האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך ראוונע » דינסטאג יולי 07, 2015 9:14 am

וויליאמסבורגער האט געשריבן:שפילענדיג דריידל מיט אייניקלעך

קינדער פון חתנו רבי חיים יהושע
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 514
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 10:21 am
האט שוין געלייקט: 210 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » דינסטאג יולי 07, 2015 11:35 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:שפילענדיג דריידל מיט אייניקלעך

זיסע מיידלעך, א רחמנות וויזוי זיי קוקען היינט אויס.

דהיינו? איינער א מאמע און די צווייטע א כלה?
א רחמנות?
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 750
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

עקיבא שנהרג בין עשרה הרוגי מלכות

הודעהדורך אויבערלענדער חכם » דינסטאג יולי 07, 2015 11:42 pm

שרייבער האט געשריבן: אגב בנוגע [געבען א נאמען נאך איינער וואס איז] אוועק יונג מיין איך אז דער ברך משה פלעגט יא הייסן צוגעבן, נאר ביי א נאמען נאך אומגעקומענע ביי די קריג האט ער נישט געהייסן צוגעבן, און ווען מען האט געפרעגט צו ס'הייסט נישט איתרע מזליה, האט ער געזאגט די אלע אידן זענען אומגעקומען על קידוש ה' און פונקט ווי מען געט דעם נאמען ר' עקיבא וואס איז געווען מעשרה הרוגי מלכות די זעלבע מיט אלע וואס זענען אומגעקומען על קידוש ה'

נראה לי שזו ראיה לסתור, ווייל דער חתם סופר (שו"ת חתם סופר חלק אבן העזר סימן כה) שרייבט וז"ל, ונראה לי דגם רמ"א מודה דאין קורין שם על מי שלא היה סופו טוב, ומודה רמ"א דיש לכתוב 'עקיבה' בה"א בסוף ולא באל"ף אע"ג דכל רבי עקיבא בש"ס באל"ף בסוף, מ"מ מפני שסרקו בשרו במסרקות של ברזל, וזה נרמז באל"ף שיצאה נשמתו באחד (ברכות סא, ב) על כן כותבין ה"א בסוף שמרמז על שמחה הנרמז בסופי תיבות או'ר זרו'ע לצדי'ק ולישר'י ל'ב שמח'ה, כמו שגילה בחלום לרבינו יצחק אור זרוע, וכמו שכתב מהרש"ל, ולזה נתכווין נחלת שבעה (סימן מו) בשם עקיבה, עכ"ל.
זעהט מען אז טאקע וועגען דעם אז רבי עקיבא [אין די 120סטע יאר פון זיין לעבען] האט געהאט א מיאוסע סוף, האלט די חתם סופר אז מען זאל נישט געבען א נאמען נאך עם נאר מיט פארענדערען די לעצטע אות. והובאו דבריו בשו"ת אגרות משה.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 1:13 am
האט שוין געלייקט: 290 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » דינסטאג יולי 07, 2015 11:58 pm

איך האב געהערט א מוראדיגע סיפור פון איינער וואס איז געווען ממש דערביי.
איינמאל ביי א לחיים נאך שחרית האט מען דערציילט פארן רבי׳ן אז געלבמאן האט ארויסגעגעבן נאך א מושיען של ישראל, האט די רבי זיך אויסגעדריקט: פארוואס אזויפיל? פארוואס נישט איין אמת׳ע?
ודפח״ח, זי״ע.
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 20, 2015 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 675 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » מיטוואך יולי 08, 2015 12:11 am

איך פרעג פארוואס פינף בענדער ברך משה פארוואס נישט עפעס איין נארמאל ספר?
פרעג איך דען? נאר אזוי ווי ער האט געפרעגט פרעג איך, זי''ע ועכ''י זצוקללה''ה ומחה ה' וכו'
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2164 מאל

ר' משולם איגרא?

הודעהדורך אויבערלענדער חכם » מיטוואך יולי 08, 2015 12:18 am

גאלד האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

אבער למעשה איז ער דאך נישט געווען קיין אחד הרקים ער האט זיך מייגע געווען אויף תורה כל ימיו, א ירא שמים מרבים מנעריו, עניו ושפל ברך, מסירות נפש פאר תורה ומצות מעודו, נו ווער זענען מיר צו דן זיין גרויסע צדיקים ואריות צוליב געוויסע אויסדרוקן, אויב יא קען מען פסלען דעם מנחת אלעזר, ר' ברוכל גארליצער, ר' משולם איגרא ועוד ועוד,

ווי קומט אריין ר' משולם איגרא אין די ליסטע?? די נתיבות האט זיך אויסגעדריקט "כהרשב"א ואולי כהרמב"ן" אויף עם. דאכט זיך מיר די חתם סופר האט געמאכט א ברכה שחלק מחכמתו ליראיו אויף עם. ווי קומט ער דא אריין?
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 1:13 am
האט שוין געלייקט: 290 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

הודעהדורך גאנצל » מיטוואך יולי 08, 2015 11:25 am

ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך פרעג פארוואס פינף בענדער ברך משה פארוואס נישט עפעס איין נארמאל ספר?
פרעג איך דען? נאר אזוי ווי ער האט געפרעגט פרעג איך, זי''ע ועכ''י זצוקללה''ה ומחה ה' וכו'


און איך פרעג פארוואס פארוואס אזויפיל דברי יואל'ס ? האסט עס נישט געקענט מאכן ווי יעדע נארמאלע ספר חחחחחחחחח לשון קארני נופל על לשון קארני אבל יש בזה אמת
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2820
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:18 pm
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 08, 2015 6:00 pm

אויבערלענדער חכם האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

אבער למעשה איז ער דאך נישט געווען קיין אחד הרקים ער האט זיך מייגע געווען אויף תורה כל ימיו, א ירא שמים מרבים מנעריו, עניו ושפל ברך, מסירות נפש פאר תורה ומצות מעודו, נו ווער זענען מיר צו דן זיין גרויסע צדיקים ואריות צוליב געוויסע אויסדרוקן, אויב יא קען מען פסלען דעם מנחת אלעזר, ר' ברוכל גארליצער, ר' משולם איגרא ועוד ועוד,

ווי קומט אריין ר' משולם איגרא אין די ליסטע?? די נתיבות האט זיך אויסגעדריקט "כהרשב"א ואולי כהרמב"ן" אויף עם. דאכט זיך מיר די חתם סופר האט געמאכט א ברכה שחלק מחכמתו ליראיו אויף עם. ווי קומט ער דא אריין?

ס'איז ברייט באהאלטען, אבער ר' משולם איגרא איז געווען אזא מתנגד וואס אין בדומה לו.
אוודאי האט עס נישט מיט'ן ברך משה'ס אויסדרוקען קעגען זיין פערזענליכע שונאים. הרב משולם איגרא, כפי וואס מיר ווייסען, האט נאר געהאט אן עקרונות'דיגע חשבון. אבער אפילו איך האלט נישט ביים אויסשרייבען וואס מ'זאגט נאך פון איהם. אפילו אן עכטע אויבער חכם וואלט געהאט א פראבלעם.
טאקע מכוחו של אותו זקן, איז פרעשבורג געבליבען ריין פון חסידות ביז צום קריג. איך האב געהערט פון א פרעשבורגער איד אז הרב אונסדארפער פון מאנטריאל, וואס נאך אינדערהיים איז געווארען חסידיש, האט צוזאמענגעשטעלט א מנין אויף הקפות ליל שמ''ע. דער קהל האט גערופען פאליציי און פארמאכט די קלויז אויף אייביג פאר'ן זינד פון טאנצען ליל שמ''ע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7289 מאל

הודעהדורך אויבערלענדער חכם » מיטוואך יולי 08, 2015 6:11 pm

גם אנכי לא ידעתי בלתי היום. וואו איז באשריבען וועגען דעם? יעצט פארשטיי איז פארוואס מען האט אזוי מפליג בשבחו געווען פון רבי משולם איגרא!! אבער וואס האט דעס אהער? דער ברך משה איז נישט געווען קיין מתנגד.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 1:13 am
האט שוין געלייקט: 290 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 09, 2015 7:14 am

איך האב עס נישט געזען באשריבען, נאר געהערט פון ירושלימ'ער אידען וואס האבען נישט קיין מורא.
דער מימרא וואס דו ברענגסט פונ'ם נתיבות איז געדרוקט אין הקדמה לספרא דצניעותא פון ר' חיים וואלאזהינער אויפ'ן גר''א. מ'דערציילט אז אין א שמועס צווישען הרב יעקב קמינצקי מיט'ן סאטמאר רב אין מיאמי, האט דער סאטמארער געפרעגט ר' יעקב'ן ''וואס האט ער געדארפט שרייבען אזא הפלגה? ער האט געקענט שרייבען אזוי ווי דער רבי ר' בער?''
האט ר' יעקב געזאגט ''איך האב געזען פון תלמידים פונ'ם צאנזער רב אזא אויסדרוק אויך''
''צאנזער רב!? צאנזער רב איז געווען א מלאך!''
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7289 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 4:37 am

א שיינע מעשה וואס איך קען דער מקור ראשון דערפון.

א חשוב'ער מגי"ש אין א באקאנטע ישיבה אין ירושלים, הרב ח"ק, האט דערציילט וואס איז געשען מיט אים זעלבסט אלס בחור. אז איינמאל איז ער געפארן קיין אייראפע אויף מקומות הקדושים, און אין א געוויסע שטאט איז געווען א מקוה. איז ער געגאנגען כאפן א טבילה. אריינגייענדיג אין בור, זעט ער אז - נישט מער און נישט ווייניגער - דער ברך משה איז אינעם בור המקוה. ער איז געכאפט געווארן אין שאק, דער גרעסטער אדמו"ר אין די וועלט זיצט אין בור אן קיין גבאים וכו', און פון שאק האט ער צוריקגעטרעטן, טראכטנדיג אז ס'איז נישט קיין כבוד אריינצוגיין אין בור ווען דער רבי איז אינעווייניג.

דער ברך משה האט דאס באמערקט, און האט זיך גלייך אנגערופן: בחור'ל, בחור'ל, וואס שעמסטו זיך? קענסט אריינגיין! צולייגנדיג מיט זיין טיפישער פשטות: דא בין איך נישט קיין רבי... און ווען דער בחור איז אריין אין מקוה, האט דער ברך גערעדט צו אים פרעגנדיג וויאזוי ער הייסט, וואו ער לערנט, פארוואס ער איז דא, וכו', ממש ווי א פשוט'ער איד.
אלעס כדי דער בחור זאל זיך נישט שפירן פארלוירן און אומבאקוועם!

דער בחור איז געווען מיין טאטנס חבר אין ישיבה, און האט עס אים דערציילט מיט התפעלות [אגב, לערנענדיג אין ארץ ישראל, איז מיר אויסגעקומען צו לערנען מיטן זון פונעם בעל העובדא. דערציילנדיג די מעשה, האט ער מיר געזאגט אז זיין טאטע האט אים דאס קיינמאל נישט דערציילט. האב איך אים געזאגט אז ער זאל פרעגן זיין טאטן צו ס'איז אמת. ער איז צוריקגעקומען זאגנדיג אז די מעשה איז ווירקליך געשען!].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 11:06 am

שיינע מעשה. אבער די מעשה האט נישט געקענט זיין שפעטער פון די מ' יארן, יענע יארן איז ער נאך נישט געוועהן אזוי גרויס
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6099
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7970 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5408 מאל

הודעהדורך ליפא » דינסטאג אפריל 19, 2016 7:53 pm

חודש ניסן

טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2044
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 3:09 am
האט שוין געלייקט: 1857 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך אפריל 20, 2016 4:50 am

א רגע ביי 8:23 זאגט ער לשנה הבא בירושלים 'הבנויה'? דאס אידאך א ריין ציוניסטישע המצאה!
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל

הודעהדורך ליפא » מיטוואך מאי 04, 2016 10:14 am

יארצייט היינט
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2044
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 3:09 am
האט שוין געלייקט: 1857 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

הודעהדורך נעגעל וואסער » מיטוואך אפריל 11, 2018 11:15 am

ליפא האט געשריבן:יארצייט היינט

היינט אויך
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

הודעהדורך אינטערסאנטער » מיטוואך אפריל 11, 2018 11:40 am

די ווידיאו קוקט אויס בערך אין תשס"ג, נאך געווען דעמאלס היבש אין די כלים, מען קען זעהן די פרישקייט ביים זינגען והיא שעמדה און ביי לשנה הבאה בירושלים, און ביי די אנדערע חלקים. בערך פון דעמאלס און ווייטער האט ער אנגעפאנגען צו ווערן שוואכער און ווייניגער צו רעדן.
אינטערסאנטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:51 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט