פארוואס גלייבסטו?

מחשבה, השקפה ועיון

פארוואס גלייבסטו?

הודעהדורך יאיר » מיטוואך יוני 12, 2013 12:03 am

אין אן אנדערע אשכול האב איך געשריבן דאס פאלגענדע:
ברסלב'ער האט געשריבן:איך ווייס נישט אויס עס איז בכלל מעגליך צו מאכן איינעם גלויביג, ווייל "גלייבן" מיינט ווען מען פארשטייט עס נישט, און אויב דו ווייזט עס אויף מיט ראיות ברורות איז עס שוין נישט קיין "אמונה".
אלע אותות ומופתים קען מען אפפרעגן מיט חכמות, עס בלייבט נאר איבער די פשוטע אמונה.
רבי נחמן ברסלבער זאגט אז אפילו מתן תורה האבן די אידן אויך געקענט אפפרעגן מיט חכמות, און דאס איז געווען זייער גרויסקייט אז זיי האבן אוועקגעלייגט זייערע חכמות און געגלייבט בפשיטות ותמימות.


און פארוואס זאל מען טאקע גלייבן די אמונה פשוטה? ווייל עס לוינט זיך דיר? ווייל עס האט נישט קיין ראיות? ווייל מ'איז אזוי אויפגעוואקסן?
אגב, אויב מען נוצט די אמונה פשוטה ווען עס קומט צו אידישקייט, פארוואס זאל מען אויפהערן צו נוצן אמונה פשוטה ווען עס קומט צו אפיקורסות און זאגן אז מען דארף גלייבן באמונה פשוטה אז עס איז נישטא קיין גאט?
איך זוך אודאי נישט צו אוועקנעמען דיין פריוואטע אמונה פשוטה, אויב דיר איז דאס לעבן באקוועמער אזוי וועל איך דאס נישט צושטערן. אבער צו זאגן פאר א צווייטן אז אידישקייט אז באזירט אויף אמונה פשוטה איז אביסל סכנה'דיג אין א דור פון אינפארמאציע.

שפעטער האב איך געשריבן:
אויב דו וועסט מחנך זיין דיין קינד אז מ'דארף פאסטן יום כיפור און עסן בלויז הארטע מצה גאנץ פסח נישט ווייל דו האסט עס דרוכגעטון און דו ביסט געקומען צו די מסקנא אז דאס איז די ריכטיגע מהלך, נאר ווייל... אמונה פשוטה.
דערנאך ווערט דיין זון עלטער און ער זעט אז עס זענען דא שיטות אין פילאזאפיע און אין סייענס וואס זענען געבויט אויף פעסטע ראיות און הנחות, און עס הייבט זיך אן א קאנפליקט וועמען ער זאל ענדערש גלייבן, זיין איגנאראנט-איך-גלייב-ווייל-איך-בין-א-נאר טאטע אדער דעם קלוגן סייענטיסט אדער פילאזאף וואס האט שטודירט צענדליגער יארן, וועמען ערווארטסטו ער זאל גלייבן?

אויף דעם האב איך באקומען אן ענליכע שאלה פון עטליכע ניקים דא, איך וועל פארלייגן די שאלה כלשונה פון איינער פון אונזערע/מיינע טייערע ידידים:
א גוטן הרב יאיר.

איך וויל פארשטיין פארוואס דו און נאך אסאך אין שטיבל האלטן אז סייענס איז א סתירה מיט די אמונה.

איך האב באמת קיינמאל נישט געלערנט סייענס, אבער לויט וויפיל איך פארשטיי, איז די דעפענישאן פון סייענס ארויסצוהאבן פונקטליך ווי אזוי די וועלט ארבעט, און די סייענטיסטן זענען אויפגעקומען מיט געוואלדיגע זאכן, אבער ווי אזוי אין די וועלט קענען זיי אויספיגורן ווער עס מאכט די וועלט ארבעטן, אויב דאס געשעהט פון זיך אליינ'ס, אדער גאט שטייט אונטער דעם.

לא ראינו אינו ראי'. אז מען זעהט נישט אז עס איז דא א גאט איז דאס נישט קיין ראי' אז עס איז נישטא, קענסט נאר אזויפיל אויפווייזן אז מען קען עס נישט אויפווייזן.
אבער קאמען סענס זאגט אז עס זיכער דא איינער וואס שטייט עפעס אונטער די הערליכע בריאה, עס געשעהט נישט פערצופאל אזא שיינע זאך.
ממילא האב איך נישט פארשטאנען פארוואס דו זאגסט אז אויב א טאטע גלייבט נאר באמונה פשוטה, וועלן זיינע קינדער - וואס וועלן לערנען סייענס - האבן פראבלעמען מיט די אמונה.
און פון די אנדערע זייט, ווי אזוי זאגסטו אז דו פארשטייסט נישט וואס עס מיינט "אמונה פשוטה", אדרבה, אויב דו ביזט א מאמין, וויל איך וויסן ווי אזוי קענסטו טאקע אויפקומען מיט סייענטיפישע באווייזן צו גלייבן אין גאט און אין תורה ומצות.
איך וואלט זייער שטארק געוואלט הערן וואס דו האסט צו זאגן אין דעם נושא, איך זעה אז דו האסט א גוטער מח, און דו האסט אסאך געליינט/געלערנט, און כנראה ביזטו אן ערליכער איד.


קודם מוז איך מגלה זיין אז איך האב הנאה געהאט פון די שאלה און פון די קאמפלימענטן, בעיקר פון די לעצטע זעקס ווערטער. יעצט וועל איך פארלייגן די תשובה וואס איך האב אים געענטפערט:

צום ערשט וויל איך דיר באדאנקען פאר'ן בארייכערן דעם פארום מיט דיינע הערליכע געדאנקען. איך האב גרויס פארגעניגן צו ליינען דיין שרייב ווערק, דו האסט א באזונדערע ישרות, קלוגשאפט אין דרך החיים, און מידת הטוב וואס מען טרעפט נישט אפט.

דו פרעגסט גאר גוטע קשיות, איך האב הנאה אז דו טשעלענדזשט מיך, און איך וועל פרובירן צו ענטפערן כאטש א חלק פון זיי.

סייענס איז בעצם אן עקסטענדעד חלק פון לאגיק. דער שורש פון סייענס איז "טראסט אין די בריאה". דער סייענטיסט גלייבט אז אונטער די בריאה איז דא א סדר און א לאגישע סיסטעם, און אז דער מענטש האט די וואונדערבארע מתנה פון קענען דערגיין וואס די לאגיק איז. די צוויי גרעסטע סייענטיסטן אין די היסטאריע, אייזיק ניוטאן און אלבערט איינשטיין, זענען געווען טיף גלויביגע מענטשן, זיי האבן ביידע געגלייבט אז ס'איז דא א העכערע כוח וואס שטייט אונטער די בריאה, און איז גורם אז די וועלט זאל זיך פירן מיט חכמה און מיט א סיסטעם, און דאס האט זיי געשטופט זיך צו פלאגן און מאטערן העכער זייערע כוחות צו דערגיין די חכמה נפלאה וואס ליגט אונטער די בריאה. יעדער סייענטיסט גלייבט אין דעם, נישט קיין חילוק צו ער איז יא מודה אדער נישט.

די סיבה פארוואס א גרויסע חלק סייענטיסטן זענען אטעאיסטן איז וויבאלד סייענס איז געווארן אזוי פארגעשריטן און האט געברענגט אזויפיל וואונדערליכע זאכן, אז זיי האבן פארגעסן אז דער יסוד פון סייענס איז אמונה. אמונה מיין איך נישט אין דעם סענס וואס מיר רופן היינט, נאר אמונה מיין איך אזוי ווי אין תנ"ך, טראסט. (אזוי ווי למשל אין די משנה אל תאמין בעצמך עד יום מותך, וואס מיינט טראסט דיך נישט צו שטארק). דער סייענטיסט האט טראסט אז די בריאה האט געזעצן וואס פירט עס, און אז אונטער אלעם ליגט א טיפע פארשטאנד, דער טראסט שטופט אים צו דערגיין בעסער און טיפער די חכמה פון די בריאה.

אבער אפילו נאכדעם וואס מען גלייבט שוין אין סייענס, איז מצד א סייענטיסט קען די חכמה אונטער די בריאה זיין טרוקענע, בלינדע געזעצן. מיר אידן גלייבן אבער מער ווי דעם. מיר גלייבן אז אונטער דעם איז דא א לעבעדיגע כוח וואס פירט די וועלט וואס צוליב די העכערקייט דערפון קענען מיר עס נישט משיג זיין און מיר רופן עס 'גאט'. מיר גלייבן אויך אז כאטש גאט האט אריינגעלייגט פון זיין אייגענע חיות אין די גאנצע בריאה כדי עס זאל זיך האלטן און לעבן, האט דער מענטש באקומען א גרעסערע חלק פון דעם חיות, און צוליב דעם האט ער מאראל און געפילן. מיר גלייבן אויך אז מיר אלס אידן האבן באקומען נאך א באזונדערע פארציע פון די געטליכקייט.

די אלע זאכן זענען נישט זאכן וואס מען קען אויפווייזן מיט טרוקענע לאגיק און סייענס, עס איז געבויט אויף די זעלבע יסוד אויף וואס סייענס איז געבויט. טראסט אין אונזער אינטואישען. אינטואישען מיינט עפעס וואס כאטש מען קען נישט אראפשרייבן אויף פאפיר ווי אזוי מ'ווייסט דאס, דאך איז מען זיכער אז עס איז אמת. למשל, קיינער קען נישט אויפווייזן מיט לאגיק אז מען טאר נישט הרג'ענען קיין מענטשן, פונדעסטוועגן ווייסט דאס יעדער ביי זיך מכוח די אינטואישען. עס איז עפעס א מין געטליכע מתנה אז מיר קענען וויסן און שפירן זאכן אן דעם וואס מיר זאלן דאס קענען אויפווייזן שווארץ אויף ווייס.

דערפאר, ווי אזוי איך קוק אן אמונה, איז דאס נישט א מאדנע משוגעת אז איך גלייב אלעס וואס איך הער אן קיין שום סיבה, נאר איך קוק אן אמונה אלס א טראסט אין מיין אינטואישען, איך גלייב אז מיינע חושים פארפירן מיר נישט, און וויבאלד איך שפיר אז עס איז דא לעבעדיגקייט און געטליכקייט אין די בריאה, איבערצייגט מיר דאס אז ס'איז דא א געטליכע כוח אונטער דעם. דאס זענען זאכן וואס איך דארף נישט קיין סייענטיפישע באווייזן דערויף, ווייל עס איז אסאך שטערקער פון דעם. עס איז דער זעלבער יסוד אויף וואס די גאנצע סייענס איז געבויט. טראסט אין מיין אינטואישען. מהאי טעמא קוק איך אן די סייענטיפישע קשיות אדער ראיות אז גאט עקזיסטירט אדער אז די תורה איז אמת פשוט נישט אין פלאץ. לאגיק און סייענס קומט בכלל נישט אריין דא.

אן אנדערער צוגאנג, וואס איז פיל מער פאפולער אבער דאך פאלש לענ"ד, איז אמונה פשוטה. דאס מיינט בעיסיקלי, איך גלייב אן קיין שום סיבה. דערפאר האב איך געשריבן אז דאס איז קען זיין סכנה'דיג פאר טייל מענטשן, ווייל ווען מען זעט אז עס איז דא סייענטיפישע פאקטן וואס מען קען אויפווייזן שווארץ אויף ווייס, פארוואס זאל מען נאך גלייבן אין באשעפער סתם אזוי, אן קיין שום סיבה?

איך האלט נישט אז סייענס איז א סתירה צו אמונה, איך האלט נאר אז סייענס איז א סתירה צו אמונה פשוטה, אין דעם סענס ווי אזוי ס'איז היינט אנגענומען. סייענס זאגט אז מען גלייבט נישט זאכן סתם אזוי, נאר אויב מ'האט עפעס א סיבה. לויט דעם האט נישט קיין שום פשט צו זאגן 'איך בין א נאר און איך גלייב'. דו דארפסט קודם וויסן פארוואס דו גלייבסט, נאכדעם קענסטו זאגן אז כאטש דו האסט געוויסע קשיות אויף די אמונה, פונדעסטוועגן איז די אמונה אזוי זיכער ביי דיר אז די קשיות זענען נישט גענוג צו צושטערן דיין טראסט דערין. אבער עפעס א סיבה צו גלייבן מוז זיין.

דער איינציגער וועג ווי אזוי מען קען מודה זיין אז עס זענען נישטא קיין סייענטיפישע ראיות אז דער באשעפער עקזיסטירט, און דאך האבן א סיבה צו גלייבן אין אים, איז דורך אמת'ע אמונה. אמונה וואס איז געבויט אויף שכל און אינטואישען. שכל זאגט, ווי דו האסט גוט ערקלערט, אז אונטער די בריאה ליגט חכמה, און אונטער די חכמה ליגט א כוח, שכל זאגט אז וויבאלד די בריאה איז לעבעדיג איז דער כוח אויך לעבעדיג, און שכל זאגט אז וויבאלד דער כוח איז דער מקור החיות און מקור החכמה, ממילא איז עס אויך די מקור הטוב. דאס איז אלעס באווייזן 'געבויט' אויף לאגיק, אבער דאס איז נישט לאגיק אליין. עס איז אן אינטואישען. דאס איז ווי אזוי איך קוק אן אן אמת'ער מאמין. איך קען אידן וואס לעבן אזוי, און זיי זענען פולשטענדיגע מאמינים בה' ובתורתו, און הלואי ווען מען וואלט דאס געקענט איינפלאנצן אויך ביי אונז.

א גרויסן דאנק פאר'ן געבן די געלעגנהייט זיך צו מסביר זיין און צו מסדר זיין אין מוח די געדאנקען וואס דרייען זיך ביי מיר אין מוח שוין א לאנגע צייט. איך האף אז איך האב זיך גענוג גוט ערקלערט, און איך וועל זיך פרייען צו הערן אויב דו האסט הערות אדער קשיות.

יאיר

איך וועל הערן וואס דער עולם זאגט דערצו, וויבאלד איך אליין זוך עס נאך צו אויסארבעטן קלארער דעם מהלך, און איך האף אז מיני ומינייכו תסתיים שמעתתא. איך וויל אויך מודיע זיין אז איך בין נישט גרייט צו נעמען דא די שווערע צד פון די דעבאטע און נעמען די אחריות אז איך וועל פארענטפערן יעדע קשיא וואס וועט נאר געפרעגט ווערן, איך פרוביר נאר צו פארשטעלן דער וועג ווי אזוי איך באטראכט מיין אמונה, און איך וויל שטארק הערן די מיינונגען פון די חשוב'ע און קלוגע חברים מיינע, אויף אן אופן פון א לייכטער שמועס.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך יוני 12, 2013 12:22 am

א נייע טרענד, מ'אישי'ט זיך בדברים העומדים ברומו ש"ע, שרייבט'ס אינדרויסן, יבואו הנערים וישחקו לפנינו...

---------

זייער שיין יאיר, א עקסטערע געשמאק האב איך געהאט אין די שורות:

יאיר האט געשריבן:די אלע זאכן זענען נישט זאכן וואס מען קען אויפווייזן מיט טרוקענע לאגיק און סייענס, עס איז געבויט אויף די זעלבע יסוד אויף וואס סייענס איז געבויט. טראסט אין אונזער אינטואישען. אינטואישען מיינט עפעס וואס כאטש מען קען נישט אראפשרייבן אויף פאפיר ווי אזוי מ'ווייסט דאס, דאך איז מען זיכער אז עס איז אמת. למשל, קיינער קען נישט אויפווייזן מיט לאגיק אז מען טאר נישט הרג'ענען קיין מענטשן, פונדעסטוועגן ווייסט דאס יעדער ביי זיך מכוח די אינטואישען. עס איז עפעס א מין געטליכע מתנה אז מיר קענען וויסן און שפירן זאכן אן דעם וואס מיר זאלן דאס קענען אויפווייזן שווארץ אויף ווייס.


איך האף אז דו וועסט נישט ברוגז זיין אויב איך וועל מוסיף זיין אז א חלק פון די אינטואישען קומט פון דעם וואס מיר זענען איינס מיט'ן קריעיטאר, און די נשמה [אר האו עווער יו וואנא קאל איט...] שפירט איהר בעסערע האלב, אפי' אויב מען קען עס נישט קלאר מסביר זיין.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3593
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך יוני 12, 2013 12:25 am

גאר גוט געזאגט, ונבנתה. מוח שליט וועט שוין מסתמא האבן בעסערע וועגן צו מסביר זיין די נקודה ווי מיר...
און וועגן די אישי'ס, די סיבה פארוואס ס'איז פריוואט איז דאך טאקע וויבאלד ס'איז דברים העומדים ברומו של עולם. ודו"ק.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך יוני 12, 2013 12:34 am

יאיר, רילעיטעד צו די נקודות וואס דו זאגסט איז לעצטנס ארויסגעקומען א בוך "די סייענס דילוזשען". כ'האף עס אי"ה צו באשרייבן. נאך הערות וועל איך שרייבן ווען כ'ענדיג תיקון רחל.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך משה געציל » מיטוואך יוני 12, 2013 12:54 am

יישר כח יאיר פאר'ן אזוי שיין ארויסברענגן די נקודה!

נאר אלס הערה בעלמא, די י"ג עיקרים להרמב"ם, הגם איך גלייב אז דו ביסט עס נישט מייחד צו אים, אבער אויפ'ן צד אז עס איז יא פונעם רמב"ם. וויאזוי שטימט דאס מיט'ן אמונה וואס קומט פונעם אייגענעם פארשטאנד? לדוגמא; "אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח", וואספארא סארט לאגיק קען דאס צוברענגען? ועוד, א אמונה וואס איז געבויט אויף לאגיק, מסברא איז עס טאקע זייער מסתבר, איז דאס אבער עפעס וואס מען קען מחייב זיין א מענטש אז ער האט א חיוב זיך מתעמק צו זיין אין די לאגיק און צוקומען מיט א מסקנא אז עס איז פארהאן א גא-ט? ווען מען רעדט פון אמונה פשוטה איז לכאורה פיל מער פארשטענדליך די דערהער אז א איד איז מחויב צו גלייבן.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2731 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך יוני 12, 2013 1:00 am

יאיר, יעצט וועל איך זיין דער חכם.
דו ווייסט פון וועמען ס'שמעקט מיר?
(דער פרעגער)
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2762 מאל

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך יוני 12, 2013 1:32 am

דער שואל צו יאיר האט געמאכט צוויי טעותים. פון איין זייט האלט ער אז אמונה פשוטה קען זיין א מהלך, אבער אין דער זעלבער צייט נוצט ער אליין א ראציאנאלע ראיה: "קאמען סענס זאגט אז עס זיכער דא איינער וואס שטייט עפעס אונטער דער הערליכער בריאה, עס געשעט נישט פערצופאל אזא שיינע זאך." אויב ווילסטו גיין מיט קאמען סענס, האסטו געעפנט א פאנדארא'ס קעסטל וואס ערלויבט קאמען סענס עד הסוף. אויב האב איך א קאמען סענס קושיא אויף דיין קאמען סענס סטעיטמענט, דארפסטו מיך אויסהערן. אויב וועסטו דא פארשטאפן דיין אויער, קענסטו נישט טענה'ן אז דו גייסט מיט קאמען סענס. אלזא, דו דארפסט אפמאכן מיט וועלכן מהלך דו גייסט. אויב גייסטו מיט אמונה פשוטה, דאן ביסטו א פולקאמער איך-בין-א-נאר-און-איך-גלייב, און ביטע אפעליר נישט צו קיין קאמען סענס. אויב ווילסטו רעדן פון קאמען סענס, זאגט קאמען סענס אז מ'קען זיך נישט אפשטעלן ביי איין פונקט און זאגן "פון דא און ווייטער וויל איך מער נישט וויסן פון קאמען סענס."

דער צווייטער טעות: דער שואל וויל וויסן פארוואס אמונה פשוטה קען נישט ארבעטן אין אנבליק פון סייענס אויב קאמען סענס זאגט אז א גאט האט באשאפן די וועלט. דער אמת איז אבער אז דער עיקר פראבלעם פון אמונה פשוטה איז נישט מיט דעם מציאות פון א כח עליון נאר מיט אמיתת התורה ויהדות. אפילו אז מיר וועלן אלע מודה זיין אז קאמען סענס איז מחייב א כח עליון, שטויסט זיך אבער אמונה פשוטה אן אין א פראבלעם וויאזוי מ'איז מסביר עוואלוציע אין ליכט פון דער תורה'ס ששת ימי המעשה, און וויאזוי מ'איז מסביר ארכעאלאגיע און אנדערע חכמות אין ליכט פון דעם רמב"מ'ס אכטן עיקר. דאס איז נישט קיין שום סתירה צו דעם מושג פון כח עליון, אבער יא א פראבלעם מיט אמיתת התורה.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך יוני 12, 2013 2:00 am

@יאנקל
לאגיק/קאמען סענטס/אמונה פשוטה/איך בין א נער און איך גלייב, האבן אלע איין זאך אין קאמען, אן אינטערפעטאציע פונעם מוח וואס זאגט מיר טו אזוי ווייל דאס איז דאס בעסטע פאר מיר.
דו קענסט דען זאגן פאר א מענטש, גלייב אז טאמער דו גייסט טאנצן אויפן גאס פינעף שעה אין א רעגן וועסטו כאפן א suntan ?
אבער זיי א נער און גלייב.... עס ארבייט נישט, אפילו א פוסטער שקר דארף מען ארומנעמען מיט פענסי רעפינג פאפיר ס׳זאל כאטש אויסקוקען אביסל ווי ס׳מאכט סענס.

איך וואלט געזאגט א אמונה פשוטה מיינט אז נאכדעם וואס א מענטש האט א מינימאלע בעסיק הכרה אז דער אידישער גלויבן איז א בענעפיט פארן מענטש, זאל ער נישט זיין אגאנצן טאג אבסעסט מיט איעדע דיטעיל צו ס׳שטימט טאקע אלעס אלעס ביזן לעצטן פינטל נאר ווי א נער גלייבן אז ס׳דא תירוצים אויף יעדע קושיא. אבער פארשטייט זיך נאכדעם וואס ער האט טאקע א מינימאלע הכרה אז אידישקייט מאכט סענס אויבן אויף. אז נישט וועט אים זיין מוח נישט לאזן זיין א נער און גלייבן פונקט ווי א suntan אין א רעגן.
פארשטייט זיך איך זאג נישט קיין דעה מיט מיין תגובה צו ס׳איז אויסגעהאלטן דער מהלך אדער נישט איך האב נאר דעפינירט דער טערם אמונה פשוטה וויאזוי איך פארשטיי עס אז ס׳ארבייט אויך מיט לאגיק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום מיטוואך יוני 12, 2013 11:10 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4281 מאל

הודעהדורך kliger » מיטוואך יוני 12, 2013 2:12 am

מען קען מאכן א ליסטע פון צענדליגער זאכן וואס מען קען נאר זאגן אמונה פשוטה.
למשל ווען די די גמ' פארדרייט משניות מיט אלע מיני אינטרעסאנטע וועגן. נאר צו פארענפערן אן אמורא,אבער ווען מען לערנט גראד, איז גאר אנדערש פשט.

די זעלבע איז מיט תורה שבכתב.

אויך דאס אז א מענטש האט אליינס א בחירה,און עס איז נישט די שיינע לאגישע דרשה וואס ער האט געהערט אדער געליינט וואס האט אים איבערצייגט אז עס איז בעסער.

די אלע זאכן קען מען נאר זאגן אמונה פשוטה
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך יוני 12, 2013 5:52 am

אין איין שורה, וואלט איך מצטט געווען דער פילם life of pi
Science can teach us more about what is out there, but not what is in here. (touches heart)

אויב גייט מען מיט די וועג מיינט עס אבער אז רעליגיע קען אונז נישט לערנען גארנישט וועגן דאס וואס איז out there, ודלא כטועים בזה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5790 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך יוני 12, 2013 6:20 am

אין אנדערע ווערטער, אמונה פשוטה איז גאר א וויכטיגע זאך, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות,מען דארף אבער וויסען קלאר וואס דאס איז און וואס איר גבול איז. איך וועל פראבירען מסכם זיין גאר קורץ וואס איך האלט דא אין דער נושא.

1. עס איז נישט מעגליך צו מוכיח זיין קיין שום זאך וואס א מענטש דארף וויסען אויף זיין לעבן דורך לאגיק. דאס איז בעצם א לאנגער שמועס אבער בקיצור די איינציגסטע זאך וואס איז זיכער לאגיש איז לאגיק און מאטעמאטיק, און דאס קען אונז גארנישט זאגען אויף דער וועלט און אוודאי נישט אויף די וויכטיגסטע שאלה "וויאזוי צו לעבן". ממילא צו זאגען איך גלייב א רעליגעזע גלייבונג וועגן לאגיק איז זיך סתם אליינס גענארט, אדער זיך מתעלם געווען פון וואס פילאספאיע און סייענס האבען אונז געלערנט אין די לעצטע טויזנט יאר. מדארף נישט אריינקריכען אין די פילע שאלות וחקירות וואס זענען דא בפירוט דאס צו ויסען, עס איז ענוג דער כללותדיגער הנחה אז קיין שום הוכחה אדער לאגיק קען קיינמאלנישט זאגען פאר א מענטש וויאזוי זיך צו פירען, באופן כללי, "בקורת התבונה הטהורה", און "בקורת התבונה המעשית" [איך מיין נישט די טעאריע פון קאנט נאר די טיטל זיינע].

2. דאס לעבן איז א שפיל פון ספקות, אבער אויך אין ספקות איז נישטא קיין "ראציאנאלישע" וועג מכריע זיין, פראווען אין דער ריכטונג ווי צב"ש די טענה פון פאסקאל, האלטן נישט אויס נישט לאגיש און נישט מאראליש מסיבות רבות ושונות. בלייבט דער מענטש בעצם אין דער א נעבאכדיגער צושטאנד. נישט נאר אין רעליגיעזע שאלות נאר אויך אין יעדער אנדערע שאלה וואס עס איז דא, מיט וועמען חתונה צו האבען, אין וואסארא ביזנעס אריינצוגיין, וואס צו טוהן מיט זיינע קינדער, אוואו צו וואוינען, וכו' וכו'. עס איז נישטא קיין לאגישער ענטפער אויף קיין איינע פון די שאלות. און ווייטער, ווער עס טענה'ט אז יא נארט זיך פשוט.

3. דא קומט אריין "אמונה פשוטה", אדער אין מער פשוטע ווערטער, טראסט, האפענונג, און אמונה. א מענטש מוז מאכען א געוויסע leap of faith ווען ער האט חתונה מיט איינער, אדער חבר'ט זיך מיט איינער, אדער טובט א שום זאך אין לעבן, קען דאס נאר זיין געבויט אויף אמונה. ומי שאין לו אמונה אין חייו חיים כפשוטו. אמת, ער גייט אמאל אריינפאלען מיט נישט די ריכטיגע מענטש, מאכען טעותים, און אוודאי איז די עצה נישט צוצומאכען די אויגען און סתם פתי יאמין לכל דבר, נאר נאך די בירורים כפי מה שידו מגעת אז דאס קען ארבעטן, איז מער פון דעם חקר'ט מען נישט און עס איז נישט מעגליך צו זיין זיכער, נאר מגייט מיט אמונה.

4. דא איז חשוב צו באצייכענען, אויך אין דער משל, אז דאס וואס איך זאג אז מדארף טאנצען מיט אמונה, מיינט נישט אז מזאל אוועקווארפען דער שכל במקום אשר לא יזכר ולא יפקד ולא יעלה על לב. דער שכל בלייבט נאכאלץ דאר א חשובער כלי אויך אין די שאלות ווי ער האט נישט קיין זיכערקייט. און אויב שטעלט זיך אויס למשל אז די שידוך איז נישט אזוי געלונגען ווי ער האט געמיינט, איז אוודאי א טפשות צו זאגען "אבער איך בין א נאר און גלייב" אז עס איז יא א גוטע שידוך. ופשוט.

5. די זעלבע איז כלפי מער טיפע און כללותדיגע שאלות, א מענטש מוז האבען עפעס א מטרה תכלית און משמעות אין זיין לעבן, און קיין שום שכל קען עם דאס נישט געבן. דא האט ער נאר צוויי ברירות, אדער צו גיין מיט'ן שכל ביז'ן סוף און זיין א פולקאמער ניהליסט, וואס דאס איז פשוט נישט געשמאק בד"כ, אדער זיך צו בויען זיין משמעות אויף זאכען וואס ער וייסט טאקע אז זיי זענען נישט טויזנט פראצענט זיכער, אבער נאכאלץ גלייבט ער אין זיי, צו מחמת ער פילט דאס צו זיין ריכטיג, צו מחמת מער טיפע אינטואיטיבישער סיבות. למשל איך בין זיכער אז צו זיין א גוטער מענטש איז גאר א וויכטיגער חשובער זאך. האב איך א ראיה אויף דעם? ניין, אבער דאס איז א יסודותדיגער אמונה וואס איך האב, און איך האב אביסעלע סימוכין אויף דעם, און אז איך זעה אז נאך מענטשען טראכטען ענליך, און אז דאס ברענגט א מהלך און משמעות אין לעבן, גלייב איך אין דעם.

6. די זעלבע איז ביי נאך טיפערע שאלות ווי דער מציאות פון גאט וכדומה. די שכל הפשוט קען נישט דערגרייכען גאט (הגם עס זענען דא פארשידענע ראיות מראיות שונים, איז בתכלית קומען זיי נישט אן צו גאט, נישט לאגיש און נישט געטליך, ודו"ק). דאך איז דער מושג פון גאט, פון געטליכקייט, לענ"ד א יסודותדיגער חלק פון דער מענטש און פון זיין גאנצער הלוך ילך בעולם הזה. דער וואס האט נישט די מושג, די געפילען, דער וואס דער נקודה רעדט נישט צו עם, איז בעיני פשוט א שטיקל בעל מום. [איך ווייס אז עס זענען דא אזעלכע, און באמת אין קלער נישט אז איך בין בעסער פון זיי אדער אז איך קען האבען טענות אויף זיי, אבער פשוט זיי פארפאסען די עיקר fun, אפשר דארף דאס אויך זיין, אבער עס איז מיר גענוג אז פאר מיר איז דא דאר א מרכז'דיגער חלק פון לעבן און אן דעם פעלט אלעס] צו גלייב איך אין דעם ווייל איך האב א הוכחה? ניין, איך גלייב באמונה פשוטה, נישט נאר אין דער עצם מושג פון גאט נאר אויך אין דער רעלעווענס פון גאט צו אונזער לעבן, רוף דאס השגחה צו מצוות צו וואס דו ווילסט, אבער נישט מצד הוכחות שכלית נאר מצד אמונה פשוטה, אדער א טיפע פארשטאנד און געפיל וואס איז שווער מסביר זיין מיט ווערטער.

7. ווייטער דארף מען קלאר מאכען אז דאס גיט מיר נישט קיין רעכט צו זיין א נאר. אויב למשל וואלטן געווען שטארקע לאגישע הוכחות קעגן די אמונה, קען איך נישט ווייטער גיין מיט קאפ אין וואנט און זאגען אז "איך גלייב" אין דעם. דאס איז סתם גערעדט נארישקייטן. נאר למעשה איז קעגן די אמונה וואס איך האב פארגעלייגט אין דער פריערדיגער נומער נישטא, און קען לכאורה נישט זיין , קיין קלארע הוכחות אויף נישט. אבער אויף שאלות וואס עס זענען יא דא לגבי זיי גאנץ מסתבר'דיגע הוכחות, ווי שאלות פון סייענס, פון היסטאריע, וכדו'. איז נישטא קיין מקום צו זאגען איך בין א נאר און גלייב וואל דאס איז טאקע נאריש, און די מידה פון "אמונה פשוטה", גייט בכלל נישט אן ביי זיי. עס איז דא אפשר א הרגשה אז די וועלט האט א משמעות, אז אינער פירט דאס וכו', [און, דלא כיאנקל, איך רעד נישט דא פון דער קאמאן סענס ראיה צו א גאט וכדו', נאר פון א געוויסע אמונ פשוטה אז דאס איז אזוי, נישט א סברה וואס ברענגט מיר צו אזא מסקנה, נאר א סברה וואס איז אליינס דער מסקנה. ודו"ק], אבער קען נישט זיין קיין שום אזא פילינג וואס זאל מיר זאגען פונקט אין וויפיל טעג די וועלט איז באשאפען געווארען, אדער ווער עס האט געשריבען א גוויסע ספר, ממילא אין די שאלות בין איך מוכרח אנצונעמן דאס וואס פשוטע לאגיק דיקטירט און איך האב נישט קיין אויסוועג פון אמונה פשוטה.

8. יתר ממה שכתבתי בפניכם כתוב כאן, דו"ק ותשכח והחכם יבין מדעתו.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5790 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך יוני 12, 2013 11:02 am

פארמעקט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך לעיקוואד אום מיטוואך יוני 12, 2013 11:34 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5790 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך יוני 12, 2013 11:20 am

פליען אויף א פליגער, קען מען דען זיין זיכער אז ס׳וועט ח״ו נישט פאלן? מעשים בכל יום אז אעטיאיסטן פליען, זיי האבן דען אמונה ? ס׳איז יא אזא סארט ראציאנאל ריזאנינג געמישט מיט אמונה און האפענונג אז מיט מיר וועט גארנישט געשען. אדער אפשר לאגיק! סטאטיסטיש גערעדט פאלן נישט קיין סאך פליגערס.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4281 מאל

הודעהדורך ממרום שלח אש » מיטוואך יוני 12, 2013 1:58 pm

פארוואס גלייבסטו?
די שאלה איז געפרעגט געווארן מיט א איבעגעטריבענע אמונה פשוטה אז יאיר גלייבט.

לגופו של ענין, יאיר מזעט ווי די מאטערסט זיך זייער צו פארמיולירן "וואס" דו גלייבסט, דו ענפערסט אבער נישט דעם אזוי וויכטיגן "פארוואס". נעמליך, איך בין דא געבוירן, ענד איי טריי טו סאמהאו מעיק איט ווארק.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:56 pm
האט שוין געלייקט: 544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 710 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך יוני 12, 2013 9:44 pm

לעקוואד, די שפירסט השגחה אויף מין האנישי?
כוואלט געוואלט ברענגען א ראיה צי די ראשונים אז נאר אויף א צדיק איז דא השגחה .
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3772
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך יוני 12, 2013 11:45 pm

א גרויסן דאנק פאר די גוטע נקודות וואס מען האט אויפגעברענגט, אזוי ווי מיין צייט איז באגרעניצט וועל איך זיך דערווייל בלויז באציען צו איינע פון די ערשטע:
משה געציל האט געשריבן:יישר כח יאיר פאר'ן אזוי שיין ארויסברענגן די נקודה!

נאר אלס הערה בעלמא, די י"ג עיקרים להרמב"ם, הגם איך גלייב אז דו ביסט עס נישט מייחד צו אים, אבער אויפ'ן צד אז עס איז יא פונעם רמב"ם. וויאזוי שטימט דאס מיט'ן אמונה וואס קומט פונעם אייגענעם פארשטאנד? לדוגמא; "אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח", וואספארא סארט לאגיק קען דאס צוברענגען? ועוד, א אמונה וואס איז געבויט אויף לאגיק, מסברא איז עס טאקע זייער מסתבר, איז דאס אבער עפעס וואס מען קען מחייב זיין א מענטש אז ער האט א חיוב זיך מתעמק צו זיין אין די לאגיק און צוקומען מיט א מסקנא אז עס איז פארהאן א גא-ט? ווען מען רעדט פון אמונה פשוטה איז לכאורה פיל מער פארשטענדליך די דערהער אז א איד איז מחויב צו גלייבן.

די י"ג עקרים זענען זיכער נישט פונעם רמב"ם, ס'איז נישט מוטל בספק. אבער איך בין מסופק אין דיין ערשטע שאלה, דו מיינסט צו פרעגן ווי אזוי ס'איז מעגליך צו זיין זיכער אין אזא סארט אמונה ווי ביאת המשיח וואס אויבנאויף איז נישטא קיין שום לאגיק דאס צו באשטעטיגן? אויב דאס איז דיין שאלה, וואלט מיין אויבנאויף תשובה געווען אז אין הכי נמי, מען קען נישט פעסטשטעלן אויף יעדן פרט ופרט פון תורה שבכתב ובע"פ אז דאס איז הונדערט פראצענט אמת. אבער וויבאלד נאכ'ן אדורכגיין דעם גאנצן בילד זעט מען אז עס שטימט און אז קיום התורה והמצוות ברענגט איז נענטער צו דער געטליכקייט וואס איז באהאלטן אין אונז, לאזן מיר שוין אלע עקרי יהדות אויף חזקה אז זיי זענען אמת.

בנוגע דיין צווייטע שאלה, דער רמב"ם, וועלכער האט געפארעמט די י"ג עקרים, האט טאקע געגלייבט אין ריינע לאגיק, און לכאורה לויט זיין מהלך המחשבה דארף אויסקומען אז מען דארף קענען ברענגען לאגישע ראיות אויף יעדע איינע פון די אני מאמין'ס. און וואס איז מיט די שוואכע קעפ? זיי זענען מחוייב זיך צו פארלאזן אויף די חכמים אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן. היינט איז זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז א פארקרומטע לאגיק, און עס איז קלאר אז דער רמב"ם האט דאס אדער אליין נישט געגלייבט נאר געשריבן די י"ג עקרים אלס שקרים קדושים (ויש ראיות חותכות לזה) און אפילו אויב ער האט עס יא געמיינט ערנסט, האט ער גענומען דעם יסוד אז מען מוז בויען די אמונה אויף ריינע לאגיק פון די גוי'אישע פילאזאפן, און עס האט גארנישט מיט אידישקייט צו טון.

אגב, עס איז פשוט איראניש ווי די אלע וואס פארפירן אז יעדער וואס איז מסופק אין אפילו אין איין אני מאמין איז א כופר באלקי ישראל און פארלאזן זיך אויפ'ן רמב"ם דערמיט, זענען געווענליך די זעלבע וואס שרייען אז מען מוז גיין מיט אמונה פשוטה און מ'טאר נישט פרעגן קיין קשיות, און זיי פארגעסן אז לויט'ן רמב"ם וועלן זיי אליין נישט האבן קיין עולם הבא. עכ"פ זייערע ווייבער וואס קענען נישט מער ווי סידור און תהלים וועלן זיכער נישט האבן קיין חלק לעוה"ב לויט'ן רמב"ם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:19 am

moti107 האט געשריבן:@יאנקל
לאגיק/קאמען סענטס/אמונה פשוטה/איך בין א נער און איך גלייב, האבן אלע איין זאך אין קאמען, אן אינטערפעטאציע פונעם מוח וואס זאגט מיר טו אזוי ווייל דאס איז דאס בעסטע פאר מיר.
דו קענסט דען זאגן פאר א מענטש, גלייב אז טאמער דו גייסט טאנצן אויפן גאס פינעף שעה אין א רעגן וועסטו כאפן א suntan ?
אבער זיי א נער און גלייב.... עס ארבייט נישט, אפילו א פוסטער שקר דארף מען ארומנעמען מיט פענסי רעפינג פאפיר ס׳זאל כאטש אויסקוקען אביסל ווי ס׳מאכט סענס.

איך וואלט געזאגט א אמונה פשוטה מיינט אז נאכדעם וואס א מענטש האט א מינימאלע בעסיק הכרה אז דער אידישער גלויבן איז א בענעפיט פארן מענטש, זאל ער נישט זיין אגאנצן טאג אבסעסט מיט איעדע דיטעיל צו ס׳שטימט טאקע אלעס אלעס ביזן לעצטן פינטל נאר ווי א נער גלייבן אז ס׳דא תירוצים אויף יעדע קושיא. אבער פארשטייט זיך נאכדעם וואס ער האט טאקע א מינימאלע הכרה אז אידישקייט מאכט סענס אויבן אויף. אז נישט וועט אים זיין מוח נישט לאזן זיין א נער און גלייבן פונקט ווי א suntan אין א רעגן.
פארשטייט זיך איך זאג נישט קיין דעה מיט מיין תגובה צו ס׳איז אויסגעהאלטן דער מהלך אדער נישט איך האב נאר דעפינירט דער טערם אמונה פשוטה וויאזוי איך פארשטיי עס אז ס׳ארבייט אויך מיט לאגיק.

מאטי האט א שטארקע פוינט. די אלע וואס שרייען אמונה פשוטה זענען געווענליך אויך נישט עכט ביי די מיינונג אז מען דארף סתם גלייבן זאכן וואס מען הערט. והא ראיה, אויב דו וועסט אים פרעגן צו א פרייער איד מעג ווערן פרום אקעגן די אמונה פשוטה פון זיין טאטן אז ס'איז נישטא קיין גאט, וועט ער דיר אודאי ענטפערן אז יא. אלזא, ווען מען וועט אים צודריקן צו די ואנט וועט ער געווענליך ארויסקוועטשן עפעס א תירוץ ווי דעם כוזרי'ס ראיה, די עקזיסטענץ פון די אידן, די מלחמת ששת הימים (אויב איז ער אן אגודיסט). די אמונה פשוטה תירוץ איז געווענליך אזא קאווער אפ וואס מען נוצט כדי זיך צו פראטעקטן צו זיין זיכער אז מען קען נישט ווערן געטשעלענדשט. ס'איז אזא סארט פחד פון פעיסן רעאליטעט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:24 am

MickyMouse האט געשריבן:
כפירה איז נישט ערלויבט

אין שכר ועונש איז נישט אזוי שווער צו גלייבן. סוף כל סוף איז מסתבר אז אויב ס'איז דא א קלוגער, גוטער, און מאכטפולער גאט וועט ער געווענליך נישט צולאזן אז מאראלישע מענטשן זאל נישט באקומען זייער ערליך פארדינטן שכר. אפגערעדט אז אויב גלייבסטו אז דער מענטש האט א העכערער כח איז מסתבר אז דער כוח בלייבט אויך נאכדעם וואס דער גוף שטארבט, און פון דארט איז שוין נישט אזא ווייטער שפרונג ביז'ן גלייבן אז וואס מער מ'ארבעט אויס די העכערע כוח אלס בעסער איז עס. בלייבט נאר איבער ביאת המשיח און תחיית המתים. נו, רב הילל האט דאך שוין געזאגט אז אין משיח לישראל, און דער רמב"ם האט אויך געהאט שוועריקייטן מיט'ן גלייבן אין תחיית המתים כפשוטו. אלזא, איך מיין אז ווען גאנץ כלל ישראל זאל האבן אזא אמונה ווי דיר וואלט שוין משיח געקומען :lol:.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יאיר אום דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:29 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:28 am

ממרום שלח אש האט געשריבן:פארוואס גלייבסטו?
די שאלה איז געפרעגט געווארן מיט א איבעגעטריבענע אמונה פשוטה אז יאיר גלייבט.

דער שואל האט דאך געשריבן אז ער זעט פון מיינע תגובות אז איך בין אן ערליכער איד. מסתמא האט ער אזא אינטואיציע. און גלייבט מיר, דאס איז איינע פון די גרעסטע קאמפלימענטן וואס איך האב נאר אמאל באקומען.
ממרום שלח אש האט געשריבן:לגופו של ענין, יאיר מזעט ווי די מאטערסט זיך זייער צו פארמיולירן "וואס" דו גלייבסט, דו ענפערסט אבער נישט דעם אזוי וויכטיגן "פארוואס". נעמליך, איך בין דא געבוירן, ענד איי טריי טו סאמהאו מעיק איט ווארק.

איך נעם פאר גרענטעד אז דער עולם פארשטייט אזא פשוט'ע נקודה. איך מיין אז איינער וואס פרובירט נישט צו מאכן אז זיין לעבן זאל ארבעטן איז אדער ביטער דעפרעסד, אדער האט ער זיך נאכנישט געענדיגט עוואלוון צו א געווענליכער מענטש.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:30 am

יאיר האט געשריבן:
MickyMouse האט געשריבן:גלייב איך? דאס איז מיין פראגע. ווייל באמת, איך ווייס נישט אויב איך גלייב.
אז די וועסט מיך פרעגן צי איך גלייב אז עס איז דא א באשעפער וואס האט אלעס באשאפן וועל איך זייער שנעל ענטפערן א זיכערע יא! אבער אויב וועסטי מיך פרעגן צי איך גלייב אין שכר ועונש, ביאת משיח, און אלעס ארום עולם הבא, אחרות הימים, תחיות המתים, בין איך נישט אזוי זיכער.
ביסיידס זאגן אני מאמין האב איך נישט קיין שום אינטואישאן צי גלייבן. איט דאזנ׳ט מעיק עני סענס. און ווייטער זיין א נער און גלייבן, עס האט אויך א לימיט.

אין שכר ועונש איז נישט אזוי שווער צו גלייבן. סוף כל סוף איז מסתבר אז אויב ס'איז דא א קלוגער גאט איז ער גוט, און א קלוגער און גוטער גאט וועט געווענליך נישט צולאזן אז גוטע מאראלישע מענטשן זאל נישט באקומען זייער ערליך פארדינטן שכר. אפגערעדט אז אויב גלייבסטו אז דער מענטש האט א העכערער כח איז מסתבר אז דער כוח בלייבט אויך נאכדעם וואס דער גוף שטארבט, און פון דארט איז שוין נישט אזא ווייטער שפרונג ביז'ן גלייבן אז וואס מער מ'ארבעט אויס די העכערע כוח אלס בעסער איז עס. בלייבט נאר איבער ביאת המשיח און תחיית המתים. נו, רב הילל האט דאך שוין געזאגט אז אין משיח לישראל, און דער רמב"ם האט אויך געהאט שוועריקייטן מיט'ן גלייבן אין תחיית המתים כפשוטו. אלזא, איך מיין אז ווען גאנץ כלל ישראל זאל האבן אזא אמונה ווי דיר וואלט שוין משיח געקומען :lol:.
אזוי אויך איז מסתבר אז איינער צינד אן א לייט און שבת שטארבט ער.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3772
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:34 am

רבי נולד, זיי זיך בעסער מסביר.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:37 am

דאס ווייזט מיר אז מסתבר אויף גאט ארבעט נישט.
גאט איז סאך העכער פון אונזער שכל און סאיז נישט מסתבר צי זאגן אז סאיז מסתבר אז גאט האט א שכר ועונש סיסטעם לאחר מאה.
וויפיל צרות אימשילדיגע מענטשען מאכן מיט אויף די וועלט, ווען די זעסט עס ווען נישט וואלסטו זיכער געזאגט סאיז נישט מסתבר אז גאט טוט דאס צי מענטשען אויף פלעניט ערט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3772
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:42 am

נולד מאוחר האט געשריבן:דאס ווייזט מיר אז מסתבר אויף גאט ארבעט נישט.
גאט איז סאך העכער פון אונזער שכל און סאיז נישט מסתבר צי זאגן אז סאיז מסתבר אז גאט האט א שכר ועונש סיסטעם לאחר מאה.

איז אפשר איז מעגליך אז גאט וויל אז מיר זאלן אנהייבן הרג'ענען מענטשן וויבאלד מ'קען אים סיי ווי נישט פארשטיין?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:45 am

אפשר? אפשר וויל ער מיר זאלן שיילען טאמעטאס 17 שעה א טאג.
האבן מיר א תורה פארדעם. מסתבר איז גארנישט ווען סקומט צי גאט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3772
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:50 am

נולד מאוחר האט געשריבן:לעקוואד, די שפירסט השגחה אויף מין האנישי?
כוואלט געוואלט ברענגען א ראיה צי די ראשונים אז נאר אויף א צדיק איז דא השגחה .

איך האב נישט געזאגט השגחה. איך האב געזאגט אז גאט איז רעלעווענט צו חיי בני אדם. אנדערע רופען דאס השגחה, אדער אנדערע נעמען. איך מיין נישט השגחה אין דער קינדערישער זין.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5790 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט