ישראל קאפקע האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:עס איז נישט ריכטיג צו זוכען די מעלה פון א מעלה . א זאך וואס איז א מעלה איז פשט ער איז גוט פאר זיך נישט ווייל ער קומט צו צו א צווייטער זאך. אויב למשל חסד איז גוט איז דאס פשוט ווייל טוהן חסד איז גוט, נישט ווייל עס קומט צו צו עפעס אנדערש. די זעלבע חכמה. ווען דו זאגסט די מעלה פון חכמה איז פראקטישקייט הייסט דאס נישט חכמה איז א מעלה נאר פראקטישקייט, און וואס איז די מעלה פון פראקטישקייט? ווען עפעס איז פאררעכנט אלץ א מידה טובה איז פשט ער איז גוט פאר זיך, נישט ווייל ער קומט צו צו עפעס אנדערש.
ריכטיג אז חכמה און פראקטישקייט זענען נישט איינס און די זעלבע.
אבער איז נישט די גאנצע סיבה פארוואס עס איז לכתחילה אנגענומען ביי די גאנצע וועלט אז חסד און חכמה זענען גוט איז נאר צוליב די פראקטישע תועלת וואס קומט ארויס פון זיי?
דאס איז פסיכאלאגיע פארוואס מענטשען זענען עפעס מעריך , אדער א טענה שכלית? מענטשען זענען מעריך פארשידענע זאכען לאו דווקא פראקטישקייט, בכלל מענטשען זענען לאו דווקא אזוי פראקטיש, איך זעה נישט פארוואס מען זאל מעמיד זיין פארשידענע הערכות אויף פראקטישקייט.