יאיר האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:כמובן איז דאס נוגע נאר ממש צו געציילטע ווערטער אדער פסוקים, קיינעם איז אבער נישט בייגעפאלן צו פארענטפערן זכור - שמור אדער לא תחמוד - תתאוה מיט אזא מהלך.
דעת תורה, עס איז נישט כדאי צו ווארפן אזעלכע זיכערע סטעיטמענטס אן גרונטליך דורכטון דעם ענין. קוק נאר אריין אין אבן עזרא (שמות כ א) וועסטו זען ווי ער פארענטפערט טאקע זכור ושמור און נאך צענדליגער אזעלכע פסוקים מיט אזא מהלך. ועל כגון דא אמרו חכמינו ז"ל, חכמים הזהרו בדבריכם.
פשוט קאמפליצירט האט געשריבן:לענינינו: רוב קשיות און קריטיק אין ביקורת המקרא ווערן געפרעגט און באהאנדלט דורך די מפורשי התורה, אנגעהויבן ביי חז"ל, און ווי @יאיר האט אנגעוויזן. אלא מאי, די ביבל-קריטיקירערס פרעגן די קשיות מיט'ן ניגון פון א קריטיקער וואס שטייט "אינדרויסן" און איז אפשר נאך העכער ווי די תורה. די תורה איז אזא שטיק ליטעראטור, און ער איז דאך א מבין (א קריטיק גאר) אויף ליטעראטור. די פראבלעם ליגט נישט אזוי ווייט אין די קשיות און אנאליזן, ווי אינעם טאן און האלטונג. דער דבר השם און די דברי הנביאים ווערן פארביליגט און פאר'חוזק'ט אין מויל פונעם ביבל-קריטיקער. די פראבלעם מיט "ביקורת" האט מער מיט דעם טיטל און ווער עס רעדט געווענליך. דער זעלבער וואס פארלירט די באלאנץ נאכ'ן יא לייענען דרייסיג ווערטער אין דער נושא, וועט געווענליך נישט אונטערטאנצן מיט התפעלות פונעם רמב"ן אויב ער זאל דארט זען די זעלבע קשיא -- אפילו אויב ער וועט דעם רמב"ן זען נאכ'ן באגעגענען די קשיא אין דער ביקורת המקרא ליטעראטור.
דעת תורה האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:כמובן איז דאס נוגע נאר ממש צו געציילטע ווערטער אדער פסוקים, קיינעם איז אבער נישט בייגעפאלן צו פארענטפערן זכור - שמור אדער לא תחמוד - תתאוה מיט אזא מהלך.
דעת תורה, עס איז נישט כדאי צו ווארפן אזעלכע זיכערע סטעיטמענטס אן גרונטליך דורכטון דעם ענין. קוק נאר אריין אין אבן עזרא (שמות כ א) וועסטו זען ווי ער פארענטפערט טאקע זכור ושמור און נאך צענדליגער אזעלכע פסוקים מיט אזא מהלך. ועל כגון דא אמרו חכמינו ז"ל, חכמים הזהרו בדבריכם.
עס קומט דא נישט אריין. ווייל, לאמיתו של דבר, ווען פארבער זאל ווען זאגן אז דברים איז משה רבינו'ס פוינט אוו וויו, און דער אויבערשטער האט אים נאכער דיקטירט עס אזוי אראפצושרייבן וויאזוי ער האט עס געזען, (אזוי ווי איך מיין אז אפילו לויט דיר איז דאס דעם אבן עזרא'ס כוונה), הייבט זיך דאך נישט אן די גאנצע שערוריה. דער פראבלעם איז דאך נישט מיט די הסבר, נאר מיט דעם וואס ער גייט אז ס'איז נישט מן השמים עפ"ל.
I believe in Torah Min Ha-Shamayim, that the Torah is from heaven, and that the entirety of the book is nevua (prophecy) and represents the encounter between God and the people of Israel.
I believe that the Torah is meant to be as it is today and that all of its verses, from “Timnah was a concubine” (Gen. 36:12) to “I am the Lord your God,” are holy.
הציץ ונפגע האט געשריבן:צוליב די היינטיגע אינפארמאציע עפאכע - טענהט העלפגאט - איז נישט מעגליך צו איגנארירן דעם שמועס אדער עס פארווישן מיט לויזע תירוצים. דאך אבער, בעט העלפגאט אז מען זאל צוגיין צו די שמעוסן מיט די סאמע גרעסטע יראה וואס איז שייך. אזוי אויך זאגט הרב העלפגאט איז נישט כדאי צו קומען צום טיש מיט פערטיגע מסקנות וועלכע ווערן געזאגט מיט א גאוה אן קיין ווילן צו לאזן די נושא מיט א צריך עיון. איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי צו שרייבן, זאגט העלפגאט, זאל געדענקן דעם כשם שמקבלים שכר על הדרישה כך מקבלים שכר על הפרישה.
יאיר האט געשריבן:הציץ ונפגע האט געשריבן:צוליב די היינטיגע אינפארמאציע עפאכע - טענהט העלפגאט - איז נישט מעגליך צו איגנארירן דעם שמועס אדער עס פארווישן מיט לויזע תירוצים. דאך אבער, בעט העלפגאט אז מען זאל צוגיין צו די שמעוסן מיט די סאמע גרעסטע יראה וואס איז שייך. אזוי אויך זאגט הרב העלפגאט איז נישט כדאי צו קומען צום טיש מיט פערטיגע מסקנות וועלכע ווערן געזאגט מיט א גאוה אן קיין ווילן צו לאזן די נושא מיט א צריך עיון. איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי צו שרייבן, זאגט העלפגאט, זאל געדענקן דעם כשם שמקבלים שכר על הדרישה כך מקבלים שכר על הפרישה.
דאס איז לדעתי גאר א שטארקע טענה אויף ראביי פארבער. ער האט געמאכט גאר א שוואכע ארבעט סיי אין פארשטעלן די קשיות און אודאי ביים פארשטעלן די מסקנות און די תירוצים, זיין זיכערע שפראך און זיינע האלבע זאצן זענען לכאורה א שטארקער גורם צו די אויסברוך. ער הערט זיך ווי א סאטמארער יונגערמאן מיט א פיין קעפל וואס האט נארוואס אויסגעפינען אז די וועלט איז פערצן ביליאן יאר אלט.
לעיקוואוד האט געשריבן:לו יהא ער איז א סאטעמרע יונגערמאן וואס האט געהערט אפאר נייע זאכען, ער איז דאך מודה אז ס'איז אזוי און אז ער קומט נישט דא מיט קיין גרויסע יומרות נאר סתם דורכשמועסען דער ענין ברבים, ואדרבה כך יאה וכך נאה מען זאל דורכשמועסען די ענינים מיט ענווה און פשיטות אן מאכען פון יעדער זאך א גאנצע בער. כאמור איז ער אוודאי נישט דער גרעסטער מומחה לתנ"ך אדער אפילו דער בעסטער מבוא לבקורת המקרא, ווי איך פארשטיי נעמט ער בעצם אן אז דער עולם קען שוין די נושאים און בעיקר פראבירט ער צו לופטערען איידיעס וויאזוי מ'קען שלום מאכען אביסעל.
יידל האט געשריבן:דער יתד נאמן ליארמעט אויפן אשר קרך מיט וועלכע די אנשי חובבי תורה באגייען זיך צו כפירה אין זייערע רייען
http://matzav.com/yeshivat-chovevei-tor ... as-charged
The next move occurred on July 24, when Morethodoxy featured an article by YCT’s Talmud Department head, Rabbi Ysoscher Katz, who describes himself as a former Satmar chossid and talmid of Brisk. Rabbi Katz does not condemn Farber. Instead, he explains that YCT purposefully exposes its students to all types of fringe ideas and guides and challenges them, with the expectation that these students will find their way and use their familiarity with these ideas in the rabbinate to deal with others who likewise are grappling with beliefs. (Why it is okay to expose yeshiva students to ideas that are antithetical to Torah, and not at least totally disprove the ideas to the students, but instead expect that the students, on their own, with whatever guidance may be provided, will wade through these terrible ideas is itself terrible.)
Rabbi Katz then states in a matter-of-fact way that there will be casualties (”scars”) as a result of this approach, but that all talmidim will ultimately find their way to Torah belief: “In this endeavor, we recognize the possibility that, on occasion, a graduate might entertain a non-conventional answer, not in keeping with our shared Orthodox beliefs. We believe that ultimately they will end up in the right place, embracing a modernity that is deeply steeped in the Tradition.”.........
........ That someone who claims to be trained by Satmar and Brisk can basically overlook kefirah by one of his star talmidim is beyond logical comprehension. This is a glaring sign of the complacency of someone who is not really so bothered by kefirah. For shame!
Let us learn a lesson from the current YCT saga and take a stand for what is right. Let us be active and never passive in bolstering our commitment to Torah and mitzvos. Let us remember that complacency enables heresy and the abandonment of mitzvah observance.
קאווע טרינקער האט געשריבן:@הוגה, זייער שיין.
זאג, איר הייבט יעצט אן דורך צו טוהן דעם נושא? כ'האפ אז רב כ"ץ איז גערעכט, און איר וועט זיכער צוריקגעקומען...
נולד מאוחר האט געשריבן:א צייטונג איז נישט אן אקעדעמישער פאפיר
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט