פארוואס 'איך' גלייב - אן אישי שמועס

מחשבה, השקפה ועיון

פארוואס 'איך' גלייב - אן אישי שמועס

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 2:55 pm

לשם יחוד קוב"ה, הריני מקבל עלי את הבזיונות באהבה, ותהא מיתתי כפרתי.

איך וויל דא פארשטעלן א שמועס וואס איך האב געהאט אין אישי מיט איינעם פון די גאר חשוב'ע חברים אינעם שטיבל (כ'שטעל נאר ארויף מיין טייל פונעם שמועס - ואתכם הסליחה).

און איך ונבנתה, כאטש איך ווייס אז לכאורה וועט קיינער זיך נישט קענען אינדענטיצעפירן מיט פונקט וואס איך שרייב - פאר דעם איז עס צו רעכט און פאר יענעם צו לינק, אעפ"כ - נאך לאנגע ספקות - שטעל איך עס ארויס בעיקר וועגן א נקודה וואס שטערט מיר שוין א שטיק צייט: גאר אפט קומט אויס אז שלא בכוונה שאפן מיר א גרויסע חלל, מיר זענען מבטל דעם פארעם וואס אידישקייט האט אנגענומען ביי אסאך, אבער מיר ברענגען זיך נישט ארויס גענוג קלאר אויב, וואס און פארוואס מיר גלייבן יא, ונמצא קרח מכאן ומכאן, מען דארף זיך מקבל זיין אז קעגן יעדע תגובת ביטול וועט מען אויך שרייבן וואס מען האלט יא.

על כן האב איך מחליט געווען עס ארויסצושטעלן, וממני ילמדו.

אזוי ווי כ'האב עס געשריבן צו א יחיד אין אישי האט עס אביסל אן אנדערע ניסוח ווי ווען כ'וואלט עס געשריבן פאר'ן פאבליק - כמובן.

---

מיטוואך סעפטעמבער 10:

איך בין אמת׳דיג נייגעריג צו פארשטיין דיין צוגאנג צו ענייני אמונה. (אמת׳דיג על מנת ללמוד ולא על מנת לקנטר).
קענסטו מיר עס מסביר זיין אפשר?

יום הנ"ל:

ונבנתה העיר האט געשריבן:וועל, וועל, איי העוו נא איידיע... :D כ'האב נאכנישט געלעבט גענוג לאנג פאר דעם.

אבער אויפדערווייל, איז די שאלה 'פארוואס' איך גלייב בכלל, אדער 'וואס' איך גלייב?

ענטפערט יענער אז ער איז אינטערעסירט אין ביידע.

יום הנ"ל:

ונבנתה העיר האט געשריבן:מען דארף זיין אין די גוסטע אויף דעם, וואס כ'האב נישט פונקט יעצט, אבער בקיצור נמרץ לכבודך:

פארשטייט זיך אז לא כל העיתים שוות, עס טוישט זיך אסאך ארום, אבער בדרך כלל פראביר איך צו גיין מיט די חב"ד מהלך, אלוקות, חלק אלוה, דירה בתחתונים וכו'.

איך 'פראביר', דהיינו בכוונה תחילה, איינמאל כ'בין משוכנע אין א געוויסע דעגרי אין די עצם מציאות פון בורא, אלוקות, אין עוד, רעליגיע, פון רעליגיעס גופא - אידישקייט, האלט איך אז דאס איז די בעסטע מהלך [פאר מיר] סיי אין לאגיק און סיי אין פראקטישקייט.

איך בין גרייט אנצונעמען [כמעט] דעם גאנצן פעקעדש דיעל ווייל אזוי ווי בעיקרון האבן זיי דעם אמת לדעתי, 'לוינט' זיך מיר עס אנצונעמען מיט אלע פיטשעווקעס.

ועוד, עט סאם פאינט קומט אריין 'אוטאריטי', למשל, איינמאהל כ'בין משוכנע אז דער כאראקטער וואס האט זיך גערופן 'ליובאוויטשער רבי' וואלט פאר קיין שום סיבה חיצונית נישט געזאגט קיין ליגנט, און ער קומט און זאגט - למשל - אז ער איז געווען ביים אוהל פון זיין שווער וועלכער האט איהם געזאגט כך וכך, דארף איך ערנסט טראכטן וואס כ'טוה דערמיט.

נאך איין קלייניגקייט, אסאך האבן אפיציעל א פראבלעם מיט 'לעבן א ליגנט', כ'ווייס נישט פונקטליך וואס עס מיינט, אבער איך האלט נאכנישט ביים קאצק'ער אמת, כ'האב נישט קיין שום פראבלעם זיך אונטערצושמייכלן ווי א משפיע איז מדייק דעם רבי'נס ווערטער בתמימות אין סוף, און דאך האלטן אז די כללות הנקודה ליגט ביי זיי, איך קען אפי' האלטן אז דער רבי האט געהאט געוויסע מאדנע זאכן, ער האט זיך אפי' טועה געווען - לאמיר זאגן - אין סייענס וכו', דאס אלעס שטערט מיר אבער נישט פון האלטן אז זייער מעין פאינט לייגט זיך די מערסטע אויפן שכל וכדומה.


פרייטאג סעפטעמבער 12:

ונבנתה העיר האט געשריבן:לכל לראש וויל איך דיר בעטן מיט טרערן אין די אויגן אז דו זאלסט שרייבן בלשון נוכח – באווארף מיר נישט מיט אייע"ר...

דיין נבואה אז כ'וועל נישט מסכים זיין פארווירקליכט זיך פאר מיינע אויגן, זעהט אויס אז מיין קיצור האט יא געשאדט – איך האב זיך נישט גוט ארויסגעברענגט.

קודם צוויי נקודות:

א. ווען איך זאג 'לוינט זיך' מיין איך נישט לעבן א מהלך וואס איך האלט נישט פאר ריכטיג באמת, עס מיינט בעיקר אז אויב די רוקנביין פונעם מהלך לייגט זיך יא גוט אפ ביי מיר, לוינט זיך אנצונעמען די גאנצע מעשה ['גאנצע' לאו דוקא] אפי' איך האלט אז געוויסע פרטים און טפלים זענען נישט ריכטיג אדער איבערגעטריבן, און עס לוינט זיך פאר אסאך טעמים, פסיכאלאגישע און פראקטישע.

און דער אמת איז אז איך בין קיינעם גארנישט שולדיג, איך האב נישט מיט קיין סיסטעם אדער קהלה, עס אינטערעסירט מיר גאנץ ווייניג וואס פונקליך א צווייטער האלט, אויב האלט א איד אין קראונהייטס כך וכך, יבושם לו, וואס גייט עס מיר אהן, מצידי זאל ער האלטן אז דער רבי לעבט, איך נעם ארויס וויפיהל איך האלט פאר ריכטיג [ראה לקמן] און דאס גופא טוישט זיך מיום ליום.

ב. ביי מיר איז 'לאגיק' נישט דער גרויסער געטשקע ווי געוויסע מאכן איהר, איך בין א גרויסע חסיד פון יאיר'ס אינטואישען [אויב ווייסטו נישט וואס איך מיין וועל איך דיר צוצייכענען], איך בין נישט קיין פילאזאף, אבער איז דען נישט נאכגיין לאגיק אויך אן אינטואישען? הגם וויפיהל עס איז שייך דארף מען אודאי נוצען לאגיק, איז אבער אוממעגליך – לענ"ד – איהר צו נוצען אלעמאהל און איבעראל עד הסוף, וכדלהלן.

------------

איז לאמיך פראבירן דורכגיין די שלבים, די עקשען ענד ריאקשען, וואס איך מיין ברענגען מיר צו א געוויסע החלטה לע"ע, לאמיר אנהייבן מיט לאגיק און זעהן וואו ווייט מען קען עס ציעהן, וואס איז נישט אין זיין תחום און וואו זאגט ער אליין אז ער איז נישט דער פוסק אחרון:

א. לאגיק זאגט אז עס איז דא א גאט וואס האט מחדש געווען יש מאין, דאס איז – אין מיין לאגיק – די מערסטע מסתבר [וויפיהל עס איז שייך 'מסתבר' אין אזא זאך], און כ'מיין אז עס איז בכלל נישט דא [דערווייל] אן אנדערע טעאריע ווי אזוי עס איז געווארן יש מאין.

ב. מיין לאגיק זאגט מיר אז ער וויל עפעס מיט די בריאה, דער צד איז מיר מער מסתבר ווי צו זאגן אז ער איז פשוט געווען לאנגווייליג איין טאג און האט באשאפן א בריאה פאר גארנישט און נישט וואו דער עולם זאל שעלטן דעם טאג וואס האט זיי געבוירן.

ג. לכאורה ביסטו מסכים אז צווישן ברירות דארף מען קלויבן די וואס לייגט זיך די מערסטע אויפן שכל/אינטואישען, הגם עס וועט נישט מסביר זיין אלע פרטים, בעיקר ווייל דער אנדערער צד איז מסביר נאך ווייניגער פרטים, ממילא, הגם איך וועל דיר קיינמאהל נישט קענען מסביר זיין פארוואס עס פעהלט אויס טריליאנען שטערן, אדער פארוואס א גוי אין א כינעזער דערפל דארף האבן צער גידול בנים, בלייבט נאכאלס דער חיוב אויף מיר ארויסצוקלויבן פון צווישן די מהלכים וואס זענען אוועילעבעל די וועלכע לייגט זיך די בעסטע אויפן שכל/אינטואישען.

ד. פון צווישן אלע קוק-ווינקלן לייגט זיך דאס בעסטע אפ ביי מיר – לע"ע – דער מהלך פון קבלה/חסידות/חב"ד, עס קען נישט זיין אן אנדערע מציאות פון גאט [מצד זיין עצם דעפענישן], דורך א צימצום און השתלשלות האט ער געמאכט א בריאה וואו עס דערקענט זיך נישט אויבנאויף אז ער איז דאס, עס גלוסט זיך איהם א דירה בתחתונים וואו אלוקות ווערט נתגלה אינעם צימצום, דאס איז אונזער ארבעט וועלכע וועט צוקומען צו איהר קלימאקס מיט משיח וכו'.

ביטול צו די איין אמת'ע מציאות איז גוט – די איינציגסטע גוטס - פאר מיר און פאר איהם, וויפיהל איך האלט פון די מענטשהייט און איהר רעלאטיווע חכמה האסטו מן הסתם שוין באמערקט אין מיינע מרה שחורה'דיגע אשכולות...

ה. ועכשיו ככה: קומט אויס אז איך האב צוגעשלעפט מיין לאגיק ביז'ן אלטן רבי'ן, איך האב עסטעבלישט ביי מיר אז דער אלטער רבי איז נישט געווען קיין שקרן, גס רוח ורשע [ווי ר' בנימין קלעצקער האט איהם געזאגט ווען מען האט איהם ארעסטירט, ממה נפשך, זענט איהר א רבי וועט אייך א קויל נישט נעמען, זענט איהר נישט, קומט עס אייך פאר'ן אוועקנעמען עוה"ז פון אזויפיהל אידן...], עס איז ביי מיר אפגעלייגט אז ער האט די גרעסטע שאנס צו זאגן דעם אמת.

מן הסתם ביסטו געוואוינט פון סייענס אז אלעס – יעדע פרט ופרט – מוז זיין עקסטער אויפגעוויזן, מען קען נישט אויפווייזן נאר דעם יסוד און דערנאך צולייגן די פרטים מיט אמונה וכדומה, דא איז עס אבער נישט אזוי, איינמאהל עס איז מוחלט ביי מיר דעט הי איז דע מעען, וועל איך איהם שוין אודאי גלייבן אויפן ווארט.

למשל, ער הייבט אהן זיין ספר אז יעדע איד האט צוויי נפשות, א נפש הבהמית און א נפש אלוקית, גיי איך איהם נישט כאפן ביים ווארט און זיך אפמוטשענען א האלב לעבן צו דערגיין אויב מיין שכל/אינטואישן איז מסכים דערמיט אדער נישט,עס איז אין לדבר סוף, וכמעשה הידוע פון ר"י סאלאנטער אז די מיידל האט איהם נישט געוואלט ווייזן אז זי קען שפילן מוזיק ווייל פארדעם האט זי דאך די דיפלאמע [טאקע קארני אבער דאך אמת...], עס איז מיר גענוג אז ער האט זיך עסטעבלישט ביי מיר בכלליות, און יעצט בין איך שוין כננס ע"ג ענק – איך דארף נישט עקסטער אויפווייזען יעדע הגה וואס ער האט ארויסגעלאזט פון מויל.

ועוד, והוא העיקר, לאגיק אליין זאגט מיר אז איך דארף נישט קיין לאגיק אין די פרטים עד הסוף, איך מיין אז אסאך מאכן דעם טעות און באטראכטן אלעס פון די זעלבע פרעספעקטיוו, דהיינו, זיי שטייען מן החוץ און טראכטן אלע פרטים אויף איין מאל: איז דא א גאט, איז דא רעליגיע, איז עס אידישקייט, ווייסט קבלה וואס זי רעדט אדער איז עס די גרעסטע דמיון מששת ימי בראשית, ווען דער אלטער רבי זאגט עפעס א פרט האט ער געוואוסט וואס ער רעדט וכו' וכו', און מען נעמט זיך זוכן ראיות און לאגישע סברות עד אין תכלית.

וואס זיי כאפן נישט איז אז מען מוז בויען איינס אויפן צווייטן, דהיינו, איך קען נישט אנהייבן חוקר זיין מיט א התחדשות: האט דער אלטער רבי געזאגט וואס ער ווייסט פאר א פאקט אדער האט ער סתם גע'דמיונ'ט, ווען איך בין חוקר דעם שלב מוז איך אריינרעכענען אינעם עקוועישאן אלע מיינע מסקנות אויף שאלות וואס קומען פריער.

ממילא, אז לאגיק נומער 1 זאגט מיר אז דער אלטער רבי האט די גרעסטע שאנס צו רעדן צו די זאך, און איך בין גרייט צו לעבן אדעתא דהכי [אפי' אויב נאר ווייל איך האב נישט קיין בעסערע צד], דארף איך נישט יעצט א לאגיק נומער 2 אז יעדער האט טאקע צוויי נפשות, ווייל לאגיק נומער 1 זאגט מיר שוין אז ער רעדט צו די זאך, ממילא אז ער זאגט - למשל – אז עס איז דא אן עולם האצילות און צדיקים האבן א נשמה פון דארטן וכו' וכו', זאגט מיר לאגיק נומער איינס אז דא דארף איך נישט קיין לאגיק, איך קען זיך נישט סתם מאכן ווי א תם, זיך נישט רעכענען מיט מיין ערשטע מסקנא, און פרעגן 'אבער ווער זאגט', דאס איז שוין אפגע'פסק'נט אז ער ווייסט וואס ער רעדט.

פונקט ווי דו דארפסט נישט זעהן מיט די אייגענע אויגן די עקספערימענטן וואס אסטראנאטן מאכן אין ספעיס, זיי האבן שוין אן עסטעבלישט נאמנות.

דערנאך מוז איך עס נעמען נאך ווייטער און עס ווערט שוין א שטיקל גלגל החוזר, איך קען נעמען מסקנות און צוריק קומען מסביר זיין פריערדיגע שלבים, למשל, אז דער אלטער רבי זאגט אז 'א איד ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אפגעריסן פון אלוקות', איז אזוי ווי איך בין אנגעקומען צו גלייבן אז ווען ער זאגט עפעס ווייסט ער אז עס איז אזוי, ער האט נישט סתם ארויסגערוקט א סטעיטמענט פון טאש, קען איך עס יעצט נעמען אויף צוריק און מסביר זיין פארוואס אין די ערשטע שלבים האט מיר מיין שכל/אינטואישען געזאגט כך וכך, דאס איז וועגן דעם ווייל כ'האב טאקע א נשמה וואס איז א חלק אלוה ממעל ממש.

און נאך איין מאהל די 'לוינט זיך': עס שטערט מיר גאנץ ווייניג אויב פרטים זענען פאלש אדער איבערגעטריבן, עס וועט מיר גארנישט פאסירן אויב דער פמליא של מעלה דרייעט זיך נישט איבער ווען כ'טרונק לחיים, ווילאנג כ'האב גענוג נטיה אנצונעמען אז די כללות הנקודה ליגט דארט, בורא, אופן הבריאה, יחס הבורא לנבראים, תכלית הבריאה וכו', איז מיר גענוג.

פארוואס איך בין משוכנע אז דער רבי וואלט נישט געזאגט קיין ליגנט וועל איך לאזן אויף אן אנדערע מאהל...


פרייטאג סעפטעמבער 19:

ונבנתה העיר האט געשריבן:עס זעהט אויס אז עס איז געווען א שטיקל מיספארשטענדעניש אין אונזער קארעספאנדענס.

איך האב לכתחילה נישט פראבירט [און כ'וואלט זיך נישט אונטערגענומען] אוועקצושטעלן א קעיס פאר גאט, רעליגיע און אידישקייט, ווען יא וואלט איך אודאי געדארפט רעדן פון גאר אנדערע זאכן, מן הסתם פונעם כוזרי'ס ראי' פון 600 טויזנט מענטשן ביי מ"ת, אדער פון פאסקאל'ס געוועט וכו' וכו'.

איך האב פארשטאנען אז דיין שאלה איז וואס איז 'מיין' צוגאנג צו עניני אמונה, דהיינו what makes me tick, ווי אזוי שטעלט זיך עס ארויס למעשה אין מיינע ד' אמות, פארוואס שפיר איך זיך נישט ווי א מאראן ווען איך זאג ה' אחד, עקארדינגלי האב איך געשריבן וואס איך האב געשריבן, און עס איז בכלל נישט די תוכן אדער ניסוח וואס וואלט משכנע געווען איינער וואס וויל שיכנוע.

ועוד יותר, איך האלט נישט אז מיין וועג איז 'די' וועג פאר יעדען, עס זענען דא כל מיני פערסאנאליטיס אויף די וועלט און גאט האט ליב פארשידענע פלעיווארס [ראה תניא פרק כ"ז], עס זענען דא נפשות געקנעטן 'רמב"ם'דיג', עס זענען דא קבלה'דיגע און עס זענען דא די וואס תיקון המין האנושי איז די העכסטע זאך.

געפילטע, ראובן, הוגה [וקצת יידל] וכו' זייערע נפשות פארשטייען צו געזעלשאפליכע טובה, צו מאראלן, צו צדק און גוטסקייט, פשוטע – אבער יסודיות'דיגע – געדאנקן זענען די נקודה המרכזית, כ'ווייס, מסתמא נעמט מען די ד' מינים צום הארץ ווייל אזוי איז מען פאראייניגט מיט מאמע-נאטור אור סאמטינג לייק דעט, און זיי נעמען די 'מישען' זייער ערענסט, צו די סארט נפשות קומט צו א שטיק חיות אויב מען קען אויסארבעטן אז די תורה האט שוין געהאט די היינטיגע מאראלן אין א צייט וואס די וועלט האט געגעסן מענטשן.

דערנאך זענען דא אזעלכע וואס זענען מער קאלטע מוחות, מער טעכניש און פילאזאפיש, ווי מאטי און דו.

ווייטער זענען דא די וואס זענען אזוי ציניש/סארקאסטיש, זיי זענען שוין געשלאפן מיט קאנט און ניטשה, אז זיי מאכן א פול סירקל ארום און ארום און קומען צוריק צו גלייבן זייער פשוטע געדאנקען און געפיהלן, ווי לעיקוואד און יאיר.

און אודאי איז אויך פארהאן דער עיטאיסט וואס קרעכצט ארויס איינמאהל אין א וויילע: גאט איף יו אר אוט דעיר פליעס לעט מי נאו.

כמובן האט יעדער פון אלעם, באט יו געט דע פאינט.

וואו דו האלט'סט אין לעבן און פונקטליך אין וועלכע סטעידזש דיין נפש האלט יעצט ווייס איך נישט [איינער זאגט מיר אז ער לייגט אוועק ברסלב פאר די 60...], איך האב נאר פראבירט אראפצושרייבן וואס מיין נפש פארשטייט/פיהלט.

-------------

ועכשיו קצת הערות בדבריך [נישט ווייל דאס איז מאטריאל וואס קען משכנע זיי, עס איז משום חביבותך]:

(א"ה: כ'נעם ארויס יענעמ'ס ווערטער.)

קודם כל, איך קען נישט די פונקטליכע הגדרות פון 'לאגיק' און 'אינטואישען', ווען כ'שרייב 'לאגיק' מיין איך זאכן וואס דער שכל איז מחייב אויף כל מיני לעוועלס, פון אז איינס פלאס איינס איז צוויי, ביז זאכן וואס זענען נאר מסתבר, 'אינטואישען' מיין איך וואס מען רופט 'א גאט פילינג' [פאן אינטענדעד...], און די צוויי זאכן –הסתברות און געפיהל – אווערלעפן זיך איינע די אנדערע, עס איז איין לאנגע סקעיל, אינגאצען רעכטס איז 1+1 און אינגאצן לינקס איז א געפיהל אן קיין שום התלבשות אין השכלה.

---

זעהט אויס אז כ'בין נאכאלס נישט גענוג קלאר, איך מיין צוזאגן זייטיגע קלייניגקייטן, ווי גיין א גארטל, שלאגן כפרות וכדו', מסתמא קענסטו זיך אליין פארשטעלן פארוואס עס לוינט זיך פסיכאלאגיש און פראקטיש אויב דער בריח התיכון פון די מהלך לייגט זיך גוט אפ.

---

ווי געשריבן, הגם כ'האב עס נישט אויסגעארבעט, 'שפיר' איך אז די עצם נאכלויפן לאגיק איז בסך הכל אן אינטואישען.

יעצט, א פאראדאקס איז עס נישט לענ"ד, ווייל מיר רעדן געווענטליך ווען לאגיק נומער 1 זאגט אז דאס און דאס איז העכער פון לאגיק בכלל – עס איז נישט אין זיין פעלד, ממילא מוז מען זיך דארט אויך פארלאזן אויף לאגיק נומער 1.

למשל, לאגיק נומער 1 זאגט מיר אז די סי. איי. עי. איז א סמכות עליון אין אינטעלעדזשענס, ממילא ווען זיי זאגן אז עס לוינט זיך אריינצושיקן טרופן קיין איראק, ליגט אין דעם אז איך דארף נישט א לאגיק נומער 2 אז טרופן אין איראק איז טאקע גוט, ווייל נומער 1 זאגט מיר שוין אז אזוי ווי עס איז דא א סי. איי. עי. איז דער נידון איז העכער פון מיין לאגיק, איך איך מוז זיי גלייבן על סמך לאגיק נומער 1 – דהיינו איך ווארף נישט אוועק לאגיק, איך זאג נאר אז לאגיק נומער 1 זאגט מיר שוין דעם תירוץ און מער איז נישט דא קיין פלאץ פאר נומער 2.

---

כ'געדענק נישט וואו און ווער [אפשר יאנקל אדער געפילטע], אבער ערגעץ האט איינער שיין מסביר געווען פארוואס מען דאס נישט נוצן פאר א תירוץ, מען דארף נוצן די אייגענע כלים לקבלה, די אייגענע ברילן, דאל"כ אפשר ווען גאט זאגט לא תגנוב מיינט עס אז ער וויל גאר שטארק אז דו זאלסט גנב'ענען?

ויש עוד דברים בזה אין וואס כ'בין נישט געהעריג אויסגעקאכט.

---

גם בזה יש הרבה דברים, אין איין פלאץ ברענג דער רש"ב בשם דעם אלטן רבי'ן 'נתאוה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים און אויף א תאוה איז קיין קשיא ניט'.

אבער בדרך כלל לייגט זיך גאנץ גוט אפ ביי 'מיר' דער מהלך פון קבלה/חסידות, אז איז אלס איז אלוקות, כל מה שיש למטה יש למעלה, ווען מיר מאכן א פועל דמיוני אין זאכן וואס זעהן אויס צו זיין אינדרויסן פון זיין רשות, פועל'ן מיר מיט דעם דאס זעלביגע ערגעץ אויבן, אין די זעלבע צייט פאראייניגן מיר די גשמיות מיט איהר רוחניות אזוי אז ווען די צייט קומט זאל זי קענען פארנעמען די געטליכע התגלות דלעתיד.

ועוד הפעם, דאס זענען נישט קיין שום 'ראיות' אדער 'שיכנועים', איך פארשטיי אז מען קען פונקט אזוי זאגן פארקערט, דאס איז אבער ווי עס לייגט זיך אפ ביי מיר אין נפש.

---

נאך עפעס וואס כ'האב געמיינט ארויסצוברענגען דערמיט איז אז מיר ווילן נישט לעבען מיט די קאנסעקווענצן פון אונזערע החלטות, דהיינו, אפילו כ'בין מסכים אז עס איז דא א גאט, רעליגיע און אידישקייט, וועט מיר נאכאלס בלייבן סאב-קאנטשעסלי אז עס 'פאסט' מיר נישט דורכצוגיין דערמיט עד הסוף, גלייבן אין השגחה פרטית ווען איך פארפאס דעם באס שפירט זיך מער תמימות'דיג ווי א מחשבה'דיגע החלטה אז אלס איז געטליכקייט.

עד כאן וואס איך קען דיר פראבירן מסביר צו זיין וואס געשעהט אין 'מיין' נפש, עס איז בשום אופן נישט א פראבע עס איבערצוקלעבן אויף דיינס, אדרבה, מיר זעהט אויס אז כרגע וועט זיך ביי דיר אפלייגן א מער פילאזאפישער/מאטאמאטישער אידישקייט.


דינסטאג אקטאבער 7:

ונבנתה העיר האט געשריבן:לכל לראש וויל איך זיך אנטשולדיגן אויף דעם וואס מיין ענטפער [?] האט אזוי געשפעטיגט, כאמור לעיל דארף איך זיין אין די מאוד דערפאר – אין וועלכע איך בין געווענטליך נישט, ועוד והוא העיקר: אזוי טראכטענדיג וואס כ'זאל דיר צוריקשרייבן האב איך אנגעהויבן באמערקן אז די אומשטענדן, און מיינע בהמיות'דיגע נטיות, שלעפן מיר אריין אין א געוויסע 'ראול', כאילו עס קומט דא פאר א ויכוח און מיין אויפגאבע איז פארצושטעלן אמונה וכדומה אפגעזעהן פון וואס איך פארשטיי און פיהל באמת אין מיינע ד"א, ממילא האב איך זיך פראבירט אפצושאקלן דערפון און מצמצם זיין מיינע אמת'ע הרגשות/הבנות – אפשר טאקע נישט אויסגעהאלטן אין לוגיקה - אין אותיות.

ולהמבואר אז די מציאות איז לפי הנפש המקבלת, קען איך נישט טוישן דיין נפש [ווי זי שטייט יעצט] אז זי זאל לייענען די זעלבע פיילס – און ממילא האבן די ספעציפישע מציאות – ווי מיינס, און אודאי קען איך זיך נישט באנוצען מיט די אפיציעלע אויסגעארבעטע כללים פון לוגיקה וכו' כי לא ניסיתי בכל אלה, קוים וואס איך עספיע אביסל פיזיקס אין וועלכע איך האב א חיות.

א זייטיגע נקודה: וואס דו שרייבסט אז דו האסט אסאך געטוהן בספרי חב"ד, רבים וטובים האבן געמאכט דעם טעות [ובראשם רב"צ ליפשיץ] און זיך נישט געריבן צווישן חסידים – ווי מען רופט עס אין חב"ד, ספרי חב"ד אהן זייער תושבע"פ איז כגוף בלי נשמה.

----------

לאמיך פראבירן אפצושרייבן אביסל הרהורי דברים בלי סדר וקשר:

זה שאמרתי לך 'איך בין נאכנישט גענוג אלט', לעצטענס האט מיר איינער געפרעגט וואס כ'טוה מיט די פראבלעם פון די עלטער פון די וועלט, איך האב נישט געוואלט אריינגיין מיט איהם אין א דיון האב איך איהם געזאגט אז כ'מוז נישט האבן א תירוץ אויף אלעם, האט ער געגעבן אזא קרום מיט די נאז ווי צו זאגן ווי שעמט זיך נישט איינער אזוי צו טראכטן.

מיין טייערער פריינט: איך בין נאכנישט גענוג אלט, איך האף אז ביי די אכציג וועל איך פארשטיין – אדער כאטשיג האבן מער מסודר – מער זאכן ווי יעצט, אבער אשר על כן וואס? וואס זאל איך טוהן ביז דעמאלטס, יבטל? לא תוהו בראה – לשבת יצרה, כ'האב נאר צוויי ברירות אין לעבן? אדער שטיי איך אויף מארגן אינדערפרי מיט גענויע תירוצים אויף אלע מיליאן שאלות, אדער לאז איך אלס אפ ביז איך וועל זיי געפונען? און ווען הייבט זיך אהן דער חיוב צו האבן תירוצים, ביי די דרייצן? און עס איז נישט קיין חילוק אין די מדריגת האיי קיו?

פון די ביסל לייף-עקספיריענס וואס כ'האב שוין יא זעה איך אז די מעשה איז גאר פארקערט, וואס כ'האב נעכטן געהאלטן פאר געריבן און אויפגעקלערט האלט איך היינט פאר תמימות, ואדרבה די תמימות פון נעכטן זעה איך היינט אין א העכערער דרגה, כ'דערמאן זיך אין איינע פון מיינע פעיווראיט לשונות: כתר עליון אע"ג דאיהי אור צח ומצוחצח – אוכם הוא קדם עילת העילות.

--------------

אין די הפלא'דיגע וידיאו פון פראפעסאר העיס דערמאנט זי בתוך הדברים ווי עס האט איהר אלץ געצויגן צו די 'ביג קוועסטשענס', די גרויסע פראגעס, אנה תלך ולמי אלה לפניך, האב איך געטראכט צו מיר, מרא דאברהם, די מענטשהייט איז אבסעסט מיט די גרויסע פראגן מיט אזא סארט התחדשות כאילו דאס וואלט געווען א מאטימאטישע אפענע פראבלעם וואס מען וועט איין טאג דורכברעכן לשמחת המין האנושי, זאג נאר, דו פלאנסט איין טאג אויפצושטיין מיט א מסקנה? מיט אן 'אהא' מאמענט? שוין באלד 6000 – אדער עטליכע מיליאן – יאהר וואס מען קייעט איבער די זעלבע זאכן, דאס איז עס, מען קאכט זיך אין דעם לשם קאכן און אויף אויסצושמועסן אלע מהלכים, סברות און פילאזאפיעס, אבער, ביטע, קיינער זאל עס נישט נעמען צום הארצן ווי כאילו די מענטשהייט קוקט ארויס אויפן טאג וואס פב"פ וועט איינמאהל פאר אלעמאהל דערגיין די קאלטע, טרוקענע, הארטע מסקנא.

----------------

כ'האף אז דו האסט שוין געכאפט וויפיהל איך האלט פון די מענטשהייט, לייען דעם אשכול – מעיד אני עלי שמים וארץ אז איך האלט ביי יעדן ווארט וואס דארט שטייט, זעה דעם אשכול, דו מיינסט אז ביי די מאלפעס איז נישט פארהאן קיין איינשטיין? אודאי יא, איין מאנקי האט אויסערעכנט אז ווען מען סווינגט שטערקער פליעט מען ווייטער, און ער איז געווארן דער מלך החכמים ביי די מאנקיעס, דורות פון מאלפעס וואקסן אויף מיט א תשוקה אנצוקומען לקצה יענעמ'ס חכמה וכו' וכו', הנמשל מובן.

-------------

ווי עס איז שוין מבואר ברחבי השטיבעל, אמונה איז 'טראסט', גענוג טראסט אז איך פיהר אזוי מיין לעבן, דאס איז נישט א 'סימן' אויף אמונה, דאס 'איז' אמונה, אז כ'לייג תפילין ווען קיינער זעהט נישט ווייל עפעס אין מיר זאגט מיר אז איך דארף עס טוהן 'איז' דאס אמונה, ווי דער קלויזנבורג'ער רבי' ז"ל האט געזאגט, א רבי קען מען נישט נאכמאכן, דו וועסט זיך אנטוהן סטראקעס און ווייסע זאקן? ביסטו דאך טאקע א רבי.

א איד איז אריין צום צמח צדק און זיך אפגערעדט אז ער האט ספיקות אין אמונה, פרעגט איהם דער רבי וואס גייט דיר אהן, זאגט יענער וואס הייסט, ספיקות אין אמונה! זאגט דער רבי זעהסטו דאך אז דו גלייבסט...

אט דאס איז אמונה, א מיליאן שכל'דיגע ספקות זענען נישט מגרע פון דעם פאקט אז דער איד איז א מאמין, והא ראי' ער האלט שבת ווען קיינער זעהט נישט וכו'.

-----------

מיר זענען משוחד, ברעינוואשט וכו' צו האלטן אזוי.

א. מיר זענען טאקע משוחד, ובכן?

יעדער מענטש איז א חסיד פון זיין מדינה/קולטור, כ'האב נאכנישט געטראפן אן אמעריקאנער וואס זאל האבן א פראבלעם אין זיין א פאטריאט פאר אמעריקא ווייל ער איז משוחד דערצו.

ב. מ'רעדט אזויפיהל בגנות השוחד אז מען פארגעסט אז בשורש איז זי א מחייב נישט א שולל, דהיינו, יא, איך בין משוחד אזוי צו האלטן און פארדעם האלט איך טאקע אזוי, ודו"ק.

ג. איך בין טאקע משוחד, אבער לאמיר אננעמען פאר א מינוט אז אלעס איז טאקע פונקט אזוי ווי זיי זאגן, גאט וויל א דירה בתחתונים, ווען מען טוהט מצוות מעשיות טוהט זיך אפ כך וכך וכו' וכו', וואס וואלסטו געוואלט עס זאל זיין אנדערש ווי עס איז? וואלסט עקספעקטעד צו זעהן אלוקות בגלוי?

אין אנדערע ווערטער: אויב איז די סינאריא פונקט ווי זיי גיבן דאס אהער, איז דאך דאס די סינעריא און אנדערש וואלט גאט'ס פלאן נישט ארויס אל הפועל, איז וואס איז נוגע אז איך בין משוחד?

---------------

רגע אדבר בענין המופתים [יא, כ'ווייס, אותות ומופתים באדמת בני חם], וואס איז? מופתים זענען צו תמימות'דיג, ריכטיג זיי זענען טאקע, אבער תמימות איז רעלאטיוו, כמבואר לעיל קען מען נישט כאפן את החבל בשני ראשים, אויב איז אלעס אלוקות, עס איז דא א דרגה הנקראת צדיק, טבע איז נישט קיין גרויסער מיוחס וכו', דאן איז מופתים א זייער פשוט'ע פאקט פונקט ווי יעדע אנדערע מציאות אין די וועלט, עס פאסט אונז נישט צו אנערקענען ווייל עס גייט נישט אין שפאן מיט קאלטע שכל'דיגע גשמיות, מען קען אבער נישט האבן אלע וועלטן.

ועוד, אויב זאל נאר איינס פון טויזענטע סיפורים מכלי ראשון ושני זיין אמת, איז שוין גענוג.

------------

ועכשיו לנקודה חשובה אצלי:

אילו וואלט פאר אונז געשטאנען צוויי דרכים, אמונה און אן אנדערער, וואלט איך גוט פארשטאנען די געיעג נאך קלארע מסקנות, אז מיר וועלן קלויבן דעם נישט ריכטיגן פארפאסן מיר דאך אלע וועלטן, אוי לאותה בושה.

עס איז אבער נישט אזוי, מיין טייערער פריינט, אוי ואבוי אויב איז אמונה נישט גערעכט, עס איז אדער דאס אדער גארנישט, בעיני איז נישט דא קיין צל סיבה בעולם מיטצומאכן די קלענסטע אומבאקוועמליכקייט אויב איז נישט דא קיין גאט.

חי אני נאום ונבנתה, אויב וואלט איך געווען אן עיטיעסט וואלט איך באגאנגען זעלבסט-מארד בשמחה רבה די ערשטע מאהל כ'גליטש זיך אויס, עס איז נישט דא קיין שום סיבה בעולם איך זאל וועלן לעבן אפי' בעשרו של ביל געיטס.

ממילא, פרעינד, עס איז אידער אמונה אר ווי אר דאממד, איך יאג זיך נישט אין ערגעץ, איז מיין אמונה ריכטיג – איז אודאי גוט, אז נישט גייט מיר סיי ווי גארנישט אהן כהוא זה, אלע שיינע פראזן פון 'מאראלן' 'היומעניטי' 'סעלפנעסלעס' וכו' זענען גוט ביז מען פאר'דבקות זיך אמאל ביינאכט אויף די לבנה מיט א ציגארעט אין די האנט ענד איט היטס יו וואס מיר אומגליקליכע האמא-סעיפיענס מאכן מיט פאר גארנישט, לו יש חרב בידי, ווען איך גלויב ווען נישט, וואלט איך אין אן אויגנבליק אפגעווישט אונזער ספישיס פון די ערד, פונקט ווי אונזערע פארגייער און קאזינס.

אם תקבלו את התורה מוטב, ואם לאו ש"ם תהא קבורתכם, גאט דארף גארנישט טוהן, ש"ם אליין איז אונזער קבורה, בסוד וש"ם ימותו.

---------------

עוד רגע אדבר, חביבים עלי דבריו של השלי"ח לקבל"ה:

כ'וואלט זיך געשפירט מחויב צום זוהר, און איר געשטעלט אין ספרים-שאנק נעבן די ספרי חז"ל, אפילו ווען דער מחבר וואלט קלאר געווען א היינטיגער (אפשר וואלט איך דאן נישט געהאט די שכל אריינצוקוקן מעיקרא, אבער אויב וואלט איך געוויסט איבער דעם וואס כ'ווייס ב"ה היינט וואלט איך קלאר אזוי געטון).


און ווי דער רמב"ן שרייבט סוף האזינו:

ואילו היתה השירה הזאת מכתב אחד מן החוזים בכוכבים שהגיד מראשית אחרית כן, היה ראוי להאמין בה, מפני שנתקיימו כל דבריה עד הנה לא נפל דבר אחד, ואף כי אנחנו נאמין ונצפה בכל לב לדברי האלהים מפי נביאו הנאמן בכל ביתו, אשר לא היה לפניו ואחריו כמוהו, עליו השלום.


נשאר עוד בקולמוסי אך בעה"ב דוחק.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3669
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7347 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 6:05 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:ווייטער זענען דא די וואס זענען אזוי ציניש/סארקאסטיש, זיי זענען שוין געשלאפן מיט קאנט און ניטשה, אז זיי מאכן א פול סירקל ארום און ארום און קומען צוריק צו גלייבן זייער פשוטע געדאנקען און געפיהלן, ווי לעיקוואד און יאיר.

נשאר עוד בקולמוסי אך בעה"ב דוחק.

איך בין נישט ציניש! (יעצט ברעך זיך קאפ אויב דאס איז געשריבען סארקאסטיש אדער ערנסט).
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6095 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 6:20 pm

אומגלויבליך!! יעדע ווארט איז א מחיה געווען צו לייענען. די בעסטע האב איך ליב געהאט דיין לשם יחוד אין אנהויב.

פארוואס אבער טייערע ונבנתה האסטו נישט געטראכט אז פארהאן אזעלכע וואס וועלן אויך הנאה האבן צו לייענען דעם אנדערען'ס תגובות? איך האב אן אינטואישן ווער דאס איז צוליב די לאגיק וואס יענער כנראה נוצט, לפי דיינע תגובות, אבער כ'בין שוין נישט זיכער יעצט אויב מיין אינטואישן איז דעפאר געווארן א לאגישע מחמת וואס ס'קען זיין אז יענעמ'ס לאגיק נעמט זיך אויך פון זיין אינטואישן. ווידעראום אויב קען אינטואישן זיין דאס וואס מאכט רילייען אויף לאגיק אלס א דבר המחייב דארף מען נאכאלס וויסן אויב ס'קען אויך זיין אז לאגיק זאל ערלויבן זיך צו פארלאזן אויף אינטואישן און ה"ה דבר אחד און ממילא איז מסתבר מחמת לאגיק אז איך ווייס ווער ס'איז. שוין די קאפ טוט מיר וויי פון עס האקן אזויפיהל אין טשייניק.
יעדנפאלס, איך ווייס נישט 'פארוואס' אבער איך האב א געפיהל אז די שאלה הנשאל פון 'פארוואס' איך גלייב בכלל, אדער 'וואס' איך גלייב?, איז עפעס וואס וועט אייביג בלייבן אין די ענדע מיט א קוועשטן מארק...
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2812 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 8:20 pm

איך האב נאך נישט אלעס דורכגעליינט, אבער ווי די גרויסע רבי'ס וואס ווערן משוגע פאר לאנגווייליקייט שרייבן אין זייערע הסכמות, מחמת קוצר הזמן לא עלתה בידי כי אם לעיין במקצת מחידושיו, אחת הנה ואחת הנה, והם דברים ראויים לעלות על שולחן מלכים, מאן מלכי רבנן, מאן רבנן אני ולא אחר.
עטליכע קורצע הערות:
דער אלטער רבי פון קאווע שטיבל האט אמאל געזאגט, עס זענען פארהאן פארשידענע שטודיעס וואס טענה'ן אז גלויביגע מענטשן זענען פרייליכער ווי נישט גלויביגע. מענטשן מיינען אז דאס האט צו טון מיט רעליגיע. זאגט דער אלטער רבי, בכלל נישט, דאס האט צו טון מיט גלויבן. א גלויביגער מענטש איז פרייליכער, ער האט נישט אזויפיל ספיקות און דאגות. ער מוז נישט גלייבן דוקא אין רעליגיע, ער קען גלייבן אין ליבשאפט, אין סייענס, אין די ענווייראמענט, און אזוי ווייטער. אבער וואס ער גלייבט זאל זיין מיט אן אמת און מיט א תמימות'דיגע צוגעבינדקייט. אזוי האט מען א פיל מער צופרידענער לעבן.
ב. ביי מיר איז 'לאגיק' נישט דער גרויסער געטשקע ווי געוויסע מאכן איהר, איך בין א גרויסע חסיד פון יאיר'ס אינטואישען

מיין אינטואישען וועט נאך איין טאג זיין א גרויסער אלטער רבי :P
חי אני נאום ונבנתה, אויב וואלט איך געווען אן עיטיעסט וואלט איך באגאנגען זעלבסט-מארד בשמחה רבה די ערשטע מאהל כ'גליטש זיך אויס, עס איז נישט דא קיין שום סיבה בעולם איך זאל וועלן לעבן אפי' בעשרו של ביל געיטס.

זיי נישט אזוי זיכער. "בעל כרחך אתה חי" איז נישט געזאגט געווארן בלויז אויף דתיים. והא ראי', מיליאנען מענטשן לעבן אן רעליגיע און באגייען נישט זעלבסטמארד. מיר ווילן נישט לעבן ווייל מיר זענען רעליגיעז; מיר זענען רעליגיעז ווייל מיר ווילן לעבן. וכמו שאמר הכתוב, ראה נתתי לפניך וכו' ובחרת בחיים למען תחיה והארכת ימים.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8127 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 9:45 pm

האבן מיר דא א מחלוקת צווישן @ונבנתה העיר און @קאווע טרינקער:

ונבנתה העיר האט געשריבן:ווי עס איז שוין מבואר ברחבי השטיבעל, אמונה איז 'טראסט', גענוג טראסט אז איך פיהר אזוי מיין לעבן, דאס איז נישט א 'סימן' אויף אמונה, דאס 'איז' אמונה, אז כ'לייג תפילין ווען קיינער זעהט נישט ווייל עפעס אין מיר זאגט מיר אז איך דארף עס טוהן 'איז' דאס אמונה, ווי דער קלויזנבורג'ער רבי' ז"ל האט געזאגט, א רבי קען מען נישט נאכמאכן, דו וועסט זיך אנטוהן סטראקעס און ווייסע זאקן? ביסטו דאך טאקע א רבי.

א איד איז אריין צום צמח צדק און זיך אפגערעדט אז ער האט ספיקות אין אמונה, פרעגט איהם דער רבי וואס גייט דיר אהן, זאגט יענער וואס הייסט, ספיקות אין אמונה! זאגט דער רבי זעהסטו דאך אז דו גלייבסט...

אט דאס איז אמונה, א מיליאן שכל'דיגע ספקות זענען נישט מגרע פון דעם פאקט אז דער איד איז א מאמין, והא ראי' ער האלט שבת ווען קיינער זעהט נישט וכו'.


און דא שרייבט קאווע טרינקער בתוך הדברים אזוי:

קאווע טרינקער האט געשריבן: ס'איז קיין סוד נישט אז ס'דא בתוכינו איבערגענוג חסידיש-אויסקוק-אינגעלייט וואס היטן נישט קיין דאורייתא'ס
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 890
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1717 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 9:50 pm

די יעניגע "חסידישע" יונגעלייט האבן נישט קיין ספיקות אין אמונה, זיי האבן מסקנות.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8127 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 9:56 pm

יאיר האט געשריבן:די יעניגע "חסידישע" יונגעלייט האבן נישט קיין ספיקות אין אמונה, זיי האבן מסקנות.

אבער ערגעצוואו אינצווישן ביז זיי זענען אנגעקומען צו די מסקנות, האבן זיי געהאלטן ביי א שלב פון ספיקות.
איז ממילא ווען איינער וועט זאגן:
א מיליאן שכל'דיגע ספקות זענען נישט מגרע פון דעם פאקט אז דער איד איז א מאמין, והא ראי' ער האלט שבת ווען קיינער זעהט נישט וכו'.

איז די ראיה נישט קיין ראיה.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 890
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1717 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:17 pm

דער ראיה איז פון דער וואס היט יא, נישט פון דער וואס היט נישט.

עניוועיס, ווייסיך נישט וואס איז די קשר הכרחי פון שמירת שבת אויף אמונה .
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6095 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:36 pm

למעשה אויב שוין חסידות דאן ליידט דער גאנצער שמועס פון א סתירה פנימית וואס ליגט שוין אין קעפל: " איך" " גלייב " דאס איז א תרתי דסתרי. אויב איך איז נישט גלייב און אויב גלייב איז נישטא קיין איך. ברגע וואס דו זאגסט איך דארפסטו שוין פארענטפערן לויט די ישות פון שכל פארוואס און מהיכי תיתי, די מהות פון אמונה איז אז עס איז נישטא קיין איך וואס עס זאל חל זיין אויף עם בכלל די אלע קשיות.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6095 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 12:32 am

באמת א רייכע שמועס
ונבנתה העיר האט געשריבן:ב. מיין לאגיק זאגט מיר אז ער וויל עפעס מיט די בריאה, דער צד איז מיר מער מסתבר ווי צו זאגן אז ער איז פשוט געווען לאנגווייליג איין טאג און האט באשאפן א בריאה פאר גארנישט און נישט וואו דער עולם זאל שעלטן דעם טאג וואס האט זיי געבוירן.

.
אויב וויל ער עפעס, מהיכי תיתי אז מיר ווייסען וואס ער וויל, די האלסט אז בהמות אדער פלאנטען ווייסען וואס גאט וויל פון זיי?
קוקנדיג פון אויבן אראפ איז די חילוק פונעם מאריטשקע ביזן מענטש גארנישט. אויב די מאריטשקע ווייסט נישט, פארוואס דארף מיר יא וויסען?
אויב דארפן מיר יא וויסען די סיבה, ביזט מודה אז רוב מענטשן קומען נישט נאך זייער תפקיד, זיי ווייסען ניטאמאל תורת פונעם אלטען רבי'ן. איז דאך שוין מער מסתבר אז די כוונת הבריאה איז צי טון די זאכן וואס איז גוט, עסן, שלאפן, וכו'.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3807
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1887 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:46 am

לעיקוואד האט געשריבן:למעשה אויב שוין חסידות דאן ליידט דער גאנצער שמועס פון א סתירה פנימית וואס ליגט שוין אין קעפל: " איך" " גלייב " דאס איז א תרתי דסתרי. אויב איך איז נישט גלייב און אויב גלייב איז נישטא קיין איך. ברגע וואס דו זאגסט איך דארפסטו שוין פארענטפערן לויט די ישות פון שכל פארוואס און מהיכי תיתי, די מהות פון אמונה איז אז עס איז נישטא קיין איך וואס עס זאל חל זיין אויף עם בכלל די אלע קשיות.

איך מיין אז דיינע ווערטער ליידן אויך פון א תרתי דסתרי, ווייל אויב עס איז נישטא קיין פלאץ פאר קשיות און סתירות דאן איז א תרתי דסתרי אויך נישט קיין פראבלעם...
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 890
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1717 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:39 pm

לעיקוואד האט געשריבן:למעשה אויב שוין חסידות דאן ליידט דער גאנצער שמועס פון א סתירה פנימית וואס ליגט שוין אין קעפל: " איך" " גלייב " דאס איז א תרתי דסתרי. אויב איך איז נישט גלייב און אויב גלייב איז נישטא קיין איך. ברגע וואס דו זאגסט איך דארפסטו שוין פארענטפערן לויט די ישות פון שכל פארוואס און מהיכי תיתי, די מהות פון אמונה איז אז עס איז נישטא קיין איך וואס עס זאל חל זיין אויף עם בכלל די אלע קשיות.

די קשיא איז פאר'ן גלייבן, ווי אזוי דער "איך" איז געווארן איבערצייגט זיך צו מבטל זיין פאר'ן גלייבן.
איי וועסטו פרעגן, ווי אזוי קען ונבנתה בכלל רעדן, זיין איך עקזיסטירט דאך שוין נישט?
איז דער ענטפער, ווי ונבנתה האט הערליך מבאר געווען, אז קיינער איז נישט קיין גענצליכער מאמין, ממילא דער איך פארבלייבט יא. ווי צדיקים האבן געזאגט, יעדער איד פארמאגט אין זיך דאס פינטעלע אפיקורסות, וואס פלאקערט אויף ווען די ריכטיגע צייט קומט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8127 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:46 pm

:roll: קומט אויס אז טאקע דייקא דער פינטעלע אפיקורסות דאס איז די איינציגסטע זאך וואס גלייבט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6095 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:47 pm

מ'קען מאכן אן א שיעור אזעלכע פאראדאקסן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8127 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:21 am

יאיר האט געשריבן:די קשיא איז פאר'ן גלייבן, ווי אזוי דער "איך" איז געווארן איבערצייגט זיך צו מבטל זיין פאר'ן גלייבן.

....ממילא דער איך פארבלייבט יא. ווי צדיקים האבן געזאגט, יעדער איד פארמאגט אין זיך דאס פינטעלע אפיקורסות, וואס פלאקערט אויף ווען די ריכטיגע צייט קומט.
נשתנו הטבעים. א פינטעלע איך מיט א ריזיגע יוד.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2812 מאל

הודעהדורך יחיאל יעקבזון » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 3:52 pm

ילמדוני רבותי וואס בעדייט ״אני מאמין באמונה שלמה״?
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך kliger » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 6:37 pm

פארוואס איז זיך נישט דער אייבישטער מגלה איינמאל פאר אלעמאל אז די היינטיגע וועלט זאל וויסן פונקטלעך וואס ער וויל.
די תירץ אז דאס איז דער נסיון איז זייער נאריש און נישט אויסגעהאלטען שכל'דיג. פונקט ווי איך זאג דיר געב מיך טויזענט דאללער און מיין חבר וועט דיר געבן 2000$ נעקסטע יאר אבער דו מוזט מיר גלייבען און דאס איז די נסיון! די נסיון בכלל איז א פראגע צייכען

און בכלל, ווען איינעמס שכל זעהט איין קלאר אז מען ברויך זיין ערליך פארלירט ער די נסיון פונקט אזוי
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך יחיאל יעקבזון » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:40 am

דער רבוש״ע זאגט זייער קלאהר וואס ער וויל. התורה והמצוה שטייט דאך; אלס איבריגס איז א באונוס און יעדע דארף טוהן כשורש נשמתו ואין האחד דומה למשנהו. ערליכע אידן ווייסן פונקטליך וואס זיי האבן צו טוהן דא אויף דער וועלט און לאזן זיך נישט פארפירן פון די פארפירערישע עלעמענטן ולמבין די.
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך kliger » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:08 pm

יחיאל יעקבזון האט געשריבן:דער רבוש״ע זאגט זייער קלאהר וואס ער וויל. התורה והמצוה שטייט דאך; אלס איבריגס איז א באונוס און יעדע דארף טוהן כשורש נשמתו ואין האחד דומה למשנהו. ערליכע אידן ווייסן פונקטליך וואס זיי האבן צו טוהן דא אויף דער וועלט און לאזן זיך נישט פארפירן פון די פארפירערישע עלעמענטן ולמבין די.


די אלע כופרים וואלטן געווען צדיקי אמת און יעדע מענטש אויף דער וועלט וואלט פארשאפט א נחת רוח פארן אייבירשטען
וואס דאס איז די גאנצע תכלית פון דרך הטוב להטיב
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך זוכער » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:55 pm

kliger האט געשריבן:פארוואס איז זיך נישט דער אייבישטער מגלה איינמאל פאר אלעמאל אז די היינטיגע וועלט זאל וויסן פונקטלעך וואס ער וויל.
די תירץ אז דאס איז דער נסיון איז זייער נאריש און נישט אויסגעהאלטען שכל'דיג. פונקט ווי איך זאג דיר געב מיך טויזענט דאללער און מיין חבר וועט דיר געבן 2000$ נעקסטע יאר אבער דו מוזט מיר גלייבען און דאס איז די נסיון! די נסיון בכלל איז א פראגע צייכען

און בכלל, ווען איינעמס שכל זעהט איין קלאר אז מען ברויך זיין ערליך פארלירט ער די נסיון פונקט אזוי


גאט וויל זיך נישט באווייזן קאנווענשאנעל. ער וויל דו זאלסט אים זוכן... זוכן און נישט געפונען לייכט. דאס וויל ער - און איך געב אים קרעדיט, ווייל 999.999 טרעפן אים טאקע נישט!
איך טראכט צומאל, גאט, גיב א שיין. גיב מיר א פינק אז איך זאל זעהן אז אז דער וועג וואס מ'האט מיר געזאגט פון אלץ פיצל קינד איז טאקע ריכטיג? אבער איך בלייב ביים טראכטן. איך האב אן אלטע באבע געהאט געלעבט קרוב צו די הונדערט, א קלוגע אינטעליגענטע פרוי וואס איר פיקחות איז א צום שטוינען, זי פלעגט מיר פארציילן זאכן ביז ממש פאר זי איז אוועק פון דעם עולם, וואס זי האט אלץ געזען וואונדער פון גאט, ביי די צווייטע וועלט מלחמה און שפעטער. - וואסזאלאיךזאגן... איך האב קיינמאל נישט געזען גארנישט! גארנישט! גארנישט! חוץ מיין אמונה זעה איך גארנישט. ווען איך זאג דעם פסוק ולא ראיתי צדיק נעזב וזרעו מבקש לחם, קלער איך: דוד המיילעך איר מאכט אפשר חוזק פון אונז? וואס לא ראיתי צדיק נעזב? וועלכער איד מוטשעט זיך נישט צום טויט? געוואלד!

יעדעס מאל וואס איך זעה די אותות ומופתים פון תהילים כולל / חצות כולל / מעריב כולל וכו' וכו' ווער איך גערעגט. איך פלאקער פאר כעס. וואס פארקויפן מיר די מענטשן שקרים...! וואס דרייען זיך מיר א קאפ אז זיי זעען גילויים און מופתים ווען איך זעה גארנישט??? אתמהה.

נישט אז איך האב נישט טויזענט תירוצים פארוואס יעדער מוטשעט זיך, מ'דארף דאך אפקומען אויף דעם עולם השפל. און אלעס גוטס איז אוועקגעלייגט אויף יענע וועלט!!! פיין! אבער וואס זאגסטו מיר לא ראיתי צדיק נעזב וזרעו מבקש לחם! זאג לא ראיתי נעזב בעולם העליון?

מיינע זיידעס און באבעס לעבן שוין נישט. איך בין געווען מיט זיי אזוי נאענט געבונדן צום הארץ. איך פלעג מיט זיין רעדן טויזענטער שעה, קען קיינער פון זיי נישט אראפקומען צו מיר פאר איין שעה ביינאכט, בייטאג, פארטאגס, שבת יום טוב און מיר געבן עפעס א גרוס פון אויבן!!! - איך פלאץ, ווער צופלאצט און איך זעה נישט קיין חלומות, כ'זעה נישט קיין שום צייכן פון אויבן קאנווענשאנעלי. נאטינג, נול. זילטש. אבער איך גלייב! פארוואס? ווייל בין איך איבערצייגט אז גאט האט עס אזוי דעזיינט מיט עקשנות, און האלט זיך דערצו און וויל מיר נישט געבן קיין שום צייכן... זיראו!

עס קומט מיר אליין צום לאכן וואס ביי יעדע טראגעדיע ווי 9/11, מלחמה אין ארץ ישראל דורך די אראבער וכו' וכו' הער איך יונג און אלט, קלוגע און נאראנים, צדיקים און פשוט'ע מענטשן דעם זעלבן פזמון: יעצט גייט משיח קומען.... WOW! עס ווילט זיך מיר אויסשיסן אין היסטעריש געלעכטער: קעלבער מיינע. הערטס אויף חלומ'ן. נאך א טריק פון גאט! יעדע טראגעדיע ליידער ליידער, קומט און גייט ווי גארנישט וואלט געווען און מ'פארגעסט די נעכטיגע צרות מיט די היינטיגע. - אבער איך גלייב באמונה שלימה! פארוואס? ווייל איך גלייב!
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך kliger » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 1:07 pm

דו זאגסט פיין, אבער דער תירוץ האט נישט קיין שום מקור אין ספרי היסוד. און אן אפענע סתירה צו צענדליגע פסוקי התורה
איבערהויפט אין ספר דברים

למשל

לא את אבותינו כרת ה' את הברית הזאת כי אתנו אנחנו אלה פה היום כולנו חיים. פנים בפנים דיבר ה' עמכם בהר מתוך האש. אנכי עומד בין ה' וביניכם בעת ההיא להגיד לכם את-דבר ה',
ועיין רש"י

די אלע צדיקים האבן נישט געמעגט מאכן קיין שום מופת לויט דיר!!!

דער אייבישטער וויל מען זאל אים דינען, נישט זוכען. יעדער זוכט!
האסט עני מקור אויף דעם?
דער רמב"ן סוף בא זאגט אויף מופתים עפעס אנדערש וואס איז אגב אויך שווער צו פארשטיין
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך זוכער » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 1:39 pm

איך גלייב יא דערין. אבער זעה איך עפעס א צייכן. באווייזט זיך גאט צו מיר מיט קאנווענשאנעל התגלות'ן? קאם אן? דו זעהסט אפענע זאכן. אדרבה לאמיך הערן!

kliger האט געשריבן:וואס איז דיין פראגע?
דער אייבישטער וויל מען זאל אים דינען, נישט זוכן. יעדער זוכט!
האסט עני מקור אויף דעם?


ושבת ושבית עד ה' אלוקיך ומצאת כי תדרשנו בכל לבבך! טאקע איך קען נישט זאגן אז איך בין עס מקיים בכל לבב למהדרין מן המהדרין. אבער אויסער דאס גלייבן זעה איך גארנישט בפועל. אויב דו "זעהסט" יא העכערס, בין איך גרייט צו הערן.

חוץ אויב דו וועסט מיר שיקן צום תהלים כולל'ס מופתים פאבריק.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
זוכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 1:42 pm

זוכער האט געשריבן:עס קומט מיר אליין צום לאכן וואס ביי יעדע טראגעדיע ווי 9/11, מלחמה אין ארץ ישראל דורך די אראבער וכו' וכו' הער איך יונג און אלט, קלוגע און נאראנים, צדיקים און פשוט'ע מענטשן דעם זעלבן פזמון: יעצט גייט משיח קומען.... WOW! עס ווילט זיך מיר אויסשיסן אין היסטעריש געלעכטער: קעלבער מיינע. הערטס אויף חלומ'ן. נאך א טריק פון גאט! יעדע טראגעדיע ליידער ליידער, קומט און גייט ווי גארנישט וואלט געווען און מ'פארגעסט די נעכטיגע צרות מיט די היינטיגע. - אבער איך גלייב באמונה שלימה! פארוואס? ווייל איך גלייב!

ווי עס שטייט אין מדרש:
"וַיֹּאמֶר אָנֹכִי אֱלֹהֵי אָבִיךָ". הדא הוא דכתיב (משלי יד טו): "פתי יאמין לכל דבר [וגו']" (שמו"ר ג פ"א).
פשט איז, די אידן זענען געווען עטליכע הונדערט יאר אין מצרים, געליטן צרות צרורות, שוין צען דורות וואס מ'איז פארשקלאפט. פלוצלינג באווייזט זיך גאט און זאגט, "קום, איך בין דער גאט פון דיין טאטע זיידע און עלטער זיידע! איך האב זיך דערמאנט אז איך וויל ענק אויסלייזן!"
כדמרגלא בפומא דאינשי, איך גלייב ווייל איך בין א נאר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יאיר אום דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 1:45 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8127 מאל

הודעהדורך kliger » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 1:44 pm

זוכער האט געשריבן:ושבת ושבית עד ה' אלוקיך ומצאת כי תדרשנו בכל לבבך! טאקע איך קען נישט זאגן אז איך בין עס מקיים בכל לבב למהדרין מן המהדרין. אבער אויסער דאס גלייבן זעה איך גארנישט בפועל. אויב דו "זעהסט" יא העכערס, בין איך גרייט צו הערן.



די פסוק רעדט נישט פון דעם בכלל
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך ווארט זאגער » דינסטאג מערץ 17, 2015 1:24 am

זייער שיין נאר איין זאך פארשטיי איך נישט
ונבנתה העיר האט געשריבן:און נאך איין מאהל די 'לוינט זיך': עס שטערט מיר גאנץ ווייניג אויב פרטים זענען פאלש אדער איבערגעטריבן, עס וועט מיר גארנישט פאסירן אויב דער פמליא של מעלה דרייעט זיך נישט איבער ווען כ'טרונק לחיים, ווילאנג כ'האב גענוג נטיה אנצונעמען אז די כללות הנקודה ליגט דארט, בורא, אופן הבריאה, יחס הבורא לנבראים, תכלית הבריאה וכו', איז מיר גענוג.
זעהט אויס אז כ'בין נאכאלס נישט גענוג קלאר, איך מיין צוזאגן זייטיגע קלייניגקייטן, ווי גיין א גארטל, שלאגן כפרות וכדו', מסתמא קענסטו זיך אליין פארשטעלן פארוואס עס לוינט זיך פסיכאלאגיש און פראקטיש אויב דער בריח התיכון פון די מהלך לייגט זיך גוט אפ.


אויב פארשטייסטו די עצם מהלך אין חסידות געבויעט אויפן אלטען רבין פארוואס זאלסטו נישט גלייבן אין די קלייניקייטען פונקט אזוי וואס איז בעצם א חילוק פון תפילין אין כפרות אויב ביידע זאכן זענען פונקט אזוי מבואר אין חסידות?
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט