עונש כרת בימינו
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
- חתן בחור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 318
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
- האט שוין געלייקט: 520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל
Re: עונש כרת בימינו
משהה פרידמן האט געשריבן:עיין לעיל ווי כ'האב געוויזן אז כרת מיינט מיתה בידי שמים לפי פסוקי התורה אן צוקומען צו חז"לחתן בחור האט געשריבן:משהה פרידמן האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.
איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
בכלל נישט קיין קשיא. די תורה איז קיינמאל נישט מסביר וואס דאס מיינט, און אפילו די רמב״ם זאגט אז מ׳רעדט פון יענע וועלט.
וואס די קענסט פרעגן איז אויף די ראשונים אדער גמרא וואס טייטש אז דאס מיינט אויף די וועלט.
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
סארי אפשר בין איך אן עם הארץ, אבער ערירים ימותו איז לכאורה טייטש אז זיי וועלען שטארבן קינדערלאז. והדרא קושיא לדכתא, פון די תורה איז אין ערגעץ נישט מוכרח אז מ׳רעדט פון מיתת הגוף.
Sent from my iPhone using Tapatalk
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ס'פאלט מיר יעצט איין א מוראדיגע תירוץ. די גמרא זאגט אין מכות דף כב: אז אויב איינער האט אינמיטן כאפן מלקות זיך גענומען מאכן אין די הויזן, דארף מען אים שוין נישט שלאגן ווייטער. ווייל די גאנצע מטרה פון די מלקות איז דאך אז ער זאל פארשעמט ווערן, אזויווי ס'שטייט "ונקלה אחיך לעיניך", און אז ער איז שוין פארשעמט געווארן האט ער שוין יוצא געווען. אין די פאלגנדע משנה שטייט, כל חייבי כריתות שלקו נפטרו ידי כריתתם, שנאמר ונקלה אחיך לעיניך, כשלקה הרי הוא כאחיך. איז אויב בושות איז במקום מלקות, און מלקות פטרט פון כרת, קומט דאך אויס אז בושות פטרט פון כרת, נו, יעדער האט דאך אמאל בושות.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'פאלט מיר יעצט איין א מוראדיגע תירוץ. די גמרא זאגט אין מכות דף כב: אז אויב איינער האט אינמיטן כאפן מלקות זיך גענומען מאכן אין די הויזן, דארף מען אים שוין נישט שלאגן ווייטער. ווייל די גאנצע מטרה פון די מלקות איז דאך אז ער זאל פארשעמט ווערן, אזויווי ס'שטייט "ונקלה אחיך לעיניך", און אז ער איז שוין פארשעמט געווארן האט ער שוין יוצא געווען. אין די פאלגנדע משנה שטייט, כל חייבי כריתות שלקו נפטרו ידי כריתתם, שנאמר ונקלה אחיך לעיניך, כשלקה הרי הוא כאחיך. איז אויב בושות איז במקום מלקות, און מלקות פטרט פון כרת, קומט דאך אויס אז בושות פטרט פון כרת, נו, יעדער האט דאך אמאל בושות.
ובפרט בימינו אלה, אז נערים פני זקנים ילבינו, ואוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה, גיימער לעבן ביז הונדערט און צוואנציג.
ווער ס'וויל...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ס'פאלט מיר יעצט איין א מוראדיג פשט אין נערים פני זקנים ילבינו, אז די עלטערן וועלן זיך עסן די געזונט פון זייערע קינדער'ס התנהגות, אזש די בארד אויפן פנים וועט זיי ווייס ווערן פון גרויס צער...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'פאלט מיר יעצט איין א מוראדיג פשט אין נערים פני זקנים ילבינו, אז די עלטערן וועלן זיך עסן די געזונט פון זייערע קינדער'ס התנהגות, אזש די בארד אויפן פנים וועט זיי ווייס ווערן פון גרויס צער...
ועד"ז אפ"ל אם יהי' חטאיכם כשנים כשלג ילבינו, אז ס"וועט זיין אזעלעכע פארפארענע קינדער, אז עלטערן וועלען ווייס ווערען..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: עונש כרת בימינו
דער תפארת ישראל אין זיין באקאנטע דרוש אור החיים (וואו ער דערמאנט די פאסילס) (אות ב) פרעגט די קשיא אויף כרת (ווי אויך וואס איז אויב איינער טוהט מערערע מאל איסורי כריתות, צווישן אנדערע קשיות אויף די מושג). ער ענטפערט אז עס זענען דא צוויי מיני נפשות אינ׳ם מענטש. איינס איז די חלק אלוק וניצוץ ממעל וואס איז אומעגליך אז עס זאל נתאפס ווערן לכלום; דאס האט אן השארה אלעמאל און איז נצחי. דערנאך איז דא די נפש הבהמית (עס קען האבן פאראלעלן מיט׳ן נפש הבהמית וואס דער תניא דערמאנט), וואס איז פשוט באשאפן געווארן און אריינגעגעבן געווארן אינ׳ם מענטש כדי צו האלטן די נפש הנצחי, וואס איז כולו רוחני, מיט די גוף החמור, וואס איז איר דירעקטע אפאזיט; עס איז די מתווך און האלט זיי צוויי צוזאם.
די נפש הבהמית וואלט ווען געדארפט בטל ווערן לאחר המיתה ווען די חבילה צווישן זיי דריי [נפש הרוחני, נפש הבהמית, והגוף] ווערט נתפרד. אבער דורך מצות ומעש״ט קען מען מאכן אז די נפש הבהמית זאל אויך האבן א נצחיות.
יעצט (ווי אזוי איך פארשטיי זיין דרך), איינמאל מ׳גייט פון די וועלט איז כדי די נשמה/נפש הנצחי זאל נזדכך ווערן פון די חטאים פעהלט אויס אז עס זאל נאך זיין באהאפטן מיט׳ן נפש הבהמית (ווייל אזוי קען עס נאך פאלן אונטער די יצירה פון זמן וואס דורך דעם קענען די קינדער פונ׳ם מת וואס זענען נאך אויף די וועלט ותחת הזמן האבן נאך א שייכות צו אים/איר, און קענען איר ארויסהעלפן, מעלה זיין וכו׳, די ערשטע 12 חדשים (מער) יארצייט אא"וו). און איינמאל עס איז פערטיג דעמאלטס צוטיילן זיי זיך און די נפש הבהמית גייט צו איר (שכר) נצחי אויך.
אבער ביי עוברי איסורי כריתות ווערט עס דערנאך בטל לאפס, און וויפיל מער מ׳האט עובר געווען פון די מיני איסורים, אלס לענגער דויערט די זיכוך און דאס באהאפטענקייט פונ׳ם נפש הנצחי צום נפש הבהמית וואס דארף בטל ווערן, וואס דאס איז א צער (for lack of a better term) פאר׳ן נפש הנצחי. ועוד, אז תחיית המתים איז נאר שייך אויב די נפש הבהמית האט אן השארה, ווייל אזוי וועט די נפש הנצחי זיך קענען צוריק באהעפטן צום גוף, משא״כ ביי עונש כרת וואו דאס ווערט נתאפס גייט ער נישט קענען אויפשטיין, ע״ש באריכות.
איך פארשטיי אז מידי אפאלאגעטיקס לא יצאנו, און דאס לאט נאך איבער היפש פון די פסוקים איבער דעם וואס זענען נישט משמע צו דעם מהלך.
די נפש הבהמית וואלט ווען געדארפט בטל ווערן לאחר המיתה ווען די חבילה צווישן זיי דריי [נפש הרוחני, נפש הבהמית, והגוף] ווערט נתפרד. אבער דורך מצות ומעש״ט קען מען מאכן אז די נפש הבהמית זאל אויך האבן א נצחיות.
יעצט (ווי אזוי איך פארשטיי זיין דרך), איינמאל מ׳גייט פון די וועלט איז כדי די נשמה/נפש הנצחי זאל נזדכך ווערן פון די חטאים פעהלט אויס אז עס זאל נאך זיין באהאפטן מיט׳ן נפש הבהמית (ווייל אזוי קען עס נאך פאלן אונטער די יצירה פון זמן וואס דורך דעם קענען די קינדער פונ׳ם מת וואס זענען נאך אויף די וועלט ותחת הזמן האבן נאך א שייכות צו אים/איר, און קענען איר ארויסהעלפן, מעלה זיין וכו׳, די ערשטע 12 חדשים (מער) יארצייט אא"וו). און איינמאל עס איז פערטיג דעמאלטס צוטיילן זיי זיך און די נפש הבהמית גייט צו איר (שכר) נצחי אויך.
אבער ביי עוברי איסורי כריתות ווערט עס דערנאך בטל לאפס, און וויפיל מער מ׳האט עובר געווען פון די מיני איסורים, אלס לענגער דויערט די זיכוך און דאס באהאפטענקייט פונ׳ם נפש הנצחי צום נפש הבהמית וואס דארף בטל ווערן, וואס דאס איז א צער (for lack of a better term) פאר׳ן נפש הנצחי. ועוד, אז תחיית המתים איז נאר שייך אויב די נפש הבהמית האט אן השארה, ווייל אזוי וועט די נפש הנצחי זיך קענען צוריק באהעפטן צום גוף, משא״כ ביי עונש כרת וואו דאס ווערט נתאפס גייט ער נישט קענען אויפשטיין, ע״ש באריכות.
איך פארשטיי אז מידי אפאלאגעטיקס לא יצאנו, און דאס לאט נאך איבער היפש פון די פסוקים איבער דעם וואס זענען נישט משמע צו דעם מהלך.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עונש כרת בימינו
מ׳קען אפשר אויך פרובירן צו ענטפערן אויף די קשיא אן אפאלאגעטישן (דוחק׳דיגן) תירוץ עפ״י שיטת הרלב״ג. ער זאגט אין מלחמות ה׳ (מאמר ד פ״ו) (בתוך זיין ברייטערע שיטה פון השגחת הקב״ה און אין דעם אז אין ידיעת הקב״ה מגעת אל הפרטיים) אז די שלעכטס/עונשים וואס שטייט אין די תורה און ס׳איז משמע אז דאס קומט דירעקט און נישט מחמת השארתם להילוך הגלגלים והטבע, איז אדער מכח דעם פאר׳ן צדיק (וואס איז זוכה צו השגחה בו, ווייל ער גייט אריין אין די כלל אויף וועמען ס׳איז דא די השגחה) וואס הייבט אן אביסל ״גליטשן״ להדריכו אל דרך הישרה (און ער גייט טאקע נישט שטארבן דערפון), אדער מכח דעם ווייל די השגחה אויפ׳ן פאלק בכלליות פארלאנגט אז די עונש זאל מדריך זיין ה(יותר )צדיקים בם, ע״ש באריכות.
דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ב פ״ג) פרעגט אויף אים אין דעם אז דעמאלטס, למשל, טאמער וואלט נח אויך געזונדיגט ביים דור המבול וואלט הקב״ה נישט געברענגט די מבול, וואס איז א דירעקטע עונש שלא כדרך הטבע. דאס איז נישט מסתבר און איז נישט משמע. ווי אויך אויב אזוי וואס איז פשט אין עונש כרת? אויב גייט דאס ארויף אויף א מיתה בעולם גייט דאך אויסקומען אז אנדערע (די צדיקים) מוזן וויסן דערפון כדי די דירעקטע עונש זאל האבן א פשט, וממילא אויב האט ער עובר געווען בסתר גייט טאקע נישט זיין די עונש. דאס איז ווייטער נישט מסתבר. און טאמער נעם איך אן אז דאס איז (אויך) אן עונש פאר׳ן נפש לעתיד שטימט ווייטער נישט. ווייל עפ״י (פילאזאפישע) טבע וואלט דער נפש החוטא (אין דעם) געדארפט ווען ווערן מקושר מיט׳ן שכל הפועל מכח די מושגים השכליים וואס ער האט קונה געווען בחייו, נאר מען טוהט דא עפעס שלא מן הטבע (הפילוסופית) כדי אים מעניש צו זיין. פארוואס? נישט ער און נישט אנדערע קענען זיך לערנען דערפון וכדומה, וואס דאס איז דאך פשט אין דירעקטע עונשים לפי הרלב״ג, ע״כ ע״ש באריכות.
יעצט, טאמער ״בּייסט מען די קויל/בּוּלעט״ און מ׳זאגט אז לויט׳ן רלב״ג איז טאקע איה״נ נאר דא כרת בעולם הזה און נאר ווען ס׳איז שייך אויף אויסצולערנען צדיקים וכדומה, קען מען אפשר זאגן אז היינט ווען ס׳איז א דור שכולו חייב איז טאקע נישט דא קיין עונש כרת. ודוחק, ובפרט אז מ׳דארף אננעמען דערצו, ווי נישט, די טעזע פון ״ירידת הדורות״ (ברוחניות).

- עוקר הרים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: עונש כרת בימינו
אויב איז עס נאכאלץ שווער אפילו אויב די זאגסט אז תורה לא מן השמים הוא איז וואס פארדינסטו פון ענטפערען תורה לא מן השמים הוא?!?משהה פרידמן האט געשריבן:איך פארשטיי נישט דיין reasoning, "וויבאלד די פסוקים זענען מופרך לכל בר דעת, קען נישט זיין אז א מענטש האט עס געשריבן ווייל א מענטש רעדט נישט קיין שטותים". אלא מאי וועט מען זאגן אז גאט האט עס געשריבן ווייל ער רעדט יא שטותים?!?טמיר האט געשריבן:משהה פרידמן האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:די פוינט איז אז שערי תירוצים לא ננעלו און פונקט אזויווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן מיין תירוץ אזוי איז דאך נאך טויזענטער תירוצים וואס פאלט קיינעם נישט ביי.
איך וואונדער מיך פארוואס קיינער איז נישט געבליבן ביי די קשיא און מסיק געווען אז תורה לא מן השמים היא.
און יא איך האלט אז דעס איז איינער פון די שטערקסע קשיות אויף תורה מן השמים
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
און לשיטתך אז תורה ח"ו לא מן השמים, פארוואס זאל אן אינטעליגענטע מענטש שרייבן אזאלכע זאכן וואס זענען אפן מופרך?
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עוקר הרים: איך ווילל נאר מאכן א קליינע באמערקונג. איך ווייס נישט וועם דו קוואוטסט אין דיין מאמר. ווייל ס'איז דא צופיהל נעמען. אבער איינער האט פארגרייזט דעם מאמר. און דאס טוישט דעם פשט פון אלעם. דער מאמר חז"ל פון די גמרא איז..."תורה לא בשמיים הוא. נישט תרה לא משמיים הוא...!
ס'איז א גרויסער חילוק. ווען די גמ' זאגט ..."בשמיים"...מיינט עס אז היינט אז אונז האמיר די תורה ווערט נישט באשלאסן א הלכה אין הימל. נאר דא אויף די ערד...אבער די תורה אליינס איז געקומען פון הימל...!
ס'איז א גרויסער חילוק. ווען די גמ' זאגט ..."בשמיים"...מיינט עס אז היינט אז אונז האמיר די תורה ווערט נישט באשלאסן א הלכה אין הימל. נאר דא אויף די ערד...אבער די תורה אליינס איז געקומען פון הימל...!
- עוקר הרים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: עונש כרת בימינו
מען מיינט טאקע נישט די מאמר מען מיינט פשוט צו זאגען אז תורה איז לא מן השמים ח"ו......berlbalaguleh האט געשריבן:עוקר הרים: איך ווילל נאר מאכן א קליינע באמערקונג. איך ווייס נישט וועם דו קוואוטסט אין דיין מאמר. ווייל ס'איז דא צופיהל נעמען. אבער איינער האט פארגרייזט דעם מאמר. און דאס טוישט דעם פשט פון אלעם. דער מאמר חז"ל פון די גמרא איז..."תורה לא בשמיים הוא. נישט תרה לא משמיים הוא...!
ס'איז א גרויסער חילוק. ווען די גמ' זאגט ..."בשמיים"...מיינט עס אז היינט אז אונז האמיר די תורה ווערט נישט באשלאסן א הלכה אין הימל. נאר דא אויף די ערד...אבער די תורה אליינס איז געקומען פון הימל...!
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום עוקר הרים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עוקר הרים: ייש"כ. דאס איז דאך די מיינונג פון די רעפארמער. אבער אויב אונז האלטן מיר אזוי, דאמאלס איז אונז גארנישט פון די מצוות התורה מחייב. ווייל וואס איז מיר א חילוק אויב האמוראבי האט געמאכט דעם געזעץ. אדער משה רבנו...!פארוואס זאלל איך נישט פארן מיט קיין קאר אום שבת. אדער עסן אום יום כיפור. אדער עסן א גוטן העם סענדוויטש...!
- עוקר הרים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: עונש כרת בימינו
הונדרעט פראצענט, איינער האט נאר געזאגט אז לכאורה דער קשיא פון כרת בלייבט שווער און מען מיז אזוי זאגען האב איך געטאנעט אז אפילו אויב די וועסט אזוי זאגען וועט עס נאכאלץ נישט ווערען פארענטפערט.....berlbalaguleh האט געשריבן:עוקר הרים: ייש"כ. דאס איז דאך די מיינונג פון די רעפארמער. אבער אויב אונז האלטן מיר אזוי, דאמאלס איז אונז גארנישט פון די מצוות התורה מחייב. ווייל וואס איז מיר א חילוק אויב האמוראבי האט געמאכט דעם געזעץ. אדער משה רבנו...!פארוואס זאלל איך נישט פארן מיט קיין קאר אום שבת. אדער עסן אום יום כיפור. אדער עסן א גוטן העם סענדוויטש...!
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- עוקר הרים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: עונש כרת בימינו
איך מיין אז ווען די תורה שרייבט עפעס רעדט ער צו אונז מענטשען נישט צו קיין הימל'ישער בריאים.....berlbalaguleh האט געשריבן:עוקר הרים: כרת איז א הימל'ישע זאך. און אונז מענטשעלעך זעמיר צו קליין צו קענען זאגן א דיעה אין דעם. און ווער ס'רעדט זיך איין אז ער ווייסט. ערשט ער ווייסט גארנישט...!
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
- עוקר הרים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: עונש כרת בימינו
לכאורה גרעניצט זיך וואס די זאגסט מיט כפירה די זאגסט אז כרת מיינט נישט כפשוטו איז אויב אזוי נישט דא קיין שכר ועונש... און אז כרת מיינט נישט כרת דארף איך שוין נישט מורה האבען... ניין?! און אפשר איז סקילה אויך עפעס המיל'יש?! און אפשר לא תבשל גדי בחבל אמו מיינט אויך נישט כפשוטו?!?.....berlbalaguleh האט געשריבן:עוקר הרים: כרת איז א הימל'ישע זאך. און אונז מענטשעלעך זעמיר צו קליין צו קענען זאגן א דיעה אין דעם. און ווער ס'רעדט זיך איין אז ער ווייסט. ערשט ער ווייסט גארנישט...!
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- עוקר הרים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: עונש כרת בימינו
וואס הייסט?! אין די תורה שטייט עס קומט אויף געוויסע עבירות די זאגסט אז עס איז לאו דוקא??! די אייבערשטער האט סתם ליב געהאט צו סטראשענען?!berlbalaguleh האט געשריבן:עוקר הרים: ס'איז נישט אז כרת איז נישט כפשוטו. כרת מיינט דער עונש כרת. נאר ווער ס'באקומט עס. און ווער נישט. דאס איז נישט פאר אונז צו פארשטיין...!
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- עוקר הרים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: עונש כרת בימינו
Two wrongs don't make one right....[emoji6]רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען דו וועסט פארשטיין די צווייטע פרשה פון קריאת שמע וועסטו דאס אויך פארשטיין...
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
- עוקר הרים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: עונש כרת בימינו
יענץ איז נישט אזוי שווער ווייל עס שטייט נישט וויפיל פראצענט פון כלל ישראל דארפען זינדיגען אז עס זאל קומען די עונשים דאס איז אבער א עונש פארען יחיד....רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען דו וועסט פארשטיין די צווייטע פרשה פון קריאת שמע וועסטו דאס אויך פארשטיין...
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
- חתן בחור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 318
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
- האט שוין געלייקט: 520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל
Re: עונש כרת בימינו
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען דו וועסט פארשטיין די צווייטע פרשה פון קריאת שמע וועסטו דאס אויך פארשטיין...
כ'טראכט דערפון אפט, און מ'קען עס אנקוקען ווי אן איינמאליגע זאך. ס'איז א ווארענונג אז ווען מ'וועט זינדיגען וועט נישט קומען קיין רעגן און דערנאך וועט מען פארטריבען ווערן. איינמאל מ'איז פארטריבען געווארן איז די גאנצע זאך אריבער.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.