הרב נפתלי הירץ וויזל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך מאי 22, 2019 3:51 am

זאפטיג האט געשריבן:איך וויל פרעגן א שאלה

פון ווען האט זיך אנגעהויבן ביי כלל ישראל דער התנהגות פון פארמאכן אינזער קעפ און נישט לאזן ח''ו קוקן ערגעץ אנדערש מחשש מינות ווי איידער קומען מיט געהעריגע ענטפערס אזוי ווי דער גמרא ברענגט ציווישען די מינים מיט די תנאים ואמוראים און דער רמב'''ם ועוד?


פון ווען פרעגסטו? פון ווען מ'האט פארקויפט די ערשטע ספר תורה וואס דארט האט מען געזעהן צום ערשטען מאל אז עבודה זרה איז אסור, און נישט סתם אסור, נאר אפי' באונס, ואפי' משהו.

זייט דעמאלטס, איז נתפשט געווארן די מנהג בכל תפוצות ישראל, אז ניטאמאל מעגסטו טועם זיין און זעהן וואס דאס איז, נאר אויך זאלסטו האלטן די אויגען און קאפ פארמאכט, און קוק ניטאמאל אויף יענע זייט.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2284
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3183 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2978 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מיטוואך מאי 22, 2019 7:06 am

געהאקט אין קאפ

דער גאנצע ספר ''אלה דברי הברית'' געדריקט אין אלטונא איז פול מיט ערענסטע אויפוויזונגען קעגן ''הרב'' אהרן חורינער
דער גמרא איז פול מיט אמר ההוא מינא ל... מיט א תירוץ אויף צוריק
מורה נבוכים
כוזרי
ועעוד ועוד
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך מאי 22, 2019 10:02 am

זאפטיג האט געשריבן:געהאקט אין קאפ

דער גאנצע ספר ''אלה דברי הברית'' געדריקט אין אלטונא איז פול מיט ערענסטע אויפוויזונגען קעגן ''הרב'' אהרן חורינער
דער גמרא איז פול מיט אמר ההוא מינא ל... מיט א תירוץ אויף צוריק
מורה נבוכים
כוזרי
ועעוד ועוד


די אלע מראה מקומות זענען כעין געפילטערטע דעות. א יעדע תקופה אדער א יעדע עטליכע דורות האט זיך געטוישט די מעג יא'ס און די מעג נישט'ס. ווייל די אויווען דערמאנטע ספרים וואס די ברענגסט, האט א יעדער איינער א רויטע ליניע וואס מ'גייט נישט אריבער, דאס איז חוץ פונדעם וואס זיי האבן שוין אפגעמאכט פון פארדעם אז למען השם גייט מען דא זיין גערעכט. אויב אזוי, ווי אזוי קענען זיי בכלל ברענגען יענעם'ס שיטה 100% נישט בייעסד, און נאך דערצו קוואוטען יענעם'ס ווערטער און געדאנקען, אן אריינרוקען מעיקרא די שוואכקייטן, און עס גאר נישט באשמירן מיט לצנות נאך אויך..

אלזא אונזער תורת אמת האט שוין אנגעהויבן מיט דעם, נאטינג פערסאנעל, תורה איז דאך נצחיות און בלייבט דאך אייביג גערעכט, ווי קען אזא תורה שיינערהייט ארויס ברענגען די טיפע און אינטעליגינטע געדאנקגאנג פון פרעמדע אפגעטער? מיינסט טאקע מיליאנען מענטשען וואס דינען א שטיין זענען טאטאל פארוקט? ס'לייגט זיך דען אויפ'ן שכל אז רובא דהאי עלמא, וואס גלייבן אין איינער וואס וואקט אויף וואסער, זענען אזעלעכע תמימים אזש זיי קענען נישט פארדינען א דאלער, ווייל זיי וואלטען פונקט אזוי ווי זייער גלויבונג, אויך אוועק געגעבן זייער סחורה אומזינסט פאר זייערע קונדען?

חוץ פון דעם, שטעל דיך פאר מען טוישט ארום די צוויי נעמען, משה און יאשקע, משה האט געהיילט די בלונדע, און יאשקע האט געשפאלטען די ים. דעמאלטס וואלסטו געלאכט פון משה פאנדריק, און געמאכט סוכות אושפיזין פאר יאשקע רבנו. ס'איז אלעס סוף מעשה במחשבה תחילה, מ'שרייבט נאר פאר וואס מ'וויל אריין צווינגען אלס די מסקנא. די פילטער ארבעט די זעלבע נאר ס'איז אן אנדערע ווערזשאן. ס'האט זיך אנגעהויבן אין די בראשית יארן און ס'דעוועלאפט זיך עד היום הזה.

נישט אזוי האט דער בעלזער געזאגט ביים פעימאס שטייעדיגע תורה, "מ'האט נאך געמאכט דערפון א פערצענטער אני מאמין, אדער דער ערשטע גאר אויך..."
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2284
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3183 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2978 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מיטוואך מאי 22, 2019 10:36 am

אלזא אז א קינד פרעגט חלילה א קשיא וואס באדערט אים וואס ברויך מען צו טוהן? שטיל מאכן?? א פראסק אין פנים?
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך מאי 22, 2019 10:56 am

זאפטיג האט געשריבן:אלזא אז א קינד פרעגט חלילה א קשיא וואס באדערט אים וואס ברויך מען צו טוהן? שטיל מאכן?? א פראסק אין פנים?


דאס האסטו געליינט אין מיין ווערטער? אז ס'איז א דע"ד ענ"ד? מיין כוונה איז געווען אז בולש*ט ארבעט זיכער נישט.

וואס קלערסטו למעשה זאל מען טוהן צום קינד. שטיל מאכן? אודאי נישט. פראסק אין פנים? חס מלהזכיר.

וואס יא, קודם לאז עם רעדן אן קיין שום עיכוב אדער פרעשור, מאך זיכער עם אויסצוהערן גוט עד הסוף, און ער זאל דאס קלאר שפירן. דערנאך פרוביר עם צו העלפען ארויס קריכען פון זיין ספקות און קשיות, ביז ער געפונט רואיגקייט. גאר אסאך מאל איז ניטאמאל א העלפ עם צו געבן א תירוץ בכלל, ארויסהעלפן אז זיין קאפ זאל קלארער טראכטן און אליינס אויסארבעטן די קשיות קען גאר זיין די געזונסטע וועג עם צו ברענגען עכטע קלארקייט און אלטימעטלי צופרידענהייט.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2284
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3183 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2978 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מאי 23, 2019 12:10 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווילאנג אידישקייט איז באשטאנען פון זאכן וואס מאכן סענס, און מ'האט געקענט רעדן אמונה זאכן אן זיך צו פארפלאנטערן אין סתירות און אקסימאראנס, האט געהאט פשט זיך צו טענהן איבער דעם. איינמאל אידישקייט האט אנגעפאנגען אנצונעמען BS, אמונות טפילות, שטותים, און אקסימאראנס אלץ עיקרי אמונה איז שוין די גאנצע זאך נישט שייך.


איך בין נישט זיכער אין דעם טיים ליין ווען דאס האט געזאלט זיך אנהייבן, אבער לכאורה פין דער ערשטער מינוט האבן אידן געגלייבט אין שטותים, מיט מאכען א קאלב ווייל משה איז נישטא, כאילו עס מאכט סענס, און לאורך הדורות זעה איך נישט א זמן וואס אלעס איז געוועהן אזוי ווי עס ברויך צו זיין.

דער ספר מאור ענים פין ר' עזריה מן האדומים איז געווארן מוחרם פין גדולים בזמנו, אנגעפירט פין בית יוסף, ווייל ער האט געשריבן אז די יארן פין בריאת העולם זענען נישט מדויק מיט פינף יאר בערך. כאילו די יארען זענען פין די זאכען וואס מען טאר נישט האבן קיין ספק. און אזוי די אנדערע טענות זענען אזעלכע שוואכע זאכן וואס זענען אנגענומען ביי מענטשן פאר אמת.

לכאורה איז אייביג געוועהן אזעלכע וואס זענען געווען קלוגער און געוווסט אז נישט אלעס איז כפשוטו, און אזעלכע וואס זענען געווען פשטנים, און פראבירט ארויף צו צווינגן זייערע פשטנות (טפשנות) אויף די קלוגערע.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1879
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 998 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 23, 2019 12:52 am

גלייבן שטותים ווייל ס'מאכט סענס פאר איינעם משום איזה סיבה איז איין זאך, אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו, אבער גלייבן זאכן וואס מ'ווייסט אז ס'נישט אמת איז גאר עפעס אנדערש. גערעכט אז מ'טרעפט שוין אין גמרא געוויסע תנאים און אמוראים וועלכע רעדן שטותים, אבער ס'וועט אלץ זיין א צווייטע מאן דאמר וועלכע וועט זיך דינגען מיט איהם. רבי זאגט כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה, זאגט אים רב אז ווייל דאתי מבית דוד מהפך בזכותיה דדוד. רבי אליעזר המודעי זאגט אז די תורה איז געגעבן געווארן אין כתב אשורית, זאגט ר' יוסי אז כתב אשורית איז א נייע אויסטרעף, וכן הלאה. אויסער דעם האט די גמרא קיינמאל נישט גענומען די אויסשליסליכע רעכט צו זאגן דעות, פאר א סיבה האבן די רמב"ם, רשב"ם, אבן עזרא און נאך אסאך נישט געהאט קיין שום פראבלעם אוועקצומאכן בפירושע גמרות. אין גמרא און די פריערדיגע ראשונים טרעפט מען נישט אזא מין געדאנק אז ס'דא עפעס וואס מ'מוז גלייבן, א כופר איז א כשרע איד ע"פ דינא דגמרא, ווילאנג ער איז נישט מחלל שבת בפרהסיא. די אמתע בולשיט האט זיך אנגעפאנגען מער ביי די שפעטערדיגע ראשונים, נעם למשל אזא מין מאדנע געדאנק אז ביי הלכות טרפות קוקט מען נישט אויף די מציאות, ס'דא א סיבה פארוואס ביז'ן רשב"א איז עס קיינעם נישט אייגעפאלן. און די בולשיט איז נאר געווארן ערגער און ערגער, אזא ספר ווי די באר הגולה למהר"ל וואלט קיין איין ראשון אפילו נישט אנגעקוקט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2696
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט