"קאווע שטעטל"...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

"קאווע שטעטל"...

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:03 pm

(לכבוד תגובה 10,000#)

איינע פון די שווערסטע פראבלעמען וועלכע פלאגט דאס יהדות החרדית, און איז שוין איבערגעקייעט געווארן (מעלה גרה בלע"ז) אין יעדער אידישער אויסגאבע מער ווי די נוקלעארע וואפן פון איראן, איז די טרויעריג-בארימטע האוזינג קריזיס. מיר האבן דעוועלאפערס וואס אך ורק זייער גוט הארץ האט זיי אריינגעטריבן אין בוי-פראיעקטן; פאליטישאנס וואס לויפן פאר אפיס מיטן איינעם ציל אונז צו פארזיכערן נישט בלויז איינס, נאר לפחות 15 דעכער איבער דעם קאפ; עסקנים מיט אידישע קעפ וועלכע גייען טוישן זאונינג געזעצן מיט אידישע וואוטס; ידידינו 'פליקער' וועלכע פליקט אשכולות רעכטס און לינקס אויפצוקלערן דעם עולם, ובעיקר די יונגווארג איבער דעם; 'מאמענט' וואס פלאנט צו לעזן דעם קריזיס דורכ'ן אריינבלאזן אפטעמיזם ביים עולם איבער דעם נייעם וויליאמסבורג וואס בויעט זיך אין קאנעקטיקוט; כהנה וכהנה פארמירן זיך פלענער איבער פלענער גג על גג, איבער פלענער פאר א גג על גג. לכה"פ אזויפיל טוט אלעס אויף צו האלטן דעם פראבלעם אויפן אויבערפלאך, בנוסף פון בריוון צו דער רעדאקציע אין די היימישע צייטונגען וואס די ליינער שרייבן הין-און-צוריק אלעס ארום יא צו נישט אוועקמופן פון דעם פארקרעמפטן טייערן ברוקלין, און לינדערן דעם שווערן קריזיס.

דער פראבלעם איז אויך שולדיג, עכ"פ טיילווייז, אין א מאנגל פון מוסדות פאר אונזערע קינדער, עס איז פשוט מער נישט פאראן קיין בנינים און קיין קלאסן ווי אריינצושטופן די קינדער אפצונעמען פעטש. ואלו הצאן מה חטאו. אויך דאס איז שוין אסאך איבערגעשמועסט געווארן, ולא אמרינן רבנן בכפילא ובטריפילא.

*

שוין א לענגערע צייט וואס ווירבלט מיר אין קאפ צו עפענען פאר אונז, חברי ק"ש, א היימישן שטעטל, וואס איך וויל אצינד פראקלאמירן, במעמד "רבבותינו". עס וועט הייסן "קאווע שטעטל"!!

דער שטעטל וועט ווערן געבויעט אין איינע פון די סטעיטס, ווייט אוועק פון די רוישיגע ניו יארק. ערגעץ ווי דער וועטער וועט מיטשפילן. נישט קיין זכר פון די שטיקיגע, הייסע, יומיד ניו יארק. ערגעץ וואו עס וועלן נישט פארקומען קיין ערדציטערנישן, הוריקעינס, טארנעידאס, וואלקעינאוס, שניי שטורעמס, פארפלייצונגען, אוואלאנשן, וואלד פייערס... א פשוט'ע שטילע רואיגע זארגלאזער לעבן, אין שויס פון נאטור, צווישן גראז און ביימער, און וועט זיין נאנט צו א טייכל (פאר תשליך...), א שטייגער ווי די בינג'ס בילדער אשכול. גראדע און פלאכע גאסן, נישט צו בערגיג. עס וועלן נישט זיין דארטן קיינע סקאנקס אדער ראטן; הערשן אדער בערן. ניטעמאל קיין מאסקיטא'ס. הערליכע הייזער פאר גאר ביליג וועלן אויפגעשטעלט ווערן, נישט מער ווי 2 שטאקן (גג על גג כפשוטו ותו לא). מיט א הערליכע פראפערטי ארום, מיט 2 דרייוו-וועיס, פאר דעם מאן און ווייב.

דאס לעבן וועט פארמירט ווערן דורך אונזערע חשוב'ע שרייבער פון שטיבל. די 'פראיעקטן למעשה' וועלן זיין אונזער וועג ווייזער פארן סדר והילוך החיים, ומנה לא תזוע. ידידינו 'ראובן' וועט שטיין על המשמר דערויף. געענדיגט מיט די קוועטשערייען אויפן סיסטעם. אין שטעטל וועט זיך אלעס פירן בלויז פאזעטיוו, פראיעקט למעשה! ווער עס האט מורא פון גילוי, וועט נישט דארפן אנטפלעקן זיין עכטן נאמען, מען קען אים רופן אויף זיין ניק. אפילו צו דער תורה וועט מען אויסרופן: יעמוד יתרו ב"ר שמואל הלוי שלישי.

עס וועט זיין ממש משיח'ס צייטן. א מין רואיגקייט און שלוות הנפש וואס איר קענט נאר חלומ'ען דערפון! פארגעסט פון דעם ווארט טעראר. עס וועט נישט עקזיסטירן אין אונזער דיקשאנערי. כ'מיין, ס'וועט זיין א ווארט וואס באלאנגט צום פארגאנגענהייט. דער שטעטל וועט זיין געבויעט אויף די קאנסטיטושן פון "גילה, רנה, דיצה וחדוה, אהבה ואחוה ושלום ורעות". מיר וועלן זיין רואיגע עלטערן, אונזערע קינדער וועלן אויפוואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות. וואס עפעס, זיי מאכן פאר נחת-מאשינען פאר אונז עלטערן? סתם טעראר. זאלן זיי טון וואס זיי ווילן. זיי האבן ב"ה אליינס גענוג שכל, און ווער זענען מיר צו אונטערדרוקן זייערע פילינגס...?

*

דער ביהמ"ד דמתא וועט זיך רופן 'שטיבל', ע"ש אונזער זאפטיגע שטיבל וועלכע האט אונז צוזאמענגעברענגט און אויסגעפארעמט אלס אזא שיינע קהלה קדושה וואס וועט זיין א פראכט פארן יהדות החרדית. הרה"צ 'ברסלבער' שליט"א וועט זיין דער מנהיג רוחני אין ביהמ"ד, ועל פיו ישק כל דבר. אזא שכל הישר מיט אהבת ישראל איז א זעלטנהייט צו געפינען בדורנו, כמ"ש הכתוב, הנמצא כזה איש אשר רוח אלקים בו. כ'גלייב אז זאגאר הרב מנשה לוסטיג וועט מסכים זיין אונטערצושרייבן אויפן קאנסוס. לכה"פ 2 חנוכה נעכט וועט ברסלבער ערשיינען און צינדן אין ביהמ"ד און דער ציבור וועט זיך צוזאמענקומען זיך דערקוויקן מיט זיינע נארהאפטיגע דברות קודש.

דער שטעטל וועט זיין פריי פון די אלע נייע אכשר דרא אנשיקענישן און אויסגעטראכטע חומרות חדשים לבקרים. עס וועט זיך פירן שטרענג ע"פ שו"ע כבדורות הקודמים, וכחא דהיתירא עדיף.

מען וועט עפענען פראכטיגע מוסדות מיט רחבות'דיגע לופטיגע קלאסן, מיט א אויסוואל פון אינטרעסאנטע לימודי קודש וחול, ואין אדם לומד אלא במקום שלבו חפץ. ס'וועט אראפגעשטעלט ווערן א סדר הלימוד וואס וועט איינשליסן אלעס פון תורה שבכתב ובעל פה, ווי אויך א פולער קאריקיולאם פאר לימודי חול. טיטשערס, מלמדים, מגידי שיעור, מחנכים און פסיכאלאגן, זענען פון די לעצטע זאכן וועלכע מיר מאנגלען.

אין דער ישיבה, וועט הרב ברסלבער וועט שטיין בקשר מיט די בחורים, וועלכע וועלן לערנען און זיך פירן תחת הדרכת דער 'ראש הישיבה' שליט"א; 'מצטמק ויפה' וועט דינען שואל ומשיב פאסטן, אינאיינעם מיט דעם משגיח shem-tov. ווי אויך וועט דער חשוב'ער ראש הישיבה דינען אויף דעם דיין פאזיציע פאר פרישע יונגעלייטלעך, און וועט זיך געטריי אפגעבן מיט דעם בבוקר זרע זרעך ולערב אל תנח ידך וד"ל. כל הדבר הקשה אליו, וועט שטייצעך געשיקט ווערן צו דעם בית דין הגדול, וואו דער ראב"ד 'לעיקוואד' וועט מחדש זיין דעם היתר, און ספרא דדיינא 'געפילטע פיש' וועט אונז געבן צו פארשטיין בטוב טעם והומאר מה כתיב בה.

מען וועט אננעמען יעדן איינעם אן קווענקלענישן. 'מצויינים'? געענדיגט מיט די טעראר. די שוואכע קענען לערנען עין יעקב אדער ליינען סיפורי צדיקים; יואב, מאטי און קאווע טרינקער וועלן זיכער מאכן אז די בחורים וועלכע האלטן נישט ביים לערנען, זאלן גיין ארבעטן פול-טיים, און קענען ליתר שאת טראגן טליתים אום שבת אויב שפירן זיי אומבאקוועם מיטן הוט. דער טאטע שערט זיך די בארד? וועט מען ארויסקוקן "להוגה" דעות בדין, אויף זיין באשלוס, אינאיינעם מיט 'גנדי'. נישטא מער קיינע משתלטים על הציבור.

אין חדר וועט מען איינווארצלען אין די קינדער מדות טובות, אהבת ה', אהבת הבריות און רעספעקט פאר יעדן מענטש. אזאנע מגידי שיעור פון ישיבה, ווי 'קאווע טרינקער', 'קופערניקוס' און 'בר דעת', וועלן קומען האלטן דרשות מזמן לזמן, ווי צווישן אנדערע וועלן זיי ארויסהייבן דעם "והבדילנו מן התועים", און איינפלאנצן אין די הערצער פון די קינדער צו זיין א שטאלצער איד. 'לולקע ציבעך' וועט דאס מאכן אריינדרינגען גאר טיף אין זייער מח. 'נהורא נפישא' וועט זיין מנהל רוחני, און 'רויטע וואנצעס' די ענגליש פרינציפל. א בלויזער בליק אויף זיי און זייער התנהגות וועט אויפפלאקערן די הערצער פון די קינדער צו מאכן א קידוש ה' פאר יעדן מענטש. בליציגע רעיונות חודש'ליך וועט מען הערן פון 'איש עברי' און 'המלוכה והממשלה'.

פאר די מיידל שולע, וועט 'פליקער' שטיין על המשמר זיכער צו מאכן ווער ס'איז פאסיג פאר אזא מלאכה ווי א טיטשע. פארשטייט זיך אז מיר וועלן האבן רייכע פראגראמען און א גוטער חינוך און א פיינע קאריקיולום פאר די מיידלעך און פרויען פונקט אזוי. עס איז נישט קיין פראגע אז דער ראש הקהל ביי אונז אין שטעטל וועט זיין אונזער אלעמען ווארימער באליבטער 'ראשעקאל' דשטיבליינו הי"ו. קיינער קען נישט די מלאכה בעסער ווי אים!

*

א היימישע קאלעדזש וועט געעפנט ווערן לכל דכפין, וואו מען וועט לערנען אלע סארטן לימודים, געבנדיג דערביי פאטענציאל פאר אלע בחורים (און מיידלעך) צו ווערן פיינע ביזנעסלייט און פארדינען זייער פרנסה בדרך כבוד. צווישן פילע אנדערע אויף א שלל פון מקצועות, וועט 'פארוואס?' וועט זיין דער הויפט פראפעסאר איבער מאטעמאטיק, 'יידל' איבער סייענס, 'יאיר' איבער פסיכאלאגיע, 'לעיקוואד' אויף פילאזאפיע (וועט זיין אפשענעל פאר די וועלכע ווילן זיך האלטן בתמימות) 'אפטעמיסט' אויף סיוויקס, 'ונבנתה' אויף קאממאן-סענס, 'געפילטע פיש' אויף טעכנעלאגיע, און 'ראובן' אויף היסטאריע, א.א.וו.

די אומזיניגע תקנות וועלן אויך קומען צו אן ענדע. יעדער קען האבן וועלכע כלים ער וויל און קען גיין אנגעטון ווי אזוי מען וויל. מען וועט לאזן יעדן דיעלן מיט זיין בחירה. די טאטעס וועלן קענען גיין מיט ארויסגעשטעקטע העמדער אדער טי-שירטס און קראקס ואין פוצה פה. מען מוז נישט קויפן טייערע רעקלעך ביי דזשי/דזשי. מען קען קויפן א ביליגע אין דזשעי.סי.פעני. לאנגע דאסטערס וועט אויך קיינעם נישט שטערן. 'סקאטש טעיפ' מיט זיין שוועסטער פון א"י וועלן האלטן א שארף אויג אויף די שווארצע טייץ. קינדער וועלן קענען רואיג קויפן וועלכע קאפלעך זיי גלייכן, וועלכע סארט ברילן און אפילו שיך.

ווען די ריכטיגע צייט וועט קומען, איז געענדיגט מיט די ערענדזשד מערידזשעס! זאלן די צוקונפטיגע פארפעלקער אליינס גיין לרעות בשדה ולבקש את אשר לבם חפץ כפי ראות עיניהם הבדולחים. ביי וועלכע עידזש זיי באגערן. דער אויסדרוק 'אלטע בחור?' מער נישט קיין פראבלעם. ארויס פון לעקסיקאן! הוגה און ברסלבר וועלן זיין די חתן רבי'ס, טאמבל סאס און טיטאניק די כלה טיטשערס. א קונטרס פון מאחורי ארטיקלען וועלן דערלייכטן די אויגן פון יעדן פארפאלק. עס וועט גיין א רויך!!

חתונות וועט מער נישט זיין טייער. יעדער וועט מאכן שמחות לויט זיין אייגענעם סטאנדארד. א חתונה אין אייגענעם דיינונג רום וועט זיין אקצעפטירט און גאנגבאר. ווי קלענער דער עולם, אלץ גרעסער די שמחה. בכלל וועט מען מער נישט ספענדן אין די וועלט אריין, מען וועט נישט לעבן פאר יענעם. (לי ולא לו, אילו הי' שם לא הי' נגאל וכו'). ווער רעדט נאך פון אפשפארן גאסן פאר א גרויסע חתונה, חס מלהזכיר. א גט וועט מער נישט זיין עפעס א שוידערליכע טראגעדיע.

הערליכע שיעורים וועלן פארגעלערנט ווערן אינעם קלויז פון די חבורה. צווישן אנדערע, וועט זיין 'יאיר' וועלכער וועט פארלערנען פון דעם רויטן ספר וועלכער ער האלט שוין אין זיין אוואטאר חדשים לאנג ולא פסק פומיה מגירסא, ווי אויך הגאון 'מאטי' שליט"א (וועלכער האט לעצטנס משנה שמו געווען פון מאטי 107 ע"פ עצת הבאבא שליט"א נאך א אויסשלאג וואס ער האט באקומען אויפן צונג). המופלג 'מצטמק ויפה' וועט פארלערנען יעדע ליל שישי חומש רש"י באגלייט מיט טשיקאווע ווערטלעך אויף די פרשת השבוע, פון וואס דער צעפרידענער ציבור שומעי לקחו וועט זיך האלטן ביי די זייטן און זיך באלעקן. הייסע טשולענט, קושקע מיט קאלטע ביר וועט סערווירט ווערן דורכן געטרייען ראשעקאל. די טשולענט וועט ענטהאלטן צומת הגידין פלייש אינאיינעם מיט סטעיק פון די שחיטה מהודרת מונחת. אין דער זייט וועט פאר א ביליגן פרייז אויך צוגעשטעלט ווערן יאפטשיק און אווערנייט קוגל מיט קאלטע קאוק. פאר וויין וועט מען זיך קענען ווענדן צו 'יואב', און פאר נאש וועט מען ווארטן אויף אונזער אלטן 'זר זהב' ער זאל אויפשטיין תחיית המתים. אזוי אויך וועט מען זיך באקוועם קענען זעצן צו דעם טיפזיניגן שיעור אין חסידות ועניני אמונה והשקפה, דורך 'ונבנתה העיר'.

*

מען וועט זיכער מאכן אז יעדער באזונדער געפינט זיך אין געשמאקע קופקעס מיט חברותות, נישטא קיין ארויסגעפאלענע! אזא 'ידען', אדער 'שטילער אינגערמאן', וועט זיך געפינען אינאיינעם מיט שטאפענע קאפעליטש, קרעקער, אליצפן, הדד בן בדד, לית דין בר נש, סמבטיון, ביבער, אויליגער, פלעין יידיש, א.א.וו. אזוי אז עס וועלן שוין גארנישט פארבלייבן קיינע שטילע אינגעלייט. 'עמעזאן' וועט טרעפן א שלל פון פאסיגע חברותות. איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק. עס וועלן כסדר פארקומען קומזיצן. די קופקעס וועלן טרינקען לחיים אינאיינעם, קנאקן פאפיטעס, הערן פון 'פשוט-קאמפליצירט' שיינע חסיד'ישע ווערטלעך, און זינגען הארציגע שירה פארן מלך קל חי וקים ביז אין די שפעטע נאכט שעה'ן.

שבת ויו"ט וועט זיין גאר דערהויבן. שיינע חזנים מיט התעוררות'דיגע תפילות, וואונדערבארע זינגערס און משוררים. צווישן זיי וועלן 'לאליפאפ' און 'דריידל' מהנה זיין דעם עולם. יעדע מוצאי שבת וועלן פארקומען הערליכע מלוה מלכה'ס מיט הייסע פיצא. 'סאשי פיש' וועט צושטעלן פרישע סושי יעדע וואך א שטייגער ווי אין קערעסטיר. 'אפטעמיסט' וועט אונז מאכן אויפגעלייגט מיט אן אפטעמיסטישן אנאליז אויף די קומענדיגע וואך, מיט זיין עלעקוואנטן שפראך. 'קאווע טרינקער' וועט אונז פארציילן תולדות פון צדיקים (נישט בדוי), 'שיטה מקובצת' וועט אונז אנווארעמען מיט קלוגע שטיקער פון ר' אביגדור מילער. פה מפיק מרגליות 'כוכב' וועט זיין דער יושב ראש, ער וועט אונז מהנה זיין מיט זיין פליסיגן שפראך. אויב וועט ער נישט זיין אוועילעבל, וועט מען האבן דעם געלונגענעם הומאריסטישן מליץ יושר 'יין שרף' אלס אן ערזאץ. זעלבסטפארשטענדליך אז ר' בערל באלעגאלע, וועלכער וועט דרייוון דעם באס א גאנצע וואך, וועט אונז דערקוויקן בטעם זקנים מיט זיין זיסן אוצר פון מעשה'לעך און עפיזאדן וועלכע זענען יא אדער נישט געשעהן, און וועט זיכער מאכן ארויסצושלעפן א שמייכל פון אונזערע לעפצן, בעת ער דרייט אריין זיין גרויען בערדל אונטערן האלז. און ווי קען מען פארגעסן פון אונזער חמין במוצ"ש? יעדע ווינטער מוצאי וועט מורה מורינו 'בענזשאמין פרענקלין' זיך ארויפשטעלן אויפן סטעידזש און אונז מאכן לאכן און וויינען. ווי אויך יעדע יומא דפגרא וועלן פארקומען מסיבות שונות מיט גאר אינטרעסאנטע פראגראמען. חנוכה נאך די ליכט צינדן וועט מען שפילן דריידל מיטן דריידל ניק בראש המסובין.

חודש תשרי וועט זיין זייער איינגענעם, בבחינת תשובה מאהבה. ווילט איר מען זאל אייך וועקן צו סליחות? מיר דינגען אפ 'אשכולות אויפוועקער', איר קענט אים שיקן אן אישי. אדער קענט איר זאגן סליחות ביינאכט. איש איש כפי רצונו, אין אונס. שבת שובה דרשות און צו קינת איכה וועט מען אפירנעמען איינע פון אונזערע אלטע באקאנטע ניקס: 'בדחן' אדער 'נאר,,פרייליך'. זיי וועלן מאכן דעם עולם וויינען לייק נאו טאמאראו. ביי די קינות וועט מען נישט מוזן זאגן אלעס, נאר כל אחד כפי יכלתו וגעדולדו. די זעלבע זאך מיט יוצרות. שבת הגדול דרשה וועט דער מילקשעיקער זאגן מדי שנה בשנה מתובל מיט דרך צחות והלצה. 'קאווע טרינקער' פארבלייבט דער אויסשליסליכער שרייבער פון זיינע תורות, און האט די זכות נאכן פטירה פונעם רבי'ן צו דרוקן זיינע ספרים, ואיסור השגת גבול ידוע.

*

מיר וועלן מער נישט זוכן צו זיין אין די העדליינס. אבער אין פאל אז רעפארטערס פון אייוועלט – אדער אפילו בלויז ניו יארק טיימס – וועלן קומען מיט קנאה צוקוקן אונזער לייפסטייל און וועלן האבן א אינטערוויאו, וועלן בלויז אונזערע מייסטערהאפטע פאליטישאנ'ס ווי 'שעפטל', 'גאלד' אדער 'יואליש' זיין ערלויבט צו זיין אונזער ווארטזאגער און רעדן אין אונזער נאמען.

מיר וועלן האבן אן אייגענעם מאגאזין מיטן נאמען אשפ"ג מיט גאר רייכע און צויבערהאפטיגע ארטיקלען, וועלכע וועט פארשפרייט ווערן יעדן שבת אין די שולן, ווי 'מאראנצןזאפט' וועט זיין דער הויפט שרייבער, און אלע גוטע אשכולות פון ק"ש וועלן ווערן אריינגעדרוקט דארט. 'פישעלע הערינג' מיט 'רויטע וואנצעס' וועלן ארבעטן אויף די לעיאוט, באזירט אויף זייער הערליכע עקספיריענס פון די קאווע בלעטער, ואין חכם כבר נסיון. פון צייט צו צייט וועלן 'ראובן' און 'דולה ומשקה' באררייכערן אונזערע ידיעות מיט קראנטע היסטאריע, מיט אויסצוגן פון די אמאליגע צייטונגען, ולאורם נסע ונלך. 'ישמעאל הכהן' וועט זיין דער אפיציעלער נייעס רעפארטער. 'לעמיל' וועט אפדעיטן ישראל חסיד'יש נייעס. בן תמליון, אפטעמיסט און וואנצעס וועלן זיכער מאכן אז אין יעדע אויסגאבע געפינט זיך שיינע פאעזיעס. פליקער וועט אויך שרייבן אזש ס'זאל גיין א רויך און מיר וועלן זיך קייקלען פון זיינע אויסדרוקן און מליצות אשר לא נראה כבושם הזה. און אודאי וועט זיין א חודש'ליכע ארטיקל פון 'יואב' כדי צו מקיים זיין לא ימוש השמייכל הזה מפיך ומפי זרעך מעתה ועד עולם.

*

עס וועט נישט הערשן קיין ראסיזם און דיסקרימינאציע ביי אונזער קאמיוניטי, פינטל! יעדער קאליר הויט, און פון יעדן סארט בעקגראונד וחסידות, איז וועלקאם. מען קען גיין מיט וועלכן הוט מען וויל, אויב בכלל. נישטא מער קיין חסידישע פאליטיק. 'ארמארי'? א ווארט פון פריערדיגן דור!! 'ישראל קאפקע' מיט 'אתא קלילא' וועלן שמועסן איינגענעם צונאזאם, ווען בשעת מעשה וועט 'בערל באלעגאלע' שטיין פון דער זייט און מיטשאקלען מיטן קאפ, און כסדר אריינווארפן זיסע ווערטלעך מיט מליצות פון סענדער דער דויטש יגון עליו, בבחינת וגר זאב עם כבש. 'איחוד פעלד' מיט 'יאסעלע וואסערטרעגער' וועלן זיך ארומנעמען און האגן טייט. 'גאלד' מיט sefish וועלן וואוינען טיר ביי טיר ביינאזאם און שמועסן יעדע נאכט אויפן פארטש מיט גרויס אהבה איבער א גלעזעלע טיי, ווי אויך 'דער (פינטעל) איד' מיט 'קאך_לעפל'. א ס"ח מיט 'איך אויך' וועלן זיין געשוואוירענע פריינט. צאנזע אייניקלעך מיט 'קאווע טרינקער' וועלן פארציילן מעשיות פון צדיקים הקודמים און פארפירן א געמיטליכן שמועס איבער מאשין מצות און דער פשט פון א טעם כמוס. 'קרני צבי' מיט 'טיטאניק' אינאיינעם מיט ר' משה בער בעק וועלן כאפן א פריינטליכן שפאציר אונטער די ביימער פאר לאנגע שעות. בחורים יוצאי אלכסנדר און יוצאי ישיבת ר' יואל ראטה וועלן אינאיינעם שפילן באלל. מנשה לוסטיג מיט ברסלבער וועלן עוסק זיין בספרי חסידות.

לאנגע שייטלען מיט שווארצע בוריקע לב טהור פרויען וועלן דורכשמועסן חינוך טעמעס און פעשאן. אבאמא סימפאטיקער מיט הייסע חסידים פון מיט ראמני און סארא פעילין וועלן אדורכאקערן די וועלטס פראבלעמען בשלום ורעות. ר' בערל באלעגאלע וועט זיך פאסמאקעווען מיט דער בלאט, מיט ש.ש. טעלער'ס עקסטרעמיזם, און אויך פון ר' סענדער דער דויטש'ס ארטיקלען אין דער איד אינאיינעם מיט די באשרייבונגען פון הרב סאסנע, און ארומלאכן מיט צימערמאן וסייעתו און איבערגיין די קול קורא'ס און זיינע מחאה צעטלעך און וועט קלאטשן מיט די הענט בשעת ער פארברענט דעם טמא'נעם איזראעלישן פאן. פרויען הצלה מעמבערטעס וועלן אנפרעגן כל דבר הקשה ביי דעם 'הצלה מאן' און ער וועט זיי אלעס געדולדיג ענטפערן הארץ-ן'-גערן. היימישער ליטוואק פון בודאפעסט מיט בעלזער חסיד וועלן לערנען אינאיינעם ספרי הגר"א והתניא.

*

עס איז אין פלאן אהינצושלעפן אויך די פארשוואונדענע ניקס וועלכע שרייבן זעלטן, אדער שוין בכלל נישט, און זיי צוריקברענגען תחיית המתים. ווי כעלמ'ער מגיד, קופערניקוס, יידל, לעמאן דזשוס, זר זהב, יאנקל, שרגא, חאצקל, משה געציל, א.א.וו. אויב דער עולם וועט נישט שמייכלען גענוג, וועט מען אפיר נעמען GELUHNGEN וועלכער זאל שרייען LOL יעדע פאר מינוט.

די געטרייע מנהלים און אחראים וועלן ווייטער כסדר שטיין אויף דער וואך אז אלעס זאל זיך טאקע פירן על מי מנוחות ווי געפלאנט, און נישט אפנויגן פון אונזער קאנסטיטושען. מען וועט ווייטער אויפנעמען גבאי חודש, וועלכע וועלן צוהעלפן ביתר שאת וביתר עז. עס איז נאך א שטארקע ספק צי מען וועט אהינשטעלן א צימעס שטיבל לעבן די אינסינירעיטאר. לכאורה וועט מען מאכן וואלן אויף דעם אויכעט.

*

מען וועט אינסטולירן ווידיאו קעמרעס אויף אלע גאסן, אין אלע געשעפטן, בעדער, מקוואות און שולן וועלכע וועלן ראנדומלי ווערן איבערגעקוקט דורך 2 ערנסטע משגיחים וועלכע זענען געאייגענט פאר דעם פאסטן (איך שטים פאר 'איחוד פעלד' און 'איך אויך'). דאס וועט פארזיכערן אז מיר קענען רואיג ארויסשיקן די קינדער אויף די גאסן 24/7, אפגעזעהן פון זייער עלטער. פארדעכטיגטע עבאלע אנגעשטעקטע וועלן אויך נישט ווערן אריינגעלאזט, והי' מחניך קדוש וטהור.

עס וועט זיין א געזונטע וועלט. הערשי דער דאקטאר וועט טיילן מעדעצין; חזקיהו המלך וועט פארקויפן ווייטאמינען און וועט פילטערן אלע וואסער פון די סכנה'דיגע פלארייד. מען וועט מאכן עקסערסייז. עס וועלן אויפגעשטעלט ווערן דאיעט צענטערס. יעדער וועט פוצן די ציין, און שפריצן דיאדרענט, און מקיים זיין דעם ואנשי קודש תהיו לי, מענטשליך הייליג.

מיר וועלן האבן א אייגענע היימישע וואלוטע, וואס וועט זיך רופן "לייקס". דער עולם וועט שווער ארבעטן צו פארדינען לייקס. וחי אחיך עמך, יעדער וועט ארויסהעלפן און שטיצן דעם צווייטן און טיילן לייקס ביד רחבה (נכלל קאך לעפל און משולם שטיינפעלד, געענדיגט מיט די קמצנות!), און די דאזיגע וועלכע האבן גענומען מיט א גאפל און פארמאגן נישט גענוג לייקס וועלן באקומען צדקה בעפאר די ימים טובים. עס וועט אויפגעשטעלט ווערן א 'לייק גמ"ח' ווי מען וועט קענען בארגן לייקס, און אנשטאט צוריקצאלן וועט מען קענען בלויז שרייבן אפאר גוטע ארטיקלען אדער וויצן, און ס'וועט מקויים ווערן לוו עלי ואני פורע, ומלאכתו נעשית ע"י אחרים.

דער אבן הפינה וועט פארקומען ביז א קורצע צייט.

טייערע ליבע פריינד, מי לשטעטעלע אלי! בנערינו ובזקינינו נלך! הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד!

(עס איז נאך אסאך פרטים געבליבן סטאק אינעם פעדער, האפענטליך המשך יבא בעז"ה ביי די 20,000..... און איך בעט מחילה אויב כ'האב פארגעסן פון א ניק. והנני מברך את כל הקהל הקודש הם ונשיהם ובניהם ובנותיהם ותלמידיהם וכו'.)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15239
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18423 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:11 pm

וועלקאם טו שמעקעדיגסוויל!!!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2541
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7213 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:21 pm

! ! ! ! ! ! ! ! ! ! ! !
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5437 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:26 pm

א רעיון!

:idea: :!:

ווען מופט מען?!
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

הודעהדורך קאסטנער » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:30 pm

איך נעם מיך אינטער בלי נדר צו צישטעלען אימזיסטע באנען טראנספטאציע
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 223 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:41 pm

אוי, מי יתן לי אבר כטאמבל אעופה אשכונה נאך היינט נאכט!
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3733 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:55 pm

געלייקט, אבער נאך נישט געליינט, איך שטעל אויף א חזקה פון 10,000 תגובות אז ס'גוט.
מזל טוב!
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8521 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:57 pm

איך בין מסכים צו זיין משגיח אין מקוה, אבער שלום מאכען מיט וואסערטרעגער ווייסעך נאכנישט......


ביי דער וועי, דיין באשרייבונג אין מוסטערהאפטיג, כ'בין אפילו מסופק אויב די האסטיס געשריבען אליין אן א הילף, עד כדי כך.

בשעת'ן ליינען האטזיך מיר דערמאנט דער ניגון פין יו"ט ערליך וואס אברהם פריד זינגט עס אויך, ווי ער לייגט אראפ וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, ווי אזוי אלעס וועט אויסזעהן.
מען דארף מאכען פין דיין ארטיקעל גראמען לויט יענעם ניגון, לדעתי וועט עס זיין א היט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1646 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:58 pm

Moving תרתי משמע!
שמעקעדיג! xoxo
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8521 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:59 pm

איחוד פעלד האט געשריבן:

ביי דער וועי, דיין באשרייבונג אין מוסטערהאפטיג, כ'בין אפילו מסופק אויב די האסטיס געשריבען אליין אן א הילף, עד כדי כך.

בשעת'ן ליינען האטזיך מיר דערמאנט דער ניגון פין יו"ט ערליך וואס אברהם פריד זינגט עס אויך, ווי ער לייגט אראפ וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, ווי אזוי אלעס וועט אויסזעהן.
מען דארף מאכען פין דיין ארטיקעל גראמען לויט יענעם ניגון, לדעתי וועט עס זיין א היט.


כ'האב געמיינט דו מיינסט דעם אנדערן ניגון פון ר' יו"ט
שמעקעדיגסוויל, א מחי' גאר, וואוינען דארט פיינע אידן אויף מיר אזא יאר וכו'.

און אמת טאקע, 2 ניקס האבן מיר ארויסגעהאלפן ותשו"ח להם.

ברוכים תהי' פאר אלע, זיך צום ווידערזעהן אין שטעטל בקרוב.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15239
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18423 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:32 pm

פאר איך צו מיר צום שטעטל וואלט איך געוואלט כאפן א שפאציר אין דעם גאונישען טאלאנטפולן קאפ פון שמעקעדיג. די ארטיקעל איז זעכער געשריבן געווארן דורך אן עליען, ס'פשוט נישט נאטורליך צאמצוווארפן אזוי סאך אינפא, זכרונות, ניקס, מראה מקומות מיט הומאר אין איין ארטיקל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9525 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:36 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:מקוואות און שולן וועלכע וועלן ראנדומלי ווערן איבערגעקוקט דורך 2 ערנסטע משגיחים וועלכע זענען געאייגענט פאר דעם פאסטן


מקוואות ביי אונז אין שטעטל?! זאג, ביסט פון קאפ אראפגעפאלן???
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3733 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:37 pm

רויטע וואנצעס האט געשריבן:פאר איך צו מיר צום שטעטל וואלט איך געוואלט כאפן א שפאציר אין דעם גאונישען טאלאנטפולן קאפ פון שמעקעדיג. די ארטיקעל איז זעכער געשריבן געווארן דורך אן עליען, ס'פשוט נישט נאטורליך צאמצוווארפן אזוי סאך אינפא, זכרונות, ניקס, מראה מקומות מיט הומאר אין איין ארטיקל.

לכאורה האסטו באקומען דער שווערסטע דזשאב. כ'מיין, קאם-אן, א ענגליש טיטשער?!! ווי ליגן די ספיט-באללס...
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך פליקער » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:40 pm

מזל טוב שמעקעדיג לכבוד דיין ארטיקל, עס איז מיר א גרויס כבוד דאס דערמאנען מיך אינעם געהויבענעם ארטיקל, די ארטיקל איז א געוואלדיגער ארבייט, די שטעיטל איז אזוי נאנט, עס איז ממש דא, יעדער וויל די שטעיטל, יעדער דארף די שטעיטל, נאר ציליב דעים ביטערען גזירה וואס מיר האבן אויף זיך זעלבסט גוזר געוועין, נאר ציליב דעים שמאכטן מיר דא אין די שׁיטי, מיר שמאכטן דא בשעת פאר אינזערע מנהיגים זיצן זיך על סיר הבשר, מיר האבן נישט קיין דירות בשעת זיי וואוינען איינס נאכן סאנדערע אין פאלאצען, מיר האבן נישט קיין פארקינג ווי צי לייגען אינזערע זעלאפעס בשעת זיי ראלען מיט שאפערן מאטארקאדעס פון יוקאן'ס מיט לעמאזינען, מיר שפייען בליט צי דעקן די טעקסעס, בשעת זיי האבן קאנגרעגאציעס, מיר שטיפן זיך און שוויצען ביי די כָּפות, בשעת זיי מאכט מען ליפט מיט א ברענד נו הארטע ביבער היט, מיר קענען נישט דורך קימען מיטן טעיגליכן, בשעת פאר זיי מיזן מיר געיבן שטיצע בלויז פארן פאקט אז זיי זענען בנן שעקעדוישה, ר' מיילך האט נאר אינזין געהאט זיינע איינקלעך פארקויפן זיי, און די ליסט איז ענדלעס, פאר זיי די שענסטע שטריימל, אתרוג, די גרעסטע פייער פאר חמץ, די תנור ראשון פאר מצה, די ווייסטע האן פאר כפרה שלאגן, די ווייניגסטע שטנ"ז אין זייערע בעקיטשעס, די גרעסטע ביבער היט, די לעינגסטע בערד, די גרעבסטע בייכער, אלעס אין די נאמען פון גא-ט, מיר שטינקערס בלייבן מיט די טיפסטע קעילערן, די מערסטע חובות, אין בלייבן מיט דעים אלעם די גרעסטע פארברענסטע חסידים, ווי איז שוין אינזער באס קיין שמעקעדיגוויל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3647 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:42 pm

גראדע, שמעקעדיג, אז מ'רעדט שוין יא, לייג צו א נומער ביים קעפל פון אשכול. איז דאס נישט קיין חלק פונעם "למעשה" פראיעקט?
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3733 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:44 pm

פישל'ע העררינג האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:פאר איך צו מיר צום שטעטל וואלט איך געוואלט כאפן א שפאציר אין דעם גאונישען טאלאנטפולן קאפ פון שמעקעדיג. די ארטיקעל איז זעכער געשריבן געווארן דורך אן עליען, ס'פשוט נישט נאטורליך צאמצוווארפן אזוי סאך אינפא, זכרונות, ניקס, מראה מקומות מיט הומאר אין איין ארטיקל.

לכאורה האסטו באקומען דער שווערסטע דזשאב. כ'מיין, קאם-אן, א ענגליש טיטשער?!! ווי ליגן די ספיט-באללס...


ס'נישט אזוי שווער ווען איך טראכט אז וויקענדס ארבייט איך מיט דיר אויפן מאגאזין.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9525 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:51 pm

כ׳וויל פארשלאגן א פעטיציע, צו:

    • אהערשטעלן אפיצעלע קאווע הייזער אין קאווע שטעטל,
    • לאזן דעם צימערמאן׳עם אינדרויסן, ס׳דא גענוג און נאך שטעטלאך ווי ער קען טרעפן שרייענדיגע בערד, זאל ער אונז לאזן מנוחה.
רבותי, רופט אייך אן ווארעם.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:53 pm

חול המועד וועט מען גיין באזוכן די אייוועלט פארם, ווי די קינדער וועלן קענען זעהן פארשידענע חיות און בהמות. :D
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9525 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:57 pm

פליקער האט געשריבן:שמאכטן מיר דא אין די שׁיטי.

:lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15239
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18423 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:19 am

כ'האב גערופען די מאווינג קאמפעני, ער איז נישט עוועילעבעל ביז נעקסטע וואך, איינער קען א פארלעסליכע מאווינג קאמפעני וואס קען מיך ארויף נעמען פאר שבת?
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1008
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:57 am

מזל טוב שמעקעדיג פאר דיין גרויסע דערגרייכונג, צען טויזנט מאל מהנה זיין אידן, און האבן אן אינטעגראלע טייל אין אויפהאלטן אזא מקום קדוש. תהי משכורתך שלמה!

נ. ב. מ'קען שוין נישט שרייבן מער ק"ש, ווייל ס'קען מיינען סיי שטיבל און סיי שטעטל.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2888
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6664 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:00 am

דאס איז א חידוש וואס נאר שמעקעדיג קען אהערשטעלן! צוזאמנעמען די גאנצע היסטאריע פון קאווע שטיבל און עס אראפמאלן אין אזא שיינע פאזיטיווע שטעטל. מי יתן והיה...
דערווייל, ווען מען ערוועקט זיך צו די ווירקליכקייט און מען זאגט המעביר שינה מעיני, מען דערזעהט זיך מיטן מציאות וואס פאטשט אין פנים, בעהט מען גלייך דעם רבש"ע ער זאל אונז ראטעווען מעזי פנים ומעזות פנים, מאדם רע ומיצר הרע וכו'.
מזל טוב שמעקעדיג צום ווערן א חבר הכבוד מיט א קופה פון צעהן טויזנט תגובות כולם שווין לטובה, גאר אסאך האב איך הנאה געהאט און זיך געלערנט פון דיינע געדאנקען, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.
און א באזונדערן דאנק פארן מיר נאמינירן צו אזעלכע הויכגעשעצטע פאזיציעס... איך האף אז איך וועל עס קענען באווייזן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4037 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 1:07 pm

איך מיין גארנישט, @שמעקעדיג, אבער איך וויל עפעס פרעגן.

10,000 תגובות. א תגובה דויערט דורכשניטלעך 8 מינוט. ווייל מען ברויך ליינען וואס יענער שרייבט, מען ברויך רעאגירן, און מען ברויך זעהן ווער עס ענטפערט. אמאהל דויערט עס לענגער, אמאהל קורצער. איך רעד דורכשניטלעך.

עשרת אלפים מאהל אכט מינוט קומט אויס 1,333 שעה מיט צוואנציג מינוט. כמעט צוויי חדשים מעת לעת. איבער טויזנט בלאט גמרא וואס דויערט א שעה בערך.

אלע חברי השטיבל זענען מודה אז דיינע תגובות זענען ווארעם, צו דער זאך, איידל, און קלוג, און זיי זענען ווערד די צייט צו ליינען.

אבער, די שאלה איז צו דיך, נישט צו די לייענער, האסטו חרטה געפילן פאר שפענדענען אזויפיהל טייערע צייט אין אן אנאנימע געזעלשאפט? א חסד של אמת שאין אדם מצפה לתשלום גמול ווייל קיינער קען דיך נישט אויף צום אפצאלען?

אין אנדערע ווערטער, איז 10,000 תגובות א זמן פון 'אנקומען' פאר דיך, אדער איז עס א 'אפקומען' פאר דיך ווען דו טראכסט אריין אין דעם?
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 1:16 pm

שאלה גדולה שאלת.
רוב קורצע תגובות געדויערט מיר נישט מער ווי 2 מינוט. לענגערע קען נעמען אפאר שעה!

הן אמת איך האב אסאך מאל פילינגס אז איך פארברען צופיל צייט דא. עס איז א שטיקל עדיקשאן.
אבער מצד שני די גוטע געפיל אז אידן ווערן געהאלפן, און קענען געבן א שמייכל, ווי אויך אז איך זעלבסט באקום הילף און חיזוק ווען איך דארף עס, דאס איז א דערגרייכונג!

איך בין נשט קיין גרויסער כבוד זוכער (כ'בין נאך נישט יענע עידזש...), אבער די אלע קאמפלימענטן וואס דער עולם טיילט ברייטהארציג זאגט מיר איין זאך: "שמעקעדיג, אונז האבן הנאה פון דיר"! און דאס איז פאר מיר דער גרעסטער קאמפלימענט און נחת, וזה חלקי מכל עמלי.

ויש להאריך יותר בזה, אבער עס נעמט שוין מער פון 2 מינוט, סאו.....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15239
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18423 מאל

הודעהדורך דריידל » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 2:13 pm

שכוח, די תגובה איז ממש שמעקעדיג.
אויב איך מעג פרעגן, איך האב אסאך קוואליפיקאציעס, פארוואס האסטי מיך אריינגעשטעלט צווישן די משוררים? איך בין מסכים אז די אלע פאזיציעס וואס די האסט געטיילט זאל זיין בלויז פאר צייטווייליג ביז ס'עט פארקומען געהעריגע וואלן.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1371 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט