען עס די יכולת ווייטער אנצוגיין ע״ש. קען מען טאקע נישט נוצן די ענין פון אינדאָקשן.

*

ואולי קען מען זאגן(?...) נאך מער אז וועגן דעם באווייזט ער זיך אויך דוקא בקידוש על היין. דאס איז ווייל אין ארגעניק כעמיסטרי איז אן אלקאהאל אן ארגעניק [קארבאן טשעין] מאלעקיול וואס האט צוגעטשעפעט צום סוף אן אקסידזשען אטאם (מיט א היידראדזשאן אטאם; א היידראקסיל פאנקשינעל גרופע). אונזער אלקאהאל וואס מ׳טרונקט (און איז נישט א סם המות ממש) איז עטאנאל (בתוך המשפחה של אלקאהאל); נאך צוויי באהאפטענע קארבאן אטאמען איז דא די אקסעדזשען אטאם.

עכ״פ דאס וואס מאכט אלקאהאל/עטאנאל בתוך היין, וממילא חשיבותו, אנדערש פון אנדערע קארבאן/ארגעניק באשטיינדלען איז דאס איינע אקסידזשאן אטאם באהאפטן דארט צום סוף. א חלק פון די פראצעס פון עוואלושאן זאגט איבער וויאזוי ארגאניזמס זענען געגאנגען פון ענאקסיק רעספּירעישאן, אן אקסידזשען, צו עירוֺיבּיק רעספּירעישאן, צו נוצן דאס אקסידזשען פאר אטעמען וכו׳. יעצט, די עטאנאל אין די וויין קומט טאקע צושטאנד דורך אַנעירוֺיבּיק רעספּירעישאן, וואס די יִסטס וכו׳ טוהן פערמענטן די עטענאל ווען עס איז נישטא קיין דרויסענדיגע אקסידזשאן/לופט [זיי ״צוברעכען״ די עוועילעבּל צוקערס (וואס האבן שוין אקסידזשען אין זיך) און גיבן ארויס קארבאן דיאקסייד און עטאנאל]. וועגן דעם קומט טאקע דארווין דעמאלטס צו גיין, ווייל עס ליגט אויך אין זיין טעאריע/געזעץ אז לופט-אטעמנדיגע ארגאניזמס האבן עוואלווד פון נישט לופט-אטעמנדיגע ארגאניזמס אין דאס באנוץ פון אקסידזשען, וואס דאס ווערט מרומז אין דאס מאכן די וויין (און וועגן דעם איז מען טאקע מקדש על היין בזכירת וכניסת שבת וואס איז מעיד אז דער בורא האט דאס אלס באשאפן, צו ווייזן אז עס איז נישט א סתירה וככל הנ״ל).

***

viewtopic.php?p=445389#p445389
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1647
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1216 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט